בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 11:36 pm
דורך שמעקעדיג
רבותי ווען איר זענט מעתיק פסוקים, מאכט זיכער נישט אריינצולייגן דעם שם הוי"ה, נישט יעדער לייענט די אשכולות אין ביהמ"ד וד"ל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 11:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כתב שאינו מתקיים האט נישט קיין קדושה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:31 am
דורך גדליה
יישר כח, הרב עדיאל. וראה עוד סוף ישעיהו: וְיָצְאוּ וְרָאוּ בְּפִגְרֵי הָאֲנָשִׁים הַפֹּשְׁעִים בִּי כִּי תוֹלַעְתָּם לֹא תָמוּת וְאִשָּׁם לֹא תִכְבֶּה וְהָיוּ דֵרָאוֹן לְכָל בָּשָׂר.
אבער אין די פסוקים רעדט מען דאך פון עכטע פושעים, נישט חלילה ערליכע אידן וואס זענען שומתומ"צ און זענען זיך טועה אין א געוויסע דין אדער השקפה. חס וחלילה צו זאגן אז משיח וועט מאכן א סעלעקציע צווישן בעלזער און סאטמארער, נאר צווישן ערליכע אידן און פושעים, און מיר ווייסן דאך פון חזון איש אז היינטיגע צייטן זענען שוין נישטא קיין עכטע פושעים ווייל אלע זענען תינוקות שנשבו, ממילא וועט יעדער תשובה טון און קריגן א שטיק לויתן. חוץ מזה איז דא א שלל מקורות אז לעתיד לבא וועט יעדע איינציגע נשמה האבן א תיקון. איי די פסוקים? פארדעם לערנט מען נישט נ"ך.
פארט האב איך דאך מורא געהאט אפשר וועל איך גיין לינקס ביים בירור ווייל איך עפן דאך א סאדע באטל שבת און אפשר איז די הלכה אז מ'טאר נישט. האט דער אויבערשטער געהאלפן אז ביי מיין טעגליכער משניות שיעור איז מיר אונטערגעקומען אזא משנה (סוף עדיות):
אמר רבי יהושע, מקובל אני מרבן יוחנן בן זכאי ששמע מרבו ורבו מרבו, הלכה למשה מסיני שאין אליהו בא לטמא ולטהר לרחק ולקרב, אלא לרחק המקורבין בזרוע ולקרב המרוחקין בזרוע.
משפחת בית צריפה היתה בעבר הירדן ורחקה בן ציון בזרוע, ועוד אחרת היתה שם וקרבה בן ציון בזרוע, כגון אלו, אליהו בא לטמא ולטהר לרחק ולקרבכו.
רבי יהודה אומר, לקרב, אבל לא לרחק.
רבי שמעון אומר, להשוות המחלוקת.
וחכמים אומרים, לא לרחק ולא לקרב, אלא לעשות שלום בעולם, שנאמר (מלאכי ג) הנה אנכי שולח לכם את אליה הנביא וגו' והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם.

לויט די חכמים קומט אויס אז אליהו הנביא וועט מאכן פונקט דאס פארקערטער פון א בירור. ער וועט שלום מאכן צווישן יעדן איינעם. ביבי נתניהו און ר' מנשה פילאף וועלן ביידע איינזען דעם אמת און וועלן זיך ארויסלאזן אין א געמיינזאמע טאנץ, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 9:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי א בלבול העניינים.

דאס איז ריכטיג אז עס קומט א יום הדין הגדול, און אלע פעלקער און מענטשען פון די וועלט מיט זייער מעשים וועלען זיין אויפ׳ן וואגשאהל. דער צייטונג שרייבער פיליפ איז נישט דער מחדש דערפון. פאר זיין נוצען העלפט נישט דער יום הדין הגדול. ער דארף נאך עפעס. דאס איז אזא גלויבונג אז וויבאלד די וועלט איז היינט אויסגעמישט גוט׳ס און שלעכט׳ס, און זיין פארשטאנד דערהייבט נישט אזא קאנצעפט, נאר אלס מוז זיין שווארץ און ווייס. דעריבער דארף ער אנקומען צו א טראכטסגאנג אז היינט איז עקבתא דמשיחא און דער סיסטעם מוז אויסשפייען די גוטס פון די שלעכטס און די שלעכטס פון די גוטס. סאטמאר איז א מוסטער פון גוטס און זי דארף אויסשפייען די אהרוינעם, און די איבעריגע וועלט איז די מוסטער פון שלעכטס וואס דארף אויסשפייען די א.ג. אויערבאכניקעס. דאס אז די סיסטעם ארבעט אזוי, אז די מצוות און מעשים טובים היינט זענען געווידמעט צו א ׳בירור׳ פסולת מתוך אוכל און אוכל מתוך פסולת, איז נישט, כפי מיטב ידיעתי, א אידישע גלויבונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:36 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כתב שאינו מתקיים האט נישט קיין קדושה.

רביה"ק: לפענ"ד איז דאס נאר לגבי מחיקת השם. אבער בשעת מ'ליינט עס האט עס יא א קדושה...! ספעציעל ווען ס'איז געשריבן אין כתב אשורית...!

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 2:50 pm
דורך אונטער חכם
דער ענין פון א בירור פאר ביאת המשיח אין וואס טייל וועלן נישט זוכה זיין שטייט אין פסוק יחזקאל כ: לח.
וּבָרוֹתִ֣י מִכֶּ֗ם הַמֹּרְדִ֤ים וְהַפּֽוֹשְׁעִים֙ בִּ֔י מֵאֶ֤רֶץ מְגֽוּרֵיהֶם֙ אוֹצִ֣יא אוֹתָ֔ם וְאֶל־אַדְמַ֥ת יִשְׂרָאֵ֖ל לֹ֣א יָב֑וֹא .
חז"ל דרש'ענען טאקע בני ט מדות אבער דאס איז נישט פשוט פשט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 6:58 pm
דורך שמעקעדיג
און וואס איז מיט'ן פסוק כי לא ידח ממנו נדח.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:03 pm
דורך קוקי
די עצם געדאנק צו נעמען פיליפ'ן אויף א אינטערוויו, איז א גוטע, א שטייגער מאיר שילער. אבער ביי מאיר איז געווען חידושים מיט חכמה. דא ביי פיליפ איז גענומען א סארט פיגור און עהם געלאזט זיך מסביר זיין פאר די נייגעריגע יומען פארשער..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
קוקי: דו מאכסט מיך לאכן. ווען דו -פארגלייכסט מנשה'לע פיליפ צו מאיר שיללער. מאיר שיללער איז א איד וואס האטציך ארויפגעארבעט מיט די אייגענע כוחות. און דורכאויס זיין גאנץ לעבן זוכט ער ווי ער קען העלפן און אויפטון פאר אנדערע מענטשן. אויף אלע לעוולס. ליין א ביסל זיין היסטאריע. משא"כ מנשה'לע איז א שמאל-קעפיגער מענטשעלע וועלכער ווייסט נאר דעם דרך פון סאטמאר. און דאס אויכעט מיט זייער אן ענגן פערספעקטיוו. און געט גארנישט צו צו די טובה פון די מענטשהייט. סך הכל איז ער נעגאטיוו אין בעסטן פאל. און א דעמאגאג און היפאקריט אין מציאות. שוין אפעגעזעהן פון זיין פארדרייטן און פארקרומטן בליק איבער ציונות און די שיטה...!

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט געזען אין מורה נבוכים ח"ב פרק כ"ט, אז די אלע נבואות פון די יום הדין הגדול זענען משלים אויף מלחמות מיט די גוים, ווי די זיגערס וועלען האבען א גרעסערע זון ווי אנדערע, וואס דאס מיינט אז מ׳וועט זיין אזוי פרייליך אזש די זון וועט שיינען מער.
די יום הדין מיינט נישט אז עס קומט איין טאג, און דעמאלס ווערט אלס געפסקנ׳ט, לויט דער רמב"ם. עס מיינט א גרויסע עונש וואס איז אזוי שרעקעדיג ווי א יום הדין הנורא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:09 pm
דורך דאכצעכמער
וואס איז די חילוק פון מנשה ליסטוג ביז מנשה פליפלאפ, ער מאכט לצנות און לאכט, און ער מאכט לצנות און וויינט....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:42 pm
דורך איסר האטלקי
איך כאפ נישט, וועלכע פון די צוויי לאכן נישט?

די חילוק פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק: איינער פאפט זיך און איינער פאפט דיך....

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 7:54 pm
דורך מי אני
berlbalaguleh האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כתב שאינו מתקיים האט נישט קיין קדושה.

רביה"ק: לפענ"ד איז דאס נאר לגבי מחיקת השם. אבער בשעת מ'ליינט עס האט עס יא א קדושה...! ספעציעל ווען ס'איז געשריבן אין כתב אשורית...!

אפשר לצדד, לגבי הקורא, דלאונסיה שאני (קידושין לג.). ועיין במשנ״ב סימן פה ס״ק ח.


Sent from my iPhone using Tapatalk