בלאט 3 פון 4
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:02 am
דורך פאלקמאן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן::like
טויזענט לייקס פאר די הקדמה.
און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב
פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.
איך וויל דיר געבן א לייק פאר דיינע טויזנט לייקס. אבער בנוגע דיין הערה אויף אידעאלאגיעס פאדערט דאס א באזונדערער שמועס
איך בין זיכער מסכים מיט דיר אז אידעאלאגיע מוז ווערן אנגענומען מיט א געוויסער מאס פון באשיידנקייט, זאל זיין כאטש מיט א כמו-ספק, כדי צו ערמעגליכן פאר אנדערע מענטשן צו אטעמען. אבער דאס גופא קען דעבאטירט ווערן, וויבאלד ערגעץ מוזן מיר דאך פארמאגן א זיכערקייט וואס קען נישט מקבל זיין קיין פשרה. קענען מיר זיין טאלעראנט ווען ס'קומט צו די יסודות פונעם מענטשליכן מוסר למשל, ווי רציחה און גזילה?
למעשה אבער פאררופט זיך יעדע אידעאלאגיע אויף יענע זעלבע יסודות אין וועלכע מיר זענען נישט מסופק. קאמוניזם, פאשיזם, ליבעראליזם, קאנסערוואטיזם, אלע ווי איינער פאררופן זיך אויף הומאניסטישע יסודות, און אויף דעם סמך באטראכט יעדער אומ'פשרה'דיגער אידעאלאג זיין קעגנער ווי א רוצח/כופר וואס מ'טאר נישט אויסהערן.
דער סוף פסוק איז אז מענטשן מוזן פארמאגן אן אומ'פשרה'דיגקייט בנוגע די יסודות המוסר, כדי מ'זאל נישט צווייפלען צי רציחה איז מותר אדער אסור, אבער ווען ס'האנדלט זיך אין געזעלשאפטליכע פראגעס וואס זענען בלויז אומדירעקט פארבינדן מיט מאראל, מוז מען פארמאגן א געוויסע באשיידנקייט. וואס ס'איז ביי דיר רציחה איז ביי א צווייטן הצלת נפשות, און אזוי אויך פארקערט, ווי ווייטאגליך און מאדנע דאס הערט זיך. אין פראקטיק איז עס נאך שווערער וויבאלד ווען א מענטש באטראכט עפעס ווי רציחה דארף עס אים אויפשוידערן.
בקיצור, דער שמועס איז א לאנגער און קען נישט ווערן געשליכטעט אין ראם פון א קורצער רעאקציע. ממילא כאטש איך גיב דיר צוריק א טוץ מיט לייקס, לאמיר מסכים זיין אז די טעמע פאדערט א ברייטערע באהאנדלונג.
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
פאלקמאן האט געשריבן: אבער דאס גופא קען דעבאטירט ווערן, וויבאלד ערגעץ מוזן מיר דאך פארמאגן א זיכערקייט וואס קען נישט מקבל זיין קיין פשרה. קענען מיר זיין טאלעראנט ווען ס'קומט צו די יסודות פונעם מענטשליכן מוסר למשל, ווי רציחה און גזילה?
איך בין זייער טאלעראנט צו איינער וואס האלט אז רציחה און גזילה זענען אויסגעהאלטן, ווילאנג אנדערע מענטשן ליידן נישט פון זיינע קרומע דעות.
ביי אונז זאגט מען, אז דו ווילסט 'הרג'נען איינעם, דאן 'הרג'ע זיך אליין.
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:16 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק: ספעציעל ווען ס'קומט צוגעטשעפעט צו אן אגענדא. ווי למשל אפהיטן דעם כבוד פון דעם חסידות (נישט חסידות בכלליות.) אדער פון דעי עבודה זרה וועלכער ווערט אנגערופן ..."רעבי"...!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:26 am
דורך רביה''ק זי''ע
גדליה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן::like
טויזענט לייקס פאר די הקדמה.
און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב
פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.
פאסט נישט פאר רביה"ק זי"ע
האב איך געזאגט עפעס שלעכט?
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:31 am
דורך berlbalaguleh
דער אריגינאלער רביה"ק זי"ע האט אויכעט פיינט געהאט פארגלייבטע מענטשן אין א בשר ודם. עובדי עבודה זרה. ער האטציך א סאך מאל אויסגעדרוקט. אז א סאך רעבעס , אויב זיי וואלטן (ח"ו) מחלל שבת געווען און געפארן שבת מיט א וואגן, וואלטן די חסידים דאס פארענטפערט און מיט געטאנצט מיט'ן רעבי'ן... אבער מיינע חסידים... האט ער אויסגעפיהרט. אויב איך טוה עפעס שלא כהוגן וועללן זיי מיך אנשרייען...!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
ער האט סתם אזוי פיינט געהאט פארגלייבטקייט און fundamentalism, וועגן דעם פלעגט ער לייקענען חסידישע מעשיות. לדעתי איז א חלק פון זיין התנגדות צו ציונות אויך געקומען פון דעם, ער האט עס אנגעקוקט בערך אזויווי דו קוקסט אן ISIS, ודו"ק.
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 4:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
אן עונג יו"ט, איימסארי, ערב יו"ט, כ'האב נישט געקענט אויסווארטן און אפגעליינט ליל בדיקת חמץ. א היסטארישע מייסטערווערק פון אן אינטערוויו. הרב שיללער, לאמיר גיין מאכן א שטעטל ערגעץ ווי חסידות ווייסט וויאזוי צו לעבן מיט מענטשליכקייט, אפענקייט און חכמה.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:19 am
דורך שבת אחים
טעם וריח אין להתווכח. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דו האסט גארנישט געטראפן אויסער ר' משה בטלנ'ס הערינג (וואס איז א זיסע געשיכטע פאר זיך). די סיבה פארוואס איך האב געשריבן 53 בלעטער איז וויבאלד איך האב געזען אין דעם עפעס מער, און מיין האפענונג איז אז אנדערע ליינער אויך.
אמת ויציב! איך האב דאך בפירוש געשריבן: ״אז סאיז נישט אינטערסאנט פאר מיר״.
יעצט קען זיין פאר אנדערע איז עס יא געוועהן אינטערסאנט. קען אויך זיין אז סתם א באשרייבונג וויאזוי די ״סקווירער שטעטל״ האט זיך אנטוויקלט און איר היסטאריע פון די בראשית יאהרן וואלט געוועהן גאר אינטערסאנט פאר געוויסע ליינער פון ״די וועקער״ אבער פאר מיר און כגלייב אויך פאר רוב ליינער וואלט עס נישט געוועהן אינטערסאנט ספעציעל אלץ הויפט באשרייבונג אין ״די וועקער״.
יעדער קען זאגן זייערע מיינונגען. און אסאך האבן טאקע געזאגט ווי לעיקוואד, וחלופיהן, פליקער און רויטע וואנצעס. דאס איז מיינע מיינוגען:
עס איז נישט ווערט צוהערן וואס הרב שיללער האט צוזאגן ווייל ער איז די חסידישע David Duke. און פונקט ווי עס גייט מיך נישט אן אין די לינקע פאי׳ וואס דער נאצי און רשע האט צוזאגן און וועלכע געטשקע ער דינט גייט מיך אויך נישט אן וואס מאיר שיללער האט צוזאגן. און כבין גאנץ ווייניג נייגעריג אין זיינע דיעות און אין זיינע האקי מעשיות ווילאנג ער קלארט נישט אויס זיינע ״עקסטרעימע שיטות״ בנוגע ראסיזים.
און אזויווי @וחלופיהן שרייבט דאס אז מ׳האט נישט אריינגעלייגט אין די ארטיקל זיינע עקסטרעימע שיטות איז געוועהן א שטיקל ״גניבת דעת״ מצד די שרייבער פון ״די וועקער״ מהאט עס ניטאמאל אנגערירט אויף שפיץ גאפל. דעס איז א ״ביג דיעל״ היינטיגע צייטן, נישט סתם נאך א שיטה.
גלייב מיר באמונה שלימה אז עני מאגאזין וואלט היינט אריינגעלייגט אזא גרויסע ארטיקל פון א אנטיסמיט וואס שרייבט קעגן אידן וואלט איר אלע געשפרינגן. איך וואלט יענעם צומאלן אויף שטיקער. (מיט ווערטער פארשטייט זיך, נישט ליטערלי) איך וואלט געשריבן טויזנט ארטיקלן פארוואס ער איז נישט גערעכט.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:23 am
דורך שבת אחים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אן עונג יו"ט, איימסארי, ערב יו"ט, כ'האב נישט געקענט אויסווארטן און אפגעליינט ליל בדיקת חמץ. א היסטארישע מייסטערווערק פון אן אינטערוויו. הרב שיללער, לאמיר גיין מאכן א שטעטל ערגעץ ווי חסידות ווייסט וויאזוי צו לעבן מיט מענטשליכקייט, אפענקייט און חכמה.
ער איז פונקט וואס די חסידים דארפן, א סקווירער-בעל תשובה, א קאנסערוועטיווע ראסיסט! א ״ווייסע סופרעמיסיסט״ פונקט וואס ענק דארפן.
און זיין חכמה באשטייט פון וואס פונקטליך?
אפענקייט??? מענטשליכקייט??? גיוו מי א ברעיק!סוועט זיכער זיין דאס ערשטע אידישע שטעטל וואס פודסטעמפס איז אסור לגמרי...
אבער פארן רב פון שטעטל דער רב ה**ע ר׳ שיללער וועט די ארימע פלייש האקער פון שטעטל דארפן צושטעלן דאס פלייש פאר זיין משפחה. און אלע מענשטען וועלן מוזן שנארן
קוואדערס פאר זיינע קינדערס ״שכל לימוד״
זייטס נישט בייז, הער [tag]רויטע וואנצעס[/tag] דיינע שרייבן אין קאווע שטיבל איז געווענטליך זיך צו באלעקן דאס פינגער. איך האב זיכער קונה געוועהן פון אייך זינט איר שרייבט דא, אסאך מעהר וואו פון ר׳ מאיר שיללער. און צום באדויערן איז ליידער ליידער בין איך שאקירט אז אזא אפענע און קלוגע מענטש וואו אייך וואס האט אזוי ליעב די בריאה און נאטור זאל שרייבן אויף א אפענע ראסיסט: ״חכמה און מענשטליכקייט״ גאר. ס׳מאכט
מיר טראכטן אז אלע אנדערע געשרייבאכצער אייערע זאל האבן א סימן שאלה. אנטשולדיגט פון פארויס! כהאב מיך נישט געקענט איינהאלטן. ביי מיר איז א ראסיסט און זייערע אנהענגערס פונקט וואו נאציס אין אמעריקע ימ״ש. איך זעה נישט די חילוקים. און אפילו א שמץ פון ראסיזים דארף מען פארדאמען אויף ״הויכע טענער״ דאס איז נישט נעגאושעביל! סארי!
Re: דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקע
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 3:05 am
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער האט סתם אזוי פיינט געהאט פארגלייבטקייט און fundamentalism, וועגן דעם פלעגט ער לייקענען חסידישע מעשיות. לדעתי איז א חלק פון זיין התנגדות צו ציונות אויך געקומען פון דעם, ער האט עס אנגעקוקט בערך אזויווי דו קוקסט אן ISIS, ודו"ק.
אין לי כוח לדוק כל כך , אולי תכתוב וק"ל.
אויף אידיש, איך האב נישט פארשטאנען.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 1:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
שבת אחים האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אן עונג יו"ט, איימסארי, ערב יו"ט, כ'האב נישט געקענט אויסווארטן און אפגעליינט ליל בדיקת חמץ. א היסטארישע מייסטערווערק פון אן אינטערוויו. הרב שיללער, לאמיר גיין מאכן א שטעטל ערגעץ ווי חסידות ווייסט וויאזוי צו לעבן מיט מענטשליכקייט, אפענקייט און חכמה.
ער איז פונקט וואס די חסידים דארפן, א סקווירער-בעל תשובה, א קאנסערוועטיווע ראסיסט! א ״ווייסע סופרעמיסיסט״ פונקט וואס ענק דארפן.
און זיין חכמה באשטייט פון וואס פונקטליך?
אפענקייט??? מענטשליכקייט??? גיוו מי א ברעיק!סוועט זיכער זיין דאס ערשטע אידישע שטעטל וואס פודסטעמפס איז אסור לגמרי...
אבער פארן רב פון שטעטל דער רב ה**ע ר׳ שיללער וועט די ארימע פלייש האקער פון שטעטל דארפן צושטעלן דאס פלייש פאר זיין משפחה. און אלע מענשטען וועלן מוזן שנארן
קוואדערס פאר זיינע קינדערס ״שכל לימוד״
זייטס נישט בייז, הער [tag]רויטע וואנצעס[/tag] דיינע שרייבן אין קאווע שטיבל איז געווענטליך זיך צו באלעקן דאס פינגער. איך האב זיכער קונה געוועהן פון אייך זינט איר שרייבט דא, אסאך מעהר וואו פון ר׳ מאיר שיללער. און צום באדויערן איז ליידער ליידער בין איך שאקירט אז אזא אפענע און קלוגע מענטש וואו אייך וואס האט אזוי ליעב די בריאה און נאטור זאל שרייבן אויף א אפענע ראסיסט: ״חכמה און מענשטליכקייט״ גאר. ס׳מאכט
מיר טראכטן אז אלע אנדערע געשרייבאכצער אייערע זאל האבן א סימן שאלה. אנטשולדיגט פון פארויס! כהאב מיך נישט געקענט איינהאלטן. ביי מיר איז א ראסיסט און זייערע אנהענגערס פונקט וואו נאציס אין אמעריקע ימ״ש. איך זעה נישט די חילוקים. און אפילו א שמץ פון ראסיזים דארף מען פארדאמען אויף ״הויכע טענער״ דאס איז נישט נעגאושעביל! סארי!
מיין ליבער פריינט, כ'האב נישט געליינט די גאנצע שקלא וטריא ביז אהער נאר אריינגעפאלן זאגן יישר כח בעיסד אויף די אינפארמאציע וואס ס'איז געשטאנען אין וועקער. דארט איז נישט געשטאנען וועגן זיין דעה אויף אנדערע ראסעס.
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:טעם וריח אין להתווכח. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דו האסט גארנישט געטראפן אויסער ר' משה בטלנ'ס הערינג (וואס איז א זיסע געשיכטע פאר זיך). די סיבה פארוואס איך האב געשריבן 53 בלעטער איז וויבאלד איך האב געזען אין דעם עפעס מער, און מיין האפענונג איז אז אנדערע ליינער אויך.
אמת ויציב! איך האב דאך בפירוש געשריבן: ״אז סאיז נישט אינטערסאנט פאר מיר״.
יעצט קען זיין פאר אנדערע איז עס יא געוועהן אינטערסאנט. קען אויך זיין אז סתם א באשרייבונג וויאזוי די ״סקווירער שטעטל״ האט זיך אנטוויקלט און איר היסטאריע פון די בראשית יאהרן וואלט געוועהן גאר אינטערסאנט פאר געוויסע ליינער פון ״די וועקער״ אבער פאר מיר און כגלייב אויך פאר רוב ליינער וואלט עס נישט געוועהן אינטערסאנט ספעציעל אלץ הויפט באשרייבונג אין ״די וועקער״.
יעדער קען זאגן זייערע מיינונגען. און אסאך האבן טאקע געזאגט ווי לעיקוואד, וחלופיהן, פליקער און רויטע וואנצעס. דאס איז מיינע מיינוגען:
עס איז נישט ווערט צוהערן וואס הרב שיללער האט צוזאגן ווייל ער איז די חסידישע David Duke. און פונקט ווי עס גייט מיך נישט אן אין די לינקע פאי׳ וואס דער נאצי און רשע האט צוזאגן און וועלכע געטשקע ער דינט גייט מיך אויך נישט אן וואס מאיר שיללער האט צוזאגן. און כבין גאנץ ווייניג נייגעריג אין זיינע דיעות און אין זיינע האקי מעשיות ווילאנג ער קלארט נישט אויס זיינע ״עקסטרעימע שיטות״ בנוגע ראסיזים.
און אזויווי @וחלופיהן שרייבט דאס אז מ׳האט נישט אריינגעלייגט אין די ארטיקל זיינע עקסטרעימע שיטות איז געוועהן א שטיקל ״גניבת דעת״ מצד די שרייבער פון ״די וועקער״ מהאט עס ניטאמאל אנגערירט אויף שפיץ גאפל. דעס איז א ״ביג דיעל״ היינטיגע צייטן, נישט סתם נאך א שיטה.
גלייב מיר באמונה שלימה אז עני מאגאזין וואלט היינט אריינגעלייגט אזא גרויסע ארטיקל פון א אנטיסמיט וואס שרייבט קעגן אידן וואלט איר אלע געשפרינגן. איך וואלט יענעם צומאלן אויף שטיקער. (מיט ווערטער פארשטייט זיך, נישט ליטערלי) איך וואלט געשריבן טויזנט ארטיקלן פארוואס ער איז נישט גערעכט.
שבת אחים: איך גיי מיך לאזן אינטערוויו'ען אין די נעקסטע וועקער, וואו איך גיי אראפלייגן מיין ליבעראלע, אנטי ראסיסטישע, סאציאלע שיטה. לשיטתי ה'ליבעראלית וה'סאציאליסטית, דארפן מיר חסידישע, אויפגעקלערטע אידן וואוינען אין ברודערשאפט מיט די נעבעכדיגע, אונטערדרוקטע גרופס. אזוי ווי די אפריקאנער אמעריקאנער מינאריטעטן. און די מעקסיקאנער-אפשטאמיגע בלוט'ן און קריפפ'ן. אונז דארפן מיר אויפמאכן אונזערע טויערן פון די אידישע געגענטן וואו אידן וואוינען היינט. מ'רעדט נישט פון די אמאליגע, אלטע, אריגינאלע אידישע געגענטן וועלכע אונזערע אונטערדריקטע ברודערס (און שוועסטערס) האבן איבערגענימען אויף אן אייגנארטיגן אופן. יא. דאס איז געווען אמאל. אבער זיי דארפן דאך לעהבנסרוים. זייער באפעלקערונג וואקסט דאך בליעה"ר מיט גרויסע און שנעלע פראצענטן. (כמעט אזוי ווי להבדיל, די אידישע באפעלקערונג אין מצרים.) ווער שמועסט נאך, ווען דער גוטער פעטער שמואל זז"ג געט תמיכה פאר מאמעס וועללכע מוטשען זיך נעבעך אליינס אויפ צו ציעהן דאס שווארצע געזינדל. ווייל די טאטעס זענען ערגעץ וואו נעלם געווארן. א טייל זענען נעבעך אין די ראסיסטישע דזשעילס, וואו די ראסיסטישע פאליציי האבן זיי אהין אריינגעלייגט. און א טייל זענען סתם אזוי טמיר ונעלם. עכ"פ אונז דארפן מיר ארויסווייזן סאציאליסטישע ברודערשאפט און זיי שטארק מקרב זיין. איך וואלט געזאגט אז אונז שטאמען מיר דאך פון איין מענטש. אדם הראשון. די פראבלעים איז דאך אבער אז דו גלייבסט נישט אין די אלטמאדישע זאכן וואס שטייען אין די תורה. עכ"פ פון איין טשימפענזי אדער גאריללא שטאמען מיר דאך זיכער. אזוי האט דאך פראפעסאר דארווין בכבודו ובעצמו פעסטגעשטעלט...!
נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 10:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אונטער חכם האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער האט סתם אזוי פיינט געהאט פארגלייבטקייט און fundamentalism, וועגן דעם פלעגט ער לייקענען חסידישע מעשיות. לדעתי איז א חלק פון זיין התנגדות צו ציונות אויך געקומען פון דעם, ער האט עס אנגעקוקט בערך אזויווי דו קוקסט אן ISIS, ודו"ק.
אין לי כוח לדוק כל כך , אולי תכתוב וק"ל.
אויף אידיש, איך האב נישט פארשטאנען.
zionism is jewish fundemantalism, and ISIS is islamic fundamentalism
געמיינט האב איך צוזאגן, אז ווען דו וועסט ארויסהאבן וואס די חורבן פון די ISIS אידעלאגיע איז, וועסטו אויך פארשטיין די חורבן פון די ציוניסטישע אידעלאגיע. פארשטיייט זיך אליין אז ס'איז אויף פיל א קלענערע פארנעם, אבער ס'איז דער זעלבער ענין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 11:37 pm
דורך שבת אחים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן::like
טויזענט לייקס פאר די הקדמה.
און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האב
פיינט אידעאלאגישע מענטשן, שנאת מוות ממש.
דו האסט פיינט אידעאלאגישע מענטשען?
איך מאך מיט דיר א דיעל. גיי וויואן אין די אפריקאנער דזשונגעל מיט חיות רעות און נאכדעם זאג מיר צו דו האסט נאכאלץ פיינט אידעלאגישע מענשטען. דארפסט אפילו נישט גיין וואוינען מיט קיין חיות, גיי קיין קאנגא וואו מענשטען עסען זיך אויף איינער דעם צווייטן און נאכדעם זאג מיר צו דו האסט נאכאלץ פיינט אידעאלאגישע מענטשען... איך געב עס מאקסימום פון זעקס ביז 12 שעה און דו גייסט זיך כאפן וויפל די אידעאלאגישע מענטשען האבן דיר געהאלפן זייט דו ביסט געבוירן געווארן. זיצט זיך דא על סיר הבשר אין אמעריקע אין א פרייע לאנד מיט געזעצן און א סאסייעטי וואס מהאט געמאכט נאך טויזנטער יאהרן וואס מ׳האט איינגעזעהן אז דעס און יענעץ טויגן נישט און איז נישט אין די אינטערס פון אנדערע מענטשען. דו האסט הנאה פון אלע עספעקטן פון ״פרייהייט״ דיין גאנצע סעקיורטי און סעיפטי שטאמט ווייל מענשטען האבן ענדליך געמאכט געזעצן לויט געוויסע אידאלאגיען. דעס אז קיינער כאפט נישט אראפ רבינו הקדוש דעם שטריימל פון קאפ און ברעכט אים נישט אן די ביינער ווען ער גייט אויף בעדפארד עווניא שטאמט אויך פון אידעלאגען. סאיז דא ״גיטע איידיעס״ וואס איז אין די אינטערס פון רוב מענטשען און סאיז דא ״שלעכטע איידיעס״ וואס איז נישט גוט פארן המון עם און אונזער אחריות אלץ מענטשן איז צו אינפארסירן די גיטע איידיעס.
יעצט לאמיר דיך עפעס פרעגן? זאג, דו האסט נישט קיין אידעלאגן? ווילסט איך זאל דיר יעצט אויסרעכענען וויפל אידעלאגן דו האסט דא אפגעשריבן נאר די לעצטע פאר טעג אליינס??? וואס דרייסטו דעם קאפ? ווען דו שרייבסט אז דו פיינט ״אידעאלאגישע מענטשען״ מיינסטו אוואדי מענשטען וואס האבן א ״אנדערע אידאלגיע״ ווי דיר??? נא זאג אזוי! דו ביסט קעגן מענשטען וואס טראכטן אנדערש פון דיר!
בד״ו דעס אז דו האסט פיינט ״אידעאלאגישע מענטשען״ איז נישט קיין אידאלגיע אליינס???
צום שלוס וויל איך דיר זאגן איך האב פיינט מענטשען וואס האבן פיינט ״אידעאלאגישע מענטשען״ ווייל א מענטש אן קיין אידעלאגן איז קיין מענטש נישט, נאר א חי׳ און א בהמה פון וואלד ארויס.
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 12:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:דו האסט פיינט אידעאלאגישע מענטשען?
זאג נאר, וועמען האסטו פיינט, היטלער אדער טראמפ? דו פארשטייסט נישט אליין אז מ'קען פיינט האבן מער פון איין זאך?!
און דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז אידעלאגישע מענטשן טוען אויף זייער גרויסע זאכן און מ'דארף זיי זייער וויכטיג האבן, אבער וואס זאל איך טון? איך האב זיי פשוט פיינט! די איגו וואס שטינקט פון זיי איז פשוט
א גרויל!!! פעך!!!
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 3:10 am
דורך שבת אחים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:דו האסט פיינט אידעאלאגישע מענטשען?
זאג נאר, וועמען האסטו פיינט, היטלער אדער טראמפ? דו פארשטייסט נישט אליין אז מ'קען פיינט האבן מער פון איין זאך?!
און דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז אידעלאגישע מענטשן טוען אויף זייער גרויסע זאכן און מ'דארף זיי זייער וויכטיג האבן, אבער וואס זאל איך טון? איך האב זיי פשוט פיינט! די איגו וואס שטינקט פון זיי איז פשוט
א גרויל!!! פעך!!!
דו מאכסט זיך אליינס צו-נער. דו האסט דיך אליינס פיינט ווייל דו האסט נאכנישט אנגעפאנגן צוכאפן וויפל ״אידעלאגיעס״ דו האסט. לויט דיינע תגובות האסטו אפגעשריבן לכה״פ הונדרעט אידעאלגיעס. דו כאפסט נאר נישט. דו ביסט אויך דאכצעך א ״ליבערטעריען? ניין? איז גיי וואוינען אויף אנאטארטיקע און מאך דיך דיין אייגענע לאנד שלעפ דיר אליינס דיין וואסער (אויב דו וועסט טרעפן) צו דיר אליינס דיין עלעקטריק און אינטערנעט. און לעב דיר אליינס דיין איגאו-פרייע לעבן.
אויב וועט אבער איינער קומען און דיר באגנבנען און צונעמען דיין גאנצע האב און גוטס און רעיפן דיינע קליינע מיידלעך און אויסרצחנן דיינע יונגעלך האב חלילה נישט קיין טענות אויף אים ווייל ער איז פונקט ווי דיר ״א ליבעטעריען״ און ״אידאלגיע-פרייע״. וואו קומט די גאווערמענט זיך אריינצומישן וואס איך זאל טוהן?
דיין ״איגאו קלעים״ איז סתם דיין פערזענליכע אפיניען און קיין שטארקע באווייזן האסטו נישט אויף דעם. איך האלט אז די אלע וואס האסן אידעלאגיע זענען ״בעל גאווה״ יעצט גיי ווייז מיר אויף אז נישט.
איך וויל זעהן אז מארגן זאל קומען איינער לעבן דיין הויז און אויפבויען א ריזיגע בנין ניטאמאל א אינטש פון דיין הויז און דיר פארשטעקן די ליכטיגקייט און פארבויען דיינע פענסטערס. א טאג נאכדעם קומט אקעגן איבער דיין הויז א ריזיגע פאבריק וואס וועט פארגאזאן און פארויכערן מיט דיין גאס מיט שווערע כעמיקעלס אזש אז דו וועסט נישט קענען אטעמען. און קיין פייער, העלט, ענווייערמענט דיפארטמענט איז נישטא. דערנאך וועט קומען אפאר אלטע שיכורים און דראג-עטיקס קאקן ביי דיין טיר יעדע נאכט. וויל איך זעהן צו דו ביסט נאכאלץ א ליבעטעריען. און א אידעאלגיע-פריי. ווען סוועט קומען צו דיינע באדערפענישן וועסטו פלוצלינג ווערן א גרויסע אידעלאג.
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 3:47 am
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:דיין ״איגאו קלעים״ איז סתם דיין פערזענליכע אפיניען און קיין שטארקע באווייזן האסטו נישט אויף דעם.
ס'נישט קיין קלעים. כ'האב נאר געזאגט אז
איך עקל מיך פשוט פון אזעלכע מענטשן, און איך מיין אז ס'קומט פון איגו. ס'קען זיין אז ס'נישט וועגן איגו, אפשר גאר עקל איך מיך פון זיי ווייל זיי זענען סעלפלעס, אבער עקלדיג זענען זיי. מיט די איבעריגע ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט, כ'האב נישט וואס מוסיף צו זיין.
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 6:45 am
דורך פאלקמאן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:zionism is jewish fundemantalism, and ISIS is islamic fundamentalism
געמיינט האב איך צוזאגן, אז ווען דו וועסט ארויסהאבן וואס די חורבן פון די ISIS אידעלאגיע איז, וועסטו אויך פארשטיין די חורבן פון די ציוניסטישע אידעלאגיע. פארשטיייט זיך אליין אז ס'איז אויף פיל א קלענערע פארנעם, אבער ס'איז דער זעלבער ענין.
די איראניע איז אז דאס זאגט א מענטש וואס גלייבט אנגעבליך נישט אין קיין אידעאלאגיע... דאכט זיך אז וואלסט בעסער נישט געקענט איבערווייזן מיין נקודה, אז אידעאלאגן פרובירן בדרך כלל צו באטיטלען דעם קעגנערישן צד מיטן ערגסטן וואס ס'איז שייך.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נישט קיין קלעים. כ'האב נאר געזאגט אז איך עקל מיך פשוט פון אזעלכע מענטשן, און איך מיין אז ס'קומט פון איגו. ס'קען זיין אז ס'נישט וועגן איגו, אפשר גאר עקל איך מיך פון זיי ווייל זיי זענען סעלפלעס, אבער עקלדיג זענען זיי.
ס'איז נאטירליך. דער עקל איז פון מענטשן וואס זענען נישט אין דיין אידעאלאגישן שניט.
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 8:13 am
דורך מאטי
[tag]שבת אחים[/tag] זאגן אז שווארצע זענען ווייניגער ווערד בלויז צוליב זייער קאליר איז בלי ספק שאנדפול און גרויליג. איך האב נישט קיין ספק אז אפילו פאלקסמאן איז אויך ביי דער מיינונג. איך האלט אבער איז דו ביסט נישט גערעכט מיט דיין העצערישן פיינטליכן גייסט וואס דו ברענגסט אריין אין דעם אשכול.
דו ווילסט.... עפן אן אשכול "מחאה!!! ראסיסט פארגעשטעלט אלס העלד אין הויפט וועקער ארטיקל"
דאס פארוואנדלען אן אשכול געאייגנט צו באהאנדלען א ספיציפישע נושא אין א פאס פולווער איז נישט מענטשליך און נאריש. דא איז נישט דאס ארט וואו ס'גייט ארויסקומען דעם געוואונטשענעם תיקון העולם אויף ראסיזם.
ווילסטו דאך אודאי וויסן "און ווען ער וואלט געווען אן אנטיסעמיט וואלסטו אויך אזוי געהאלטן?"
דער תירוץ איז: "יא"
ס'דא א צייט פאר אלעמען, ס'דא א סדר און א מקום ווי אזוי מ'פירט א ציוויליזירטע דיאלאג, דאס זאגט גארנישט בנוגע די דעות וואס דו האסט ערווענט (וועלכע איך בין איינשטימיג מיט דיר, ווי געשריבן אין אנהייב)
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 9:05 am
דורך שבת אחים
מאטי האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] זאגן אז שווארצע זענען ווייניגער ווערד בלויז צוליב זייער קאליר איז בלי ספק שאנדפול און גרויליג. איך האב נישט קיין ספק אז אפילו פאלקסמאן איז אויך ביי דער מיינונג. איך האלט אבער איז דו ביסט נישט גערעכט מיט דיין העצערישן פיינטליכן גייסט וואס דו ברענגסט אריין אין דעם אשכול.
דו ווילסט.... עפן אן אשכול "מחאה!!! ראסיסט פארגעשטעלט אלס העלד אין הויפט וועקער ארטיקל"
דאס פארוואנדלען אן אשכול געאייגנט צו באהאנדלען א ספיציפישע נושא אין א פאס פולווער איז נישט מענטשליך און נאריש. דא איז נישט דאס ארט וואו ס'גייט ארויסקומען דעם געוואונטשענעם תיקון העולם אויף ראסיזם.
ווילסטו דאך אודאי וויסן "און ווען ער וואלט געווען אן אנטיסעמיט וואלסטו אויך אזוי געהאלטן?"
דער תירוץ איז: "יא"
ס'דא א צייט פאר אלעמען, ס'דא א סדר און א מקום ווי אזוי מ'פירט א ציוויליזירטע דיאלאג, דאס זאגט גארנישט בנוגע די דעות וואס דו האסט ערווענט (וועלכע איך בין איינשטימיג מיט דיר, ווי געשריבן אין אנהייב)
קודם כל איך ווייס נישט צו דו ווייסט איך האב קודם געפענט א אייגענע ״מחאה אשכול״. איז געקומען איינער פון די הנהלה און עס צאמגעשמאלצן מיט די אשכול.
צווייטענס: דו מעגסט האלטן וואס דו ווילסט. איך זעה נישט קיין שום סיבה שבעולם אז דווקא ווען מ׳עפענט א נייע אשכול הייסט עס א ״ציוויליזרטע דיאלאג״ דווקא אין א ״באזונדערע אשכול״ ווייל דו האסט אזוי אפגעמאכט??? ווייל דיר געפעלט נישט וואס איך שרייב???
איך האלט אז דא איז די אשכול וואו מ׳דארף מוחה זיין און אין די דאזיגע אשכול איז עס א ״ציוויליזרטע דיאלאג״. אויב עפענט מען א באזונדערע אשכול איז עס נישט קיין ״ציוויליזרטע דיאלאג״...
האסט נישט קיין שום סיבה פארוואס אין איין אשכול איז עס יא א ציוויליזרטע דיאלאג און אין צווייטען נישט. אבי גערעדט...
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 9:21 am
דורך מאטי
שוין, האבן מיר שוין א gap וואס לאזט זיך דעבאטירן אינדרויסן פון וואס שייך צו ראסיזם. איך רעספעקטיר דיין מיינונג, יעצט בלייבט איבער צו וויסן, וואס איז די מיינונג פון רוב מעמבערס דא.
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 10:53 am
דורך רביה''ק זי''ע
פאלקמאן האט געשריבן:די איראניע איז אז דאס זאגט א מענטש וואס גלייבט אנגעבליך נישט אין קיין אידעאלאגיע... דאכט זיך אז וואלסט בעסער נישט געקענט איבערווייזן מיין נקודה, אז אידעאלאגן פרובירן בדרך כלל צו באטיטלען דעם קעגנערישן צד מיטן ערגסטן וואס ס'איז שייך.
פאלקמאן האט געשריבן:ס'איז נאטירליך. דער עקל איז פון מענטשן וואס זענען נישט אין דיין אידעאלאגישן שניט.
וואטעווער. כ'האב שוין נישט קיין נערוון צו דעם שמועס. ווער ס'האט פארשטאנען האט פארשטאנען. נעקסט קעיס.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 2:29 pm
דורך בן ישי
מיט הרב מנחם באמבאך