בלאט 3 פון 6
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:20 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: איך האב עס געהערט נאכזאגן אויף מונקאטשער רב. דער בעל מנחת אלעזר...!
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 6:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, דער גערער רבי׳ס בריוו נאכ׳ן באגענענען הרב קוק איז ברייט באקאנט און פארפלייצט אויף דער אינטערנעט. די קונטרס איז אויף
היברובוקס, און ביידער זייטען נעמען ארויס וואס זיי ווילען דערפון. די זאץ איז אבער נישט דארט.
אין די טאלנער פאפירען איז געשטאנען אז הרב שמאי גינזבורג, פון די אנגעזע׳ענע מענטשען אין גער, איז געגאנגען רעדען אין לערנען מיט הרי"ח זוננפלד און הרב קוק, און ער האט געזאגט אז הרב קוק האט פיהל מער געקענט. איך ווייס נישט וואס זאל זיין דער אגענדע פון דער פני מנחם דאס צו פארציילען, אבער קיין דבר פשוט איז עס דארט אויך נישט געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 8:17 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: איך האב עס געהערט נאכזאגן אויף מונקאטשער רב. דער בעל מנחת אלעזר...!
נעה, ס'קען נישט זיין פין מנחת אלעזר, עס פארמאגט נישט קיין שמוץ, רעדט נישט פין אינטערשטע חלק פין גוף.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 1:02 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי...נו,.....! ניין איך בין נישט קיין מונקאטשער...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כבקשת [tag]הוגה[/tag], האב איך געזוכט די בית וועד לחכמים וועגען הרב קוק און דער מנחת אלעזר. דאס קען מען טרעפען
דא.
וועגען הרב קוק קען מען טרעפען א סאך זאכען דארט, קוק לדוגמא
דא ווי ער ברענגט א מחאה קעגען דער גערער רבי פאר'ן איהם טרעפען, און דארט שרייבט ער זיין דברי בלע. אין אן אנדערע נומער, ברענגט ער א
בריוו איהם צו באדאנקען פאר זיין קעמפף קעגען הרב קוק פון איינער מיט'ן נאמען יוסף שאפאטשניק. דער פארשוין איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך. ער איז געווען היבש צודרייט און ער האט געפיהרט קעמפפען מיט א סאך גדולי ישראל. מיט פופצען יאר צוריק בין איך געווען אין שטוב פון איינער מגדולי הלוחמים קעגען דער עירוב אין גאלדערס גרין (יענער עירוב האט פיהל מער פראבלעמען ווי דער בארא פארקער און וויליאמסבורגער, ווי למשל מקיל זיין אויף דער שיטת חזו"א פאר שער שיעור טפח ועוד, אבער דאס איז יעצט נישט די נושא) זצ"ל, און ער האט מיר געוויזען א בריוו פון הרב חיים עוזר קעגען דער עירוב אין לאנדאן וואס שאפאטשניק האט געוואלט מאכען, ווי ער באטיטלט איהם אלץ א צודרייטער. הרב הנקין הי"ד האט אויך א
מאמר אויף איהם, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב שם און איז באוואוסט ביי די כותבי קורות העתים אין לונדון. ער האט זיך באטיטלט אלץ דער מיסד ויושב ראש דועד הרבנים העולמי דחברה הכללית מפיצי תורה אין זיין ספר
לקרא לאסורים דרור, און
דא קען מען זע'ען ווי ער דערמאנט הלכות השקמת הבוקר.
נישט אז די אלע זאכען מאכען אויס, ס'איז נאר אינטרעסאנט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:26 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: איך וויל וויסן . למען הדיוק (פאר דהע רעקארד)...דער שאפאטשניק האט געשריבן הלכות "השקמת" הבוקר מיט א קו"ף...ווייל דאמאלס איז עס זייער שטארק קאמיש...! אזוי ווי דער גרויסער .."תלמיד חכם" וואס, ווען ס'איז אריינגעפאללן א טראפ מילך פון א בעיבי באטי אין זיין טעלער טשולנט, האט ער געהייסן פאר זיין זון אז ער זאלל איהם ברענגען דעם שו"ע הילכות שבת. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס פונקט הילכות שבת...? האט ער געענטפערט. ווייל שבת עסט מען טשולנט..!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קוק אין דער לינק. פאר דעם האב איך עס געברענגט. איך האב פונקט ארום געזוכט פאר זיין זאכען און איך האב דאס געזען דארט. ער האט נאך מאדנעקייטען, אבער איך האב נישט די כח יעצט און ער איז נישט די נושא. ער איז גאנץ ווייניג באקאנט ביים עולם. ליין פון הנקין וועסטו הנאה האבען
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 9:06 pm
דורך מפוזרי
דא איז א מאמר פון הרב איתם הענקין הי"ד איבער דעם קובץ בית ועד לחכמים:
https://www.machonso.org/mishol/item.asp?id=1086
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:55 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק: קודם מוז איך דיר באדאנקן פאר אזא שיינע ארבייט, הערליך אראפ געלייגט, כ'האב אייביג געהאפט צו זעהן דא אינעם וועקער אזא ארטיקל, אבער אז א ליטוואק זאל עס האבן געשריבן אויף דעם האב איך מיך נישט גערישט.
ס'איז דע ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט פון ווען כ'האב עס געקויפט, און כמה פעמים דורך געליינט.
קודם כל לאמיר גיין צום הקדמה, ווי דו שרייבסט אז אפילו ביי דע וואס זענען נישט אזוי סאטמאר געשטימט איז אויך הרב קוק'ס רעפוטאציע נישט אזוי געוואלדיג, און זיינע ספרים געפונען זיך ווייניג אין די בתי מדרשים וכו'. איז אביסעל איבער געטריבן, יא ס'איז אמת, און דו ביזט גערעכט אזוי איז טאקע געווען אינעם עבר, אבער די לעצטערע יארן האט זיך די וועלט געריקט פאראויס, און ס'הערשט א שטארקע דארשט צו דערגיין דעם אמת, טאקע ווייל מענטשן זעען ווי מ'האט אינז געפיטערט מיט שקרים וכזבים אבי צו זיין געטריי צום סיסטעם, און למעשה האט עס געווירקט אויף פארקערט, און אסאך מענטשן פון כל מיני' קרייזן האבן אנגעהויבן אריין צו קוקן סיי אין היסטאריע פון עם און סיי אין זיינע ספרים און זעהן גאנץ אן אנדערע בילד, איך האב פערזענליך געשמועסט מיט מענטשן פון פארשידענע קרייזן אריינגערעכנט סאטמערע, און פוהל אין צאל וואס זענען עוסק אין זיינע ספרים טעגליך,צו ווייל זיי זענען בעלי מחשבה וואס זוכן א נייעם פלעיוואר אין מחשבה צו ווייל זיי האבן סתם אזוי א געשמאק פאר זיינע הערליכע געדאנקן, און ווייטער לגבי זיינע ספרים וואס זענען ווייניג אויף די פאליציעס, איז פשוט פאר שרעק פון טעראר, פינקט ווי דו וועסט נישט געפונען א "תורה שלימה" און "התקופה הגדולה" אויף די שעלווס.
כ'געדענק אין מיינע בחורישע יארן ווען די באהערדע האט אפגעמאכט ארויס צו גיין בשווקים וברחובות אויסצושרייען אז סאקמער איז גרויס, פלעגט מען א טאג צוויי פריער ארויסשיקן דעם ארמיי פון בחורים צו גיין קלעבן סיינס, טאוולען, אנשמירן די גאסן, או צו ווארעמען דעם עולם למען הרבות כבוד המלכות. איז געווען אפגעשמועסט פון פריער וועלעכע גרופ גייט דעם געגענט אדער יענע געגענט, און וועלעכע "געשולטע" גרופ גייט אנקלעבן אדער אנשמירן האקענקרייצן אויף דע שולן וואס מ'האט זיך מיט זיי געדארפט אפרעכענען ווי למשל הרה"ג ר' מנשה קליין'ס שול אין ב.פ. אדער קלויזענבורג וכדומה, אדער אויב איז געווען א שול וואס האט געהאט ספרים אויף די פאליציעס וואס דער מחבר האט נישט געוואלט מקבל זיין אויף זיך דעם כתר מלוכה, איז געווען אך און וויי פאר יענעמס ספרים.
און נאך א נקודה וועל איך דיר מגלה זיין, אז לפענ"ד ווען די לייגסט די צוויי אויף א וואגשאל הרב קוק קעגן סאקמערער רב וועסטו זעהן אן אינטערעסאנטע זאך, אנדערש ווי די גאס שמועסט און אויך דו, אז הרב קוק איז בכלל נישט אנגענומען געווארן, אז ס'פינקט פארקערט, הרב קוק'ס מיינונגן איז סאך מער אנגענומען געווארן ווי סאקמערער רב, כ'וויל מיך נישט צוברייטערן דא אין דעם אשכול דערוועגן, א חוץ אויב דו גיבסט מיר רשות, היות ס'דיין אשכול געווידמעט פאר דיין ארטיקל.
און די דריטע שטיקל "די הינטערגרונד" ברענגסטו ארויס זייער א שיינע נקודה, די חילוק צווישען אמאל און היינט לגבי א רב.
אויך ברענגסטו צו א הערליכע לקוטי מהר"ן, וואסי מיר באמת א חידוש פאר א ליטוואק ווי דיר, באהאלטן דארט אין די לעיקוואדער באקס, זאלסט דיך אזוי אויסקענען אין א ברסלב'ר ספר, יעצט הייב איך שוין אן צו פארשטיין דיין ניק "ליטוואק פון בודאפעסט" כדי צו קענען גראבן און נאכזוכן, אין פרעמדע קוועלער און זיצן און פארברענגן מיט חסידים האסטו געמוזט זיין א קראס בריעד, א געמישטער צווישען א ליטאי מיט אן אונגערישער.
עניוועי דאס וואס דו ברענגסט דארט אז לכאורה איז הרב קוק געגאנגן אויפן זעלבען גאנג, כ'לערן זיינע ספרים און כ'האב מיך שוין אנגעטראפן מיט אזעלעכע געדאנקן, אביסעל אנדערש ארויסגעברענגט, כ'האב אפילו געכאפט סקרין שאטס, כ'האף אז כ'וועל עס קענען דא אריינברענגן.
אויך די היסטאריע פון די כוללים לייגסטו זייער גוט אראפ, זייער הנאה געהאט צו ליינען, געוויסע פרטים האב איך אפילו נישט געוויסט.
און וואס דו באשרייבסט וועגן דעם באקאנטן זייפן בלאך, איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז גלייך נאכן הצהרת בלפור איז ארויסגעקומען פארשידענע בריוון פון גדולי ישראל, צווישעו זיי דער דווינסק'ר רב דער משך חכמה, דער מלבי"ם מיט נאך אנדערע, וואס האבן זייער אויסגעלויבט דעם הצהרת בלפור, און איינער (כ'האב פארגעסן דעם נאמען פינעם מחבר) האט צוזאמען גענומען די אלע בריוון אין געמאכט א ספר דערפון מיטן נאמען שיבת ציון, כ'האב שוין געזעהן דעם ספר, און לויט ווי ס'האט מיר אויס געקוקט פונעם סטייל פון בלאך'ס ספר "דובב שפתי ישנים" האט ער געוואלט נאכמאכן די זעלבע אבער אויף פארקערט, כאילו די שיבת ציון איז געפעלשט, ס'הייסט ער האט גענומען נעמען דאכט זיך דער משך חכמה מיט אנדערע און געמאכט בריוון אויף פארקערט.
אינעם שטיקל פונעם "אויסרימען דעם אותו האיש" ברענגסטו גלייך דעם בריוו ווי הרב קוק פארענטפערט זיך און נישט די שטיקלעך וואס הרב קוק אליין שרייבט וועגן דעם, ער שרייבט עס אין מערערע פלעצער אין איבעראל איז עס קלאר וואס ער וויל ארויסברענגן דערמיט, געווענליך ווען ער שרייבט עס וויל ער ארויסברענגן וואספארא געמיינע מידה גאווה איז. וואלסט ווען געדארפט צוברענגן די ארגינעלע שטיקלעך אויך, כדי צו ווייזן אז ס'איז הוילע שקר וואס מ'האט זיך פארלייגט אויף עם.
דאס וואס דו שרייבסט דארט וועגן הרב אלישיב אז ער האט גערופן הרב קוק "דער רב" כ'מיין אז ס'געווען ר' שלמה זלמן אוירבאך זצ"ל, און אז מ'רעדט שוין פון הרב אלישיב איז כדי אראפ צו ברענגן א מעשה וואסי געדריקט געווארן אין "השקדן" וואסי געשריבן געווארן בחייו און מיטן הסכמה פון הרב אלישיב, כ'וועל צו ברענגן די מעשה אין לשה"ק אזוי ווי ס'שטייט דארט " הרב יוסף בוקסבוים מיסד ויו"ר "מכון ירושלים" סיפר על דין תורה שנתבע לפני הגרי"ש ע"י עורך במכון שפוטר על ידו בעקבות שהשמיט קטע מחידושי הרב קוק מתוך "אוצר מפרשי התלמוד", מפני שלדעתו "לא מתאים להכניס קטע של הרב קוק", הגרי"ש שמע את טענת העורך, והי' מזועזע. הוא אמר לו: וכי הכרת את הרב קוק?! דע לך - הוא היה קדוש! הוא לא היה שייך לתקופה שלנו, וכיום לא מבינים אותו היטב, ודאי שר' יוסף רשאי לפטר אותך, וגם אני הייתי עושה כמוהו.
די אינטערשטע שורה איז, אז דע ארטיקל איז א הערליכע ארבייט שיין מסודר, גוט ארויסגעברענגט די נקודות, און ביידע זייטן, הגם ס'נאר דא איין אמתדיגע זייט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 3:32 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: קודם א גוטע וואך. איך פריי מיך צו זעהן אז ס'איז דא נאך א מענטש וועלכער איז אויף אזוי שפעט...! איבער דיין ריוויו פון ליטוואק'ס ארטיקל וויל איך קאמענטירן אז איך בין מסכים מיט 95% פון וואס דו זאגסט. איך וויל נאר מדגיש זיין נאכאמל אזוי ווי איך האב געשריבן אין מיין אייגענע סקירה פון דעם ארטיקל אז די גרעסטע הימל-שרייענדע עוולה וועלכע איז געטון געווארן צו הרב קוק ז"ל איז געווען ביי זיין דרשה פון די עפענונג פון היברו יוניווערסיטי אין ירושלים עיה"ק. די רשעים, די מסלפים ומזייפים ווי בלאך און אנדערע וועלכע האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פראפגאנדירן סיי וועלכן שקר אבי פאראויסצושטופן זייער אגענדא. די זעלבע איז אויך געווען מיט א גאר חשוב'ן איד וועלכער איז פאר א לאנגע צייט געווען דער עורך און בעה"ב פון ..."דער איד"...ער האט געקענט ארויסווארפן סיי וועלכן שקר און זיוף אבי צו שטופן די אגענדא פאר וועלכע ער האט געארבעט. נאר איך וויל נישט דערמאנען זיין נאמען. ווייל ס'רירט אן א נערוו ביי עטליכע מענטשן (ניין. שמעקעדיג. כ'מיין נישט דוקא דיך.)...למשל, ביי די געשיכטע פון ענטעבבע, וואו די העלדישע בחורים פון צה"ל האבן בחסדי השי"ת באפרייט די אלע געפאנגענע אידן פון די מערדערישע, רוצחישע הענט פון די אראבערס און זייערע מיטהעלפערס, האט דער געוויסער שרייבער ארויסגעזאגט א מיינונג און פארדרייט פאקטן. ער האט געטענה'ט אז דער דייטשער שייגעץ, ימח שמו וזכרו האט נישט געוואלט הרג'נען די אידן. און די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן (כדבריו) האבן איהם דערמארדעט צוזאמען מיט זיין פארשאלטענע שיקסע ימח שמם וזכרם...!
דאס אלעס איז געווען פאר די תקופה פון דעם אזוי אראפגעקלאפטן און מבוזה'דיגן אינטערנעט. אבער היינט ווען מיר האבן ב"ה דעם אינטערנעט וואלטן די אלע שקרים וכזבים נישט מעגליך געווען צו פראפאגאנדירן. און די אלע מזייפים און פעלשערס וואלטן ארויסגעגאנגען אבל וחפוי ראש...!
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 6:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ ר׳ אדלער פאר דיין ווערטער, וואס צייגען א ברייטע קענשאפט אין די תורה. און טראכטסגאנג פון הרב קוק.
די מענטשען וואס לערנען זיין תורה היינט צו טאגס, ט׳זענען זיי אלגעמיינע מענטשען, וואס לערנען אין ביהמ"ד און זאגען שיעורים פאר אנדערע? ווייל פון אויבער חכמים ווערט נישט קיין נייע ווינט. פון מיר וועסטו נישט קענען זאגען אז תורת חב"ד צו ברסלב איז אנגענומען אין לעיקוואד, וויפיהל איך וונל נאכזאגען פון זיי.
אלס אן אנגענומענע מיינונג, וואלט איך געזאגט אז שיטת ההתבדלות איז נאכאלס די דאמינאנטישע שיטה ביי חרדישע אידען. און אפילו ביי די וועלט פון קירוב, קומט עס נישט פון א שעצונג פון די ׳נשמות דעולם התהו׳ ווי פון א רחמנות אויף די פארפאלענע. דאס איז נישט די גאנג פון הרב קוק. אפשר מיינט איהר אין אנדערע הינזיכטען, אבער אין דעם האט הרב קוק נישט געזיגט. לגבי ציונות, קוק איך אן די אלגעמיינע מיינונג אלס פארעוו. דער עולם גלויבט נישט אז די מדינה איז עפעס מער ווי נייע אומשטענדען מיט וואס מ׳דארף זיך ספראווען. איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די אלגעמיינעם גאס מענטש (רבנים און דענקערס) אז מ׳זאל עפעס אננעמען פון די תקופת התחיה טראכטסגאנג. איך וואלט זייער געוואלט הערען דיין הרחבת הדברים אויף די ענין, גאר פאר דעם איז די אשכול געווידמעט.
איך וואלט אויך געוואלט בעסער פארשטייען דיין ווערטער וועגען אותו האיש. וואס נאך האט ער געזאגט? וואס האט עס מיט גאווה? איך קען מיר שפעקולירען, אבער צו דער אמת וועט עס נישט קומען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:34 pm
דורך ישפה
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט דארט וועגן הרב אלישיב אז ער האט גערופן הרב קוק "דער רב" כ'מיין אז ס'געווען ר' שלמה זלמן אוירבאך זצ"ל,
איך האב דאס אויך געהערט בשם רב אלישיב.
כ׳האב אמאל געהערט א אינטערסאנטע מימרא בשם ר׳ שלומ׳קע זווילער אויף הרב קוק, ביי הרב קוק׳ס לויה. ווער ס׳ווייסט עפעס דערוועגן, איז געבעהטן ארויפלייגן.
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אמער, רב אין ירושלים איז ער געווען. געוואוינט אין ירושלים האבען זיי ביידער. וואס איז די חידוש ווען ביידער האבען זיך אזוי געפיהרט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:34 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק; כ'גיי פרובירן דיר צו ענטפערן אויף דיין תגובה, אבער קודם מוז איך אריין קריכען צוריק אין היסטאריע. כ'גיי עס אראפ לייגן אין א דריי פראנגיגע פרעזענטאציע א' ב' ג',
ווי א' רעפרעזענטירט דאס אונגארישע אידענטום און בעיקר סיגוט/ סאטמאר.
ב' די ליטווישע גדולים דא אין אמעריקע.
ג'. הרב קוק.
אלזא לאמיר כאפן א בליק אויף דעם עלטערן דור וואס זענען אריבער דעם שואה, וואס כ'האב געהאט א זכי' צו קענען אסאך פון זיי, צוליב דעם וואס מיינע עלטערן זענען אויך שואה איבערלעבערס און אויך האב אסאך געהערט פון ערשט האנטיגע מקורות.
"התבדלות" איז געווען א שטארקע אנגענומענע שיטה צווישען רוב פרומע אונגערישע אידן, און דאס גייט נאך צוריק צו די תלמידי חת"ס ווען ס'געווען די באוויסטע טיילונג. כ'וויל נישט יעצט שרייבן וועגן דעם עצם טיילונג נאר ארויסברענגן א נקודה צו מיין טענה.
ווען סאטמערע רבי זצ"ל האט איבער גענומען די לייצעס פון זיין טאטען דער קדיו"ט זצ"ל איז כדאי צו געדענקן, אז זיין טאטע איז געווען דער קעניג דאס הייסט דער גרעסטער רבנישער אויטאריטעט און אונגארן פארן פרומע ארטאדאקסישער אפגעטיילטע געמיינדע, און אלע זענען געווען אינטערגעווארפן אינטער זיין השפעה, ס'הייסט אפילו דע רבנים וואס האבן נישט געהאט קיין דירעקטע שייכות מיט עם זענען אויך מיטגעפארן מיט זיין גאנג, און ווען דער בעל ויו"מ האט איבער גענומען די לייצעס האט זיך בעיסיקלי גארנישט געטוישט נאר אז ס'אריבער מרועה אל רועה.
נאכדעם וואס די צווייטע וועלט מלחמה איז אריבער, און רוב פון דע וואס זענען געראטעוועט געווארן פוענם עמק הבכא און אויך די וואס זענען אנטלאפן, סיי דע וואס אנגעקומען קיין אמעריקע סיי דע וואס האבן נישט געקענט אריין קומען אין אמעריקא צוליב וואס זיי זענען נישט געווען אין "די פי קעמפס" און האבן זיך באזעצט אין אנדערע לענדער, אורוגוואי/ ארגנטינה/פראנקרייך/טשילע/בראזיל וכו' וכו' ביז זיי האבן זיך מסדר געווען מיט די ריכטיגע פאפירן און געקומען קיין אמעריקע אדער צו אנדערע באזעסענע לענדער ווי קאנאדא וכדומה.
פון די אלע, די וואס האבן באלאנגט צו די, לאמיר זיי רופן די "אונגארישע התבדלות גרופע" זענען ווייטער געבליבן געטריי צו זייערע פריערדיגע שיטות און חסידות/ רביים/ הויפן, חוץ די נעמען פון די אמאליגע שטעט ווי גרויסווארדיין/קליינווארדיין/מיהאלפאלווע/
ראצפערט/סאטמאר/דעברעצין/ וכו' וכו' אדער אפילו נייטרא/פאפא/צעהלים/קראסנא ועוד ועוד, וואס האט זיך אריבער געטוישט צו וויליאמסבורג/ב.פ./ קרית יואל / אדער אפילו לאס אנדזעלעס וכו' אדער אין שטעט איו אנדערע לענדער, און א חוץ די פלאטשיגע ביבער הוטן מיט די קורצע רעקלעך האט זיך גארנישט געטוישט, חוץ אפאר יחידים וואס האבן זיך געשטיצט אדער געשוירן די בארד איז אלעס געבליבן די זעלבע.
די וואס זענעו געווען עשירים פארן קריג, זענען געווארן עשירים נאכן קריג, די מויצ'לך זענען געקומען פון די זעלבע משפחות ווי פארן קריג, די ראשי קהילות, זענען געווען די זעלבע אדער זייערע יוצאי חלציו אלעס אין די זעלבע משפחות, ווער ס'געוועו א שלעפער פארן קריג איז געבליבן א שלעפער נאכו קריג, די שלעגערס זענען געווען די זעלבע, בקיצור, חוץ די פאר אויבן דערמאנטע זאכן האבן זיך גארנישט געטוישט, און די זעלבע התבדלות גרופע און בעיקר סאטמער ווי אימער זיי זענען אנגעקומען, האבן אלע ארומיגע און אלט געזעסענע געוויסט און געהערט פון זיי, צו ברצון צו באונס, מ'האט זיך פון זיי נישט געקענט ארויסדרייען, און די אלע האבן זיך נישט געהאלטן ביים שמד'ן נאר מיט אייפער אנגעהאלטן די אלטע שיטות און זיך געשלאגן דערפאר, אפילו ס'געווען געוויסע וואס האבן זיך יא אין א געוויסע זון מאדנערעזירט, דער אהנע א בארד און אנאנדערער מיטן לבוש, אבער דעם אלטען ברען האט קיינער נישט אויפגעגעבן. אדרבה זאל אינזער ר'בערל קומען עדות זאגן, כ'מיין אז אויף דעם וועט ער מסכים זיין מיט מיר גאנצע הינדערט פראצענט נישט פינף און ניינציג!
יעצט ווען סאטמערער רב האט ארויס געגעבן א געוויסע פסק הלכה, האט עס בכלל נישט אפעקטירט דע נישט "התבדלות גרופע" די דרויסענדע וועלט האט עס נישט אנגענומען, צו ס'געווען מחיצות/ פירות ארץ ישראל/שביעית/ציונות סיי וועלעכע פסקים וואס ער האט מחלק געווען מיט למשל ר' משה פיינשטייו, האט עס אנגענומען נאר זיינע מענטשן ד"ה די "התבדלות גרופע" דער דרויסענדער וועלט האט כלל וכלל נישט אנגענומען זיינע פסקים. און אפילו זיינע מענטשן האבן עס אויך נישט אנגענומען ווייל זיי האבן געהאטא טשויס, נאר זיי האבן געמוזט, בבחינת כפה עליהם הר כגיגית, אזוי האט דער סיסטעם פארלאנגט און אזוי איז עס געווען.
ב' די אלע ליטווישע גדולים וואס זענען געקומען פריער צו שפעטער, צווישען זיי, ר' משה פיינשטיין, ר' יעקב קמנצקי, ר' אהרן קאטלער, ר' שרגא פייוויל, ר' אליעזר סילווער ועוד ועוד זצ"ל. וואס זענען אהער געקומען נאך פאר סאטמערער רב, און אמתדיג געבויעט אידישקייט, בארץ לא זרועה, אויפגעשטעלט ישיבות, תלמידים, מורי הוראות, ראשי ישיבות, עהרליכע ארבייטערס, און רוב פון די אידן זענען געווען סתם אמעריקענער אידן וואס האבן נישט באלאנגט צו קיין חסידות פון דע אויבן דערמאנטע ליטווישע גדולים נאר צום פשוטן אמעריקאנער עמך איד, און ווען נישט דע גדולים וואלטן אסאך פון דע זיך נישט געהאלטן.
ר' משה פיינשטיין האט געגרינדעט תפארת ירושלים, און היפש פון זיינע נאענטע תלמידים, ווי למשל ר' אפרים גרינבלאט זצ"ל און נאך אנדערע, האט ער אוועק געשיקט אין די ווייטע שטעט אין אמעריקע זאלן גיין פארשפרייטן און פרעזערוון אידישקייט און די אלע שטעט ווי ס'היינט דא ישיבות און כוללים, איז אלץ א דאנק פאר די פריערדיגע ליטווישע גדולים, און ווען די קהילות האבן געהאט א שאלה אין געוויסע הלכה'ישע עניינם האבן זיי אנגעפרעגט ר' משה, ווי מ' זעהט אין איגרות משה, און אין אנדערע שו"ת פון יענע צייט. עכ"פ וואס מ'זעהט דערפון איז אז די דרויסענדע וועלט האט אנגענומען זייערע פסקים, און אפילו ביי די היינטיגע דיינים און מורי הוראות אפילו ביי די חסידישע וועלט איז עס ווי די עשרת הדיברות.
ג' הרב קוק זצ"ל, קומט פון משפחות פון רבנים פון ליטא, אליין געווען א רב, אין געוויסע שטעט, ווי ס'באקאנט האט דער חפץ חיים עם מפציר געווען ער זאל אהננעמען רבנות, אין שטאט זוימיל, שפעטער איז ער אריבער קיין בויסק אנצונעהמען דאס רבנות, און פון דארט האבן עם די יפו'ר קהילה איינגעלאדענט ער זאל אנעמען צו ווערן רב אין יפו און ער איז אפגעפארן קיין ארץ ישראל וואס דאס איז אייביג געווען זיין חלום פון אלץ קינד נאך.
שפעטער איז ער געפארן קיין דייטשלאנד פאר רפואות און די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער נישט געקענט צוריק גיין קיין ארץ ישראל, און אויך נישט פארבלייבן אין דייטשלאנד האט מען עם פארבעטן צו גיין קיין שווייץ ווייל שווייץ איז געווען נייטראל. פון לאנדאן איז געקומען א מושלחת עם אויפצונעמען אין קהילת מחזיקי הדת, און איז אהין געפארן ביז ער איז ארויף צוריק קיין ארץ ישראל, צו די שטאט יפו ווי ער האט געדינט דארט פון פריער. און שפעטער אנגענומען דאס רבנות אין ירושלים און בערך א יאר שפעטער געגרינדעט דאס רבנות הראשית, ווי ער האט געדינט פאר בערך פיפצן יאר, און אין יענע תקופה אויך געגרינדעט ישיבת מרכז הרב. ביז אהער איז זייער א בקיצור'דיגע היסטאריע פון הרב קוק.
און יעצט צום נקודה וואס כ'וויל ארויסברענגן. די ישיבה מרכז הרב וואס ער האט געגרינדעט און איז געפירט געווארן פון זיינע נאענטע תלמידים ווי ר' יעקב משה חרל"פ און דער נזיר, און שפעטער דורך זיין זוהן ר' צבי יהודה, זענען געקומען לערנען מכל המינים מ'האט יעדן אנגענומען און מ'האט געלערענט אויף אזא וועג אויף צו קענען זיין רבנים אין מורי הוראות, פארן נעקסטן דור. און בשעת הרב קוק האט געלעבט, האבן די מזרחי פרובירט זיך צו צו טשעפענן צו עם כאילו זיי זענען צוזאמען מיט עם אויפן זעלבן פעידזש, אבער הרב קוק האט קיינמאל נישט געוואלט מיט זיי גיין צוזאמען, און נאך זיי מוסר געזאגט און כסדר פארגעהאלטן פארוואס זיי זענען אזוי פשרה'דיג , נאר שפעטער נאך זיין פטירה ווען די מזרחי איז געווארן פרומער האבן זיי זיך מאחד געווען מיט זיינע שיטות און דיעות און אויך אנגענומען זיינע פסקים, ווי למשל היתר מכירה ועוד. אויף אזוי ווייט אז היינט צו טאגס זענען זיי גאר וואס לערנען דאס מערסטע זיינע ספרים און פירן זיך אזוי ווי עם אין אלעם. און דע אלע זענען פרעמדע מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געהאט מיט עם, און אסאך פון זיי זענען אפילו געווען פרייע.
דאס הייסט אז א ריזיגע עולם, וואס די מזרחיסטן ציילן זיך היינט צו טאגס פיהל אין צאל כן ירבו, פון די גרעסטע פארטייען אין ארץ ישראל וואס האבן גארנישט געהאט מיט עם בחייו האט ער געהאט אזא שטארקע השפעה.
און יעצט לאמיך צוקומען צו מיין מעין פאינט וואס כ'וויל ארויס ברענגן, אז ווען דו לייגסט צאם אויף א וואגשאל סאטמערער רבי קעגן די ליטווישע גדולים, זעהסטו קלאר ווער ס'האט געהאט מער השפעה און מער וואג אויף די דרויסענדע וועלט, וועמענס פסק הלכה איז אנגענומען געווארן. ס'טייטש אויף א חלק פון די דרויסענעדע וועלט.
ווען די לייגסט ארויף הרב קוק קעגן סאטמערער רב, זעהסטו קלאר וועמענס פסק הלכה האבן די דרויסענדע וועלט אנגענומען, און דא אויך א חלק פון די דרויסענדע וועלט נישט די זעלבע חלק ווי אין די ליטווישע וועלט, עכ"פ יו געט מיי פאינט,
סאי וואס כ'בין מחולק מיט דיר איז, אז דאס וואס דו נעמסט אן פאר א פשטות אז ער איז כמעט נישט אנגענומען סיי אין הלכה און סיי אין השקפה איז היפש אינטערגעשאצט אבער היפש! און לויט דעם חשבון איז סאטמערער רב די ווייניגסטע אנגענומען אדער בעסער געזאגט גארנישט אנגענומען אין די דרויסענדע וועלט.
עניוועי כ'האב פרובירט צו מקצר זיין ווי ווייט מעגליך און כ'וויל צולייגן דא אז כ'מיין בכלל נישט, און האב בכלל נישט אין מיין כוונה צו מינערען אדער צו מעסטן ח"ו איינעמס גרויסקייט א קעגן דעם צווייטן, נאר מגיב זיין אויף דיין תגובה.
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:38 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ר' בערל: דו שטיבל מוז אפן זיין פאר די אלע וואס קומען זיך קלאמערן דא, פיר און צוואנציג שעה א טאג, ממילא מוז זיין אזעלעכע פארטאגס אידן ווי ליטוואק, ביינאכט אידן ווי אינז און אויך בייטאג אידן, ס'דא וואס מאכן לילות כימים, אנדערע וואס מאכן ימים כלילות, אזוי אז ס'זאל א קידוש השם, יעדער האט זיך זיין תפקיד
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 6:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט׳ס די טייטש פון ׳דרויסענדיגע וועלט׳ טוישט זיל לויט די מענטש. יעדער אונגארישער איד איז דער אינערווענדיגע וועלט צום סאטמארער רב. יעדער ישיבה׳מאן פאר הרב משה פיינשטיין און בעצם קיינער פאר הרב קוק. דעריבער ווען דער פסק פון הרמ"פ ווערט א מחייב פאר א קהלה אין סיעטעל, איז עס אינדערויסען פון זיין וועלט. הרב קוק׳ס גאנצע וועלט האט זיך ערשט געבויט נאך זיין פטירה, ווען די מזרחי האט זיך צוגעכאפט צו זיין מהלך.
איך קלער אז די מרחק צווישען די מזרחי און הרב קוק בחייו, איז געווען מער פאליטיש ווי אידיאליש. ער האט געהאלטען אז זיי זוכען צו ברענגען די נישט פרומער צו תורה מיט דעם וואס מ׳האט מגשר געווען צווישען זייער ציונות און תורה. ער האט געהאלטען אז ציונות איז לכתחילה א חלק פון תורה, און מ׳דארף עס שטיצען לכתחלה׳דיג. דעריבער האט ער געגרינדעט ׳דגל ירושלים׳. די מזרחי פיהרערס האבען געהאט גרויס טענות צו איהם, ווייל זיי האבען מורא געהאט אז ער גייט פון זיי צונעמען. די אגודה האט קיין מורא נישט געהאט. דאס וואלט געוויזען אז מזרחי זענען אייביג געווען זיין מענטשען, נאר מיט קליינע חילוקי דעות. ווי סאטמאר און וויזניץ.
איך וואלט געמאסטען די איינפלוס אינדערויסען ביי מענטשען וואס נעמען נישט אלץ אן, אבער איין זאך יא. דאס איז א ׳דרויסענדיגע וועלט׳. למשל ווען סאטמארער רב׳ס פסקים וואלטען געווען אנגענומען ביי ליטווישער. אדער הרב קוק׳ס פסקים ביי חסידישער אידען וואס נעמען נישט אן זיין חידושים פון ׳תחיה לאומית׳ והמסתעף.
אגב, היסטאריש איז אביסל אומגערעכט אז דער סאטמארער רב האט איבערגענומען פון זיין טאטען. ער איז דאך נישט קיים אכצען יאר געווען ווען זיין טאטע איז אוועק. און הרב קוק׳ס תלמידים וואס האבען איבערגענומען מרכז הרב האט הרב יצחק אריאלי מיט זיי, הגם מ׳זוכט עס צו פארגעסען, פון ביידע זייטען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 3:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אלע זאכען זענען ארום געשמועסט אין די ארטיקל אין דער וועקער, וואס מ׳קען קויפען אין פארשידענע ערטער, בתוכם עמעזאן.קאם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 7:19 pm
דורך מפוזרי
ס'איז שוין דא אן אשכול אין אנשי שם איבער הרב קוק וואס מ'האט שוין פאר'חזר'ט, דעם אפטיילונג פון דער וועקער דארף מען כאטש פראבירן אנהאלטן די ניווא און נישט צולאזן קיין קינדערישע נישט צום זאך תגובות.
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 1:30 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק: מיין נעכטיגע תגובה צו דיר וויל איך אביסעל מער און ברייטער מסביר זיין.
ווען מ'מעסט הצלחה און סיי וועלכע זאך קען מען עס מעסטן אויפן פלאץ, וואס געווענליך איז עס נישט קיין לאנג טערמיניגע, ווי למשל א לאטערי וכדומה, נאכדעם איז דא א הצלחה וואס איז שווער פון אנפאנג, אבער צוביסלעך ווערט עס מער און מער און דאס איז ריכטיגע הצלחה.
לענינינו, הרב קוק זצ"ל האט נישט ג'ירשנט קיין שום חסידות, ווען ער איז געבוירן האט קיינער נישט געוויזן אויף אים אז ער איז דער קדוש וואס גייט ווערן רבי, און איז נישט אויף געוואקסען אין א רייכע שטוב, זיין טאטע איז געווען א פשוט איד, א ת"ח א פאנד רעיזער פאר די וולוזינ'ר ישיבה, ער איז טאקע א יחסן, געשטאמט פונעם בעל הלבושים, און נאך אנדערע גרויסע אידן, אבער נישט קיין בנש"ק, געווען א שטארקע מקורב ביים חפץ חיים, און ביי נאך אנדערע גרויסע ת"ח, געווארן א רב אין איין שטאט, און אין נאך א שטאט, און צוביסעלעך געוואקסן, ג'לערנט קבלה ביים בעל הלשם, דער זיידע פון הרב אלישיב, און ביי דע וועי הרב קוק האט זיך אויך געהאלטן פאר א תלמיד פון רבי צדוק הכהן.
ווען ער האט געגרינדעט ישיבת מרכז הרב, איז ער געווען אין מיטן זיינע גרעסטע רדיפות, וואס האט נישט נאכגעלאזט, און הרב קוק איז אנגעגאנגן מיט זיינע פלענער ווי אזוי אויף צו שטעלן די נעקסטע דור פון ת"ח, עהרליכע ארבייטערס, הרב קוק מיט זיינע נאענטע ווי הרב חרל"פ, דער נזיר הרב נרי' און נאך יחידי סגולה, האבן ג'ארבייט פיבערהאפטיג, און מיט אלע שטערונגען איז אויפגעשטעלט געווארן א ישיבה, אויף די יסודות וואס הרב קוק האט אראפגעלייגט, פון אריין נעמען יעדעם, און אז יעדער קען און זאל לערנען במקום שלבו חפץ, איין זאך וואס מ'האט יא איינגעפירט, איז דאס לימוד המוסר, און ספעציעל דעם ספר חפץ חיים הלכות לה"ר ורכילות.
כל זמן ער האט געלעבט, איז ער יעדן טאג געווען אין ישיבה, פארברענגט מיט די בחורים, מיט זיין ביזי סקעדזועל, זייענדיג רב הראשי, מיט זאמלן געלט פאר די ישיבה און נאך טירחות. למעשה אין לויף פון די יארן און אפילו נאך וואס ער איז נפטר געווארן און הרב חרל"פ האט אינגאנצן איבערגענומען, און מכש"כ שפעטער ווען זיין זוהן הרב צבי יהודה האט איבער גענומען די ישיבה, איז אלעס געפירט געווארן אויף די יסודות וואס הרב קוק האט אוועק געשטעלט בחייו, און אויפן זעלבען וועג פארט עס היינט מיט קרוב צו הינדערט יאר שפעטער.
פון די אלע צענדליגע טויזענטער תלמידים פון ווען ס'געגרינדעט געווארן, האט די ישיבה ארויסגעגעבן הינדערטער רבנים ת"ח וואס דינען דעם ציבור פאר לאנגע יארן, אין גרעסערע און ווי אויך קלענערע שטעט ווי צום ביישפיל הרב שמואל אליהו צפת'ר רב, ר' שלמה אבינר, הרב יובל שרלו, הרב זלמן ברוך מלמד, הרב אליעזר מלמד, הרב חיים דרוקמאן, הרב ארי' שטרן רבה של ירושלים, הרב אלישע וישליצקי, הרב דוב ליאור, הרב אלישע אבינר, הרב שלמה שפירא, הרב יצחק אריאלי, הרב צבי טאו, הרב יוסף קאפח, הרב יעקב פילבר, הרב דוד סתיו דאס איז נאר א קורצע ליסטע פון די חשובע רבנים וואס מרכז הרב האט ארויס געגעבן במשך די יארן, וואס פון זיי איז דא אלע קאלירן פון עקסטריעם רעכטע אזא גאטונג ווי הרב שמואל אליהו, הרב מלמד וכדומה, ביז האלבע חרדים ווי הרב צבי טאו, ועוד, ביז מער לינקערע רבנים ווי הרב יובל שרלו ועוד, רבנים פון אלע קאלירן מיט אלע מיני דעות ווי מ'איז מתווכח מיט די גרעסטע מאס רעספעקט, מיט אהבת ישראל, מיט ברידערליכע ליבשאפט, רבנים וואס דינען א ריזיגען ציבור מכל המינים, ישיביש מזרחי, ארבייטערס, אינטעליגענטע, ווי אדוואקטן, דאקטוירים, אינדזיענירס, סאלדאטן, גענעראלן, און הויכע רעגירונג'ס פירערס ש.ב. אגענטן, און רובא דרובא זענען גאר פרומע אידן, א גרויס חלק דערפון גייען אפילו מיט בערד און לאנגע פיאות.
און פון ווי זענען די אלע אנגעקומען אין מרכז הרב אונעם ערשטן פלאץ? אסאך פון זיי זענען געווען בני עקיבא אינגלעך האלבע פרייע, וואס האבן געוואלט אומקערן צו אידישקייט. דאס הייסט אז הרב קוק האט אויף געשטעלט א גאנצע דור פון ריכטיגע פרומע אידן שומרי תורה ומצוות, נישט סתם שומרי משמרת הסיסטעם, און דאס הייסט א ריכטיגע הצלחה, און דע אלע אידן זענען זיך סומך הינדערט פראצענט אויפן פסק פון הרב קוק און זיינע פסקים דאס איז ביי זיי דער ש"ע און פוסק אחרון.
אזא הצלחה האט מען געזען ביי יחידי סגולה, הרב קוק קומט מיר שטארק פאר ווי דער רמח"ל וואס איז אויך שטארק גערודפט געווארן בחייו, ווען ער איז ארויס געקומען מיט דעם אז ער האט א מגיד וואס לערנט עם אויס קבלה, האטער זיך געדארפט פארשטעקן אין א בוידעם אין שטאט פאדאווא, ווי ער האט געלערנט מיט אפאר תלמידים, און שפעטער האט מען פארברענט זיינע כתבים, און האט אפגעליטן אסאך רדיפות, דער מהר"ם חגיז האט עם חושד געווען אז ער איז פון כת ש"ץ, און אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין נפטר געווארן האט אויך גענומען א שטיק צייט ביז זיינע ספרים זענען אריין געקומען אין די בתי מדרשים. און אז מ'רעדט שוין פונעם רמח"ל איז כדי צו דערמאנן אז הרב קןק האט געבויעט אסאך פון זיינע יסודות אויף ספרי רמח"ל, די אהבת ישראל די קירוב רחוקים איז אלץ געבויעט אויף ספרי רמח"ל ואין כאן מקום להאריך.
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 24, 2017 5:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ישיבה דארף אויך א באשרייבונג. לויט ווי איך האב געליינט, האט זיך עס שיער פארמאכט נאך די פטירה פון הרב חרל"פ. ס׳איז ווידער גע׳עפענט געווארען אויף די אלטע יסודות?
לכאורה די קירוב ארבעט איז געטוהן געווארען איידער זיי זענען אנגעקומען בכלל אין מרכז הרה. למשל אין כפר הרוא"ה האט הרב נריה געברענגט די גאס יונגלעך לתורה וליראה, וואס מאנכע זענען געגאנגען קיין פאנאוויעז (ווי הרב ברוך ויסבקר ועוד) און מאנכע זענען געגאנגען קיין מרכז הרב.
ווי איך האב געשריבען פריער, רבנים מוזען קומען פון ערגעץ, און די רבנות פאסטען וואס זיי האבען צייגט נישט אויף אלץ. די אלע אויסגערעכענטע נעמען דיינער זענען אלגעמיינע רבנים מיט ראש ישיבות, נישט קיין וועלטס קערערס. פונקט ווי YU איז נישט עפעס א בעסערע ישיבה ווי א צווייטע ווייל רבנים קומען פון דארט, און BMG קען זיך אויך נישט בארימען מיט די רש ישיבות און מגידי שיעור וואס זענען דורכגעגאנגען די סיסטעם. נאר ווען מ׳ווייזט אז די ישיבה סיסטעם האט א דירעקטע לינק צו די אויסנאמליכע גדלות פון די פירות זייערע, קען מען דערמיט אויסרימען די ישיבה. למשל, בריסק קען זיך בארימען אז אלע מגידי שיעור זענען איהם דורכגעגאנגען. ווייל ווען נישט פאר זיי, וואלטען זיי געזאכט אנדערע סארט שיעורים.
און נעם למשל, הרב דוד סתיו. קען מען דען זאגען אז ער איז א פאזיטיווע ערשיינונג? און הרב חיים דרוקמאן? זיי ברענגען אונטער דער רבנות הראשית פונקט ווי מאיר סמניצר האט געוואלט טוהן בחייו. זיי זענען נישט סתם אין א מיינונגס פארשידענהייט מיט אנדערע רבנים, נאר זיי זענען קנאים אנטקעגען זיי. לדעתי, איז עס צוליעב א חסרון חינוך נישט קיין עקסטערע מעלה פון די ישיבה.
ס׳איז אביסל אומארגאניזירט, ועוד חזון למועד דאס אויסצושמועסען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:21 am
דורך דער גאלדענער אדלער
""אינעם שטיקל פונעם "אויסרימען דעם אותו האיש" ברענגסטו גלייך דעם בריוו ווי הרב קוק פארענטפערט זיך און נישט די שטיקלעך וואס הרב קוק אליין שרייבט וועגן דעם, ער שרייבט עס אין מערערע פלעצער אין איבעראל איז עס קלאר וואס ער וויל ארויסברענגן דערמיט, געווענליך ווען ער שרייבט עס וויל ער ארויסברענגן וואספארא געמיינע מידה גאווה איז. וואלסט ווען געדארפט צוברענגן די ארגינעלע שטיקלעך אויך, כדי צו ווייזן אז ס'איז הוילע שקר וואס מ'האט זיך פארלייגט אויף עם.""
און דעם אויבן דערמאנטן שטיקל וועגן דעם אותו האיש, האב איך דיר געהאט געזאגט אז כ'וועל אריין קומען מיט מראה מקומות ווי ער רעדט דערפון, אבער מחמת טירדות שונות האב איך נישט געהאט קיין צייט זיך געהעריג אפ צו געבן דערמיט, אבער היינט ווען כ'האב געלערנט דעם דף,(טאקע אביסעל הינטערשטעליג) האבעך געזען אונעם ארטסקרול צוברענגן, אין דף צו: א מהר"ל, ער ברענגט נישט קיין מקור צו דעם מהר"ל ס'גייט ארויף אויף דעם וואס די גמ' זאגט אז מבני בניו של המן למדו תורה בבני ברק, ואף מבני בניו של אותו רשע (נבוכדנצר) ביקש הקב"ה להכניסן תחת כנפי השכינה וכו' עיי"ש נומ'38 די צווייטע שטיקל ותמצא נחת, און ממש די ווערטער שרייבט דער ירושלים'ר רב זצ"ל
Re: וועקער 10 - הכצעקתה? וואס איז דער אמת אויף הרב קוק?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב קוק זצ"ל האט געהאט אין זיין געדאנק א פולקאמען בילד וויאזוי אידישקייט דארף אויסקוקען, וואס איז די תפקיד פון יעדער פאסירונג און וויאזוי פארשידענע סארט מענטשען און טראכטסגאנגען פאסען אריין אין תורה. זיין פלענער, פון רבנות ביז ציונות, פון מרכז הרב ביז דגל ירושלים, האבען געזאלט אוועק שטעלען א בנין אין וואס יעדער קען זיך כאפען, און דער וועלט קען צוקומען צו איהר תכלית. לכאורה, קען דאס נאר שטימען ווען יעדער וואלט זיך דערצו צוגעשטעלט. ווען אלע וואלטען מיטגעשטימט, וואלט מען זיך נישט געשלאגען מיט די פרייער, נאר מקרב געווען. יעדער וואלט געטוהן די מאקסימום ארבעט אנצוקומען צו זיין תכלית, און יעדער שרויף און טשוואק פון די בנין וואלט געקלאפט אקוראט ווי ס׳האט געדארפט זיין. נאר אזוי האבען זיין פלענער עפעס אויסזיכטען צו געלונגען.
נאר וויבאלד ס׳איז נישט געווען אזוי, א סאך האבען איהם נישט פארשטאנען, אדער זיך געדינגען מיט איהם, ממילא האט מען קיינמאל נישט פראבירט זיין פלענער אויסצופיהרען. דער רבנות מיט די ישיבה זענין פיינע זאכען, אבער נישט צו דעם האט ער געצילט.
עכ"פ, אזוי קלער איך.
דאס איז בנוגע די פריערדיגע שמועס וועגען די ישיבה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:31 pm
דורך יעקב מענטש
האלט איך אינמיטן דעם בוך ערשטע פלאמען אויף די אמעריקאנער אייז פון ב. גערטנער אשת ר' אברהם זאנוויל ז"ל וואס איז געווען פון די ערשטע גרופע ישיבה בחורים פון תורה ודעת וואס האבן זיך גרופירט ארום דעם מלאך, און איז לכאורה גאנץ א קראנטע מקור.
20171119_105754.jpg
20171119_105807.jpg
די מעשה צייגט, אז דא איז מעגליך געווען עפעס 'טיפער' ווי א טיפישע מחלוקת וואס האט זיך אנגעהויבן איבער געלט, און איז פון דארט געפארן ווייטער מיט חתימות וכו'