בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
ס'זעהט אויס ווי דער רבי מהר"א שליט"א האט פארקירצט דעם זמן פון וואס א יונגערמאן דארף לערנען אין כולל. צו א יאר. בבחינת, מאויבי תחכמני מצוותיך. ער האט עס ארויסגעלערנט פון די נח"ל חרדי פראגראם פון די טמא'נע צה"ל. וואס זיי האבן אויכעט פארקירצט די צייט פון דינען אין מיליטער פאר ישיבה בחורים (רח"ל)...!

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:17 pm
דורך signout
שעפטל האט געשריבן:[center]על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב:

פאלגענד זענען די 7 פונקטן אין קורצן:
- נייע עפארדעבל 'בר מצוה זאַלן' אין קרית יואל[/center]
אזוי ווי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק איז שוין צוגעשטעלטע תקנות-זאלן דורך די סאטמארער קהלה און מוסדות הק', וואו מ'קען ב"ה בר מצוה מאכן פאר די ביליגע סומע פון ארום 1,600$, וועט אי"ה אין קרית יואל אויך צוגעשטעלט ווערן פיר נייע עפארדעבל 'בר-מצוה-זאלן', וואס וועט פלאצירט ווערן אין די צוויי נייע ארויפגעבויעטע שטאקן אויפ'ן בנין בית רחל "רעביצין'ס בילדינג", אויף די קאזניץ גאס.

אזוי אויך אין וויליאמסבורג וועלן די זאלן פון "אולם פרענקל" בבנין הת"ת ווייט עוו. איבערגעפרישט ווערן, דורך א פרישע ריזן סומע פונעם נדבן האולם, הרבני הנגיד הנכבד ר' אביגדור פרענקל הי"ו חבר הנהלת המוסדות.
.

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:19 pm
דורך signout
שעפטל האט געשריבן:[center]על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב:

- איבערפרישן "אולם עקשטיין" אין קרית יואל[/center]
אין ליכט פונעם שטארקן פארלאנג און געברויך חתונה צו מאכן אין 'אולם עקשטיין' פאר די ביליגסטע פרייזן, האט דער נדבן האולם הרבני הנגיד המפורסם ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב אין קרית יואל, באוויליגט מנדב צו זיין א ריזן סומע איבערצובויען און איבערפרישן דעם "אולם עקשטיין" זאל אין קרית יואל, כדי עס זאל זיין עלעגאנט צוגעשטעלט אז א ברייטערער ציבור זאל עס קענען באנוצן אויף שמחות און דערביי ווייטער צאלן דעם שטוינענד-ביליגן פרייז פון בלויז 3,000$ פער צד, פאר א חתונה-נאכט. וזכות הרבים יעמוד לו!
.

Re: נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 3:23 pm
דורך גר ותושב
שעפטל האט געשריבן:מיט די מעגליכקייט אז די קינדער זאלן עווענטועל קענען איבערנעמען די גמ"ח-פעימענטס, און פארמיידן אז זייער טאטע זאל ח"ו פארוואנדלט ווערן אין א בעל חוב און שטאט'ס-רחמנות אין זיינע שענסטע יארן.

אשרינו שזכינו אז אכשר דרא עס זענען נאך דא רבנים וואס זארגן זיך למען הכלל.

עס וואלט שטארק כדאי געוועין אז מען זאל אויך ארויף גיין מיט די כולל געלט כדי די יונגעלייט זאלן יא האבן פון ווי צו באצאלן די $100 א חודש אדער גאר די $200 א חודש אויב ביידע מחותנים האבן גענומען די הלואה.

נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2018 11:04 pm
דורך פערינא
שכויעך רבי אהרן. איר טוט וואס איר קענט אן מהפך זיין קערה כל פיה. פארשטייט זיך איר קענט נישט מבטל זיין די שבע ברכות און די באווארפן פארטיס. אבער איר טוט וואס איר קענט. אשריך ואשרינו.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 1:48 pm
דורך יעקב מענטש
א גרויסן יישר כוח קרית יואל רבי שליט"א

הגם ס'קוקט אויס ווי די געדאנק פון א 30 אלפים'דיג הלואה פאר ארום 30-40 פראצענט פון די חתונות קוקט אויס א דמיון, קומט זיך אייך גרויס קרעדיט אויף די אנדערע אויפטוען אייערע אין דעם הינזיכט און בעיקר

1) פארן האלטן דעם טאפיק אויפן סדר היום

2) פראבירן צו שיפטן אביסל פון די אומגעהויערע קאסט אויף די קינדער. (כאטש זאלן די קינדער שפירן א שטיקל אחריות ווען זיי מאכן אפ וואס צו פארלאנגן פון די עלטערן)

איך האלט שוין לאנג פון דעם געדאנקענסגאנג (איך מיין אז דער וויינבערגער פון קרית יואל וואס האט פראבירט צו מאכן תקנות 12-13 יאר צוריק האט דאס אויפגעברענגט) אז חתונה מאכן איין קינד -דהיינו זיך אליינס - איז פיל גרינגער ווי חתונה מאכן צען קינדער

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 2:42 pm
דורך קאך_לעפל
אצינד גערעדט צום שטוב פון בעל אהרן שליט''א.

מיט גראנדיעזע סאטעספעקציע און צופרידנהייט איז אויפגענומען געווארן די גינסטיגע נייעס בבית רבינו שליט''א, אז די אינטעלעקטואַלע חברי הקאפע די אפענע קעפ פונעם יאר הונדרעט, זענען עטוואס צופרידן פון זיינע גרויסארטיגע שריט וועלכע ער האט אונטערגענומען צו ראטעווען וואס מער אידיש געלט וואס אידן לאזן זיך געצווינגענערהייט קאסטן ביים פארהייראטען א קינד. דער רבי שליט''א האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס אז די חברי הקאפע (אפגעזען פון לאקש) זענען עטוואס איינשטימיג מיט זיינע גרויסארטיגע שריט, איז ווירקליך זיין מאטאוואציע און טרייב-קראפט ווייטער אנצוגיין מיט זיינע גראנדיעזע אויפטוען למען עם השם אלקינו...

דאס איז ווירקליך פאר רבינו ווי באלזאם אויף אן אפענעם וואונד. ווארום נאך די אומהויערער אומצפרידענהייט און אויפברויז פון די חברי הקאפע אויף אים, צוליב דעם שרעקליכען טמאנעם כינוס וועלכער ער האט פאררופן קעגען די הערצל און נארדו-נאכפאלגער, (אן זיך געהעריג אויסצושמיעסן אינטעלעקטואַלע חברי הקאפע, וועלכע וואלטן אים אן קיין שום צווייפל געפירט אויף די ריכטיגע רעלסן) איז דאס פאר אים פיינע גוטע נייעס, ער שיקט זיינע ווארימע גריסען פאר אונז אלע.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 2:47 pm
דורך newkave
קאך_לעפל האט געשריבן:אצינד גערעדט צום שטוב פון בעל אהרן שליט''א.

לאנג לעבן זאל דער אויבערפירער, דעם ראבינער פון קרי, וואס מיט זיין תקנות,בויעט ער א פולקאמען פאלק, און האט גאט צו זיין רעכטן האנט!

יחי בעל תחת אהרן יחי!!

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 3:03 pm
דורך קאך_לעפל
יא לאנג לעבן זאל ער...

די תקנות האבן באשינפערליך אנגעמאכט אזא רעש, אזש די גאנדיעזע בערן פון די אגריפת שטראסע אין ישראל, זענען טאטאל צושוידערט געווארן...אזש ווי דער נביא השם שרייט שוין... וַיָּנֻעוּ אַמּוֹת הַסִּפִּים מִקּוֹל הַקּוֹרֵא...

דער וויי געשריי שרייט דאך ביז צום הימל... ווען וועט זיר דער גרויסער רב זאל מאריך ימים זיין, דער אדמו''ר פון אונזער קאלעגע נייע קאווע (לרפ''ש) אנפאנגען זיך עטוואס צו זארגן פאר זיין עדה הק. וועלכע פארמאגט אנגעבליך די חשובסטע יונגעלייט אין די וועלט...דעם קאפ וואס ליגט אויפן גוף המזוכך פונעם רב זאל מאריך ימים, ליגט בלויז אין קאנאדישע רויטער טעפיכער און אין די נארמהאפטיגע ראפאגאש בארכעס פרעסעריי וואס קומט פאר טעגליך, אינעם פראכטפולער ווילא פון עזר ווייצמאן דער פארשטארבענעם קאמאנדיר פון די ציוניסטישע לופטוואפע, אין וועלכע דער רב זאל מאריך ימים זיין האלט זיך אויף אויף נופש אין טלז סטון...

ס'איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן מיט דעם זיך, מיך, און איך. דמתקריא כבוד בית בעלזא. און נאצומאכן דעם הייליגן שוואגער מיט די חתונה תקנות... זיינע קלבער בלוטיגען אויס צום טויט...

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 3:07 pm
דורך newkave
קאך_לעפל האט געשריבן:יא לאנג לעבן זאל ער...

די תקנות האבן אנגעמאכט אזא רעש אזש די גאנדיעזע בערן פון די אגריפת שטראסע זענען צושוידערט געווארן...אזש ווי דער נביא השם שרייט שוין... וַיָּנֻעוּ אַמּוֹת הַסִּפִּים מִקּוֹל הַקּוֹרֵא...

דער וויי געשריי שרייט דאך ביז צום הימל... ווען וועט זיר דער גרויסער רב פון נייע קאווע, זאל מאריך ימים זיין, אנפאנגען זיך עטוואס צו זארגן פאר זיין עדה הק וועלכע פארמאגט אנגעבליך די חשובסטע יונגעלייט אין די וועלט...דעם קאפ וואס ליגט אויפן גוף המזוכך פונעם רב זאל מאריך ימים, ליגט בלויז אין קאנאדישע רויטער טעפיכער, און אויף ראפאגאש בארכעס אינעם ווילא פון עזר ווייצמאן די קאמאנדיר פון די ציוניסטישע לופטוואפע אין טלז סטון...

ס'איז שוין העכסט צייט אויפצוהערן מיט דעם זיך, מיך, און איך. דמתקריא כבוד בית בעלזא. און נאצומאכן דעם שוואגער... זיינע קלבער בלוטיגען אויס צום טויט...

דעם גראבע פון אגריפס ברויך מען שוין לאנג אונטערברענגען!
זאל מען בשם דעם קרי רעבין, דער בעל תחת אהרן זוכה זיין, און די תחת אהרן זאל שוין נתגלה ווערן בקרוב אלס משיח בן יוסף בדורינו, אזויווי זיין פעטער זכותוזונהעלינו.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 3:10 pm
דורך קאך_לעפל
newkave האט געשריבן:

וועם מיינסטו מיטן תחת אהרן? דעם לעצטען בעלזער רב הרה''ק רבי אהרן זי''ע?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 3:48 pm
דורך newkave
קאך_לעפל האט געשריבן:

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, קענסט מיר קומען אין אישי פרעגן די אלע קשיות.

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 4:02 pm
דורך קאך_לעפל
אקעי. ווארט מיך ביי די קארנער...

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:25 pm
דורך בן ישי
מסיבה אין קרית יואל לטובת מפעל אבני חסד ווי עס איז פארגעקומען א הערליכע חתונה תקנות אויסשטעלונג בהשתתפות כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א
בילדער:
http://theahblick.com/?p=163811

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
עטץ מעגטץ מיך אויסלאכן. (היינט לאכט מען אויס איינער וואס האט די גאטס צו זאגן אן אמת'דיג ווארט.). אבער די רבי מהר"א שליט"א איז מיצר ודואג בצרתן של ישראל ושמח בשמחתם...!

אפשר זאגט עטץ מיר וועלכער רבי וואלט דאס געטון...? אויסער וואס ער האט מייסד געווען דעם קרן לב אהרן. גייט ער אראפ זעהן אליינס וויאזוי ס'איז אויסגעשטעלט. און ס'איז נישט קיין פחיתת הכבוד ביי איהם. דאס ווייזט ווי נאנט ס'איז צו זיין הארץ דער גאנצער ריזיגער פראיעקט...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 4:53 pm
דורך ימים ידברו
שכוח פאר די רשות צו לאכען

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 7:58 pm
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו: דו ודכוותך (א יעדער ווייסט ווער עטץ טראללס זענטץ. ואין לפרוט את שמכם הרע.) קענטס דאך נישט עפעס אנדערש ווי אויסלאכן (אין בעסטן פאלל) און שימפן און מבזה זיין און גיסן קיתונות של שופכין אויף א יעדן ערליכן, וואוילן איד. יא. ווען גדולי ישראל ווערן נסתלק, זינגט עטץ און מאכטץ לחיים'לעך און רקידה'לעך. אפילו אלטע נאראנים אויכעט. נו, ס'שטייט אין פרקי אבות...יש קנקן ישן שאפילו חדש אין בו... אן אלטער , פוסטער שטרויזאק. און דאס וועסטו אויכעט זיין ווען דו וועסט אלט ווערן. אן אלטער, שעדליכער נאר. שדרכו לילך ולהזיק...! האב א גוטן טאג.... אזא גוטן טאג ווי דו ווינטשט פאר אלע ערליכע אידן און נארמאלע מענטשן...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:13 pm
דורך ימים ידברו
הייסט די נעמשט צו די רשות פון לאכען? אדער אלעס בלייבט ביים לאכען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 12:58 pm
דורך יעקב מענטש
וויפיל פון דעם קרן עקזעסטירט שוין?