בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 10:58 pm
דורך בן ישי
מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.
הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפ נעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.
די בד"ץ העידה החרידית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:23 am
דורך איסר האטלקי
איך האב געהאלטן פון מהרז''ל אסאך מער, אין מיינע אויגן איז ער אראפ עטליכע דרגות נענטער צו זיין ברודער מיט דעם שריט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 1:35 am
דורך [NAMELESS]
בן ישי האט געשריבן:הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפ נעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.
די בד"ץ העידה החרידית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.
100% גערעכט מיט די נקודה
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:18 pm
דורך signout
בן ישי האט געשריבן:מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.
הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפנעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.
די בד"ץ העדה החרדית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.
ער האט געמאכט פין דיר ליצנות ביז יעצט אז די געגלייבט די נועם המידות געים, די מעסעזשעס וואס ער האט פערזענליך געשיקט מיטן אויסרייד אז ''די כינוס שטעכט אים אריין א מעסער אין רוקן'', ועל כולם ווי ער האט נעכטן אריבערגערופן/געלאזט רופן ר' שמעי' גרינבוים אין 'ער/מהרז''ל אליין' האט פארלאנגט אז ער טאר נישט גיין צום כינוס, רעדט גענוג
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:20 pm
דורך signout
כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:35 pm
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן
ניין נישט אמת די גאב''ד איז נישט מהרס די עדה החרדית אין ארץ ישראל.
ועוד די סיבה פארוואס ר' אהרן נעמט אויף די גאב''ד ווייל לכבוד עצמו הוא דורש...
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:38 pm
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:signout האט געשריבן:כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן
ניין נישט אמת די גאב''ד איז נישט מהרס די עדה החרדית אין ארץ ישראל.
ועוד די סיבה פארוואס ר' אהרן נעמט אויף די גאב''ד ווייל לכבוד עצמו הוא דורש...
ווענד זיך וועם די רופסט די עדה החרדית, ס'דא למשל די קהילות ווי דשנסקיא אין תולדות אהרן נאכדעם איז דא סוקרוקים ווי אוהל שרה וכו'
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:40 pm
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:signout האט געשריבן:כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן
ניין נישט אמת די גאב''ד איז נישט מהרס די עדה החרדית אין ארץ ישראל.
ועוד די סיבה פארוואס ר' אהרן נעמט אויף די גאב''ד ווייל לכבוד עצמו הוא דורש...
כ'זעה האסט צוגעלייגט נאך א שורה צו דיין תגובה, ס'האט מיר געקאסט א שמייכעל, מהרז'''ל איז דער לוחם מלחמת השם ס'בכלל נישט לכבוד עצמו הוא דורש.. לאל כ'דענק טאקע ביז ער האט באקומען א רבנות פאסטן אין הויכע נו''ן יארען איז ער געווען א פייערדיע קנאי...
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:signout האט געשריבן:כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן
ניין נישט אמת די גאב''ד איז נישט מהרס די עדה החרדית אין ארץ ישראל.
ועוד די סיבה פארוואס ר' אהרן נעמט אויף די גאב''ד ווייל לכבוד עצמו הוא דורש...
ווענד זיך וועם די רופסט די עדה החרדית, ס'דא למשל די קהילות ווי דשנסקיא אין תולדות אהרן נאכדעם איז דא סוקרוקים ווי אוהל שרה וכו'
ווען מען רעדט פון סאטמר רעדט מען פון ר' הירצקא צוויבל צו אפילו ר' געציל בערקאוויטש יעדער פארשטייט אז מען רעדט פון סאטמר רבי די זעלבע ביי עדה החרדית מיינט דאס די גאב''ד
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:signout האט געשריבן:כו''ע מודה אז מהר''א האט נאך אזעלכע גיטע תירוצים נישט צו אויפנעמן אין אוודאי נישט באזוכן די גאב''ד ווי מהרז''ל האט אויפן ראב''ד, מיט דעם אלעם איז עס נאכנישט געשעהן
ניין נישט אמת די גאב''ד איז נישט מהרס די עדה החרדית אין ארץ ישראל.
ועוד די סיבה פארוואס ר' אהרן נעמט אויף די גאב''ד ווייל לכבוד עצמו הוא דורש...
כ'זעה האסט צוגעלייגט נאך א שורה צו דיין תגובה, ס'האט מיר געקאסט א שמייכעל, מהרז'''ל איז דער לוחם מלחמת השם ס'בכלל נישט לכבוד עצמו הוא דורש.. לאל כ'דענק טאקע ביז ער האט באקומען א רבנות פאסטן אין הויכע נו''ן יארען איז ער געווען א פייערדיע קנאי...
איך ווייס נישט וואס ער איז באמת אבער למעשה שפילט ער ווי אזוי מען דארף שפילן אלס סאטמר רבי, דיין רבי די געוועזענע קרית יואלע רב קען זיין ער איז א קנאי אבער זיינע מעשים זענען להיפוך
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 5:59 pm
דורך גאנצל
צום ביישפיל שטיצן אגודיסטן איז וואס א סאטמאר רבי דארף טון..........
אריין שטעלן קינדער אין חנוך עצמאי דאס איז דאך געווען פון די דברים העומדים בראש וואס דער סאטמאר רבי האט געטון............
זיך שטעלן צו א פיקטשער דאס האט די סאטמאר רבי געטון איינמאל א חודש מסתמא..............
סארי פאר'ן אויפוועקן פון דיין חלום
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל: ועוד. מ'דארף נאך מער שעצן מהר"א שליט"א מיט דעים וואס ער האטציך נישט צוגעשטעלט צו די מערכה פון די חבורת זאלונים פאריאר אין בארקלעי'ס. ער האט מקיים געווען דעם לא תגורו. ער האט נישט געטון וואס ס'איז פאליטקלי קארעקט. און ער האטציך נישט באטייליגט אין די (אומנוצליכע) אסיפה. ווייל ער האט איינגעזעהן אז די אזוי גערופענע גזירת הגיוס וואס הרב שמואל אויערבאך ז"ל האט אנגעפיהרט איז א פאלשע אישו. אבער פון די צד מהר"א (די אזויגערופענע ארונים) האט קיינער נישט געריסן קיין צעטלעך אדער ארויסגעגעבן פאשקעוויללן אויף אנערקענטע גדולי ישראל...!
נאר דער תירוץ איז אז די זעלבע חבורה וועלכע האבן מבזה געווען הרב שטיינמאן זצ"ל. זענען יעצט מבזה להבחל"ח דעם ראב"ד שליט"א. אויף זיי זאגט דער נביא..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...ווען מ'זאלל משפט'ן לויט דעם אליין, זעהט מען שוין איין ווי דער אמת איז. ממש אזוי ווי דער משפט פון שלמה המלך ע"ה. אין די הפטורה פון פ' מקץ...ווי די אמת'ע מאמע האט געזאגט אז מ'זאלל אוועקגעבן דאס קינד פאר איהר. און די פאלשע מאמע האט געזאגט..."גם לי, גם לך לא יהיה, גזורו"...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:54 pm
דורך איש את רעהו
[tag]גאנצל[/tag] ווען דער בעלעגאלע איז צופרידן טויג עפעס נישט
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 1:04 am
דורך signout
נאך אין די סעריע פין ניצן די געלגענהייט צו זיין נארמאל.... קווינס בחורים דרייען זיך ארום אין די גאסען מיט ספרעי, קאמענטארען זענען איבריג, איינער געדענקט אזוינס ביי בארקלעי?
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 1:09 am
דורך signout
בן ישי האט געשריבן:מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.
הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפ נעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.
די בד"ץ העידה החרידית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.
מהרז''ל האט אנפאנג וואך אריבערגערופן איינס פין די וואס האבען געדארפט רעדן ביים כינוס, מיטוואך איז ער געקומען אין מהרז''ל האט פארלאנגט ער זאל עס קענסלען, ער האט נישט געוויסט וואס צו טוהן, היינט דאנערשטוג צופריה האט אים מהר''א גערופן אין געזאגט אז ער וויל נישט אז וועגן אים זאל ער ליידן אין פארלירן זיין פרנסה אין פארשטייט אים אין ער מעג זיך אפזאגען, (רוב עולם אין סאטמאר ווייסט די נאמען פין וועם מ'רעדט)
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:26 am
דורך [NAMELESS]
איז נישט
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:46 am
דורך איסר האטלקי
זיי האבן יא עפעס אן ארטיקל איבער די א' שלח כינוס!!
אה, פון די תשע''ז כינוס...
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:17 pm
דורך בן ישי
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 3:03 pm
דורך אוהב ספרים
signout האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:מהרז"ל'ס נישט אויפנעמען די ראב"ד באדערט מיך שטארק ווייל עס מאכט עס אויסזעהן כאילו ער שטיצט די עקלהאפטיגע פאשקעווילן וואס איך בין זיכער אז ער און רובם ככולם פון זיינע מענטשן שטיצען דאס נישט.
הלוואי ווען ער קומט ארויס קלאר (אדער כאטשיג התאחדות) אקעגן די געמיינע שריט פון די פאר משוגעים און דאס זאל אראפ נעמען די חרון אף וואס זיי קענען חלילה אנברענגען.
די בד"ץ העידה החרידית אין א"י וואס טייל דיינים דארטן דינגען זיך מיט עם האט אבער נאכאלץ פארדאמט די בזיון כבוד התורה אקעגן עם דורך די פאר סיקריקים.
מהרז''ל האט אנפאנג וואך אריבערגערופן איינס פין די וואס האבען געדארפט רעדן ביים כינוס, מיטוואך איז ער געקומען אין מהרז''ל האט פארלאנגט ער זאל עס קענסלען, ער האט נישט געוויסט וואס צו טוהן, היינט דאנערשטוג צופריה האט אים מהר''א גערופן אין געזאגט אז ער וויל נישט אז וועגן אים זאל ער ליידן אין פארלירן זיין פרנסה אין פארשטייט אים אין ער מעג זיך אפזאגען, (רוב עולם אין סאטמאר ווייסט די נאמען פין וועם מ'רעדט)
למעשה איז ער געווען און נישט גערעדט
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 4:33 pm
דורך signout
בן ישי האט געשריבן:.דער איד דעקל
קפ די לעצטע פאר חדשים בין איך געווען שטארק צובראכן איבער די פטירה פון ידידינו ר' שמואל וויעדער ז''ל..
היינט צופרי ווען איך האב געזעהן די פראנט פעידזש פון *דער איד*, ווי ער לייגט דאס פאריעריגע בילד פון בארקלעיס, האב איך זיך בארואיגט..
*ר' שמואל לעבט!! ער איז נאר געגאנגען ארבייטן אין 'דער איד' אפיס*..
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 11:23 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:גאנצל: ועוד. מ'דארף נאך מער שעצן מהר"א שליט"א מיט דעים וואס ער האטציך נישט צוגעשטעלט צו די מערכה פון די חבורת זאלונים פאריאר אין בארקלעי'ס. ער האט מקיים געווען דעם לא תגורו. ער האט נישט געטון וואס ס'איז פאליטקלי קארעקט. און ער האטציך נישט באטייליגט אין די (אומנוצליכע) אסיפה. ווייל ער האט איינגעזעהן אז די אזוי גערופענע גזירת הגיוס וואס הרב שמואל אויערבאך ז"ל האט אנגעפיהרט איז א פאלשע אישו. אבער פון די צד מהר"א (די אזויגערופענע ארונים) האט קיינער נישט געריסן קיין צעטלעך אדער ארויסגעגעבן פאשקעוויללן אויף אנערקענטע גדולי ישראל...!
נאר דער תירוץ איז אז די זעלבע חבורה וועלכע האבן מבזה געווען הרב שטיינמאן זצ"ל. זענען יעצט מבזה להבחל"ח דעם ראב"ד שליט"א. אויף זיי זאגט דער נביא..."ויהיו בוזים במלאכי אלוקים"...ווען מ'זאלל משפט'ן לויט דעם אליין, זעהט מען שוין איין ווי דער אמת איז. ממש אזוי ווי דער משפט פון שלמה המלך ע"ה. אין די הפטורה פון פ' מקץ...ווי די אמת'ע מאמע האט געזאגט אז מ'זאלל אוועקגעבן דאס קינד פאר איהר. און די פאלשע מאמע האט געזאגט..."גם לי, גם לך לא יהיה, גזורו"...!
אויף דיין ערשטע פאינט אז מהר"א האט געהאט גערעכטע טענות פאר זיך נישט צושטעלן צו בארקלעי'ס, קען מען זיך אפשר דינגן. אבער דאס וואס די שרייבסט אז די ארונים ווארפן נישט פאשקעווילן און זענען נישט מבזה גדולי ישראל מוז איך מודה זיין ביסט 100% גערעכט!
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 9:43 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו מיינסט דאך אוודאי צו זאגן פארקערט.אבער דאך האביך דיר געגעבון א לייק. ווייל די תמימים וועללן מיינען אז דו זאגסט עס לפי פשוטו...!