בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2018 3:00 pm
דורך Avrom
לא יתכן הרי ריש לקיש חשבו לאשה

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2018 3:14 pm
דורך אישתישבי
עס האט געווארט א געפאקטע עולם אין סטאלין אויף דער שיעור פין ראב"ד, און ער איז נישט אנגעקומען.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2018 5:11 pm
דורך signout
ארי נוהם האט געשריבן:די אשכול איז גאנץ וויציג, אבער אירע פרטים הונקען גאר שטארק אונטער, אזש ס'טוישט די צורת הדברים:


א. די טיטל פוסק הדור אויף הרב וואזנער איז הערשט געווארן סוף ימי חייו, און טאקע אין טייל אויך אדאנק די ארונים וואס האבן אים מכתיר געווען מיט דעם, זייענדיג א חסיד פון זייער רבי.

ב. ער איז נישט געווען דער גרעסטער משיב הדור. ר' מנשה הקטן, יאקע רב, ר' נתן געשטעטנער, צאנזע דומ"ץ, און נאך א ליסטע פון רבנים האבן אויך משיב געווען מיט אסאך בענדער. הרב וואזנער'ס מעלה איז געווען זיין גלאטקייט, נישט שרייבן צו לאנגע מערכות ווען ס'פעלט נישט אויס, און דאס האט אים פארוואנדלט אלץ פוסק וואס מציטירט מער פון אנדערע משיבים.

ג. אפיציעל האט דער גאב"ד מסודר'דיגע תשובות, חידושים, און הערות בכל מקצועות התורה, אנגעהויבן ביי ש"ס און געענדיגט ביי הערות על סדר ד' חלקי שו"ע. ער געט עס נישט ארויס בחייו ווי געוויסע האבן זיך געפירט (און ער איז א שרעקליכע עקשן וועם מ'קען נישט איבערצייגן עס ארויסצוגעבן להראות להעמים יופיו וכו'). כ'נעם נישט אחריות אויף דעם, אבער כ'האב עס געהערט פון עטליכע אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי אים. אין זיין ספרים שטוב זענען דא בענדער מכתבי ידיו.

ד. כ"ק מרן הגאב"ד איז א טיטל וואס א פריערדיגער האט שוין געקריגן (טיילנדיג אן ענליכן גורל ווי דער היינטיגער גאב"ד), ה"ה ר' משה אריה פריינד. ער איז דער ערשטער - חוץ סאטמער רב - וואס בנוסף צום גאב"ד'שאפט איז ער געווען א גאנצע רבי מיט חסידים, אויף וועם ס'האט געפאסט אזא טיטל. ונוסף גם הוא, הרי"מ דושינסקי, אז ער איז געווארן אן אדמו"ר, ועכשיו אכשר דרא ואיתמחי גאב"ד מיט חזקה ג' פעמים, אז דער גאב"ד איז א שטיקל רבי'לע מיט קוויטלך ושאר מרעין בישין.

ה. נישט ארוינים און נישט זאלוינם האבן געזוכט א פוסק הדור. סך הכל, ווען די ארוינם האבן געזיכט צו פראסקען דעם גאב"ד פארן פירן די מערכה קעגן גלובנציץ, האבן זיי געקרוינט ר' משה שטרנבוך אלץ שר התורה, און נאכהער אלץ פוסק הדור, כי זה דרכם כסל למו אז מ'פראפאגאנדירט ביז דער עולם גלייבט די ניי באשאפענע פאקטן.

ו. ר' משה שטרנבוך גייט טאקע נישט מיט די גאלדענע קאפטן, אבער ער גייט מיט א גאלדענע בעקישע אין ספעציעלע זמנים. ספעלט אים גארנישט פון די סארט זאכן, סך הכל איז הרב ווייס נישט פון בריסקער חדר, קען ער טראגן דעם היינט צוטאגיגן חסידישן/אלט-ליטווישן בגד הנקרא קאפטן, ווידער בריסקע חברה האבן קיין שייכות מיט א קאפטן, טראגט ער א בעקישע וואס קען טאקע אויך זיין גאלד.

ז. ר' משה שטרנבוך האט געשריבן פילע חיבורים בכל מקצועות התורה, און פארט האט ער נישט אזא אנגעזעענע נאמען אין די וועלט פון פוסקים. א פסק פון ר' ניסים קרליץ, ר' דוד פיינשטיין, ר' מרדכי גרוס, הרב שרייבער, ר' פישלע, ר' משה שאול קליין, הרב שפרן, וכו' וכו', טראגט פיל מער געוויכט ביי יעדן וואס ליגט אין סיי וועלכע נושא. דער סיבה איז פשוט, ר' משה שטרנבוך איז טאקע אן עילוי, אבער זיינע פסקים הייסן אביסל קרום און ער איז נישט קיין גלאטע מענטש. זיין מועדים וזמנים האט מצליח געווען ווייל ער האט מחדש געווען די מושג פון האבן גוטע בירורים איבער אלע טשיקאווע זאכן פאר יעדן יום טוב, אבער זיינע אייגענע תשובות זענען נישט אזוי גלאט. והיינו טעמא דדורכפאל אז ער איז נישט געווארן גאב"ד זעלבסט בשעתו, ואכהמ"ל.

ח. כ'האב קיינמאל געהערט אז ער האט א צורה, וכ"ש "ערנסטע בעל צורה". זיינע שארפע אויגן וואלט איך ענדערש באצייכנט אלץ עילוי'שע אויגן, א צורה האט ער בכלל נישט.

ט. מעסיג בעניני קנאות איז אן אומריכטיגע טיטל. ער איז א בריסקער, און האט אנגענומען זייער קו בענין דת ומדינה. מיט סאטמאר האט עס געארנישט. נאכמער, ווען ס'האט זיך געטון די מצעד הגאוה אין ירושלים, איז ער ארויסגעקומען די מערסטע ווילד און שארף, און דארט האט מען געזען די שטריכן וואס מ'זעט נישט געווענליך. ועוד יש לדון בזה, באהבתו להגאב"ד וקנאות הגאב"ד ואין מגלין אלא ליודעי דבר, בבחינת יהיב חכמתא לחכימין.

י. סתם להודיע בשער בת רבים, קיין זאלויני בין איך נישט (ודרוש דרשתי כמה פעמים בענין בראקעליס און פאטעטאס סענטער פאריגע יאר), און מער פון דעם - איך פערזענליך האב מער א נטיה לצד הראב"ד און גארנישט צום גאב"ד, אבער פאקטן זענען פאקטן.
עטליכע נקידות בנוגע דעם גאב''ד, דער גאב''ד האט באקומען די רביס'טווע מיטן טילופ נאך די פרשה פין בית שמש ווען די גאב''ד האט זיך געקריגט מיטן ראב''ד אין ר' יעקב בלוי ז''ל, זינט דאן האט דער איד האט געגבן די טיטול 'גדול הדור' וואס איז אסאך א גרעסרע ליצנות לענ''ד,

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 12:10 am
דורך איסר האטלקי
גדול הדור האט דער גאב''ד באקומען דער טאג וואס הרב וואזנער איז אוועק דאס איז געווען זומער תשע''ה, זיין 'בר פלוגתא' ר' יעקב בלוי איז אוועק שבט תשע''ג.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 12:36 am
דורך גאנצל
אוי מיי גדול הדור :lol:

גארנישט געהערט פון דעם טיטול גדול הדור..............

ווען איז דעס באשאפן געווארן.......

מילא פוסק הדור אז איינער פסקעט פאר א גרויס חלק פון דור קען מען שוין אנרופן אזוי עכ"פ מיט'ן צייטונג שפראך....... אבער גדול הדור וואטס דיס

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 12:46 am
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:אוי מיי גדול הדור :lol:

גארנישט געהערט פון דעם טיטול גדול הדור..............

ווען איז דעס באשאפן געווארן.......

מילא פוסק הדור אז איינער פסקעט פאר א גרויס חלק פון דור קען מען שוין אנרופן אזוי עכ"פ מיט'ן צייטונג שפראך....... אבער גדול הדור וואטס דיס

א גמרא אין פסחים קוק אריין אין רש''י דארט.
פוסק הדור אויף די ראב''ד קלעפט אינגאנצן נישט. ודי בזה.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 1:37 am
דורך Avrom
פעם שאל חוות דעת להדברי חיים מי גדול הדור אצלכם אמר רבי צבי מרימנוב אמר חוות דעת הלא אינו תלמיד חכם אמר דברי חיים ששכח
גמרא דאיתא לעולם ישא בת תלמיד חכם לא מצא ישא בת גדול הדור

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 3:30 pm
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אוי מיי גדול הדור :lol:

גארנישט געהערט פון דעם טיטול גדול הדור..............

ווען איז דעס באשאפן געווארן.......

מילא פוסק הדור אז איינער פסקעט פאר א גרויס חלק פון דור קען מען שוין אנרופן אזוי עכ"פ מיט'ן צייטונג שפראך....... אבער גדול הדור וואטס דיס

א גמרא אין פסחים קוק אריין אין רש''י דארט.
פוסק הדור אויף די ראב''ד קלעפט אינגאנצן נישט. ודי בזה.

נאר גדול הדור קלעבט..... ווען ס'נאר ס'זאל נאר זיין א פערטל תשובות פין גאב''ד וואלט דער איד אויף אים אויך געשריבן פוסק הדור, אז נישט קאמפאזירט מען א נייע טיטול