בלאט 3 פון 5

Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 5:54 pm
דורך פרנס החודש
אין סקווער, בעלז, און גור שטייט עס שוין אויף קפידות א שפאר צענדליג יאר.

Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:26 pm
דורך שערי יושר
ר' אהרן איז מקנא דעם שוואגער...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 5:29 pm
דורך האי פרושא
ווי לאנג גייט זיין קהילה נוצן טעראר און מען גייט זיך לאזן ווי שעפעלעך

איך ווארט אויף דעם טאג ווען.....

Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 5:32 pm
דורך שערי יושר
זיין ציל מיט דעי דרשה איז אז פרעמדע קהילות זאלן זישט קומען וואוינען ארום ק"י

נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 6:19 pm
דורך חב''ד הויזן
האי פרושא האט געשריבן:ווי לאנג גייט זיין קהילה נוצן טעראר און מען גייט זיך לאזן ווי שעפעלעך

איך ווארט אויף דעם טאג ווען.....
ווער לאזט זיך?

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 11:06 am
דורך מחונך
האי פרושא האט געשריבן:
מחונך האט געשריבן:פאר מיר פערזענליך איז דער גרעסטער חידוש ר' געציל, דער דיין. ער איז דאך יא א תלמיד חכם, פארוואס בעקט ער די גלילות בעלאוני? ווייסט ער דען נישט וואס גלילות מיינט באמת? וויסט ער דען נישט די הלכה פון קהילה שנחלקה?

איך האב סך שטערקערע קשיות אויף ר' געצילס סטאטוס
דהיינו?

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:58 pm
דורך די אנדערע זייט
מחונך האט געשריבן:דהיינו?
ר' געציל איז זייער א חשובע דיין, אבער ווען עס קומט צו עני שאלה וואס האט צו טוהן מיט די קהילה נוצט ער בכלל נישט זיין דעת תורה,
מילא איז בכלל נישט קיין קשיא.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:06 pm
דורך די אנדערע זייט
שערי יושר האט געשריבן:זיין ציל מיט דעי דרשה איז אז פרעמדע קהילות זאלן זישט קומען וואוינען ארום ק"י
פארשטאנען אז דעס איז זיין ציל, אבער וואס גייט דעס אים העלפען? זיי גייען קומען און עס נישט רופען קרית יואל
בסך הכל גייט ער דערמאלס זיין חוזק מיט דע דרשה

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 4:32 pm
דורך מחונך
די אנדערע זייט האט געשריבן:
מחונך האט געשריבן:דהיינו?
ר' געציל איז זייער א חשובע דיין, אבער ווען עס קומט צו עני שאלה וואס האט צו טוהן מיט די קהילה נוצט ער בכלל נישט זיין דעת תורה,
מילא איז בכלל נישט קיין קשיא.
הא גופא קשיא. א איד וואס איז אינדערהיים בכל התורה כולה זאל זיך אזוי ביליג מאכן? איך האב א סך גערעדט מיט אים אין לערנען ער איז איבעראל אינדערהיים. ווי אזוי קען אזא איד זיין אזוי cheap?

Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:21 pm
דורך פרנס החודש
ווער האט אים אויסגעצאלט זיין דירה? חתונה געמאכט זיינע קינדער? מיר פארגעסן אז א מענטש איז סך הכל א מענטש.

Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל

נשלח: מוצ"ש אפריל 22, 2023 9:24 pm
דורך שערי יושר
ר' געציל איז א חשובע מענטש אבער ער איז אייביג געווען א קאמפאני מען אן קיין אייגענע מיינונג

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:19 am
דורך שמעון וואלף
איך האב שוין לאנג צוריק געהערט אויף ר' געציל אז נאך ווען מ'האט אים אויפגענומען פאר דיין און אנגעהויבן דרייען א קאפ צו אינטערשרייבן פארשידענע פארטייאישע קול קורא'ס, האט ער געלאזט וויסן אז עני צעטל אויף וואס ריח"מ פרידמאן איז אינטערגעשריבן, קען מען אויטאמאטיש אויך צולייגן זיין נאמען. מיט דעם האט ער זיך זייער קליג ארויסגעדרייט אז יעדער איז צופרידן. די וואס ווילן די קו"ק, קענען לייגן זיין נאמען, און די וואס ווילן עס נישט, ווייסן אז זיין חתימה מיינט גארנישט.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 3:58 pm
דורך מונטסורי
הלוואי איך קען אזוי טון אין ביזנעס, איך מעלד איין אז ווער עס וויל קען לייגן מיין חתימה, ווער עס וויל זיך איינרעדן אז ס׳מיינט עפעס זאל זיך פרייען דערמיט אבער מיינען מיינט עס נישט גארנישט, בבחינת ״מיין ווארט איז מער פון מיין אונטערשריפט, אז זאג איך געב איך נישט, מעגסטו מיר גלייבען געב איך נישט״ (קרעדיט ר׳ משה יושע פליישמאן ע״ה א סליחות נאכט אין קיעוו)

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:01 pm
דורך חב''ד הויזן
איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 4:30 pm
דורך יין שרף
חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.
רבי פישעלע חלק על הדברי יציב תמידין כסדרן..

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:17 am
דורך מחונך
אינטערעסאנט טאקע. קלויזנבורגער רב זצ"ל האט עס אוועקגעשטעלט אזוי אז ר פישעלע מעג חולק זיין.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:38 am
דורך שמעון וואלף
חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.
מיר קוקט אויס אז ער איז נישט פארקויפט. נאר אין יעדע זאך אין וואס די קאמפעני נעמט א שטעלונג, רעקיוזט ער זיך, דהיינו ער האט נישט קיין מיינונג דערין. און גערעכט איז ער. וואס וועט ער האט פארדינען פון זאגן אנדערש ווי די קאמפעני פארלאנגט? זיי גייען זיך נישט טוישן וועגן זיין פסק.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 7:55 am
דורך חב''ד הויזן
מאכט סענס. (חוץ סידור קידושין ווי ער האט אנגעפירט די גאנצע סומאטוכע אפילו ווען די קאמפעני האט זיך שוין געוואלט אפלאזן דערפון אפשר וועגן ביי דעם איז ער די משנה למלך... )

ס'איז אבער נאך אלץ נישט אין פלאץ ארויסצופוינטן ר' געציל מער פון יעדע אנדערע דיין וואס שטיצט זיין קאמפעני מיט יעדע זאך.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 9:13 pm
דורך שערי יושר
ארויני האט זיך דערקלערט בעלות אויף אירע שכנים

בילד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:06 pm
דורך אינטערסאנטער
שמעון וואלף האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:איז דען ר' געציל מער פארקויפט פאר זיין קאמפעני ווי ר' ישראל חיים מנשה פאר זיין קאמפעני, ר' פישל הערשקאוויטש פאר זיין קאמפעני, אא''וו?

איך מיין אז ער איז געווען מער נייטראל (רעלאטיוו, פארשטייט זיך) ווי ר' ישראל חיים מנשה.
מיר קוקט אויס אז ער איז נישט פארקויפט. נאר אין יעדע זאך אין וואס די קאמפעני נעמט א שטעלונג, רעקיוזט ער זיך, דהיינו ער האט נישט קיין מיינונג דערין. און גערעכט איז ער. וואס וועט ער האט פארדינען פון זאגן אנדערש ווי די קאמפעני פארלאנגט? זיי גייען זיך נישט טוישן וועגן זיין פסק.
ר' געציל איז בכלל נישט נייטראל, ער האט סיי ווען אינטערגעשריבן ווען די קאמפעני האט געהייסן, ביי די סקול דיסטריקט, ביי סידור קידושין, און ווי נישט. ער רעקיוזט זיך שוין גארנישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:11 pm
דורך אינטערסאנטער
שערי יושר האט געשריבן:ארויני האט זיך דעקלערט בעלות אויף אירע שכנים
דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל, ווי עס שטייט אויפ'ן קאנסוס פון ר' אהרן אז ער גייט נאר זיין די ידא אריכתא און שליח פונעם טאטן, ממילא ווער עס איז סאטמארע רבי איז אטאמאטיש אויך רבי אויף קרית יואל, און היות ר' זלמן לייב איז די ממלא מקום פון זיין טאטע אלס סאטמארער רבי, איז ער בעל הבית און נישט ר' אהרן.

ר' אהרן קען זיין סך הכל די ידא אריכתא און שליח פון זיין ברודער ר' זלמן לייב. (אויב לאזט ער אים, און ער לאזט נישט).

אלעס איז טאקע קרית יואל, נאר קרית יואל האט א בעל הבית, דהיינו דער סאטמארע רבי וואס איז ממלא מקום פון די ברך משה ר' זלמן לייב טייטלבוים, און ער האט געפסקנט און מכריע געווען אז עס מעגן קומען אנדערע קהילות אויך אין קרית יואל, אזוי ווי ער האט קלאר געזאגט פאר וויזשניץ וויליאמסבורג און פאר נאך קהילות. ממילא קען ר' אהרן שרייען וויפיל ער וויל. ווייל די אמת'ע מרא דאתרא רז"ל טייטלבוים האלט אנדערש ווי אים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:42 pm
דורך נישט לחץ
פארוואס האט פוטין געדארפט גיין אין מלחמה מיט אקריינא ער האט פשוט געדארפט דערקלערן אז אלעס איז ראסלאנד אין שוין ?

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 2:13 pm
דורך חב''ד הויזן
אינטערסאנטער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:ארויני האט זיך דעקלערט בעלות אויף אירע שכנים[img]

דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא פון קרית יואל, ווי עס שטייט אויפ'ן קאנסוס פון ר' אהרן אז ער גייט נאר זיין די ידא אריכתא און שליח פונעם טאטן, ממילא ווער עס איז סאטמארע רבי איז אטאמאטיש אויך רבי אויף קרית יואל, און היות ר' זלמן לייב איז די ממלא מקום פון זיין טאטע אלס סאטמארער רבי, איז ער בעל הבית און נישט ר' אהרן.

ר' אהרן קען זיין סך הכל די ידא אריכתא און שליח פון זיין ברודער ר' זלמן לייב. (אויב לאזט ער אים, און ער לאזט נישט).

אלעס איז טאקע קרית יואל, נאר קרית יואל האט א בעל הבית, דהיינו דער סאטמארע רבי וואס איז ממלא מקום פון די ברך משה ר' זלמן לייב טייטלבוים, און ער האט געפסקנט און מכריע געווען אז עס מעגן קומען אנדערע קהילות אויך אין קרית יואל, אזוי ווי ער האט קלאר געזאגט פאר וויזשניץ וויליאמסבורג און פאר נאך קהילות. ממילא קען ר' אהרן שרייען וויפיל ער וויל. ווייל די אמת'ע מרא דאתרא רז"ל טייטלבוים האלט אנדערש ווי אים.
פארוואס אין וויליאמסבורג לאזט ר' זלמן נישט טון אנדערש ווי סאטמארע רבי מיט די עירוב און אין קרית יואל לאזט ער יעדן טון וואס מ'וויל?