בלאט 3 פון 5
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 1:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז מ'דארף צוטיילן דעם אשכול. איין חלק צו דן זיין איבער הרב טשילער'ס טענות, און די אנדערע אויף הרב קורקלענד'ס טענות. די זענען צוויי אנדערע סוגיות, און ווען איינער זאגט עפעס ווייסט מען נישט אויף וועמענס ווערטער ער באציט זיך, און ס'ווערט א גאנצע 'טענה'ריי על לא דבר.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 1:52 pm
דורך מרדכי ישראל
די גמרא וואס איך האב געלערנט אין חדר און ישיבה האט מיך גארנישט ציגעגעבן צי מיין לעבן משא"כ די לימודי חול וואס מען לייגט נישט א שטארקע דגוש האט מיר אסאך מער ציגעגעבן
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 1:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אזעלכע אידן ווי דיר האבן טאקע נישט וואס צו לערנען.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 2:23 pm
דורך בן ישי
שיקן יונגע בחורים היינט ארבעטן איז א סכנה ברוחניות ובגשמיות.
ליידער ביודעי ומכירי קאמינא, אמאל איז געווען סאך גרינגער אין דעם נושא.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 2:25 pm
דורך בן ישי
אגב דער וואס זוכט צו לערנען הלכה למעשה מיט א געשמאק זאל פרובירן משנה ברורה מיט פסקי תשובות, ער איז מברר אלעס וואס איז נוגע היינט הלכה למעשה אין מיט א געשמאק.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פסקי תשובות איז מעגליך גוט פאר די מראה מקומות, זיין מקורות זענען מלא גרייזען און קרומע צושטעלען כרימון. וע"ע
כאן
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:04 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סארי, איך פארשטיי בכלל נישט די שפראך פון 'קונה זיין עפעס אין לעבן'. איך זע נישט פארוואס א בחור זאל דארפן לערנען מער פון אן ערוואקסענער.
ווייל א בחור האט די צייט פאר דעם און האט נאך נישט די דאגות הפרנסה און חינוך וכד' וואס שטערן צו לערנען,
די משנה זאגט שוין הלומד ילד למה הוא דומה לדיו כתובה על נייר חדש
גירסא דינקותא לא משתכחא
און אלץ "קונה זיין" איך ווייסט פון יונגעלייט בעלי כשרונות געלונגענע ביזנעס לייט וואס האבן מורא צועפענען א גמרא , זיי קענען אלעס חוץ פון לערנען און זייער אסאך מאל איז עס ווייל ער האט נישט באקומען קיינמאל קיין געשמאק און לערנען און נישט געהאט קיין הצלחה ביים לערנען וועגן דעם זעהט עם אויס ווי עפעס א שרעקעדיגע זאך וואס מען דארף שטיין ווייט פון דעם,
און בכלליות איז אסאך פון א מענטש'ס מעשים ווערט געטוהן דורך באהאלטענע הרגשים וואס זאמעלט זיך אן דורך די יארן און ספעציעל ווען מ'איז יונג וואס דאנסמאל נעמט מען אויף זאכן מיט מער התפעלות בלליבט א גרעסערע רושם אויף שפעטער,
וועגן דעם איז אונזער פליכט אלץ עלטערן און מחנכים צו ברענגען א געשמאק און לימוד התורה מיט קיום המצוות ווען מ'איז נאך יונג וואס דאן וועט זיין "גם כי יזקין לא יסיר ממנה"
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:16 pm
דורך בן ישי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פסקי תשובות איז מעגליך גוט פאר די מראה מקומות, זיין מקורות זענען מלא גרייזען און קרומע צושטעלען כרימון. וע"ע
כאן
אבער ער טוהט שיין דורך הלכה למעשה וואס ס'איז היינט נוגע. דאס געבט א געשמאק פאר די לומד אז ער לערנט גיט מיט אסאך שיטות וצדדים להלכה און למעשה גייט ער ארויס מיט הלכה למעשה וואס איז עם היינט נוגע
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער האט קיינעם נישט געפאלגט, מ'האט איהם נישט געפאלגט. דער גאנצע שינוי איז שלא עפ"י חכמים, וואס קיינער קען ניטאמאל אנצייגן א נאמען ווער עס האט מסכים געווען דערצו. אפשר הרב ברוס, און אויף דעם איז אלס געבויט. לאמיר זען אז היינטיגע ראשי ישיבות זאלען זיך אויפפיהרען מיט זיין סארט איבערגעגעבענקייט און עמלות בתורה.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:20 pm
דורך מצפה לישועה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לפי עניות דעתי הקלושה דארף די סדר היום אין ישיבות בלייבן די זעלבע ווי ביז היינט, און איינער וואס האט נישט קיין זיץ פלייש זאל גיין ארבעטן, אזויווי אידן האבן געטון אין אלע דורות.
א טעות וואס אסאך האבן.
אמאליגע צייטן האבן די גויים אין די יארן נישט געלערנט, ממילא האבן אויך נישט אלע יידן געלערנט.
היינטיגע צייטן אז ביי די גוי'שע וועלט איז איינגעפירט אז מ'לערנט כאטש ביז 18, אויב נישט לענגער ביז 22,
איז געווארן אויך ביי אונז איינגעפירט אז מ'לערנט ביז די יארן.
(50-80 יאר צוריק האט מען נישט צאמגעקליבן די בחורים פון גאס צום ישיבה, מ'האט זיי צאמגענומען פון די יוניבערסיטי אדער קאלעג' צום ישיבה)
לענ"ד האט א בחור נישט וואס צו זוכן ביים ארבעטן אויפן גאס.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מרדכי ישראל האט געשריבן:די גמרא וואס איך האב געלערנט אין חדר און ישיבה האט מיך גארנישט ציגעגעבן צי מיין לעבן משא"כ די לימודי חול וואס מען לייגט נישט א שטארקע דגוש האט מיר אסאך מער ציגעגעבן
א לעבן וואס פארנעמט נאר גשמיות, באנוצט זיך נישט מיט די רוחניות וואס מ'האט איינגעזאפט.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:18 pm
דורך קרא
רבותי עס איז אסור בתכלית צ'י קוקען אין פסקי תשובות ער האט נישט קיין הסכמה און ער איז מתיר די הארבסטע זאכען ביי אים איז די תורה א שפיל
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:22 pm
דורך בן ישי
קרא האט געשריבן:רבותי עס איז אסור בתכלית צ'י קוקען אין פסקי תשובות ער האט נישט קיין הסכמה און ער איז מתיר די הארבסטע זאכען ביי אים איז די תורה א שפיל
איך מעג מיך דינגען?
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:22 pm
דורך אונטער חכם
בן ישי האט געשריבן:שיקן יונגע בחורים היינט ארבעטן איז א סכנה ברוחניות ובגשמיות.
ליידער ביודעי ומכירי קאמינא, אמאל איז געווען סאך גרינגער אין דעם נושא.
ביודעי ובמכירי קאמינא, מיינע חברים אין ישיבה וואס האבן נישט געהאלטן ביים לערנען, וואס זיי האבן געטוהן אין ישיבה.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:24 pm
דורך בן ישי
געווענליך אלץ בעסער ווי די היינטיגע גאס. איך רעד נישט נאר פון רוחניות, איך רעד פון גשמיות.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:43 pm
דורך קרא
בן ישי די האסט געזען ער איז נישט מתיר גראבע איסורים
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:51 pm
דורך בן ישי
איך האב געזעהן א הערליכע ספר וואס ברענגט אראפ אלע סברות און צדדים.
ער איז נישט מיין דיין להלכה אבער מיין דיין פסק'נט נאר די דין דא קען איך עס שיין לערנען אין זעהן ווי וועם מיין דיין פסק'נט
Re: דער בחור דארף העלפ...
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 6:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קרא האט געשריבן:רבותי עס איז אסור בתכלית צ'י קוקען אין פסקי תשובות ער האט נישט קיין הסכמה און ער איז מתיר די הארבסטע זאכען ביי אים איז די תורה א שפיל
נו נו, מ׳ליינט דאך א סאך ערגערע זאכען צומאל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי ישראל האט געשריבן:די גמרא וואס איך האב געלערנט אין חדר און ישיבה האט מיך גארנישט ציגעגעבן צי מיין לעבן משא"כ די לימודי חול וואס מען לייגט נישט א שטארקע דגוש האט מיר אסאך מער ציגעגעבן
מרדכי ישראל: דו דערמאנסט מיך א מעשה. איך בין אמאל געשטאנען ביי די טיר פון ביהמ"ד שומרי שבת פארנאכטס פאר מנחה. און איך הער ווי א איד וועלכער איז נעבעך געווען אין א ווילטשעהר פרעגט פון זיין רוסישן אטענדענט וואו מ'האלט יעצט אין ביהמ"ד. הרב טירנויער ז"ל האט פארגעלערנט א שיעור אין גמרא. זאגט איהם דער רוסישער איד בתמימות..."מ'ליינט יעצט פון די גרויסע ביכער"...! איך מיין אז דו ווייסט עפעס מער פון דעם...!
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 9:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מצפה לישועה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לפי עניות דעתי הקלושה דארף די סדר היום אין ישיבות בלייבן די זעלבע ווי ביז היינט, און איינער וואס האט נישט קיין זיץ פלייש זאל גיין ארבעטן, אזויווי אידן האבן געטון אין אלע דורות.
א טעות וואס אסאך האבן.
אמאליגע צייטן האבן די גויים אין די יארן נישט געלערנט, ממילא האבן אויך נישט אלע יידן געלערנט.
היינטיגע צייטן אז ביי די גוי'שע וועלט איז איינגעפירט אז מ'לערנט כאטש ביז 18, אויב נישט לענגער ביז 22,
איז געווארן אויך ביי אונז איינגעפירט אז מ'לערנט ביז די יארן.
(50-80 יאר צוריק האט מען נישט צאמגעקליבן די בחורים פון גאס צום ישיבה, מ'האט זיי צאמגענומען פון די יוניבערסיטי אדער קאלעג' צום ישיבה)
לענ"ד האט א בחור נישט וואס צו זוכן ביים ארבעטן אויפן גאס.
וואו פונקטליך האסטו געזען א טעות? איך ווייס נישט וואס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק, אבער איך ווייס אז אין אייראפע ווען א יונגל איז געווארן פופצן יאר אלט איז ער געגאנגען העלפן די טאטע טרייבן די פערד וכד'. מ'האט קיינעם נישט צאמגעקליבן, ווער ס'האט געוואלט גיין לערנען האט זיך געדארפט ארומוואלגערן טעג און וואכן פון איין שטאט צום צווייטן ביז ער איז אנגקומען צו די שטאט וואו ס'האט געוואוינט די רב ביי וועם ער האט אזוי שטארק געלעכצט צו לערנען. די רב האט נישט צוגעשטעלט קיין עסן און אויך נישט קיין דארמיטארי, דאס האט מען זיך אליין געדארפט פארזארגן. אז נישט האט מען געדארפט גיין עסן 'טעג', און שלאפן אין ווייבער שול אויף א הארטע באנק.
בד"ו, די נייע איינגעפירעכטס אז יעדער גייט אין קאלעדש, און ס'ווערט לענגער און לענגער פון יאר צו יאר, איז א חורבן נורא, ס'האט אינגאנצן אראפגעברענגט די ניווא פון קאלעדש. אויב פאר פופציג יאר צוריק האסטו געדארפט גיין זיבן יאר אין קאלעדש אויף צו ווערן א דאקטער, דארף מען היינט עלף יאר. וכן לענין ישיבות אויב אמאל האט א בחור פון צוואציג יאר געקענט ווערן א רב אין א שטעטל, היינט, אפשר ביי די דרייסיג. און די סיבה איז פשוט, ווייל יעדער איינער גייט אין ישיבה און מ'קען נישט פארלאנגען פון די שוואכערע צו
באמת לערנען. ממילא לערנט מען אזוי האלב געלערנט ביז די דריי-און-צוואנציג, ווען די אלע וואס האלטן נישט באמת ביים לערנען גייען ארבעטן. און דערמאלטס הערשט קען מען זיך זעצן לערנען, און ביי די דרייסיג קען מען שוין זיין אן ערנסטן תלמיד חכם. והוא הדין לענין קאלעדש.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 9:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איין זאך פארשטיי איך נישט, אויב די 'אמת'ע סיבה פארוואס בחורים גייען נישט ארבעטן איז ווייל גיין אויפ'ן גאס איז א סכנה. ביי די אכצן איז יעדער מודה אז גיין אויפ'ן גאס איז מער נישט קיין סכנה, והא ראיה, אז מיידלעך מעגן יא ארבעטן נאך היי-סקול. שטעלט זיך א מוראדיגע קשיא, אמער, פארוואס זעט מען נישט אז מ'זאל שיקן די אכצן יעריגע קינדער ארבעטן??? נאר זיי דארפן זיצן שימלען אין ישיבה, אפילו ביז די הונדערט אויב זיי האבן נאכנישט חתונה געהאט??? say something
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 9:48 pm
דורך לאקש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו פונקטליך האסטו געזען א טעות? איך ווייס נישט וואס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק, אבער איך ווייס אז אין אייראפע ווען א יונגל איז געווארן פופצן יאר אלט איז ער געגאנגען העלפן די טאטע טרייבן די פערד וכד'. מ'האט קיינעם נישט צאמגעקליבן, ווער ס'האט געוואלט גיין לערנען האט זיך געדארפט ארומוואלגערן טעג און וואכן פון איין שטאט צום צווייטן ביז ער איז אנגקומען צו די שטאט וואו ס'האט געוואוינט די רב ביי וועם ער האט אזוי שטארק געלעכצט צו לערנען. די רב האט נישט צוגעשטעלט קיין עסן און אויך נישט קיין דארמיטארי, דאס האט מען זיך אליין געדארפט פארזארגן. אז נישט האט מען געדארפט גיין עסן 'טעג', און שלאפן אין ווייבער שול אויף א הארטע באנק.
בד"ו, די נייע איינגעפירעכטס אז יעדער גייט אין קאלעדש, און ס'ווערט לענגער און לענגער פון יאר צו יאר, איז א חורבן נורא, ס'האט אינגאנצן אראפגעברענגט די ניווא פון קאלעדש. אויב פאר פופציג יאר צוריק האסטו געדארפט גיין זיבן יאר אין קאלעדש אויף צו ווערן א דאקטער, דארף מען היינט עלף יאר. וכן לענין ישיבות אויב אמאל האט א בחור פון צוואציג יאר געקענט ווערן א רב אין א שטעטל, היינט, אפשר ביי די דרייסיג. און די סיבה איז פשוט, ווייל יעדער איינער גייט אין ישיבה און מ'קען נישט פארלאנגען פון די שוואכערע צו באמת לערנען. ממילא לערנט מען אזוי האלב געלערנט ביז די דריי-און-צוואנציג, ווען די אלע וואס האלטן נישט באמת ביים לערנען גייען ארבעטן. און דערמאלטס הערשט קען מען זיך זעצן לערנען, און ביי די דרייסיג קען מען שוין זיין אן ערנסטן תלמיד חכם. והוא הדין לענין קאלעדש.
קאן זיין אז בעצם זאגסטע א גוטע פונקט, אבער קענסט נישט מדמה זיין די היינטיגע גאס צו די אמאליגע פערד געטראבעריי...
וואס האט אן אמאליגער בחורל וואס האט געטרוימט צו ווערן א בעל עגלה געדארפט וויסן? וויאז מען שמייסט דעם פערד, צום מערסטנס פאל קענען די וועגן צווישן מיהאוואפעלא און פישפיקלאדייני... מער פון דעם ניט!
היינט א בחור וואס גייט ארבייטן... פיר אליינס אויס...
איך קריג מיך נישט אויף די עצם נושא, בלויז אויף די פונקט.
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 9:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'דא גענוג ארבעט וואס מ'קען געבן פאר בחורים, זעסט דאך אז פאר מיידלעך האט מען יא געטראפן ארבעט, אז מ'וויל טרעפט מען.
היינט א בחור וואס גייט ארבעטן... איז עס ווייל ער איז שוין פון פריער קאליע געווארן, נישט ווייל די ארבעטן האט איהם קאליע געמאכט.