בע״ה, אדר תניינא שנת ת׳הא ש׳נת ע׳פענען ט׳אשן לפ״ק
שלום לכם חבירים וידידים הע״י
האמת יאמר, פערזענליך בין נישט אזוי איינשטימיג מיט׳ן נייע גלאבאלע ערשיינונג באקאנט אלס ׳מעטשינג קאמפעין׳.
אבער! חז״ל האבן אונז אויסגעלערנט גאר א וויכטיגע פונקט ׳רבו עלי חבירי׳! מיר געפונען ווי די הייליגע תנאים, וועלכע האבן געהאט א מיינונג אין א געוויסע נושא אויף וועלכע מיר ווייסן אז עס גילטיגט דאס כלל פון ׳אלו ואלו דברי אלקים חיים׳ - דאך, ווען עס האט אויסגעפעהלט האבן זיי פארשטאנען אז צומאל דארף מען מבטל זיין דאס אייגענע דעת פאר די חבירים.
מיינע חבירים האלטן אין אט דעם נושא אנדערש פון מיר.
כ׳האב די פולע רעכט זיך ארויסצודרייען פונ׳ם קאמפיין, כ׳וועל צאלן פון מיין אייגענע טאש דאס מינימאלע התחייבות, אזויווי מען האט געטוען עד היום, אין זיך צו האלטן פעסט צו מיין פרינציפ.
אבער, קוקנדיג צוריק צו אונזערע הייליגע חכמים, האב איך געקלערט, צומאל דארף מען לייגן די אייגענע מיינונגען און די אייגענע פרינציפן און א זייט, און זיך צושטעלן צו דעם רבים. דעריבער בין איך דאסמאל גענצליך מבטל מיין מיינונג צו מיינע חברים, און איך כ׳האב מיר אנגעשלאסן אנטייל צו נעמען אין אט דעם קאמפיין.
די קאמפיין דא האנדלט זיך פון אפקויפן א נייע גרויסע געביידע פאר מיין טאכטער׳ס שולע - בנות ציון, דאהי אין לאנדאן, פאר וועלכע מען דארף שאפן 5 מיליאן פונט.
מיין ציל, איז צו אריינצוברענגען וואס מער געלט צו דעם פראיעקט.
איר זענט אימיצער וואס איך קען, כ׳האב געהאט א שייכות מיט אייך, ס׳איז שטארק מסתבר אז אין די לויף פון די יארן האט איר נהנה געווען פון מיר פערזענליך, אדער…
- פון מיינע ארטיקלען אין שערי ציון.
- פון מיינע געשיכטעליין ארטיקלען.
- פון די פראקטישע הקפה׳לעך.
- פון kolbobov.com.
- פון אנדערע גלעגנהייטן וואס מוזן נישט דא אויסגערעכנט ווערן.
ביז היינט, און בע״ה פון היינט און ווייטער אויך, ווען האט זיך פארבינדען מיט מיר און ערווארטעט אז כ׳זאל אוועקגעבן פון מיין צייט פאר אייך, האב איך עס גערן געטוען, שלא על מנת לקבל פרס.
דורכגייענדיג מיין ליסטע, האב איך געקלערט אז איר זענט זיכער איינער וואס איז גרייט ארויסצואווייזן אנערקענונג מיט׳ן פארגיטיגן מיר צו העלפן דערגרייכן דעם ציל.
ביטע נעמט אין אכט, און כ׳בעהט בכל לשון של בקשה, געבט אייערע ברייטהארציגע ביישטייערונג, מיט א ברייטע הארץ, מיט א וויליגקייט צו געבן פאר אט דעם צוועק, טוט עס נישט געצוואונגערנערהייט!
קלערט נישט אז כ׳קום נישט דא איינקעשן, חס ושלום! ס׳איז אן ענין פון ׳כמים פנים אל פנים׳… ״איר פארשטייט ואס איך מיין!״
מיט פיל שעצונג און ערע
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
משורר דק״ק באבוב לונדון יצ״ו
בעל ה׳קנקן׳
נ.ב. אויב קענט איר אימיצער וואס וואלט אויך געוואלט באשטייערן פאר אט די צוועק, ביטע שיקט ווייטער דאס אדרעס פונ׳ם דאזיגן זייטל.
www.charidy.com/bzb/75473