בלאט 3 פון 4

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: איך האב עס נישט געשריבן. נאר אויב דו פרעגסט מיך קען איך דיר זאגן. איך האב טאקע אהבת ישראל. אבער יענעם'ס דזשערמס ביניך נישט מחוייב איבערצונעמען...! ס'איז א גוטער מנהג...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:20 pm
דורך ישראל גלויבער
אקעי, סאו אין טעמי המנהגים דארף מען צוצייכענען, מקור? המקובל הנסתר ר' מענדעלע שקורין.. חחחח וכו'.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:48 am
דורך diff
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, זיכער. ווייל אויב נישט וועללן מיר ח"ו אויסזעהן אזוי ווי דער פאליש, זיכרונו לק'---. דארט איז דא (געווען) אן אספסוף פון פערווערטעד שרייבערס און ליינערס וועלכע האבן זיך באלעקט מיט ניבול פה מעשיות ועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. איך האב נאר איינמאל פארבלאנדזשעט אהין. און מיין יצר הרע פון נייגעריגקייט האט מיך צוגערעדט אז איך זאלל אויפמאכן איין אזא אשכול/מעשה. נאך פאר איך האב געענדיגט צו ליינען די מעשה איז מיר אזוי שטארק געקומען צו ברעכן אז איך בין אנטלאפן פון דארט מיט הענט און פיס. און כ'האב קיינמאל נישט צוריקגעקוקט...איך הער אז ס'האטציך שוין ב"ה פארמאכט..!

סדא אסאך צו לערנען פון די מעשיות.
ק"ש איז פאר אייוועלט צענזור אין פאליש פאר ק"ש צענזור און אומפארגין מיט פריוואטע אשכולות מאחורי כאילו מאיז נישט ממילא אויפן נעט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:18 pm
דורך כלבאשבוע
יארצייט איז היינט

mv.jpg

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:55 pm
דורך אישתישבי
כ'הער אז עס טוט זיך א געפארעכטס צו זיין קבר אין סאטמאר נוי גערסי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:02 pm
דורך אייז קריעם
מער ווי איינמאל האט ער מיר געבעטן א היטש. מן הסתם האט ער געזען אז איך בין א אדם כשר..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:07 pm
דורך ישראל גלויבער
לעצטענס דרייעט זיך אויך דא, עפעס אזא מענטש אין קאצעט לוקס צוואנציג מינוט פון אונזער געגענד, אין די ליובאוויטשער געגענד, כ'האב מורא אז ער איז פון די באהאלטענע

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:28 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אישתישבי האט געשריבן:כ'הער אז עס טוט זיך א געפארעכטס צו זיין קבר אין סאטמאר נוי גערסי


אזוי גייט עס... אחרי מות... קדושים אמור... ביים לעבען צאפט מען די בלוט, מען מאכט חוזק... מענדעלע חז***

אבער נאך יענער גייט אוועק ל"ע, פאנגט זיך אן די מעשה...

אההה, ער איז געוועהן א צדיק... א קדוש... א ל"ו צדיק נסתר... קול מבשר וועט נאך מאכען אינטערוויוס פון מענטשען וועלעכע זענען געהאלפען געווארען... יונה לנדאו וועט מאכען נסיעות...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:47 am
דורך berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: אין איין בחינה איז ער זיכער געווען א צדיק. ער האט געליטן שטילערהייט די אלע בזיונות וואס קינדער האבן איהם נאכגעשריגן. און ר'האטציך קיינמאל נישט אויפגערעגט. ער האט אייביג געשוויגן. און אפילו זיך אונטערגעשמייכלט...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:06 am
דורך ציבעלע-קיגל
berlbalaguleh האט געשריבן:ציבעלע קוגל: אין איין בחינה איז ער זיכער געווען א צדיק. ער האט געליטן שטילערהייט די אלע בזיונות וואס קינדער האבן איהם נאכגעשריגן. און ר'האטציך קיינמאל נישט אויפגערעגט. ער האט אייביג געשוויגן. און אפילו זיך אונטערגעשמייכלט...!


איך זאגט נישט אז ער איז נישט געוועהן א צדיק אדער אן עהערליכער, איז האב נאר געמיינט אז די אלע נאךשרייערס און די אלע וועליכע מאכען אוועק איעדען עהרליכען איד אבער אז איינער אן נעבעך ווערט נפטר, מאכען מען פון איהם א צדיק הדור, א רשכב"הג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:21 am
דורך diff
אייז קריעם האט געשריבן:מער ווי איינמאל האט ער מיר געבעטן א היטש. מן הסתם האט ער געזען אז איך בין א אדם כשר..

ניק נסתר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:52 pm
דורך ישראל גלויבער
ווי ליגט ער, אפשר וועל איך אמאל גיין אויף זיין ציון הקדוש, און איינרייסן פארן כלל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:14 pm
דורך שושן פורים
ישראל גלויבער האט געשריבן:לעצטענס דרייעט זיך אויך דא, עפעס אזא מענטש אין קאצעט לוקס צוואנציג מינוט פון אונזער געגענד, אין די ליובאוויטשער געגענד, כ'האב מורא אז ער איז פון די באהאלטענע

שרייב כאטש ווי א מענטש, די געגנט הייסט "קאוט סעינט לוק" געוויסע טענה'ן אז עס איז די מערסט קאנציטרירטע אידישע געגנט אין חו"ל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:33 pm
דורך ישראל גלויבער
שושן פורים האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:לעצטענס דרייעט זיך אויך דא, עפעס אזא מענטש אין קאצעט לוקס צוואנציג מינוט פון אונזער געגענד, אין די ליובאוויטשער געגענד, כ'האב מורא אז ער איז פון די באהאלטענע

שרייב כאטש ווי א מענטש, די געגנט הייסט "קאוט סעינט לוק" געוויסע טענה'ן אז עס איז די מערסט קאנציטרירטע אידישע געגנט אין חו"ל

ס'א נאמען פון א ע''ז האב איך עס נישט געוואלט שרייבן גוט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:53 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: דו ביסט גערעכט. און שושן פורים איז אויכעט גערעכט. די פראבלעם איז אז אזוי ווי דו האסט עס געשריבן האט מען נישט געוואוסט וואס דו מיינסט. ספעציעל איינער וואס האט אמאל געוואוינט אין מאנטריאל...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:30 pm
דורך ישראל גלויבער
קען זיין ס'סתם א משולח, ווייל געלט איז דא דא זייער אסאך, און די קלענסטע נדבה איז ווערד זיך צו דרייען דא עד ימות..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:23 am
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער: די יוד איז געפינטלט מיט א שווא אדער א קמץ...?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:57 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:ישראל גלויבער: די יוד איז געפינטלט מיט א שווא אדער א קמץ...?!

ספעשל האב איך נישט אויסגעפירט, ס'משמע ביידע

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 12:44 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
מ'האלט שוין דא.....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר ס'איז דא א מעשה מיט איינעם פון די תלמידי הבעש"ט הק' (איך נעם נישט קיין אחריות אויף די מעשה. אבער אונז גלייב מיר באמונה שלימה, אז אויב איז עס עכט נישט געשעהן, האט עס אבער געקענט געשעהן...) איך מיין מיט'ן קאזשניצער מגיד. וואס ער האט נישט געקענט שלאפן אויף א בעט וואס א צווייטער איז שוין געשלאפן. איז ער אמאל געקומען באזוכן ביי אן אנדער'ן צדיק. און דער צדיק דער בעל מכניס אורח האט אריבערגערופן דעם טישלער, אן ערליכן, פשוט'ן איד פון שטעיטל. און ער האט באשטעלט ביי איהם ער זאלל מאכן א ניי בעט. מיט א נייעם שטרוי זאק פאר א מאטראץ. און ווען דער צדיק איז אנגעקומען, און ר'איז געווען שטארק מיעד פון וועג האט איהם דער מכניס אורח מכבד געווען זיך אנצולאאנען. און ר'האט איהם געזאגט א דאס איז א נייע בעט. אזוי ווי דער צדיק האטציך אראפגעלייגט האט ער אנגעהויבן שטארק צו קרעכצן און שרייען פאר יסורים. און ער האט געזאגט אז ער קען אין דעם בעט נישט שלאפן. ווען דער מכניס אורח האטציך געוואונדערט און ר'האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער קען נישט שלאפן אין דעם בעט האט דער צדיק דער אורח געזאגט אז ער שפיערט א געוואלדיגע עצבות און מרה שחורה ווען ער לייגט זיך אריין אין דעם בעט. האט דער מכניס אורח אריבערגערופן דעם טישלער און ר'האט איהם געפרעגט...וואספארא מחשבות האסטו געהאט בשעת דו האסט געמאכט דאס בעט...? אפשר נישט קיין גוטע מחשבות, ח"ו...האט דער טישלער געענטפערט אז וויבאלד ער האט געוואוסט אז ער גייט מאכן א בעט פאר אזא הייליגן צדיק וואס קען דערקענען די מחשבות וואס דער בעל מלאכה האט געהאט ביי די ארבעט, האט ער שטארק מהרהר בתשובה געווען. און ר'האט געארבעט מיט א צובראכן הארץ. און דער צדיק האט דאס מרגיש געוון...!

נ.ב.: די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אבער אזוי געדענק איך צו האבן עס געליינט אין א מעשה ביכל אלס קליין יונגל...!

איך מיין אז די מעשה איז געווען מיט'ן רבי'ן פון לובלין, וואס כידוע האט ער געווענליך נישט געקענט ליידן קיין עצבות. (אויסער פארשטייט זיך ווען ער איז אליינס געווען בעצבות, כידוע ליודעים)

דאכצעכמיר אז מ'זאגט נאך אין זיין נאמען בערך בזה הלשון, "איך האב מער ליב א פרייליכע בעל עבירה, מער פון א עצבות'דיגע פארקוועטש'ן עובד ה'". ודפח"ח.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
לויט ווי איך קוק עס היינט אן באלאנגט די מעשה אין די אשכול פון מעשיות וואס זענען נגד השכל. ס'איז א קעטש-22. אויף אידיש געזאגט הייסט עס אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי...! וויאזוי מ'טוט איז נישט גוט...! דא טויג נישט ווייל ער איז א בעל עבירה. און דא טויג ווידער נישט ווייל ער האט מהרהר בתשובה געווען מיט א צובראכן הארץ. און ער איז אריינגעפאללן אין עצבות. אלא מאי די מעשה איז נישט אמת ס'איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן...!...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 8:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מ'זעהט אז דו האסט נישט קיין אהנונג ווער די רבי פון לובלין איז געווען. ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט א בעל עבירה, אבער מיט עצבות יא.