שמעקעדיג האט געשריבן:איינציג, איך ווייס נישט וואס דיין ציהל איז דא. ס'איז יתכן אז דו האסט געטראפן א סארט מציאות וואס מאכט זיך זעלטן אז עלטערן וועלן נישט קאאפערירן מיט די הנהלה און ווילן דוקא די הנהלה זאל זיך צושטעלן צו זיי; אדער א בחור וואס פארדארבט אנדערע און עס איז נישטא קיין וועג אים צו קענען העלפן און אויסמענטשלען. אבער דאס טוישט נישט דעם פאקט אז 95% קעיסעס זענען אויסדרוקליך נישט אזעלכע. און אפילו אויב צומאל מאכט זיך עס יא, איז עס ווייל די הנהלת המוסדות איז גוזר גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה. מען מעג אמאל מאכן אן אויסנאם אויב די הנהלה זעהט אז דער אינגערמאן וויל זיך צושטעלן צו רוב זאכן נאר משום סיבה האט ער א געוויסע תקנה וואס ער קען נישט נאכקומען 100%. ווי הרב דזשעיקאבסאן חזר'ט כסדר, א סיסטעם דארף דינען די מענטשהייט, און נישט פארקערט. יעדער פארשטייט אז (געוויסע) תקנות מוזן זיין (פאר די קינדער, נישט פאר די עלטערן), אז נישט איז דאך א הפקר וועלט, אבער די תקנות איז נאר א זייטיגע זאך בלויז כדי צו קענען בעסער מחנך זיין די קינדער צו תורה ועבודה ואהבת ה', נישט אז דער עיקר פאקוס זאל זיין איבער די תקנות און במשך דעם גאנצן יאר זאל מען נאר זיין ביזי מיט די תקנות סיי מיט די קינדער און סיי מיט די עלטערן. ליידער היינט איז דער טפל געווארן א עיקר, און די נארישע תקנות וחומרות האט איבערגענומען דעם אויבן-אן פון אידישקייט, און לויט דעם מעסט מען וועמען יא אדער נישט אנצונעמען, און דאס אז אבסאלטולי נישט ריכטיג.
און יא, א מוסד ווי דער טאטע געהערט האט זיכער א גרעסערע אחריות ווי א פרעמדע מוסד, נאך אלעם אז א טאטע גיבט אזויפיל פאר'ן מוסד, געלט און פלייש (אויף די פארענטשעס) איז נישט קיין ספק אז די מוסדות זענען מחוייב צו טון די מינימאלסטע השתדלות פאר אזא משפחה, עס איז א 2-WAY סטריט, אבער דאס מיינט נישט אז א פרעמדע מוסד קען טון וואס זיי ווילן און שפילן מיט אידיש בלוט. חינוך איז נישט קיין ביזנעס, פינטל.
דו זאגסט אז מנהלים זענען דן בכובד ראש יעדע קעיס באזונדער, בעת איך ווייס אז להד"ם, צענדליגער פיינע עלטערן וואס איך קען פערזענליך האבן מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנם מיט די מוסדות על לא דבר, עכ"פ נישט פאר קיין שום סיבה וואס מען האט זיי געזאגט פארוואס אדער געגעבן די אפציע צו מתקן זיין, סתם מען לאזט יענעם הענגען אן א פארוואס און שוין. דאס איז הוילע רשעות, ועל זה אנו דנים, וועגן דעם גייט מען ארויס מיט א מלחמת חרמה אקעגן די מנהלי המוסדות. טאקע נישט אלע זענען שלעכטע, פאראן אסאך וואויל און געטרייע, אבער מען שטורעמט אקעגן די שלעכטע געלטגייציגע הארטנעקיגע מענטשן וואס האבן א פארשטאפטע הארץ צו יענעמ'ס טרערן אן אפילו מסביר זיין יענעם וואס איז ראנג.
והדברים ארוכים וידועים והרבה קולמוסים נשתברו ע"ז, ואכמ"ל.
די ערשטע נארמאלע תגובה, כשמו כן הוא "שמעקעדיג" איך אגרי מיט דיר אין פרינציפ, טראץ וואס אין די פאקטן בין איך גאר שטארק מחולק מיט דיר, דער מציאות איז אז די מנהלי המוסדות ברעכן זיך קאפ, יעדער זיכט דעם סוקסעס פון זיין מוסד, און ברענגן איין איינצעלען ביישפיל און שרייען אז על הכלל כולו יצא, איז פונקט אזא עוולה ווי נישט אנעמען א בחור אין די ישיבה, יא, עס מאכט זיך אמאל אז EGO ווערט אריין געמישט אבער על פי רוב אין אזא פאל פויעלט מען סוף כל סוף, דער פראבלעם איז ווען עס איז למעשה נישטא קיין לעזונג צום פראבלעם, דארט איז דער שורש פון דעם בראך,
האסט געפרעגט וואס מיין ציל איז, וועל איך דיר זאגן, איך האב זייער מיטלייד מיט טאטעס וואס פלאגן זיך מיט זייערע קינדער, עס איז א ווייטאג פאר די עלטערן, א ווייטאג פאר די משפחה, און א ווייטאג פארן בחור, און איך האלט אויך אז זייער בלוט איז נישט הפקר, און יעדער ווער עס קען העלפן איז מחוייב צו טוהן יותר מכפי יכלתו, אבער מצד השני, איז געווארן א ווינט אקעגן די חשובע מנהלי המוסדות, לאמיך אייך זאגן, זייער בלוט איז אויך נישט הפקר, און יא, זיי שלאפן נישט ביינאכט, זיי האבן נישט א פערזענדליכע שנאה פאר דעם יחיד וואס זיי ווילן נישט צוריק נעמען, זייער ציל איז לטובת המוסד, יעדער מנהל האט איבער זיך א אויבער האר, יעדער מנהל האט א וועד, ער קען נישט טוהן מה שליבו חפץ, ער פראבירט דאס בעסטע, און פארשטענדליך די געטראפענע פארפירן און שרייען, עס איז מעגליך אז עס איז דא א יוצא מן הכלל, א מנהל יחיד וואס טיט זיינע פעולות מיט רשעות און אכזריות, קען זיין, אבער איך קען נישט אזא איינעם, און אויב איז יא דא אזא איינער דארף מען דאס מברר זיין און אויב איז דאס אמת איז מען בארעכטיגט צו גיין אקעגן עהם, אבער סתם אזוי צו באשולדיגן אלע מנהלים איז ראנג און נישט ריכטיג.
איך האלט קלאר אז רובא דרובא פראבלעמען איז ווייל מען פאלגט נישט, צו די עלטערן, צו דער בחור, און ס'איז קלאר אז דער פאקט איז פארקערט, אייערע ביישפילן זענען איינצעלענע פעלער, און מיינע פאקטן זענען רובא דרובא, איו אלגעמיין קען מען זיך דורך קומען מיט די מנהלים, איך בין גרייט זיך צו וועטן אז קיין איינער פון די שרייערס קענען נישט קיין 10 אדער אפילו 5 משפחות וואס מאכן מיט די פראבלעמען, נאר זיי שרייען אבי אין די וועלט אריין, אן קיין שום פאקטן, נאר מיט איין ציל אראפ צו רייסן "אלע" מנהלים פון "אלע" מוסדות, וויאזוי ענטפערט דער ליטווישער חכם ווען איינער שרייבט וועגן א בחור וואס נאך אלע ווארענונגען און סטראשן האט מען עהם ווייטער געכאפט אין א רעסטעראנט? (וואס איז אקעגן די תקנות הישיבה) ער פארשטייט אז די ישיבה זאל אלעס פארקיקן ווייל... דער בחור פילט נישט קיין חשק התורה, זייער שיין געזאגט, און וואס איז דער דין אויב דער בחור גייט אין א מאווי ווייל... ער פילט נישט קיין חשק צו לערנען? און וואס איז דער דין אויב טרעפט מען דעם בחור אין א שמוציג ארט, ווייל... ער פילט נישט קיין חשק צום לערנען? לויט דעם ליטוואק, איז דער בחור גערעכט און דער מנהל איז ראנג, אבער דער פאקט איז, אז אויב א בחור וואס האט אזויפיל געליטן בין הזמנים ווען מען האט עם נישט געוואלט צוריק נעמען אין די ישיבה און בשאט נפש שפייט דעם מנהל אין פנים, אזא בחור האט נישט קיין ארט אין די ישיבה, דער מנהל האט א "פליכט" אדער א "DUTY" עם משלח זיין, מען קען אזוי נישט פירן קיין ישיבה אדער א מוסד.
פאר אלע קרעמל מעמבערס אינקלאדינג אלע ליטווישע און גאליציאנער, וויל איך דא מודיע זיין (אויב איר ווייסט נאכנישט) אז איך בין א סאטמארער, און איך באפאס מיך נאר צו די חסידישע ישיבות, און די לעצטע פונעף, אכט צו צעהן יאר בין איך געווען באקאנט מיט 12 אזעלעכע קעיסעס, ניין, איך בין נישט קיין מנהל און נישט קיין חבר הנהלת הישיבה, איך בין סתם א בעל הבית, מיט א אפענע מיינונג, און מיין נאטור איז בעפאר איך באשליס עפעס זעה איך מברר זיין די פאקטן און דאן מאך איך א באשלוס, איך האב במשך די יארן גערעדט מיט עטליכע מנהלים אין ישיבה הגדולה בקרית יואל, איך האב גערעדט מיט צוויי חברי הנהלת הישיבה פון וויליאמסבורג (קווינס), איך האב גערעדט מיט א מנהל פון איינע פון די באבעווע ישיבות, א מנהל פון סאטמאר בארא פארק, און צוויי מנהלים פון חסידישע פריוואטע ישיבות וואס באלאנגען נישט צו קיין איין חסידות, איך בין איבער געצייגט אז די מנהלים האבן זייער א שווער פעלד, זיי ארבייטן זייער שווער עס זאל נישט צוקומען צו א מצב אז זיי זאלן דארפן ווארפן א בחור, און ניכרים דברי אמת, איך האב מיך אליין איבערגעצייגט אין די ווארהייט פון דעם פאקט, על כן האלט איך אז סתם צו שרייען אין צאפן בלוט פון די מנהלים איז א עוון פלילי לכל הפחות ווי דער חטא פון נישט אננעמען דעם בחור אין די ישיבה,
טייערער שמעקעדיג, ווי געשריבן, בין איך זייער מסכים מיט דיינע פרינציפן, די מנהלים דארפן זיך זייער אנשטרענגען נישט צו ווארפן א בחור, דאס איז קלאר דיני נפשות, און א מנהל זעהט אז ער קען נישט, זאל ער רעזיגנירן און לאזן א צווייטן וואס קען יא, מען טאר דאס נישט האלטן פאר לייכט, דאס צוברעכט משפחות, דאס צוברעכט שלום בית, און דאס איז צומאל גורם אז דער בחור גייט ארויס לתרבות רעה רח''ל, אבער מיט דיינע נאמבערס בין איך זייער שטארק מחולק, דו ביסט מודה אז אויב די עלטערן (אדער דער בחור) ווילן נישט קאאפערירן מיט די הנהלה, אדער אויב דער בחור איז א פארדארבענער און קען פארדארבן אנדערע, איז מען בארעכטיגאט עם משלח זיין, נאר דו האסט מחליט געווען אז 95% קעיסעס זענען אויסדריקלעך נישט אזעלעכע, וויל איך דיר זאגן אז דו ביסט זייער ראנג, 95% קעיסעס זענען אויסדריקלעך דווקא אזעלעכע פעלער ווי מען טיט נישט קאאפערירן, די הנהלה האט פרובירט כמה פעמים וללא הצלחה, במילא האבן זיי נישט קיין אנדערן וועג, פון די 12 קעיסעס ווי איך האב מיך אריינגעלייגט מברר צו זיין, האט מען ביי 8 געפויעלט, ווייל מען האט זיך יא אינטער געווארפן, צו ברצון, צו באין ברירה, אבער מען האט זיי צוריק גענומען, דער פראבלעם איז נאר ביי די חכמים וואס פארשטייען בעסער, די חכמים וואס ליפא שמעלצער און מיכאל שניצלער איז זייער מדריך אין חינוך, זיי זענען זיך מתחצף פאר די הנהלה, נאר מיט זיי האט מען פראבלעמען, און רובא דרובא וועט יעדער מיט א אפענע מיינד מודה זיין אז די הנהלה איז גערעכט.
לאמיר מאכן א שטיקל חשבון, כולי עלמא מודים אז מען רעדט דא פון גאר א קליינע פראצענט, נישט מער ווי איין פראצענט פון די תלמידים וואס פאלן אריין אין דעם פראבלעם, אלע אנדערע פארן ווייטער אינעם סיסטעם און מען נעמט זיי צוריק אין ישיבה אן קיין פראבלעם, איך רעדט נישט דווקא פון די מצויינים אדער אפילו בינונים, איך רעד אפילו פון די שוואכע בחורים, פון א ישיבה פון טויזענט בחורים איז נישטא קיין 10 וואס זענען לא נתקבל, (אמת, פאר דעם געטראפענעם איז דער נומבער בכלל נישט מאסגעבענד, אויב איז ער דער געטראפענער איז אפילו איינס זייער אסאך), יעצט וויפיל איז 95% פון די קעיסעס, הא?,
אבער דאס איז פון בחורים וואס האבן שוין געלערנט אין די ישיבה און מען שיקט זיי אוועק, דער פראבלעם איז מער ווען א בחור וואס איז נישט געווען אין סיסטעם, ער האט געלערנט אין א אינטערנאציאלער מוסד, און וויל זיך איינשרייבן אין די ישיבה, דאן איז דער פראבלעם אביסל מער, דער מנהל קיקט שוין מער מיט שפאקטיוון, ער קיקט מיט א פארגרעסונגס גלאז, דארט טרעפט זיך אפטער אז מען זאל אפזאגן א בחור, דארט איז דא כמה וכמה תנאים, אויב איז דער בחור א מצויין אדער אפילו א בינוני, איז דאך נישטא קיין פראבלעם, און אפילו ביי א שוואכן בחור איז אויך דא אפאר קאטאגאריעס, א שוואכער אין כשרונות, אבער דאך איז ער א ערליכער, ער פירט זיך ערליך אוןו דאווענט געהעריג, איז לכאורה אויך נישט קיין פראבלעם, און אויך אויב איז דער טאטע א חבר הקהילה, א מתפלל אין דעם מוסד'ס בית המדרש, א שטיצער ביי די דינערס, דאן האט דער מנהל א פליכט (אבליגעשאן) זיך מער צו צושטעלן צו דעם איד, אויב אבער האט דער פאטער בכלל נישט קיין שום שייכות צו דעם מוסד, ער דאווענט נישט קיינמאל אין זייער בית המדרש, ער גיט קיינמאל נישט קיין דאלאר ביים דינער, און האט גאר א שוואכן בחור, דאן מאכט די הנהלה א חשבון, די אינפארמאציע וואס מען האט באקומען אויף דעם בחור איז זייער א שוואכע, ס'איז קרוב לוודאי אז מען וועט מיט דעם בחור האבן אסאך עגמת נפש, איז מה לנו ולהצרה הזאת, וואס פאר א אבליגעישאן האבן מיר צו דעם איד אדער צו דעם בחור? רבותי, דאס איז די תוצאה פון די ספליט און פון די מחלוקה, קיינער פילט נישט אבליגעטעט צו אזא איד, און דארט איז דער פראבלעם, ליידער איז נישטא קיין איזי סעלאשען צו דעם, דער פראבלעם איז אז ביידע צדדים זענען גערעכט, פון די 12 קעיסעס וואס איך בין באקאנט איז איינס געווען אזא קעיס, דער איד א קרוב מיינער א בעל בתישער אינגערמאן האט געהאט א שוואכן בחור, דער איד דאווענט אין א קליין (שוואך) בית המדרש, ער איז נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלוני, (ווי אזוי זאגט מען? קוים א איד...) דער בחור האט געלערנט אין דעם זאלונישן סיסטעם, דער בחור האט געהאט א שם פאר א שוואכן בחור, און די עלטערן האבן געפירט גאר א שוואכע שטוב אין אידישקייט, רופט ער מיך אן איין טאג און זאגט מיר אז אויב קען איך ערלעדיגן אז מען זאל אנעמען זיין בחור אין קרית יואל איז ער גרייט צו געבן פאר די ישיבה א גאר שיינעם סכום, פרעג איך עם וואס גייט פאר? זאגט ער מיר אז אין קווינס וויל מען עם נישט אננעמען נאר מיט משוגענע (כלשונו) תנאים, על כן האט ער באשלאסן צו שיקן קיין קרית יואל, און אזוי ווי ער האט נאכנישט באקומען קיין תשובה פון קרית יואל האט ער באשלאסן מיך צו רופן מיט א שוחד אפפער, למעשה האט קרית יואל עם נישט געוואלט אננעמען, און דער יעניגער האט געמיזט נאכגעבן די משוגענע תנאים, (מיט שערן די בארד און מלבושי צניעות ביי זיין ווייב וכו') און מען האט עם אנגענומען אין די ישיבה, (דער בחור איז שוין ב''ה א טאטע פון קינדערלעך...).
נאך איין נקידה, אזוי רעדענדיג צו די מנהלים פון די ישיבות בין איך אנגעקומען צו א נושא וואס איך בין זייער שטארק מחולק מיט זיי, דאס איז דער מציאות אז די מנהלים פון פארשידענע מוסדות האבן געמאכט א יד אחת און זיי רופן זיך אן איינער צום צווייטן אין דיסקאסען זייערע פראבלעמאטישע בחורים און די בחינה פון שמור לי ואשמור לך, זאג דו מיר און וועל דיר אויסזאגן, דאס איז א עוון פלילי בל יכופר, א בחור וואס טויג נישט ביי דיר, מיינט נאכנישט אז מיט א טעשנדזש אויף סינערי וועט ער זיך נישט טוישן, עס איז זייער מעגליך אז אין די נייע ישיבה אוועק פון זיינע אלטע חברים וועט ער זיך טוישן, דא איז דאס ארט להזכיר לטובה אונזער געוועזענעם מנהל רוחני הרה''צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ''ל, וואס איך קען מעיד זיין אז יעדן בחור וואס ער האט נישט געוואלט צוריק נעמען אין די ישיבה האט ער פלאצירט אין א אנדערע ישיבה, ער האט געהאט א קשר מיט די ישיבות, טאש, נייטרא, קאשוי וכו', ער האט געהאלטן אז א בחור וואס איז נישט מצליח אין סאטמאר איז ווייל עס איז א גרויסע ישיבה, אבער אין א קליינע ישיבה איז זייער מעגליך אז דער בחור וועט מצליח זיין, און ער האט אריינגעלייגט אסאך שתדלנות ביי די אויבן דערמאנטע ישיבות זאלן אננעמען דעם דאזיגן בחור וואס ער איז משלח, און רבותי, די תוצאות האט מען געזען, איך קען עטליכע אזעלעכע בחורים וואס מען האט פארשיקט פון סענדס סטריט און זענען אריין אין די אויבן דערמאנטע ישיבות און זענען ארויס געקומען גאר חשובע ערליכע אידן, איינער איז אפילו א באקאנטער דיין אין וויליאמסבורג, יהי זכרו ברוך.