בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 8:51 pm
דורך כוכב
שעפסח, בליק וואך האבן ביידע געשריבן נארמאל, כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל, איינציגער וואס האט געזאגט הרה"ק איז געווען קול מבשר.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 9:01 pm
דורך שעפסעלע
כהאב געטשעקט יעצט אויפן דעקל פון די וואך שטייט "נשבה ארון הקודש". אזוי צו אזוי איז נעבעך פאר כלל ישראל

די זשעי די ען אימעיל וואס איז אויך זייער פאפולער, האט דאס געשריבן א טאג נאכן פטורה:


גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו:

א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט הארט ביים זמן יציאת השבת, ווען עס איז אנגעקומען די ביטערע בשורה, איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מצאנז, הרה"ק ר' נפתלי האלבערשטאם זצללה"ה, על ישראל הדרתו אין עיר ואם בישראל בארא פארק, אין טיפן עלטער פון זעקס און ניינציג יאר.

דער רבי זצ"ל איז געווען א נצר לשלשלת הקודש, ממשיך מסורת אבותיו הקדושים בעוז ובגבורה, ציענדיג א הערליכע יחוס לצדיקי עליון, די פריערדיגע צדיקים אשר מפיהם אנו חיים, איבערהויפט לשלשלת הקודש לבית צאנז, וואו דער רבי האט געצויגן די גלאררייכע יחוס בן אחר בן, רבני ואדמור"י צאנז דור אחר דור. דעם רבינ'ס פאטער הרה"ק ר' ברוך זצ"ל הי"ד מגריבוב, א זון פונעם לעצטן רב אין שטאט צאנז הרה"ק ר' מרדכי זאב זצ"ל, בהרה"ק ר' ארי' לייבוש זצ"ל אבד"ק צאנז, זון פונעם קרייזער רב הרה"ק ר' אהרן זצ"ל, בנו וממלא מקומו פונעם קדוש ישראל הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.

זייענדיג א רעביש קינד נאך פון דער אלטער היים, האט דער רבי זוכה געווען צו א זעלטענע חביבות ביי אלע צדיקי הדור, נאך בעפארן קריג האט ער זיך מסתופף געווען בצל קדשם פון די פריערדיגע צדיקים, ער האט דורכגעמאכט די ביטערע מלחמה יארן אין די אייז קאלטע סיביר, וואו ער האט ליידער פארלוירן כמעט זיין גאנצע משפחה, זיין פאטער, זיינע צוויי זיידעס הרה"ק ר' מרדכי זאב מצאנז זצ"ל, און הרה"ק ר' סיני מזמיגראד זי"ע.

דאהי אין ניו יארק נאכן קריג האט דער רבי באשלאסן אויפצושטעלן א שם ושארית פאר זיינע געהויבענע עלטערן און זיידעס, און מייסד געווען דעם שיינעם צאנזער שטיבל אין בארא פארק, וואו דער רבי האט אנגעפירט באדמורו"ת איבער א יובל יארן מיט א זעלטענע נשיאות חן. דער רבי איז געווען באוואוסט מיט זיין געשמאקע לשון לימודים, געהאט א שפראך צו יעדן, און מקרב געווען פילצאליגע אידן מיט זיין ווייעכן צוגאנג.

צווישן זיינע פילע לייסטונגען לטובת אחינו בני ישראל, שטארצט ארויס די באקאנטע מכון יוחסין וואס דער רבי האט אויפגעשטעלט מרבה צו זיין קדושה וטהרה בתוך עם ישראל, דער רבי האט אריינגעלייגט דערין טעג און נעכט, שעות אויף יארן, צו קענען אהערשטעלן גרונטליכע יחוס ביימער פאר סיי וועם, ארויסהייבענדיג דעם קרן ישראל העכער און העכער.

אזוי אויך האט דער רבי פיל עוסק געווען אין די מצוה פון הכנסת אורחים, אריינעמענדיג פילצאליגע אורחים ביי זיך אין שטוב אן קיין שיעור וערך, די ברייט בארימטע "הכנסת אורחים ד'בארא פארק" איז אויפגעשטעלט געווארן בכוחו של אותו זקן, וואס האט דאס פארלאנגט אלע יארן, אז אידן זאלן האבן וואו צו עסן און וואו צו שלאפן.

די לעצטע פאר יאר איז דער רבי געווען אין א שוואכן געזונט צושטאנד, פונקט א יאר צוריק איז דער רבי געפארן אויפן לעצטן באזוך אין ארץ ישראל, צו באשיינען די שמחת החתונה פון א אייניקל, וואו דער רבי איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד.

די לעצטע פאר טאג איז אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם רבינ'ס געזונט צושטאנד, און פרייטאג צונאכטס איז דער רבי נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, בשיבה טובה, איבערלאזנדיג א הערליכע דור פון קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך, און אור אור אייניקל דור חמישי, וואס וועלן פארשאפן א נחת רוח פארן רבי'ן אויבן אין הימל.

די מסע הלוויה איז פארגעקומען די נאכט מוצאי שב"ק בחצות הלילה בהיכל בית מדרשו אין בארא פארק, פון דארט איז די לוויה אנגעקומען צום בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו דער רבי איז געקומען לקבורה בחלקת צאנז עדי יעמוד לתחיה.

דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכע משפחה, בנין וחתנין רבנן, די זיהן הגה"צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט"א, הגה"צ ר' מרדכי זאב האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרעניץ, הגה"צ ר' מנחם צבי האלבערשטאם שליט"א אבד"ק בני תורה ד'צאנז, הגה"צ ר' אשר האלבערשטאם שליט"א, הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א, הגה"צ ר' אהרן האלבערשטאם שליט"א, הגה"צ ר' חיים מאיר האלבערשטאם שליט"א, הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א ר"ם בישיבת סאטמאר, און הגה"צ ר' לייבוש האלבערשטאם שליט"א.

די איידימער פונעם רבי'ן זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק, הגה"צ ר' חיים יצחק רובין שליט"א אבד"ק קאלאמייא, הגה"צ ר' חיים יחיאל מיכל שפיגל שליט"א אבד"ק ווענגרוב מאנסי, הגה"צ ר' אליהו כ"ץ שליט"א אבד"ק דושינסקיא ב"פ, הגה"צ ר' חיים מיכאל דוב ווייסמאנדל שליט"א ראש ישיבת נייטרא אין טשעסטער, און הגה"צ ר' יהושע שלום נתן רובין שליט"א.

זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 9:48 pm
דורך צפור בודד
שעפסעלע האט געשריבן:ר' כוכב ביסט 100 פראצענט גערעכט אז מיט דעם צאנזער האבן זיי געמאכט ליצנות פון זיך,
כזע אויפן דעקל פון די וואך שטייט אויך גרויסע זאכן אויף אים, קוקט אויס ספארט טשעקלעך צו די חרדישע מידיע.

הרב צפור, פראסטע רעקלאמען מיט דעלישעס פרעסעריי וועסטע ליידער טרעפן אין אלע אונזערע אויסגאבעס, פון מאמענט ביז א בליק און פון די וואך ביז די עמי צו די לינק און די וויו. ריזיגע בילדער פון רינעדיגע סטעיק מיט אלע חאזערייען, דאסי ליידער אונזער היינטיגע מצב אז פרעס און חאזעריי איז כשר וישר און אנדערע נארמאלע זאכן איז אסור און אפגעפרעגט.
לאקאלע פאליטיק מיט קאנטרעווערסיאלע היסטאריע לייגן זיי נישט פאר א פשוטע חשבון. וועם דינט די מאמענט, קול מבשר, די וואך און די צייטונג? די פרומערע ציבור וואס האט די אויבערהאנט אויף די מידיע, וואס אויב מען שטעלט זיך נישט צו געהעריג ווערט מען טריפה און אלעס איז געשטארבן. אידיש רעדענדע ליין מאטריאל דינט פאר זייער א קליין ציבור, -פרויען ליינען מער ענגליש - דער אינגערמאן די רייסער האט א סמארט פאון און זיינע ביכער, בלייבט נאר איבער די קליינע גרופע וואס דאס איז מער די אולטרע עולם ביים חרדישן ציבור.
די ציבור וואס פארלאנגט מער אויפגעקלערטע מאטריאל די חברה שרייבן אן א עכטע נאמען אויף קאווע שטיבל, זיי קויפן דער וועקער שטילערהייט אויף עמעזאן און מאכן זיכער אז מען זאל נישט וויסן פון זיי. זיי קענען די היימישע אויסגאבעס נישט צופרידענשטעלן ליידער

איך פארשטיי אויך פארוואס נאר אינה דומה שמיעה לראיה אין דער פארקערטער זינען. די רעקלאמען און בילדער אין די אויסגאבעס האבן בדרך כלל עפעס שעפערישקייט אין דער אויסלייג אדער גראפיקס אדער בילדער, משא"כ ביי די אודיאו רעקלאמען איז סתם גראב געשריגן אן קיין שום טעם און וואס חזר'ט זיך איבער יעדער מאל מען רופט אריין אדער מען דרוקט א נישט גוט קנעפל. דער זעלבער איז אויך אין אסאך פון די רעפארטן, וואו ס'איז א טבע צו שרייען כאילו מען רופט אויס א לוייה אין מאה שערים.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 11:24 pm
דורך שעפסעלע
דאס האבעך פונקט יעצט באמערקט אין די לינק פון די וואך פנחס, דאס איז נאך פון די איידעלע

אידער וועי איז גוט צו הערן אז הרב צפור האלט אינה דומה שמיעה לראיה אין דער פארקערטער זינען, כגלייב אז אין די נושא איז שייך מחולק צו זיין און סאיז אין לדבר סוף.

רעדענדיג פון רעקלאמעס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז די לעצטע צייט איז דא מערערע עדס וואס שטייט די קעפלעך אין אידישע שפראך, א זאך וואס א צייט צוריק האט געהייסן יאנטשי
א שטייגער ווי די 8 דעי בענד וואס זענען יארן צוריק געקומען מיט א חידוש אז זיי זינגן ווילדע ניגונים און ריקן אריין אידישע מאמע לשון אויסדרוקן וואס מאכט גאר די ניגון מער קיהל