גאנצל האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:א אייניגע כח פון א רבים איז גאר גאר שטארק און אומעגליך צו צוברעכן אז די רי און רבנים וועלן זיך ערנסט צוזאם זעצן און געבן חיזוק קען דאס צושטאנד קומען
מ'איז אפשר ניט גרייט אויפצוגעבן אויף די פאנדס
איך קען די יארען לאנגיגע פראפאגאנדע וואס מ׳האט ענק דערפיטערט. אבער דער חוצפה דערפון איז אין לשער. איינער ווערט רייך דערפון? איינער לעבט זיך אפ א שוואוילטאג מיט די געלטער? אפשר גנבנ׳ן געוויסע חברה (עי׳ ערך כולל שומרי החומות), אבער די קיום הישיבות ווענדט זיך אויף דעם אויך. פונקט ווי מ׳דארף אנקומען צו די גענאד פון די פיהרערס לענין גיוס, דארף מען אנקומען צו זיי לענין געלט. און דער קלות מיט וואס מאנכע גייען צו צו דער ענין פון קיום הישיבות ענדעלט אין דער מזרחי פארטיי.
יא, די גדולי ישראל, אין שפיץ פון דער חזו"א וואס האט קיין דאללאר נישט באקומען דערפאר, האבען מחליט געווען אז ישיבות זענען די תשובה צו די גאנצע פראבלעם פון ציונות. און די היסטאריא האט באוויזען ווער איז גערעכט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אקעי אקעי לאמיר פארגעסן פון די שטאטישע פראגראמען אגב איך הא בנישט געזאגט אז איינער נעמט אין טאש ס'איז פשוט גרינגער אנצוהאלטן א ישיבה ווען מען האט גאווערמענט הילף
דער פראבלעים פון אוועק נעמען די דיחו דורכן בגץ האט איין פראמענאנטע סעלושען נעמליך ווייז איינמאל פאר אלעמאל שטארקייט אזוי ווי ביי גיוס בנות און פאלמעסונג וכו'
דו ביסט א פיינעם לץ, נישט אנדערש ווי רעך בדומה לך קאך-לעפל.
עס איז נישט ׳גרינגער׳, עס איז מעגליך. דאס נעמען געלט האט געראטעוועט דורות פאר דער אויבישטער. אין תשט"ו, פאר א משל, וויאזוי האבען פרישע עולים געשיקט זייער קינדער אין תורה מוסדות? נאר צוליעב חינוך עצמאי. דער ציבור וואלט עס דען געקענט אליינס אויסהאלטען? דאהי אין אמעריקא האט מען פראבירט מיט דעי סקולס, נאר געהאלפען האט עס מער ווייניגער א מכה. פארוואס? ווייל מ׳האו נישט געהאט די געלט. טוהן זאכען פאר געלט איז מותר אין די גאנצע וועלט, נאר נישט א"י!? יא, לייק איט אור נאט, די געלטער האט אפגעראטעוועט א גאנצע דור לתורה ולתעודה.
און דאס ווייזען שטארקקייט איז לעכערליך ביז גאר. מיר האבען נישט די שטארקקייט. זיי ווייסען גוט און פיין, אז דער עולם גייט נישט זיצען אין תפיסה. ווען פוש קאמס טו שאוו, גייט מען נישט זיצען. נאר מענטשען וואס האבען נישט קיין אחריות פאר זייער ווערטער קענען זיך איינרעדען עפעס אנדערש.
פאלמעסונג איז אנגעגאנגען ביז ווילאנג בגין איז נישט אריין אין די מאכט און מ׳האט געמאכט דיעלס מיט איהם. די הפגנות און בחורישע שלעגעריי האבען דעמאלס ערנסט קיילע געמאכט די מערכה, און איך זאג דאס נאך דעם וואס מיין אייגענע זיידע איז געווען דארט בעובי המערכה.
אוןפאר דיין אינפארמעישען, דער בג"ץ דארף צו קיינעם נישט אפענטפערען. וואס גייט זיי אן אז מ׳ווייזט שטארקקייט? זיי דארפען נישט קיין יח"צ, און עס גייט זיי אן ווי פאראיאריגע שניי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk