גאנץ גוט ארויסגעברענגט די פאקטן.
אינטערסאנט אז 'מבקר-המדינה' האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז גיוס חרדים האט געברענגט זערא רעזולטאטן
משא"כ בענעט און שקד פון הבית היהודי פארטיי
האבן געברענגט די נומערן (וואס יצחק שטערן האט גענוצט פאר כינוס-הרבבות-בארקעלעיס-סענטער)
אז אין די לעצטע צוואנציג יאהר וועט דאס מעהר און מעהר...
פרעגסטו א קשיא ווער איז גערעכט?
ערש"ק חוקת ה'תשע"ז פאר'ן 'כינוס-הרבבות' איז געוועהן אין די בתי-מדרשים עפעס א צעטל וואס האט געוואלט מסביר זיין אז טאקע אין בני-ברק-ירושלים-אשדוד-וכו'
(אזוי האט ער אויסגערעכנט אלע שטעט ווי ס'וואוינען היימישע אידן) - איז טאקע נישטא קיין גזירה.
אבער אין בית-אל, גבעת-שמואל און דא האט ער אויסגערעכנט א גאנצע שורה פון שטעט וואס ס'וואוינען {כמעט} נישט קיין היימישע אידן, - הערשט א געפערליכע גזירת-גיוס...
דער נקודת-אמת איז...
אויף די אפיציעלע בלעטער הערשט א געפערליכע גזירה און די נומערן ווערן גרעסער פון יאהר צו יאהר, ווי-אזוי? ווייס איך נישט... (רמז: פרעג די וואס האבן געשריבן די חוק...)
בקרב הציבור החרדי זעהט מען נישט קיין חילוק און אויב מ'זעהט עפעס א זאך וואו היימישע גייען אין מיליטער איז דאס אחד מעיר ושניים ממשפחה...
דער הארץ רייסט אויף יעדע יידישע נפש וואס פארפלאנטערטזיך אין עניינים פון יסודות היהדות,
אבער די מענטשן וואס די נומערן באשטיין פון זיי זענען נישט אנגעקומען יעצט צו א פלאץ וואס איז ערגער פון וואו זיי זענען אנגעקומען צו...
ס'נאך דא אסאך צו מאריך זיין ועוד חזון למועד בעזה"י...