בלאט 1 פון 1

אב"ד נועם ורצון אויף טוויטער: אונזער עדיוקאציע דארף א תיקון

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 12:58 am
דורך איסר האטלקי
אין א פרישע אטאקע האט דער רעליגיעזער משפיע פון טאמס ריווער געגנט ארויסגעשאסן א סעריע טוויטס אויף די טוויטער, וואו ער שרייט זיך אויס דאס הארץ וואס עס טוט אים וויי איבער די היינטיגע שוואכע עדוקאציע אין היימישע ישיבות.

גלייבט מיר, מיר באדערט אויך פארוואס מען טוט גארנישט דערצו, יעדער פארשטייט אבער אז דער מאסטער איז נישט דער וואס זאל עס טון. אין א צייט ווען יאפפעד וויל עפעס, וויל יעדער פרומער איד דאס פארקערטע.

אויב לאבין וויל דאס נאכאלץ נישט פארשטיין האב איך נישט קיין טענות. נישט יעדם'ס מוח קען פארנעמען אזעלכע טיפע געדרייטע חילוקים, נאכדערצו ווען מ'פארשטייט נישט פארוואס קראקס איז פאני אויפן גאס.

אבער מרא דעלמא, פארוואס אויף טוויטער??? עסקנים פרובירן מיט בלוט צו קאמפיינען שטיל צו מאכן דעם עוכר ופשע, מיט קאמענטארן און העשטאגן. פארוואס פונקט דארט מוז ער אויסשיסן זיין איינזאמען טאמס ריווער נאכט שטילקייט??

ווען אן עסקן פרובירט אים שטיל צו מאכן זאגנדיג אז יעצט איז נישט די צייט דערפאר, אדער אז ער זאל עס שרייבן אויף אידיש אינעם מאמענט, ענטפערט ער מיט פיקחות ווואזשנע תירוצים און באלעקנדע ענטפערס, אזש אלע גאונים וואלטן געטרייסלט פון אזעלכע שארף שפיציגע גאונות.

פארוואס???