בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:59 am
דורך איסר האטלקי
קלוגע יודל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וועלכער פארשטייער פון מדינת ישראל האט סאטמאר רב זצ"ל אויפגענומען?
איך געדענק נישט יעצט קיין פרטים, איך געדענק נישט צו פארשטייער, אבער גרויסע קנאקערס אין די מדינה

לא היה ולא נברא.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:59 am
דורך איסר האטלקי
קלוגע יודל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וועלכער פארשטייער פון מדינת ישראל האט סאטמאר רב זצ"ל אויפגענומען?
איך געדענק נישט יעצט קיין פרטים, איך געדענק נישט צו פארשטייער, אבער גרויסע קנאקערס אין די מדינה

אפשר מיינסטו ווען דער ברך משה האט אויפגענומען גורער רבי....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:27 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ווען די גאנצע וועלט וואלט מיטגעשטימט וואלסטוך אפשר דאן געקענט פרייען און טאנצן 'יחי הלמך' דערווייל קוקט עס יעדער אן ווי א ציווילדעווטע שריט פון טראמפ, קיינער אויף די וועלט סטעידזש נעמט נישט זיינע שריט צו ערענסט.
אז אייראפע און כינע אנערקענען נישט ירושלים אלץ הויפט שטאט נאכדערצו אויב דער נעקסטער אמעריקאנע פרעזידענט וועט זיין א נארמאלע מענטש וועט ירושלים נישט זיין די הויפשטאט.

רוב ערענסטע שינוים אין די וועלט זענען נישט געקומען מיט אנערקענונג און חיזוק פון רוב וועלט, כל פי רוב איז געווען פארקערט... ס'דויערט נאר צייט פאר רוב וועלט ארויפצוקומען אויפן וואגן און טוישן די מיינונג, פארשטייט זיך נאך וואס ס'למפרע קלאר געווארן אז יענער האט יא ריכטיג געטוהן...


נישט אמת, אזא זאך דארף כאטש א האלב פון די ציוויליזרטע וועלט מיטשטימען- פראנקרייך, קאנדא, כינע, יצפאן און ענגלאנד דארפן אויך רוקן זייער עמבסיס קיין ירושלים, און זיי גייען עס נישט טוהן, צי טראמפ וויל יא אדער נישט, זיי לאכן פון אים. רוב טוישענוגען אין די היסטאריע פון די לעצטע צוויי הונדרעט יאר איז יא געקומען ווען אפאר ״גרויסע לענדער״ האבן זיך צאמגענומען. דאכצעך ס׳נישט געוועהן קיין איין זאך וואס די גאנצע וועלט האט פארדאמט און עס איז געווארן א ריעלעטי ווייל אמעריקע האט אזוי געוואלט, אלעס איז געשעהן כאטש מיט די הסכמה פון די האלבע וועלט און נאר אזוי האט מען געבויעט מדינת ישראל. די איראקע מלחמה למשל אפילו אמעריקע איז געוועהן אומגערעכט למעשה האט כאטש לכה״פ 10 גרויסע לענדער מיטגארבעט מיט אמעריקע, ווידער דא איז טראמפ ממש א יחיד, ניטאמאל האלב אמעריקע שטימט מיט מיט דעם, ער האט נישט קיין שום סטארטאגיע אין די מיטל-איסט, וויאזוי צו בארואיגן די געמיטער און מאכן שלום. יעדער קוקט עס אן ווי א שריט אן קיין שום שכל.

דעס האט נישט קיין שום האפט, סאיז נישט קיין אויסגערעכנטע שריט. דעס האט טראמפ געטוהן סתם צו ווארפן א ביינדל צו זיינע בלינדע שטיצער ווי דו.

כהאלט דיר איין פרעגן וואס די גרויסע מעלה פאר די מדינה אז די הויפטשטאט איז אין ירושלים און דו קענסט נאך דערווייל נישט אפירקראצן א נארמאלע תירוץ.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:33 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:די באקאנטע ליבעראלע ציוניסט אלען דערשאוויץ טענה'ט אז טראמפ האט געמוזט אונטערנעמען די וויכטיגע שריט נאך וואס אובאמא האט געטוישט די סטאטוס קוואוי אקעגן די אמעריקאנער און ישראלדיקע אינטערעסע, ער זאגט טראמפ'ס שריט לעצטע וואָך האט זיך שטארק אויסגעפעלט צוריקצודרייען וואס אובאמא האט אוועקגענומען.


דערשאוויץ ווען סקומט צו די מדינה און אלעס ארום פארלירט ער זיין גלייכע קאפ. ער האט אויך געזאגט נישט לאנג צוריק אז טראמפ מיט זיינע מענטשען האבן גארנישט געטוהן אילגעאל מיט די רוסן. ער האט זיך געטענהט מיט יעדען און געקראכן אויף די גראדע ווענט און גערעדט שטותים מיט הבלים פון זיין טאכעס ארויס. אוי איז ער געוועהן חוזק... דער גרויסער לאיער! ער זינגט שוין נישט די ניגון...! יעצט איז ער שטיל וועגן טראמפ-רוסלאנד. א אלטע אויסגעוופטע קאקער ווייסט שוין נישט וואס טוט זיך מיט זיך, סאיז צייט אים אריינצולייגן אין אינסטאטוציע פאר מענטשען אין זיין עידזש וואס רעדן שוין נישט צום דבר...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:54 pm
דורך yatzmachp
שבת קומט מיר פאר דער זעלבער ווי diff. האט ליב צו שיסן אין די וועלט אריין און ווער עס זאגט אנדערש ווי אים איז משוגע וכו.

שבת די קענסט מיך איגנארירן ווייל די ביסט ממילא גערעכט, איך גיי מיך אפילו נישט טענהן מיט דיר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:51 pm
דורך בן חכמוני
לא מזרע ישראל הוא זה.

אדמו״ר מסטמר: מי ששמח בשמחת הציונים לא יזכה לראות בשמחה האמיתות בביאת משיח".

Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 1:10 am
דורך קלוגע יודל
@K_AminThaabet: If Israel ceased to exist (G-d forbid), a lot of "anti-Zionists" would somehow rediscover anti-Semitism before you could blink

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 1:24 am
דורך קורקלענד
אז מ'רעדט שוין. די איינציגסטע וואס זענען באמת נהנה פון די נטרונא ארגענעזאציע זענען די אמת'ע שונאי ישראלים און אנטיסעמיטים, זייערע וועבסייטס לינקען כסדר אהין צו ווייזן אז מ'מעג פיינט האבן און פארטיליגן אידן אין נאמען פון ציוניזם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 4:07 am
דורך נקודת-אמת
[tag]קלוגע יודל[/tag] ייש"כ פאר'ן פארטייטשטן באריכות דא
וואס יעך האב מרמז געוועהן בראשית דברי דא

ועל כן לייקתי לך בזאת

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:06 am
דורך שמעון וואלף
אלע מיטגלידער פון די יונייטעט נעישאנס זיכערהייט קאנסול (חוץ אמעריקא) האבן זיך צוגעשטעלט צו מהר"א און פארדאמט פרעזידענט טראמפ פאר'ן איינערקענען ירושלים אלס מדנ"י הויפט שטאט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:19 am
דורך ברוך שפינוזה
שבת אחים האט געשריבן:אקעי צוריק צו די נושא, וואס איז די גרויסע שמחה אז ירושלים ווערט די הויפט שטאט פון ישראל? וויאזוי גייט עס העלפן פאר די ראיאן און פאר די שלום פראצעס? וויאזוי גייט עס העלפן פאר מדינת ישראל? סימבאליש? קינערישע נצחון? וואס גייט עס אויפטוהן?

לאמיך אויך פארשטיין לשמחה מה זו עושה? אדרבה לאמיך שוין פארשטיין... איך וויל מיך אויך מיטפרייען, אבער כאפ נאכנישט די שמחה.

ווען דו וועסט ווערן אן Evnagelical וועסטו פארשטיין די עומק הדברים, פאר אידן איז עס טאקע פשוט סימבאלישע, קינדערישע נצחון. (בערך די זעלבע ענין ווי זיך פרייען מיט יעדע נעגאטיווע זאך וואס מ'קען נאר אפירקראצן אויף טראמפ) איך האב פשוט הנאה געהאט אז ס'דא גוים וואס זעהען איין דעם אמת אז די מוסולמענער האבן פיינט אידן, סיי מיט ירושלים סיי אן ירושלים, ס'מאכט נישט אויס קיין כי הוא זה, אין קוראן שטייט נאכאלץ אז די אידן זענען חזירים און מאלפעס, און אז מ'דארף זיי אומברענגען.

Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 8:27 pm
דורך החוקר
בילד