בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 4:46 am
דורך נקודת-אמת
שבת אחים האט געשריבן:ער האט געוואוינט אין חיפה. יונגערהייט איז ער געוועהן גענצליך פריי. און ער פלעגט ארום הוליען.
ער האט געדרייווט א טאנק פאר די ישראלדיגע ארמיי. און ווען ער איז געווארן א רבי האט ער תשובה געטוהן. און אנגעטוהן אלע רבישע שמונה בגדים מיט די גאנצע פראכט.
סאיז געשטאנען דעמאלטס באשריבן אין די פרייע פרעסע דערוועגן. מיין טאטע האט מיר אלץ קינד געוויזן א אויסשניט פון א איזראלישע פרייע צייטונג וואס האט עס דאן באשריבן.
וועגן די כבוד פון זיין הייליגע זיידע דער סב״ק שרייב איך עס נאר ארויס האלבוועגס.
ער איז למעשה געווארן א פולשטענדיגע בעלי תשובה און די חזל זאגן דאך שוין במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.
דער נעשיכזער איז געוועהן א גיטע איד. זי״ע ועכ״י.

הרה"ק בעל חכמת אליעזר זכותו-יגן-עלינו איז געבוירן געווארן אין גראסווערדיין-ראמעינייע מוצאי יוהכ"פ תרפ"ה (די זעלבע טאג איז געבוירן ההק"ר דוד משה קרעטשניפער זיע"א)
ער איז ארויף קיין ארץ ישראל נאכ'ן קריג מיט א אוניית-מעפילים, און דאן איז ער געגיינגען אין מיליטער, איך קען נישט גענוי די היסטארייע אבער ער איז געוועהן ביי די מער פרומע טייל פונעם ארמעי.
מ'זאל נאר נישט פארגעסן, אז ער האט געהאט אין ארץ-ישראל אן עלטערן ברודער'ל יחיאל-מיכל-יעקב המכונה מעכאלע-חלוץ וואס איז געוועהן א זוהן פונעם מקור ברוך והרבנית בזיוו"ר בת הה"ק מהרי"ד מבעלזא
וואס ער האט אינגאנצן געגלויבט אינעם רעיון און געטוהן פעולות פאר זיי, צו אין מיליטער, צו אין הפרחת שממות מדברי גלות ארצנו הקדושה.
דאן איז ר' אליעזר אנגעקומען קיין ארץ-ישראל, (די עקסטרעיימע ויז'ניצע חסידים פלעגן עם רופן "צלפחד", ווייל ער איז געוועהן א זוהן פונעם: "חֵפֶר"-ד.ה.-דער-חיפה'ער, און מ'האט גערעדט אויף עם וועגן שמירת שבת... :twisted: :lol: )
ער האט אויכעט געהאט א ברודער פון די מאמע ר' נפתלי חיים אדלר מדזשיקוב-שיכון-ותיקים-נתניה (טאטע פון דזיקוב-ויז'ניץ ארץ ישראל, און מנחה-חדשה-ב"פ-זצ"ל, שווער פון סלונים'ער רעבי'ן שליט"א בעל הדרכי נועם)
וואס ער האט זיך אויפגעהארדעוועט ביים שטיף-טאט'ן דער מקור ברוך און א יעדער איז געוועהן זיכער אז ער גייט איבערנעמען די רעביסטעווע, ווייל די ביאלאגישע קינדער זענען נישט געוועהן בדומה צום טאטע'נס הנהגה.
בעת פטירתו, האט זיך אריינגעמישט דער עלטערער ברודער ר' חיים-מאיר'ל און אנגעווארנט זיין אייגענע איידעם זאל נישט חלומ'ען אויף דער רביסטעווע ווייל דאס געהערט צו די עכטע קינדער,
און ר' חיים-מאיר'ל האט געטוהן אלץ וואס מ'קען כדי ר' אליעזר זאל זיין דער רבי אין סערט-ויז'ניץ,
איך בין כמעט זיכער אז ער איז נישט געווארן פרום לכבוד די רעביסטעווע, ער האט שוין חתונה געהאט ה'תשי"א, 11 יאהר פאר דעם טאטענס פטירה,
קען זיין אז פאר'ן חתונה איז געוועהן עפעס א שוואכקייט, אבער ער האט גאנץ פיין אויסגעוואקסן, און האט געבויט גאנץ א שיינע הערליכע קהילה אין חיפה.

דער היינטיגער בעלזער פלעגט צו-לייגן "דער נעשכיזער רבי איז א גוטער ייד, און איך קען עם..."

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 5:00 am
דורך שבת אחים
איך האב ח״ו נישט געמיינט צורעדן קיין שלעכטס אויף אים. איך בין אפאר מאל געפארן צו אים אויף שבתים אלץ בחור. ער איז געוועהן גאר א קלוגער פיינער איד. נישט געטשעפעט קיינעם. געפירט א שיינע קהילה. זיינע חסידים האבן אים זייער ליעב געהאט. ער פלעגט פירן הערליכע טישן. און פלעגט שיין טאנצן ״אשת חיל״. זיך געלעבט בשלום ובשלווה מיט זיין ברודער דער ראש ישיבה הרה״צ ר׳ משה האגער זצ״ל. וע״כ איז ער געוועהן א אייניקל פון די גרעסטע רבי וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן. זי״ע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 8:55 am
דורך אישתישבי
שבת

ווער די א רבי, ווערסטו צוריק פרום בכל פרטיה?

איך בין זיכער איר וועט האבן אסאך חסידים!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 10:41 am
דורך כלבאשבוע
דולה ומשקה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט אראפ די ברך משה אז ער פלעגט ליינען יעדען טאג די נ״י טיימס? און איז געוועהן א ביזנסמאן. אדער סאיז נישט אמת?


רבי אברהם משה גאלדרינג ז"ל האט מיר דערציילט אז אין שטוב פון ברך משה איז געווען א ראדיא, ער פרעזענטליך האט געברענגט באר-בי-קיו טשיקן פאר דער ברך משה אויך מיטן טאג מארגען זשורנאל. אין 'משה היה רויעך' שטייט פונקט פארקערט.


אינטערעסאנט אז פון אזא שטוב איז ארויסגעקומען אזעלכע הייליגע בנים, מי יבוא בסוד קדושים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 12:32 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:דער אשכול קען מען אנוואטען אלץ דער מערסטע סטופיד אשכול מיום הוסדה פין ק"ש.

סתם געפליקט און געפלאפעלט אהן קיין שום ניצען.

:like :like :like ונהפוך הוא. טאמבס דאון...א שאד ס'איז נישטא א דיסלייק באטטן. איך וואלט דיר געגעבן דערם גראבסטן, פעטסטן דיס- לייק אין די וועלט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.


כהאב אמאל געהערט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל וויזניצער זצ״ל האט אים געשריבן א לאנגע מוסר בריוו נאך די מלחמה אז ער זאל אננעמען רביסטיווע אזויווי זיינע עלטערן. ער האט זיך פאר א קורצע צייט געדרייט אין בוקארעסט ביי די קריג און זיך אויסבאהאלטן צוזאמען מיט אמרי חיים און זיין משפחה און דארט האבן זיך באקאנט געמאכט. שפעטער נאכן קריג האט ר׳ חיים מאירל געהערט אז ער דרייט זיך מיט א הונט אויף די גאס האט ער אים געשריבן די לאנגע בריוו ווי ער בעט אים ער זאל צוריק אויפבויען די חסידות באבוב אויפדאסניי.

אזוי האב איך געהערט שוין אסאך מאל. קען זיין אז סאיז נישט אמת. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים זאל זיך מעלדן.

שבת אחים: איך האלט אז דו ביסט קלוגער פון דעים. ביטע גלייב נישט אזעלכע אבסורדאלע שקרים און פשוט'ע בילבולים וועלכע קומען פו א היציגן מוח וואס פאנטאזירט יומם ולילה...! ס'עט נאך קומען איינער א מטורף און זאגן אז מ'האט איהם געזעהן טאנצן מיט חזירים און עסן שיקסעס...ואין לדבר סוף...ופתי יאמין לכל דבר...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 1:31 pm
דורך שבת אחים
ר׳ בערל סאיז נישט זיכער אז סאיז שקרים.

דעס איז זיכער אמת אז ר׳ שלמה באבובער זצ״ל איז געוועהן ביי ר׳ חיים מאירל אין בוקערעסט ביים קריג פאר א קורצע צייט.
סאיז זייער מעגליך אז ר׳ חיים מאירל האט אים געשריבן א לאנגע בריוו פון חיזוק נאכן קריג אז ער זאל אויפבויען חסידות באבוב נאכאמאל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 1:44 pm
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:שבת

ווער די א רבי, ווערסטו צוריק פרום בכל פרטיה?

איך בין זיכער איר וועט האבן אסאך חסידים!!!


גוט מארגן. איך בין שוין לאנג א רבי מיט א דיקן גראבען גארטל און עטרה פון אינטען, כהאב מיך אפילו געקויפט ״א עסקעלעיט מיט לייטס און סייירינס״ כבין דאך די באוויסטע וועשניצער רבי פון סטעטן איילענד. די איינציגסטע זאך וואס איך טוה נישט איז אננעמען קוויטלעך, דאס פיר איך מיך נישט, נאר פדיונות נעם איך אן. כ׳נעם אן קעש, טשעקס, ביטקוינס, קרעידט און דעביט קארדס, פוד סטעמפס, און טאהשע קיופאנס.

ווי מ׳טיילט געלט הייב איך די האנט ווי מטיילט קלעפ הייב איך די פוס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 1:51 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ בערל סאיז נישט זיכער אז סאיז שקרים.

דעס איז זיכער אמת אז ר׳ שלמה באבובער זצ״ל איז געוועהן ביי ר׳ חיים מאירל אין בוקערעסט ביים קריג פאר א קורצע צייט.
סאיז זייער מעגליך אז ר׳ חיים מאירל האט אים געשריבן א לאנגע בריוו פון חיזוק נאכן קריג אז ער זאל אויפבויען חסידות באבוב נאכאמאל.

שבת אחים: דער חלק אז ר' חיים מאיר'ל דער אמרי חיים האט איהם געשרבן א בריו נאכ'ן קריג און געזאגט א ביסל מוסר אויך איז אמת. אבער דער חלק אז ער האטציך ארומגעדרייט מיט א הונט איז א בייזוויליגער שקר...!

Re: חסידישע פאקטן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 1:53 pm
דורך גראף
@שבת אחים המכונה כ''ק מרן וועשניץ ד'סטעטען איילענד שליט''א. א פרייליכען פורים. איך קען קומען רומפלען ביי דיר שושן פורים אדער אינמיטן די זומער?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 7:00 am
דורך קאמפאט
שבת אחים האט געשריבן:
שפעטער נאכן קריג האט ר׳ חיים מאירל געהערט אז ער דרייט זיך מיט א הונט אויף די גאס

אזוי האב איך געהערט שוין אסאך מאל. קען זיין אז סאיז נישט אמת. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים זאל זיך מעלדן.


דער מעשה מיט דער הונט ווערט פארציילט אויף ברוכל ראבינאוויטש פון מונקאטש און סאון פאולא

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:01 am
דורך berlbalaguleh
קאמפאט: אויף ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש מ'מונקאטש, ווען ער האט געוואוינט אין סאן פאולא, בראזיל האביך עס אויך געהערט מפי איש מהימן. אבער נישט אויף איהם אליין. נאר אויף זיין ..."רעבעצין"..!