בלאט 3 פון 6

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:23 pm
דורך קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע האט געשריבן:די מעשה איז זייער אומרעאליסטיש, א אידיש קינד פוילעצט אוועק אין אן טויט לאגער?
די עקטינג איז גארנישט ווערד,
די הויכפונקט איז די טויט פון די קינד פון א נאצי אפיציר? I mean seriously?
Very shallow.

אומרעאליסטיש? וואס איז דען שייך, ס׳איז א פילם באזירט אויף א פאבריצירטע געשיכטע וכדרכם של פילמ׳ס שפילט זיך עס מיט׳ן מציאות בכדי צו דראמאטיזירן אמת׳ע פארקומענישן, ע״פ רוב האט אט דאס דער צוגאנג סאך א גרעסערן כח ארויסצוברענגן וויכטיגע נקודות, נאך מער ווי סיי וואספארא פאקטישע ערצעהלונג (דאקומענטערי וכדומה) וואלט ווען געקענט.

בנוגע דעם הויכפונקט, איז מעגליך אז Your’e missing the point, אלץ איד איז אפשר שווערער אנצונעמען דעם ווייטאג אלץ אייניגליך, אבער דאס גופא איז די נקודה, אז א מענטשליכער לעבן איז גאר טייער, אפגעזעהן פאר וועמען עס געהערט, און אז דער פערזענליכער נאענטקייט פאקטאר איז בלויז געפיל, נישט קיין אונטערשייד צו ס׳איז מיינ׳ס אדער יענעמ׳ס פארשניידן א לעבן מיינט מחריב זיין עולם ומלואו.

(ועיין עוד די טראגעדיע פון די פאלעסטינער קינדער וואס קומען נעבאך אום אומשולדיג, דאכט זיך אז דארטן אידענטיפיצירסט דיך באקוועמער).

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:27 pm
דורך ישראל קאפקע
דראמאטיזירונג מיינט נישט/טאר נישט זיין אומרעאליסטיש, די מעשה דארף נישט פונקט זיין אמת, אבער עס דארף שטימען מיטן מציאות, ער לייגט אראפ די מצב אין די טויט לאגער זייער נישט עכט, אפגעזען פון די חלק ווי די דייטשע אינגל ווערט געהרגט,
אן אכט יעריג דייטשן קינד האט נישט געקענט זיין אזוי נאאיוו איבער אידן, אפשר נישט אז זיי ווערן אויסגעשחטן פלאנווייז, אבער דער קינד האט נישט קיין אנונג איבער אידן? זייער אומרעאליסטיש אויב נישט אוממעגליך,

אמת אז די ווייטאג פון די דייטשע מאמע ברענגט ארויס די געפילן 'אפילו ביי זיי', אבער סאיז גאר נאריש אז אין א פילם פון די חורבן פון די אייראפעאישן אידנטום, זאל די הויכפונקט זיין די טויט פון א נאצי אינגל,
ס'גוט אפשר פאר א פאלאק אדער א דייטשן איגנטליכן וואס קען נישט רילעיטן צו אונזער חורבן 'הי שאוד געט איט', אבער דאס מאכט עס נישט א גוטע פילם,
אויך די סקריפט און עקטינג איז זייער שוואך, ספעציעל די קינדער (כמעט ווי א פלעי אין קעמפ)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:31 pm
דורך petergrifin
IMG-20140804-WA0006.jpg

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:40 pm
דורך ישראל קאפקע
סאיז אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט 'די טאגבוך פון אנא פראנק' די פילם.
סאיז דא (מער ווי איינס דאכט זיך) אויף יו טוב 'The diary of Anne Frank' אומזיסט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 10:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
איציק פערלמאן דער שפילער פונעם באקאנטן האלאקאסט מאווי טרויעריג ליד.
https://www.youtube.com/watch?v=ueWVV_GnRIA

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:17 pm
דורך ונבנתה העיר
ווארשא'ער געטא אויפשטאנד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2fT5MBHWZpY[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 8:38 am
דורך כוכב
וויקיפעדיע האט א פולע ליסטע מיט פילמען איבער דער צווייטער וועלט מלחמה. http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_Holocaust_films

The reader פון קעיט ווינזלעט איז א שמוציגע פילם וראה הזהרתיך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:36 am
דורך קרעמער1
אידאַ איז א פוילישע דראמא-פילם איבער א נאנע וואס ווערט געוואויר אז זי איז א יוד וואס איר משפחה איז געהארגעט געווארן ביים קריג
עס שפילט יעצט אין געקליבענע טיאטערס אין ניו יארק אין ארום און עס באקומט אויסערגעווענליכע ריוויוס
http://www.imdb.com/title/tt2718492/

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:45 am
דורך petergrifin
טאַק טאַק דאבזשע פּאָלסקאַ שװיניאַ גופּי. מער פון דעם קען איך נישט קײן פויליש.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:29 am
דורך קרעמער1
פארשטייט אז ס'קומט מיט ענגלישע אונטערקעפלעך

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:49 am
דורך petergrifin
פארשטײט זיך אבער איך גײ נישט פאר מאװיס װאס דער גאנצע מאװי דארף איך סובטײטעלס אז נישט
פארשטײ איך עס נישט.
אײן אויסנאם איז Flame and Citron.
http://www.imdb.com/title/tt0920458/

א פילם װעגן דענישע פארטיזאנער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:50 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט געענדיגט שינדלר ליסט ישר כח פארן ארויפלייגן די אנדערע לינקס ארבעט עפעס נישט די סאונד איינער קען העלפן?
עס איז גאנץ אינטערעסאנט איך קען נישט זאגן אז עס איז מיר געקימן טרערן ווייל איך ווער נישט איבערגענימן פין נאכגעמאכטע זאכן עס איז אבער א גיטע אריינבליק וואס עס האט זיך אפגעשפילט
איין נקודה האב איך געטראכט אז למעשה דער שינדלר האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט מצליח געעווען אין ביזנעס אחוץ די איינע מאל אין ער האט געמאכט פונקט גענוג געלט צי קענען ראטעווען זיינע אידן ביז די סוף קריג דערנאך איז ער נישט געבליבן מיט קיין פעני הלה דבר הוא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:40 pm
דורך מילכיג
בענד אוו בראדערס צייגט א לאגער מיט מתים לרחצה. ווי פארשאפן זיי אט די מתים? און אויסגעדארטע מענטשן?
דער וואס שפילט "יוד" דארט אוי איז ער מעכטיג!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:52 pm
דורך קרעמער1
א פראפעסיאנאלע דראמאטישע חרדישע פילם "שרה אחת מול כולם"
אין א לייכטן העברעאיש מיט אונטערקעפלעך
http://movie.koshare.me/%D7%A9%D7%A8%D7 ... %A8%D7%94/
דירעקטירט דורך טלי אברהמי
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7 ... 7%9E%D7%99

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
קרעמער1 האט געשריבן:א פראפעסיאנאלע דראמאטישע חרדישע פילם "שרה אחת מול כולם"
אין א לייכטן העברעאיש מיט אונטערקעפלעך
http://movie.koshare.me/%D7%A9%D7%A8%D7 ... %A8%D7%94/
דירעקטירט דורך טלי אברהמי
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7 ... 7%9E%D7%99

קרעמער1: ייש"כ. ס'איז א הערליכער און רירנדער פילם. א שטארקע דראמאטיזאציע פון אן אמת'ן מצב.
הערה א': מ'קען עס אריינלייגן אין אשכול "עס האט מיר געברענגט טרערן"...!
הערה ב': ווען די רוסישע אידן זאגן אונז ווי גרויס זיי זענען גיווען אין רוסלאנד(מיט א חטף קמץ). מיינען מיר אז זיי פארציילן באבע מעשיות...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:02 am
דורך פידלער
איך בין פויל דורך צו גיין די גאנצע אשכול צו זען אויב איינער האט שוין רעקאמאנדירט Orchestra of Exiles. אבער אויב נישט, וויל איך עס זייער רעקאמאנדירן.

http://www.imdb.com/title/tt1906443/

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:08 am
דורך ישראל קאפקע
פידלער האט געשריבן:איך בין פויל דורך צו גיין די גאנצע אשכול צו זען אויב איינער האט שוין רעקאמאנדירט Orchestra of Exiles. אבער אויב נישט, וויל איך עס זייער רעקאמאנדירן.

http://www.imdb.com/title/tt1906443/

איז עס אינטערעסאנט פון א מוזיקאלישן שטאנדפונקט? כ'האב פונקט געזוכט היינט אויף נעטפליקס פילמס/דאקומענטארן איבער קלאסישע מוזיק, און אנגעטראפן דעם פילם,
אגב, נעטפליקס'ס קאטאלאג ווערט שוואכער פון טאג, אפילו פון די ווייניג גוטע וואס זיי האבן יא געהאט ווערן פילע אראפגענומען, צוויי פילמען וואס איך האב געהאט געקוקט אויף נעטפליקס און געהאט צוגעלייגט צו מיין ''מיי ליסט'' זענען פארשווינדן לעצטנס, (the man who cried & girl interrupted) :(

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:14 am
דורך פידלער
ישראל קאפקע האט געשריבן:
פידלער האט געשריבן:איך בין פויל דורך צו גיין די גאנצע אשכול צו זען אויב איינער האט שוין רעקאמאנדירט Orchestra of Exiles. אבער אויב נישט, וויל איך עס זייער רעקאמאנדירן.

http://www.imdb.com/title/tt1906443/

איז עס אינטערעסאנט פון א מוזיקאלישן שטאנדפונקט? כ'האב פונקט געזוכט היינט אויף נעטפליקס פילמס/דאקומענטארן איבער קלאסישע מוזיק, און אנגעטראפן דעם פילם,
אגב, נעטפליקס'ס קאטאלאג ווערט שוואכער פון טאג, אפילו פון די ווייניג גוטע וואס זיי האבן יא געהאט ווערן פילע אראפגענומען, צוויי פילמען וואס איך האב געהאט געקוקט אויף נעטפליקס און געהאט צוגעלייגט צו מיין ''מיי ליסט'' זענען פארשווינדן לעצטנס, (the man who cried & girl interrupted) :(


יא, זייער אינטערעסאנט פון א מוזיקאלישן שטאנדפונקט. עס שטעלט פאר די גרינדונג פון די Palestine Philharmonic Orchestra וואס איז שפעטער געווארן די Israel Philharmonic Orchestra. ס'דא מוזיקאלישע חלקים דא און דארט איבער די פילם.

יעדע December טוישט Netflix זייער סעלעקציע. ס'דא אפאר נייע גוטע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:52 pm
דורך מאטי
The imitation game איצט ערשינען. א בריטישער מאדנער איזאלירטער מאטעמאטיקער מיטן נאמען "עלען טורינג" ברעכט דייטשלאנדס געהיימסטער שפיאנאזש געהיימניס, גערופן "אניגמע," - א געוויסע טעכנאלאגיע וואס האט פארדרייט דעם אויסשטעל פון די דייטשע זענדונגען כדי נישט צו ווערן אויפגעכאפט - וועלכע איז אן קיין ספק געווען איינע פון די גרעסטע באשטייערונגען צו געווינען דעם קריג. ער איז דערנאך אנגעקלאגט געווארן אויפן פארברעך, נעמליך היימגעשלעכט.

א קריטישע פונקט וואס האט מיר ממש צוריסן ביזן טיפעניש פון מיין נשמה! איז אינעם מאמענט וואס די "אניגמע געהיימניס" ווערט געבראכן דערוויסן זיך די וויסנשאפטלער אז א דייטשע יו-בואט גייט אט אט אטאקירן א בריטישע ציל, און זיי זענען די איינציגע מענטשן וואס קענען דאס צוריקהאלטן מיט א בלויזן טעלעפון רוף, אבער דער איזאלירטער קאלטער עלען לאזט נישט בשום אופן! ס'האט נישט געהאלפן דער פאקט אז עימיצער פון די וויסנשאפטלער האט זיך געוויינט צו אים אז ער פארמאגט משפחה מיטגלידער אויפן ארט וואו די אטאקע קומט פאר.
ער האט ארויס געכאפט דעם טרייבל און דאס צובראכן אויף שטיקער טענה'נדיג דערביי אז די דייטשן וועלן זיך זיכער דערוויסן אז מ'איז דערגאנגן זייער גרויסן סוד אויב די בריטישע וועלן נישט קענען ענטפערן ווי אזוי זיי זענען געוואויר געווארן פונעם דייטשן אטאקע איר אפצושלאגן, און דאס גאנצע ארבייט וועט גיין לטמיון.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm
דורך איך אויך
לויט וויפיל איך געדענק איז עס געווען די ארבייט פון א גאנצע שטאב קאוד-ברעכערס וואס האבען צום סוף געבראכן די אומברעכבאר דייטשע עניגמע. זיי האבען געארבייט אין העכסטן געהיים אין א אונטערערדישע פאסיליטי בשם 'בלעטשלי פארק' וואס איז היינט א באקאנטע טוריסט אטראקציע אין גראס-בריטאניע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:19 am
דורך שמעקעדיג
כאטש מען רעדט דא בלויז פון פילמס, און א בילד איז דאך ווערד טויזענט ווערטער, און אודאי אזוי ווידיאוס, דאך וויל איך איבערהאקן א מינוט - כ'האב אדורכגעלייענט דעם בוך "דער טאטע האט געהייסן לויפן", פון הרב קארנבלי שליט"א - אן איבערלעבער פון דעם גיהנם. וואס זאל איך אייך זאגן, שוידערליך איז דאס ווארט, טרערן זענען געפלאסן פריי, עס איז אראפגעלייגט זייער גוט, עס האט מיר געגעבן אסאך אינסיידס און געוויסע דיטעילס וואס כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט, עס איז א מאסט ריעד, לא נראה כבושם הזה, ווערד אלע געלטער, און איז געאייגענט צו ליינען אין די תשעה באב טעג.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:43 pm
דורך ברעט מענינג
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווארשא'ער געטא אויפשטאנד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2fT5MBHWZpY[/youtube]

ווי קען מען האבן דעם ווידעאו עס אף נאו?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 8:44 am
דורך ברעט מענינג
.