בלאט 3 פון 5
כתיבה
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 3:30 am
דורך Gimpel
איש תשבי דברי חכמים בנחת נשמעים
מה שכתבת לדבר אל כלי אין בו איסור לא נכון זה מלאכה ממש משא"כ גוי עושה על דעתו
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 4:14 am
דורך שבת אחים
זי איז אזא איד ווי איך בין א פאפענער-מארמאן...
איך האב אסאך מעהר שייכות צו פאפא און צו מארמאניזים ווי זי האט מיט אידשקייט איינגעשטויסן. זי איז נאר געווארן א איד ווייל זי האט ליעב געהאט קושנער. און דאס איז געוועהן איינע פון די תנאים. דעס מיינט א איד? כבעט ענק!? ווער האט איר מגייר געוועהן? איך וויל פרעגן דעם רב אפאר פראגעס...
און דער קושנער זעלבסט איז יא אראטאדקס? ער וואלט פארקויפט זיין גאנצע אידישקייט אין א רגע פאר געלט און כבוד. דערווייל זעה איך אז ער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן. ער האט דאך פארקויפט זיין היימלאנד אמעריקע פאר דעם ארכי-מערדער פוטין... פון די גרעסטע שונאים פאר אמעריקע און די וועסט.
מוראדיגע כבוד אז דער סעלפיש בהמה קושנער מיט איוואנקע זענען אראטאדאקסישע אידן... ממש א כבוד פאר די אראטאדאקסן אז זיי זענען די וואס האבן איינגעפעידעמט די גרעסטע ״ראסיסטישע גאווערמענט״ אין מאדערן-טיימס אין אמעריקע. קיינמאל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די ראסיסטישע רעדנעקס און נעא-נאציס ארומגעגעאנגען מיט אזא געהויבנעם קאפ אין אמעריקע ווי יעצט אינטער די טראמפ אדמינסטראציע וואס ווערט געפירט דורך רעכטע ווייסע ראסיסטן.
די אראטאדאקסישע קושנערס מיט די טראמפס זענען דאך ביליאנערן, און אזעלכע גוטהארציגע מענטשען וואס האבן פשוט איניזן זייער אראטאדאקסישע ברודער וואס לעבן אויף ׳פוד סטעמפס׳. דעס פארגינען זיי אויך נישט פאר זייערע ברודער...! מוראדיגע מענטשען... איך גיי ממש אויס פאר התפעלות ווי דער אפגעפליקטער שוטה פארגינט נישט זיין ארימע ברודער די נישטיגע פאר דאללער פוד-סטעמפס... ער גייט צום סוף אנקומען דארט ווי זיין קרימינאלע טאטע איז אנגעקומען. אין חד גדיא אריין. דארט באלאנגן אזעלכע נידערטרעכטיגע ברואים און קרימינאלען ווי קושנער מיט טראמפ...עכ״פ אזוי האף איך. דאס קליינע עפעלע איז נישט געפאלן ווייט פונעם ״קרומע בוים״.
מוועט מאכן זיכער אים צושיקן א פעקל מיט עסען אין תפיסה. נישט קיין פוד סטעמפס חלילה, נישט קיין געלט, נאר א פעקל מיט עסען.. א תומכי שבת פעקל.
דעמאלטס וועט מקוים ווערן די פסוק:
וַעֲשִׂיתֶם לוֹ כַּאֲשֶׁר זָמַם לַעֲשׂוֹת לְאָחִיו וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ.
#גרויליג
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 10:19 am
דורך אונטער חכם
שבת אחים האט געשריבן:
מוראדיגע כבוד אז דער סעלפיש בהמה קושנער מיט איוואנקע זענען אראטאדאקסישע אידן... ממש א כבוד פאר די אראטאדאקסן אז זיי זענען די וואס האבן איינגעפעידעמט די גרעסטע ״ראסיסטישע גאווערמענט״ אין מאדערן-טיימס אין אמעריקע. קיינמאל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די ראסיסטישע רעדנעקס און נעא-נאציס ארומגעגעאנגען מיט אזא געהויבנעם קאפ אין אמעריקע ווי יעצט אינטער די טראמפ אדמינסטראציע וואס ווערט געפירט דורך רעכטע ווייסע ראסיסטן.
רבינו רעיגען ז"ל איז דען געווען א קלענערער ראסיסט?
דעמאלס איז עס נאר נאך נישט געווען אזוי אפגעפרעגט צו זיין א סעגרעגעישאניסט וכו'
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2018 10:21 am
דורך אונטער חכם
Gimpel האט געשריבן:איש תשבי דברי חכמים בנחת נשמעים
מה שכתבת לדבר אל כלי אין בו איסור לא נכון זה מלאכה ממש משא"כ גוי עושה על דעתו
לא כל כך פשוט כמובן לומר דדיבור הוי כעשיי' ממש אבל זה ברור שהוא יותר מאמירה לגוי
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 11:40 am
דורך [NAMELESS]
איוואנקא און דזשערעד האבן נעכטן אינמיטן שבת קודש געלאנדעט אין ארץ ישראל
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:00 pm
דורך יהודי פשוט
זיי האבן געלאנדעט היינט, זיי זענען ארויסגעפארן שבת קודש
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:05 pm
דורך נקודת-אמת
שוין, אבער דאס איז געוועהן פאר פיקוח נפש פון צענליגע טויזענטע אידן!
אויב נישט מאוון די עמביסי,
וואס וועט דער עולם טוהן ביים כ"ף סיון מעמד רבתי?
על כבודו של רבינו הגה"ק שליט"א ועל חיי נפש בני קהילתו חסו חדב"נ דזערעלד והרבנית איוואנקע תליט"א
ומוטב יחללו שבת אחת בשביל שישמרו אחרים שבתות הרבה...

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:09 pm
דורך תורה ומדע
זיי זענען אוודאי ארויס געפארען נאכען זמן
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:17 pm
דורך נקודת-אמת
זיי האבן געלאנדעט אין ארה"ק 1:30PM מיינאס 7 שעה פונעם טיים-זאון און מינימאם 8.5-9 שעה פליען פון וואשינגטאן אדער ניו-יארק,
קען זיין אז די וואך האבן זיי נישט מקפיד געוועזן אויפן רבינו-תם-זמן לצורך הצלת כלל ישראל כאמור למעלה...
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:35 pm
דורך תורה ומדע
הוי דן את כל האדם לכף זכות
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 12:56 pm
דורך אישתישבי
נקודת-אמת האט געשריבן:זיי האבן געלאנדעט אין ארה"ק 1:30PM מיינאס 7 שעה פונעם טיים-זאון און מינימאם 8.5-9 שעה פליען פון וואשינגטאן אדער ניו-יארק,
קען זיין אז די וואך האבן זיי נישט מקפיד געוועזן אויפן רבינו-תם-זמן לצורך הצלת כלל ישראל כאמור למעלה...
סתם צו וויסען, ווען האבען זיי געקענט ארויספארען? לויט דיין חשבון איז עס 16 שעה פאר האלב נאך איינס, איז עס ניין דרייסיג ביינאכט, גערעכט?
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 2:08 pm
דורך Gimpel
זיי האלטן מען מעג פארן אים שבת עיין בחתם סופר על נסיעה ברכבת
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:38 am
דורך berlbalaguleh
און ס'זענען דא ראבייס וואס האלטן אז סטריקטלי עפ"י הלכה מעג מען עסן טשיעז בוירגערס. אויכעט שרימפס. עיין בספרי הרפורמים...!
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 2:57 am
דורך Gimpel
ר בערל זייט ניט בייז איך האב נישט חלילה וחס מתיר גיוון פארן שבת אויף א פליגר
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 8:38 am
דורך אישתישבי
עס זעהט אויס זיי זענען ארויסגעפארן נאך דער זמן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
דעם פרייטיג צו נאכטס איז איוואנקא געפלויגן מיט איר טאטע פון וואשינגטאן צו פלארידא
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 5:02 pm
דורך טראכטכמוני
מקור?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 5:12 pm
דורך צפור בודד
חתם סופר האט געשריבן:דעם פרייטיג צו נאכטס איז איוואנקא געפלויגן מיט איר טאטע פון וואשינגטאן צו פלארידא
מ'וועט נישט לאזן די עדות מעיד זיין, ס'איז נישט געווען פרייטיג, זי'ז נישט געפלויגן, פעלאסי האט נאך נישט געבענטשט די ליכט, דער לאקאלער חב"ד רב האט איר געגעבן א היתר וואס ער האט באקומען פון פוטין, דער טיפער שטאט זענען להכעיס געווארן ממהרים לבוא, אבאמא איז אויך געפלויגן שבת, ס'איז געווען כלאחר יד, ס'איז א חילול השם דערפון צו רעדן, לינקע אידן פליען אפילו שבת ביי טאג, דזוליאני האט געזאגט זי האלט רבינו תם לקולא, און טראמפ אליין האט געזאגט אז ער האט בכלל נישט געוואלט פליען און איז געווען אן אונס, זיינע שונאים און אוקריינע האבן עס אונטערגעשטעלט, דער וואס האט איר פארראטן איז נישט אן אמת'ער פריינד פון אידן און איז אויך א מורד במלכות "און יעדער ווייסט וואס מען טוט מיט אזא איינער", מ'האט געזינגען מנוחה ושמחה און אין רוסלאנד איז שוין געווען מוצאי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 8:32 am
דורך moneyminded
איינער דא מיינט נאך אז זיי זענען שומרי תורה ומצוות? זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי תורה ומצוות,ניטאמאל פרובירן זיי צו פאפן ,זיי נוצן עס נאר פאר בילדער אמאל אמאל ,זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען און האלטען נאך יעצט נישט
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 9:46 am
דורך טראכטכמוני
moneyminded האט געשריבן:איינער דא מיינט נאך אז זיי זענען שומרי תורה ומצוות? זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי תורה ומצוות,ניטאמאל פרובירן זיי צו פאפן ,זיי נוצן עס נאר פאר בילדער אמאל אמאל ,זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען און האלטען נאך יעצט נישט
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דאכצעך עס איז נאר געווען ׳זי׳ נישט ׳ער׳.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 12:29 pm
דורך אישתישבי
ווען זי איז געווארען א גיורת האט זי זיך אויסגענומען אז קראצמעך האלט זי ווייטער ווי א גויטע. דא איז זי דאך געפארען האלטען קראצמעך, ואם שגיתי והוא רחום יכפר
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 12:34 pm
דורך אישתישבי
moneyminded האט געשריבן:איינער דא מיינט נאך אז זיי זענען שומרי תורה ומצוות? זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי תורה ומצוות,ניטאמאל פרובירן זיי צו פאפן ,זיי נוצן עס נאר פאר בילדער אמאל אמאל ,זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען און האלטען נאך יעצט נישט
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ווען מען האט מחלל יום טוב געוועהן שמחת תורה אין סאטמאר איז אויך נתברר געווארען אז אין סאטמאר האלט מען נישט יום טוב, און זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי יום טוב, אמאהל מאכן זיי פראטעסטן און פראבירן צו פאפען פאר בילדער, און דער אמת אז זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטן, און האלטען נאך יעצט נישט.