בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 4:33 pm
דורך שקד
געשיכטע דרייצן
ווי אלט ביסטו?
33
ווילאנג ביסטו שוין אליינס?
פיר יאר
פארוואס רעדסטו נישט מיט שדכנים?
אוודאי רעדט איך.. וואס מיינסטו? איך רעדט נישט מיט קיינעם דערוועגן??
נו וואס זאגן זיי?
וואס זאגסטו?.. דו ווייסט נישט עפעס??
איך האלט זאלסט אליינס אנקלינגן מענטשן, למשל האסט א נאמען פון א גרושה, קלינג אן א קרוב..
ס'פאסט נישט.. אדרבה! געב דו מיר א הצעה, וועמער צוזאמען ארבעטן. ביסט דאך מיר א גוטע חבר, קלונג דו און איך וועל דיר געבן אלע מיינע פרטים.
[מ'נעמט דעם טרייבל און מ'הייבט אן דרוקן נומערן פון א ליסטע..]
מרת.. פון טאראנטא, די נומער איז... גוט ס'קלונגט...
העלא.. א יונגערמאן 35 מיט צוויי קינדער, ער הייסט.. און איז פון ניו יארק, און זוכט..
[די אנדערע זייט טרייבל] 'כ'האב שוין געהערט דעם נאמען.. נישט אינטערעסאנט פאר מיר'.. הצלחה.
געבט מיר די נעקסטע נומער..
מרת.. פון לעיקוואוד מיט איין קינד, זי איז איין יאר עלטער פון דיר..
גוט! געב א קלונג די נומער איז.. ס'קלונגט!
העלא.. א פיינע יונגערמאן א סינגל וואס זוכט.. ער הייסט.. ער איז מסכים צו וואוינען אין לעיקוואוד..
[די אנדערע זייט טרייבל] פון וועלכע קרייז..?
ער איז פון.. און דאווענט ביי... אין בארא פארק.
[די אנדערע זייט טרייבל] כ'וויל נישט פון דעם קרייז... הצלחה.
אוי.. געב מיר דעם דריטן נומער.. מרת.. פון?
ס'איז א אייראפעישע נומער, כ'מיין פון וויען אדער בעלגיע.. אה! ס'קלונגט..
יא.. איך האב דא א חבר וואס זוכט א שידוך, ער איז 33 פון בארא פארק, ער האט און איז איז.. און איז מסכים..
[די אנדערע זייט טרייבל] 'כ'וויל נישט קיין שידוך פון איבער'ן ים.. ביי!
כ'פארשטיי נישט וויאזוי דו ווערסט נישט נמאס?..
כ'האלט שוין נאכדעם.. חח און כ'זוך שוין נאכאמאל..
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
שקד: דו דארפסט געדענקען אז מיט א יעדן שידוך וואס מ'זאגט אפ אדער איז נישט פאסענד פאר דיר, קומסטו מיט איינס נענעטער צו דעם זיווג הגון. אזוי האבן צדיקים געזאגט. מ'דערציילט אויפ'ן צאנדער רב זצוק"ל, אז ער האט באצאלט עפעס געלט פאר א יעדן שדכן וואס האט אנגעטראגן א שידוך. אפילו ס'איז נישט געווארן. ווייל ער הט געטענה'ט אז א יעדער שד'כן ברענגט עס צו נענטער צו דעם ריכטיגן זיווג...!
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 1:33 am
דורך קל וחומר
berlbalaguleh האט געשריבן:שקד: דו דארפסט געדענקען אז מיט א יעדן שידוך וואס מ'זאגט אפ אדער איז נישט פאסענד פאר דיר, קומסטו מיט איינס נענעטער צו דעם זיווג הגון. אזוי האבן צדיקים געזאגט. מ'דערציילט אויפ'ן צאנדער רב זצוק"ל, אז ער האט באצאלט עפעס געלט פאר א יעדן שדכן וואס האט אנגעטראגן א שידוך. אפילו ס'איז נישט געווארן. ווייל ער הט געטענה'ט אז א יעדער שד'כן ברענגט עס צו נענטער צו דעם ריכטיגן זיווג...!
געווען עפעס א קבצן וואס האט געוואלט מאכן אפאר גראשן פלעג ער יעדע וואך קומען מיט א פרישע הצעה... שטייצעך די סחורה זענען געווען איינס בעסער פונעם אנדערן... ביז איין וואך איז ער אנגעקומען צו ממש דעם ארגסטן בן ארגסטן און האט דאס אנגעטראגן פארן צאנזער, האט אים דער צאנזער געזאגט 'קענסט מיר בעטן א נדבה כ'וועל גערן גיבן, אבער פארוואס ברויכסטו מיר אזוי מבייש זיין?!'...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 2:11 pm
דורך שקד
געשיכטע פערצן
האלו! ביסטו ר'...? יא! א סינגל.. יא! אלט 34.. יא! און דו זוכסט וואס??
כ'האב נישט פיינט וואס איר האט ליב.. חח
אבער איר ווילט דווקא חסידיש? אדער ליטוויש צו מאדערן איז אויך גוט?..
הערט אויס, איך בין דאך פונעם חסידישן חדר, און כ'בין דאך מער 'אויפענד מיינדעט', ממילא, אויב זי וועט וועלן מיט מיר ארויסגיין אויף א פגישה, וועל איך זיך צופאסן, און זען צו ס'קען שטימען.. אבער האסטו עפעס מציע צוזיין?..
אוודאי!!! אוודאי!!! כ'בין דאך שוין א שדכן לאנגע יארן.. כ'האב שוין אויסגעפירט אן א שיעור שידוכים.. נאר דו דארפסט וויסן, אז דו דארפסט דיך צושטעלן.. וועט עס גיין גרינג..
אוודאי.. גרינג.. חח איך פראביר דאך זיך צוצושטעלן, איך בין גרייט צו אייער באפעל.. וואס דארף איך טון פונקטליך..
נישט זיין וועלעריש.. און זיך אהערשטעלן נארמאל, און אויפהייבן ווען איך קלונג..
יא יא יא.. איך וועל זיך צושטעלן, איך זאלט מיר נאר רופן..
איך וועל.. און איך האב הונדערטע גרושות אויפ'ן ליסטע, דאנט ווארי.. דער אייבירשטער האט איך נישט פארגעסן, און איך אויך נישט..
[אזויפיל מאמין בין איך אז דער אייבירשטער האט מיר נישט פארגעסן.. אבער פארוואס יענער 'לאנגע יארן' שדכן האט מיר נישט צוריקגערופן שוין באלד זיבן חדשים.. ווייס איך שוין נישט וואס צו טראכטן צו גלייבן..]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:15 pm
דורך berlbalaguleh
שקד: דו דארפסט דיך נישט זארגן. ס'קען זיין אז דער גרויסער וועלט בארימטער און לאנגיעריגער שדכן איז נאר א שדכן אין זיינע חלומות. אויך קען זיין אז א סאך פון זיינע גרושות האבן דערווייל געטוישט סטאטוס. א טייל האבן חתונה געהאט. און א טייל זענען געווארן אלמנות. און אן אנדערע טייל זוכן אן אפיציר מיט א שטריימל. ער זאלל זיין א ראש ישיבה. א גאון. א מיליאנער. ער זאלל זיין שלאנק און הויעך. לכה"פ זעקס פיס פיהר אינטשעס. האבן א האלב גרעיע, געשטיצטע בארד. זיין א סייז 32 וועיסט...! און האבן לכה"פ א האלבן מיליאן דאללער אין די באנק. און עטליכע אפארטמענט בילדינגס אין בארא פארק.איז אזוי. דער מענטש איז נאכנישט געבוירן געווארן. און אויב יא, דארף ער נישט די נארישע, האלב פעשע, מיטל יעריגע גרושה. וואס איז אויכעט א בעלת תשובה. און זי האט א שטיקל הויקער...!
אין אן ענליכן ענין. אני הקטן. אלס באס דרייווער האביך באקומען א באס טיטשער. וואס זאלל וואטשן אויף די קליינע קינדער אויפ'ן באס. דעם ערשטן אינדערפריה... איך זאג ..."גוט מארגן".. די הייליגע פרוי ענטפערט נישט. זאג איך נאכאמאל. מיט א ביסל א העכערן טאן..."גוט מארגן"...די העיליגע אידענע ענטפערט נאכאלץ נישט...היות איך בין דאך אן אונגערישער. האט מיר גענומען א שטיקל צייט ביז איך האב געכאפט וואס דא גייט פאר. איך האב צוערשט געמיינט אז די אידענע איז ל"ע טויב...! זי הערט נישט וואס מ'רעדט צו איהר. ביז איך האב געכאפט 2 זאכן...אז זי איז א בעלת תשובה. און א גרושה...! והך קאווע. און ס'האטציך אויסגעשטעלט אז איך בין געווען גערעכט מיט ביידע זאכן...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:16 pm
דורך שקד
געשיכטע פופצן
מ'האט גערעדט דא אינעם שידוכים אפיס, אז ס'וואלט געווען פאסיג פאר אייך, א פרוי מרת.. פון.. זי האט דריי קינדערלעך. וואלט איר געהערט אזאנס?
זיכער יא!
וואלט איר געווען גרייט אריינצונעמען טאקע דריי קינדער – אויפאיינמאל דריי קינדער און אנהייבן א נייע לעבן?
כ'וואלט געטראכט אז יא! אוודאי דארף איך זיך גרייטן דערצו, אבער איך קען זען אז כ'זאל זיך קענען ספראווען דערמיט.
גוט, איך וועל עס נאך היינט אנטראגן, און דיר לאזן וויסן ביז ביינאכט, וואס זי זאגט דערצו..
[יעדע הצעה געב איך האפענונג, און אז יענער זאגט ביז ביינאכט האט ער תשובה, האט ער חזקת נאמנות, ס'דאך דא גוטע ערליכע באגלייבטע נשמות אויך. און ביינאכט האט ער מיר טאקע צוריקגעקלונגען..]
יא.. זי זאגט אז ס'דא וואס צו רעדן, ספעציעל אז איר זענט טאקע מסכים, אנצונעמען דריי קינדער, און זי וויל עס פשוט איבערשלאפן און זען צו זי איז גרייט זיך צו טרעפן דאס ערשטע מאל.
[ס'איז אריבער א 'איבערשלאפן' פון עטליכע טעג, און איך באקום א טעלעפאן קאל פונעם שדכן; אז זי וויל מער פרטים פון מיר.. האב איך מיינע פרטים אריינגעשיקט, און געווארט אויף די קומענדיגע החלטה. וואס איז געווען צוויי וואכן שפעטער.]
העלא.. איך האב מיט אייך גערעדט וועגן יענעם שידוך, יענע מיט דריי קינדער?
יא יא.. וואס טוט זיך מיט דעם?..
איר האט נאך זאכן וואס מ'טראגט אייך אן?
יא, זאכן גייען ארויף און אראפ.. אבער וואס איז מיט דעם.. ס'איז אויס?
ניין ניין, אבער זי וויל נאך צייט, עס איבערקלערן, און זיך נאכפרעגן.. אפשר האט איר נאך א צוויי נומערן, פון חברים, צו ארבעטס קאלעגעס, ווי איך קען איר געבן די געלעגנהייט זיך נאכצופרעגן בעסער..
זיכער! איך שיק אייך יעצט אריין א נומער פון א חבר מיינע, און פון מיין באלעבוס, און פון מיין שכן, און פון מיין שוואגער, און פון א צווייטער שדכן, און איר געבט איר וואס איר פארשטייט איז פאסיג און גוט.
יא, איך פראביר שטייטלעך מיט איר, ווייל מ'טאר נישט שטופן צו שטארק, און מ'דארף געבן צייט פאר יענעם זיך גוט נאכצופרעגן..
זיכער, איך פארשטיי, און איך דאנק אייך פאר אייער ארבעט.
ס'נישט גרינג..
איך ווייס ווייס.. איך ווארט שוין אפאר יאר.. און איך האב שוין 'אביסעלע' מער ווי אביסל ערפארונג..
[נאך א חודש צייט, געב איך א קלונג דעם שדכן; און כ'פרעג עהם, וואס טוט זיך מיט וואס ער האט מיר מציע געווען]
יא, זיי שלעפן נאך, אבער זיי האבן עס נישט אפגעזאגט! לאמיר זיי קלונגן, און 'ביינאכט' האף איך צו האבן מער א קלארערע ענטפער.
[צוועלעף אזייגער ביינאכט, די טעלעפאן קלונגט..]
איך האב אייך אויפגעוועקט?
ניין ניין.. איך האב אייך געגלייבט אז איר גייט מיר נאך היינט צוריק'קלונגען..
יא! איר האט פיינע חברים... כ'ווייס נישט ווער פון זיי.. אבער זי וויל נישט דעם שידוך.. זי האט געהערט פארדרייעטע פרטים פון איינע פון די נומערן וואס כ'האב איר געגעבן, און כ'האב מיך גע'טענה'ט מיט איר. אבער זי זאגט, אז זי האט דאבעל געטשעקט, און זי האט געפרעגט נאך א חבר אייער'ס, און זיי האבן מודה געווען, אז איר וועט נישט קענען קער נעמען פון דריי קינדער..
דאס מיינט אז כ'זאל ווארטן אביסל, און איר קענט טרייען נאכאמאל איר מוטשענען?.. אדער ס'איז אויס!
מיר קוקט אויס, אז זי האט באקומען פון איינעם 'בעד בעד אינפארמעישען', און ס'איז פארטיג דערמיט.. זי זאגט נאר וועגן די דריי קינדער, אבער איינער האט דאס בכלל מיאוס אפגערעדט.. איך האב פראבירט איבער א שעה צייט, זי וויל נישט מער הערן..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
שקד: ס'קען זיין אז ס'איז א שטיקל נחמה פורתא (כפל לשון). אבער ווער ס'שפיעלט איבער זיין האנט. דער ווערט צום סוף אליינס אויסגעשפיעלט...!
איך קען א משפחה. זיי האבן 3 טעכטער. די עלטסטע האט חתונה געהאט. און זי האט שוין כמעט א בר מצה בחור. ביי די אנדערע צוויי האבן זיך די עלטערן געפערליך שטארק געוועילט. קיין איין שידוך וואס מ'האט אנגעטראגן איז נישט גענוג גוט געווען פאר זיי...!
היינט זענען זיי 2 אלטע מוידן איך בין זיכער אז זיי פארבן זייערע האר אז מ'זאלל נישט זעהן די גרויקייט פון זייערע קעפ...!
די איינציגע זאך וואס איז זיי געבליבן איז, פיהרן דעם אלטן , קראנקן און שוואכן טאטן אין ביהמ"ד. און צוריק אהיים. איך זעה זיי א יעדן שבת אינדערפריה אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד. זיי וועללן שוין גראד אריינגיין אין נוירסינג האום אדער אלד עידזש האום מיט די גרויע צעפ...וחבל...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:24 pm
דורך שקד
געשיכטע זעכצן
די טעלעפאן קלונגט – ס'איז שוין ווידער יענע שדכן, וואס האט א גלוסט אריינצוזייפן סיי וועמען מיט שוואכע סחורה, זאגנדיג; ס'דאך ממש א זיווג משמים!
זאל איך נישט אויפהייבן.. וועט ער זאגן פאר'ן גאנצן גאס – וואס הערט אלץ זיינע גאסעפ – אז איך ווארף מיך מיט הצעות..
זאל איך יא אויפהייבן, איז וויאזוי וועל איך מיך דאס מאל קענען אפשאקלען פון די נארישע הצעות, וואס א קאליקע טויבשטימער טראגט מען שווער אן – אלץ פחד נישט וויי צוטון. אבער ער האט א הארץ פון טעפלאן..
אבער מיין תשוקה צו הערן א שידוך אפפער, האט איבערגעוואויגן.. און כ'האב אויפגעהויבן!
אה, קוים האב איך דיר געכאפט אין א גוטע מינוט.. איך האב פאר דיר א גאלדענע מציאה.. מרת.. וואס איז דאנקן גאט פטור געווארן פון איר שלעכטע מאן, און באקומען ממש פריער א גט!
און איר מיינט אז זי איז שוין גרייט אריינצוטאנצן אין א צווייטע מסכתא?..
חחח ווער האט איר געפרעגט..? איר טאטע שטופט מיר כ'זאל אזא פיין קינד ווי איר נישט לאזן ליידיג שטיין..
כ'האב געהערט אז זי האט עפעס געליטן פון א נערוון בראך..
שטותים והבלים! וואס איר עקס בארעדט איר, ווייס איך בעסער ווי דיר.. און כ'זאג דיר צו! דו וועסט נישט טרעפן אזא וואוילע נשמה, און ס'איז ממש משמים אז ס'מיר נארוואס היינט אינדערפרי איינגעפאלן דיין נאמען, ווייל כ'האלט אז ס'נישטא א בעסערע מעטש!
איך? א מעטש מיט איר?? זי איז צוועלעף יאר יונגער פון מיר, און האט פינעף קינדער.. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם אז זי איז יונגער, און אז זי וואלט געהאט צוויי קינדער, אבער זי האט חתונה געהאט ביי זיבעצן און א האלב, און זי איז באקאנט אויפ'ן גאס אלץ א אנגעשטרענגטע.. איך פארשטיי זייער גוט איר מצב, אז זי האט יעדעס יאר געהאט א קינד צוויי.. אבער כ'בין נישט גרייט דערצו.. אפגערעדט ווי וואויל זי איז, איז זי נישט לפי שכל הישר – גרייט שוין היינט פאר א פרישע מאן.
דו ווייסט אז דו רעדסט אזעלכע שטותים.. דו דארפסט דיך לאזן הערן.. איך געב דיר א נומער פון איר טאטן, און קלונג עהם 'יעצט'. אז נישט, ווייס איך אז כ'האב נישט וואס אנצוטראגן מער פאר דיר..
[איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין.. און כ'האב אנגעקלונגען א מחנך אין שלום בית, וואס איז געווען מעורב דארט, און כ'האב באקומען זייער קלארע אינפארמאציע.. און ס'גייט נישט אויס א טאג, און דער פגע רע קלונגט מיר ווידער.. האב איך אפגעמאכט צו רעדן מיט באק ציינער..]
העלא.. ר'.. איך דאנק אייך זייער פאר אייערע הצעות, איינס בעסער פון צווייטן.. איר ווייסט גאנץ גוט, אז דאס וואס איר טראגט מיך דא אן, איז א עוולה פון אייער זייט; איך האב נעכטן זיך גוט נאכגעפרעגט – הגם כ'האב געוואוסט שוין פארדעם.. און זי האט נישט איינמאל געהאט א נערוון בראך, און דו לייקענסט דאס?..
איין מינוט איין מינוט.. צו שטייטעלעך.. הער מיך אויס! איך האב געפרעגט דעם רב, וואס ער האט דערוועגן, און דער רב האט גע'פסק'נט! אז מ'טאר נישט אוועקווארפן א זאך, אפילו ס'איז אמאל געווען א געזונט פראבלעם, אבער היינט איז עס מסודר, און קיינער איז נישט פארזיכערט.. און מ'דארף טון השתדלות.. און איך געב דיר מיין עהערנווארט! אויף מיין אחריות.. ס'איז א גאלדענע זאך!!
[זי איז – נישט לאנג נאך אונזער שמועס – א כלה געווארן.. מיט א חצי נזק מובהק! און יענער שדכן איז טאקע געווען דער צוזאמפארער.. און נאך פיר חדשים האט מען איר אריינגעפירט אין וועסטשעסטער קארנעל – פאר גייסטיק קראנקע.. און אירע קינדער זענען צעטיילט ביי די שכנים.. און איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און אנגעקלונגען דעם שדכן, און עהם פארגעהאלטן דערויף..]
פארוואס האט איר דאס פראבירט מיר אריינצוזייפן?... פארוואס?
כ'וועל דיר זאגן דעם אמת! איך האב נישט געוואוסט די אלע פרטים, און איר טאטע האט מיר ליגענט געזאגט!
ווער זאגט אז איר טויגט אויף שידוכים? אויב איר קענט נישט אנטראגן לייטישע זאכן, פארוואס זענט איר מצער?..
זעסטו שוין ווי שווער ס'איז אנצוטראגן?... דו שרייעסט אויף מיר, און יעדער שרייעט.. אבער איך דארף טון מיינס.. נו האב איך געמאכט אמאל א טעות, איז וואס?..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 7:43 pm
דורך אישתישבי
ר' שקד
זיך קריגען מיט א שדכן איז א נארישע איידיע, וואס פארדינט איר??
קענסט זאגן אז דער שידוך איז נישט פאר מיר און געענדיגט.
ווילסט פיקסען דער שדכן?? פיקס דיר אליין ערשט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. ס'ווענדט זיך פון וואו דער שדכן קומט. כ'מיין וואס זיין פאזיציע איז. אויב טוט ער אין שדכנות פאר ביזנעס. און ער האלט אין איין אנטראגן נישט פאסענדיגע שידוכים. און אויך איז ער לייכטזיניג מיט אריינדרייען א יונגערמאן אין א פריש פעקל. אלעס צוליעב די גרויסע סכומים וואס איין צד האט איהם צוגעזאגט. דאמאלס קומט זיך איהם אנצושרייען...! אויב אבער ער טוט שדכנות אלס א טובה פאר א באקאנטן און ס'ווייזט זיך ארויס אז ער האט נישט געהאט געוויסע וויכטיגע אינפארמאציע. קומט זיך איהם נישט אנצושרייען...!
Re: אלמן אחד בין שבעים גרושות
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 12:44 am
דורך קל וחומר
שקד, כאפ א פליגער אויף ישראל, פאר אראפ צום עיר העתיקה צפת, וועל דיך אויס איינס און א גוטס, הייבט אן דעיטן די ארטיגע מיידלעך, צא לך בעקבי הצאן, ביז דאס פאסיגע וועט זיך אנטרעפן.
שנייד אויס דעם גאנצן שדכנות געשעפט, דאס איז געמאכט פאר בחורים וואס זענען אונטער'ן פאטער'ס רשות. דו ביזט זעלבסטשטענדיג, דו האסט נישט קיין שום סיבה צו גיין צו שדכנים.
טוה צו דער זאך וה' יהי' בעזרך.
אויפדערווייל, דערצייל אונז ווייטער די זאפטיגע עפיזאדן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 10:09 am
דורך שמעקעדיג
אישתישבי האט געשריבן:ר' שקד
זיך קריגען מיט א שדכן איז א נארישע איידיע, וואס פארדינט איר??
קענסט זאגן אז דער שידוך איז נישט פאר מיר און געענדיגט.
ווילסט פיקסען דער שדכן?? פיקס דיר אליין ערשט.
סארי, באט דו שרייבסט זייער נישט מענטשליך.
ווער ביסטו צו זאגן וועמען ער זאל ערשט פיקסן? ווער האט דיר בכלל געפרעגט?
ער זוכט דען עפעס צו פיקסן אבי א שדכן? ער רעדט דאך דא פון איינעם וואס גייט אויף די געהירן און פייניגט אויס אויב מען פאלגט נישט אויס זיינע הצעות! עס איז בכלל נישט גענוג צו זאגן "עס איז נישט פאר מיר" כלשונך, ווייל ער דרייעט דיר אראפ דעם קאפ און בארעדט דיר אין די גאסן!
עס וואלט געווען שענער צו האבן אביסל סימפאטיע מיט א צובראכענעם אלמן (אדער גרוש), נישט אים פרעך באזידלען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:06 pm
דורך איסר האטלקי
עס וואלט אפשר געווען כדאי אז שקד זאל כאפן א שמועס מיט
אונזער געוועזענער גרוש און זען וויאזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט צום סוף פון זיינע צרות ב''ה.
איך גלייב נישט אז די ביידע ניקס זענען אינטערן שלייער פון דעם זעלבן לץ, אבער מ'קען גארנישט וויסן היינט....
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:19 pm
דורך שקד
געשיכטע זיבעצן
ווי אלע גוטע פריינד, וואס גענוג מיינען טאקע זייערע געפיל, אז זיי ווילן דיר שוין זען אונטער'ן חופה, און שלום על ישראל.. אראפ א דאגה פון קאפ, פון דארפן זיך מצער זיין צוצוזען אז דער און יענער איז נאכנישט חתונה געהאט.
אויך נישט שלעכט, אבי מ'פראבירט צו העלפן.. און מ'געבט עצות און ברכות, וואס קען אמאל גיין אויף די נערווען, אבער כוונתם לטוב. איז צווישן די עצות אויך, ''גיי צום ריבניצער.. גיי צו עמוקה.. גיי פלי קום.. און זאג צו.. און דאס שידוך איז נאכאלץ נעלם..
נו האב איך דאך איינפעלער פון מיין אייגענע קאפ.. און כ'קלער אנצוהייבן גיין צו 'סינגל גרופעס' לאוו דווקא חרדישע.. זאל זיין פרום.. פרום מאדערן.. אבער וואו איז זי מיין לעבנס שותף לעתיד? זי לעבט נאך? צו זי לעבט שוין..? איך האב איר שוין פארפאסט? אדער דארף איך עס נעמען רואיג, און סוף השידוך לבוא..? הימל קשיות!!! קיינער קען נישט זאגן הונדערט פראצענט א ענטפער – אויב ס'איז באשערט ס'זאל זיין פארהוילן.
פראבירט מען צומאל גיין אויף שבתונים; אמאל צו 'שבת ביי קלעצקאו' אמאל שבת ביי בראון צו רייך, צו אנדערע עסקנים וואס מאכן שבתים און כינוסים פאר סינגעלס. אמאל איז עס אין לאנדאן, אמאל אין מאנסי, אמאל אין ארץ ישראל אמאל אין באלטימאר, אבער מ'שאקעלט דעם מצב יעדע תקופה.
און מ'קען זען פאר זיך א רייע פון כאטש דריי פיר גרושות צו עלטערע מיידלעך, וואס כ'וואלט זיך געזען חתונה געהאט מיט זיי – אויב זיי זאלן נאר וועלן.. חחח זיי ווילן דאך אבער נישט.. סיי ווייל זיי זוכן מער ישיביש, מער מאדערן, אן א בארד אן א שטריימל, אן דאס אן יענס..
און כ'בין גארנישט זיכער אז כ'וואלט יא געקענט לעבן מיט זייערע השקפות, אויב איך בין פונעם היימישן בעקראוינד, אבער בדיעבד אויב זיי זאלן מסכים זיין, וועט מען זיך צו-שארפן.. אבער זיי זענען דאך באמת נישט מסכים!
נו גיי צווינג א פרוי א גרושה, זי זאל זיך זעצן מיט דיר אויף א דעיט! פאר א פארברעג פון קאווע און פרוכט – מהיכי תיתי.. א שיינע שמועס.. אבער לא למעשה – נישט אויף תכלית. אפילו נישט פאר קיין הווא אמינא..
נו, ווי טרעפט מען יא א מעגליכע אשת חיל? זאל איך אויסהערן די עצה געבערס?? מה דאך איך וואס ווייס כאטש פון פולע ערפארונג שוין, ווי מ'האט 'נישט' ווי צו זוכן.. איז יענער וואס האט קנאפ טועם געווען פון דעם סארט פעלד, זאל זיין א עצה געבער? און כ'זאל אפילו ערנסט נעמען זיינע עצות?..
אבער דאך נעם איך עס יא ערנסט.. מ'קען נישט וויסן! און כ'לייג אראפ דעם פוס, און פראביר מאכן קאנעקשענס מיט איין גרושה נאכן צווייטן.. אזא פנים האט עס.. מ'קוקט שוין באלד אויס ווי באדינער ביי אחשווארש.. ווען מ'וועלט אויס א שעפסעלע צווישן די צענדליגע צו הונדערטע קאנדידאטן, וואס רובם ככולם זענען איין גזירה שווה. ניין!!! נישט פאר מיר.. איך זיך עפעס אנדערש..
נו גוט, איר זוכט עפעס אנדערש, אבער אפשר ווייסט איר עפעס פאר מיר?
אין איינע פון אזא שבת פאר 'סינגלס' איז עס מיר געלונגען.. און דער ארגאניזירער שארט זיך צו צו מיר, און צייגט מיר; יענע גרושה מרת... וויל רעדן מיט דיר..
אה.. זי קוקט אויס גוט.. זי קוקט אויס קלוג.. זי קוקט מיר אויס – אז זי וואלט געקענט זיין מיין ווייב.. לאמיר זען, זאל איך צוגיין צו איר? אדער זאל איך ווארטן ביז זי קומט צו מיר..
ביי שלוש סעודות האב איך שוין נישט געקענט ווארטן ביז זי קומט צו מיר.. און כ'גיי צו צו איר..
העלא! איך הייס.. מסתמא ווייסטו.. און כ'וויל הערן וואס זאגט איר וועגן א געדאנק – אונז זאלן ארויסגיין אויף א דעיט..
אוהא.. איך האב פונקט געזאגט נעכטן פאר'ן באלעבוס פונעם אכסניא דא, אז כ'דארף רעדן מיט דיר.. ווייל כ'האב א פרענד, זייער א וואוילע וואס וואלט געווען גוט פאר דיר..
און וואס איז מיט דיר?..
אה אה!! עמ... איי עמ נאט רעדי.. און כ'זוך עפעס אנדערש.. אבער זי – מיין פרענד – וואלט יא געווען זייער גוט..
האסטו איר שוין געפרעגט?
אך.. ניין! איך מיש זיך נישט איר איר ביזנעס.. אבער דו וואלסט געקענט איר פרעגן, אדער שיקן איינעם איר פרעגן..
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:37 pm
דורך שקד
געשיכטע אכטצן
כ'האב אין פלאן אנצוטרעפן יענע מדוברת, וואס די אנדערע מדוברת האט מיר אנגעטראגן..
און מ'אז מ'זוכט טרעפט מען.. ווערעם.. זאגט די וועלט!.. מ'קלונגט אהער און אהין, מ'שיקט א מעסעדזש אהין און אהער.. און יא.. יענע וועט זיין אויף דעם קומענדיגן שבת – אין די געגענד.. איז דאך גוט. וועט מען זיך אויך דארט איינלאדענען זיך, און מ'עט שוין זיך צו שארן נענטער און זען ווי די השגחה פירט..
נו אן גאט ב''ה גייט גארנישט, און מ'שעפשעט א תפילה רבוש''ע דו ווייסט דאך אז עכשיו שנוצרתי.. און כ'וויל דאך וואס דו ווילסט.. און וואס איך וויל.. און וואס דו ווילסט.. כ'האף אזוי.. יעך וויל דעם קאטשקע דעם מדוברת אויספראבירן זען צו זי האלט דערביי, נו זאלן די מלאכי רחמים פון שלום עליכם באגלייטן דעם ענין, און די פמליא של מעלה ווען צוקוקן ווי עס קלויבט זיך צוזאם א חתן כלה.. איי די פאנטאזיע קאן א עמפייער בויען..
גוט שבת!.. אט דארט איז זי, מ'דארף נאר שיין גריסן, און זיך מאכן בא'טעמ'ט.. דאס רעצעפט פון תמימות גמילות חסד און א גוט ווארט, דארף מאכן דעם עבודה פולקאם.
אבער ס'מאכט זיך נישט.. זי קוקט נישט אהער, און איך טאר נישט קוקן גלייך אהין.. פארשטייט זיך, איך ברויך האבן דעם שעה טובה ומוצלחת ווען ס'וועט אונטערקומען נאטורליך, און ס'שוין די סעודה און מ'עסט און מ'זינגט און די עזרת נשים בליק.. און כ'זע אז נישט יעצט.
ביים באטע.. אפשר מ'זאל פראבירן שיקן כוס של ברכה צו יעדע רוח צפונית.. אפשר שפעטער אפשר מארגן..
מיינע נערווען זענען געשפאנט, א געלעגנהייט טאר מען נישט אראפשלונגען, אבער ס'מאכט זיך נישט קיין געלעגנהייט.. דארף מען אליינס מאכן דעם געלעגנהייט.
גוט שבת! איך הייס... וויאזוי הייסטו?
אזוי בין איך גראדט צושפאצירט צו איר – ווען זי האט פונקט עפעס געלייגט אין מיסט קאסטן ביים ווינקל.
איך הייס..
אה.. אייער פריינדינע האב איך געטראפן נישט לאנג צוריק.. זי איז זייער א וואוילע, און אונז האבן געהאט א גוד טיים שבת ביי..
יא, כ'האב נישט ליב דארט צו גיין.. ס'צו אנגעלייגט דארט..
און דא האט איר יא ליב?..
נישט שלעכט.. איר וואוינט דא אין די געגענד?..
ניין, איך בין אויך א סינגל, און כ'זוך א שידוך.. איך קלער אפילו אז דו קוקסט מיר אויס גאנץ פאסיג..
עהההה! באמת? איך בין נישט אזוי פרום.. חסידיש..
ביסט טאקע נישט חסידיש? ביסט זייער חשוב און גוט.. איך זוך נישט דווקא איינער פארפרומט, נאר איזי גאויאינג..
קען זיין.. אבער ווי וועסטו וואוינען..?
איך בין פלעקסיבל.. אויב מ'וויל ערנסט קלערן דערפון, קען מען זיך אוועקזעצן און רעדן דערפון. גארנישט איז נישט קיין אפמאך, מ'קען עס אויסשמועסן.
אקעי.. אפשר באלד..
[באלד האט זיך נישט געמאכט פאר מארגן נאכן סעודה.. און דעמאלטס איז שוין מנחה צייט.]
נו? וויאזוי איז אריבער די שבת דערווייל?
זייער גוט!
ווען קען מען זיך זעצן פאר א שמועס? אדער אפשר ווילסטו נאך שבת אפמאכן א דעיט..
אקעי.. כ'וועל זען שפעטער..
[כ'מיין אז כ'האב נישט געמוטשעט.. כ'האב געגעבן גענוג א געלעגנהייט פאר השתדלות, אז זי וויל נישט קען זי זיך נאך איינמאל ארויסדרייען און איך פארשטיי מיט א וואונק!..]
ביי שלוש סעודות קומט צו צו מיר א צווייטע סינגל, גארנישט קיין איידעלער.. און פרעגט מיר; וואס האסטו מיט יענע פרוי וואס דו האסט פריער געמוטשעט פאר א דעיט??
איך האב געמוטשעט? פאר א דעיט? פון וואו ווייסטו דערפון?..
זי האט מיך געזאגט היינט אינדערפרי אז דו לויפסט איר נאך..
וואס? וואס? זי האט דיך געזאגט?
יא! איך בין שוין געווען אויף א דעיט מיט איר..
און ענק דעיטן נאך?
וואס א נפקא מיני'?.. כ'זע אז דו לאזט איר נישט אפ.. יעצט האסטו ווייטער גערעדט מיט איר..
[כ'בין געווען גוט צעטומעלט.. אבער קען זיין אז ער מאכט א מעשה, אז איך 'לויף איר נאך'.. אבער באמת וויל ער מיר נאר באזייטיגן.]
א גוטע וואך.. א גוטע וואך.. האב איך געזאגט פאר יענע מדוברת. און געהאפט צו געבן א רמז, אז איך גיי שוין אט אט אהיים אויב זי האט עפעס צוצולייגן..
און זי ענטפערט מיר; קען יו פליז סטאפ באדערינג מי???
[דא האט זיך עס געענדיגט..]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:43 am
דורך berlbalaguleh
שקד: ס'איז מיר בייגעפאללן א מורא'דיגע, קלאסישע עצה. וואס איז כמעט פון די גמרא ארויס. והנה. דו זאלסט גיין אין א גראסערי אדער סופערמארקעט. (נאר נישט צו בינגא. ווייל דארט אי א יעדער אנדער פרעשור.) לאמיר זאגן צו יודל'ס אדער רובינשטיין אדער וועבער. און ווען דו וועסט זעהן א פרוי מיט א ביסל גרעי אין איהרע האר. (צעפ איז שוין אלטמאדיש. דאס טוט נאר דער הייליגער קאשויער. ר' אליעזר חיים בלום. וואס מאכט זיין העיליגע טאכטער גיין מיט צעפ ביי די 21 יאר. אויך מייניך אז דו ווילסט נישט (ח"ו) ווערן אן איידעם ביי דעם צודרייטן...). שטעלל דיך מיט דיין שאפינג קערידזש דיירעקטלי אונטער איהר. און מאך דיך ווי ס'פאלט דיר עפעס ארויס פון דיין שאפינג קארט. און זי וועט זיך זיכער אראפבייגן און עס אויפהייבן. דו וועסט איהר באדאנקען. און ביז ענקער רייע וועט קומען צו באצאללן וועסטו מאכן א שמועס מיט איהר. און בעזהשי"ת, די איבריגע איז, היסטאריע...!
אדער, ווען דו וועסט זיין אין איהר שכינות, קענסטו איהר פרעגן אן עצה איבער עפעס א פראדוקט וואס א פרוי איז א גרויסע מבין אין דעם. למשל. דו נעמסט אראפ א בעקעלע פון שעלף און דו פרעגסט ביי די אלטע מיידל אדער גרושה או אלמנה. איז דעיס א ניין ביי טהירטיען בעקעלע?. די מערסט פאפולערע סייז ביי די אידענעס. און זי וועט זאגן...דו האסט נישט די ריכטיגע סייז. איך וועלל אייך/דיר העלפן אויפזוכן די ריכטיגע סייז. און פו דארט וועט דער שמועס אריבערגיין צום וועטער...אזעלכע שרעקליכע היצן. זאלל זיין סוף חודש אלול. ווען א יעדער איז שוין אהיימגעקומען פון די קאנטרי. און זי וועט בעטן די טעלעפאן נומבער פון דיין שדכנ'טע. אדער פארקערט. ביז די גליקליכע מאמענט וועט אי"ה אנקומען און מ'וועט ברעכן טעללער. בשוגג או ברצון. און עטס וועטס האבן א סאך צו פארציילן פאר ענקערע אור אייניקלעך ביי די גאלדענע חתונה (אפשר גאר אין מושב זקנים אדער נוירסינג האום. געזונטערהייט.)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 4:22 am
דורך שושן פורים
בערל, אז א געוויסע מנהיג בישראל געפעלט אייך נישט, אפילו דו האלטסט איהם פאר אן עקסטרעמיסט, און אפילו דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, גיבט עס נאכנישט קיין רעכט איהם אנצורופן ביים נאמען און צולייגן שאנד ווערטער.
דער קאשוי'ער רבי לרפו"ש איז א מנהיג פון עטליכע הונדערט אידן און אפילו אויב נישט פאסט עס אויך נישט. האסט נישט ליב זיין שיטה? טרעט נישט אריין ביי איהם. דעטס איט!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 7:51 am
דורך אישתישבי
אין בינגא איז גראדע יעדער גאר רואיג, נאר דארט גייען נאר קאפעלס מיט קאר'ס, ווייל עס איז דא ווי צו פארקען, ועוד, עס קומען דארט א מאדערנער עולם פין די חמשה עיירות, און וועסט אנטרעפן א אשת איש וואס איר מאן איז געגאנגען טועם זיין די זיתים וטשאקאלדעס, און ווען ער קומט צוריק און זעהט דיר מפלפל זיין מיט זיין אידענע ביי די תכשיטים, וועט ער פין דיר מאכן א שטיקעל קאקאש.
די בעסטע איז ביי ראזנערס, ווי עס איז דא ווייניגער ווי א שיעור סוכה, און די שמועס קען זיך אנהייבן נאך אדורך גיין און אריין ווישען אין איר, און אראפווארפען העלפט פין אירע פרוכט און סופער סנעקס, און צוזאמען קענען ענק אויפהייבן. און קיינע קאפעלס קומען דארט נישט צוזאמען, און אפילו אויב יא, זענען זיי הארט איינער לעבען די אנדערע, און דו וועסט חס ושלום קיין טעות נישט מאכען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 8:52 am
דורך גראף
ר' בערל רוב היימישע אינגערע פרויען/מיידלעך פלאפלען נישט אזוי שנעל מיט פרעמדע מענער. זיי זענען נישט די אלטע אונגערישע יענטעס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 6:19 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:בערל, אז א געוויסע מנהיג בישראל געפעלט אייך נישט, אפילו דו האלטסט איהם פאר אן עקסטרעמיסט, און אפילו דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, גיבט עס נאכנישט קיין רעכט איהם אנצורופן ביים נאמען און צולייגן שאנד ווערטער.
דער קאשוי'ער רבי לרפו"ש איז א מנהיג פון עטליכע הונדערט אידן און אפילו אויב נישט פאסט עס אויך נישט. האסט נישט ליב זיין שיטה? טרעט נישט אריין ביי איהם. דעטס איט!
שושן פורים: דו ביסט גערעכט. נאר איך קען איהם זייער גוט (צו גוט,ליידער.) פערזענליך. איך האב אמאל געלערנט אין קאשוי'ער ישיבה. צוזאמען מיט היינט וועלט-בארימטע סטארס אין די וועלט פון ביזנעס, תורה און חסידות...! איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור'ל גראד נאך מיין בר מצוה. אבער איך געדענק וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט. (לרפו"ש)...!
אויסער דעים האביך (ליידער) אויך א שטיקל משפחה פארבינדונג מיט איהם. ב"ה נישט קיין עכטער קרוב. מער וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 3:34 pm
דורך שקד
ס'דא אסאך מער געשיכטעס ווי איר מיינט.. נאר צוליב כבוד הבריות קען איך נישט 'אלעס' פארציילן. אבער וואס יא, פארצייל איך צוביסלעך ווייטער. און ס'קען זיין געוויסע געשיכטעס זענען באורינג, אבער מיר איז אסאך מער באורינג..
געשיכטע ניינצן
העלאו.. איך הייס.. פון.. און איך זיך א שידוך, איך האב צוויי קינדער, און כ'האב געהערט אז איר זענט אליינס.
אה, יא איך בין אליינס, אבער פארוואס רעדט איר נישט צו א שדכן?
אה, איר ווילט כ'זאל רעדן מיט א שדכן?..
איך זוך נישט יעצט קיין שידוך, און ספעשל נישט קיין חסידישע.. אבער כ'פרעג סתם פארוואס איר גייט נישט דורך א שדכן?
פארוואס?? איר ווייסט נישט פארוואס?? איר רעדט יא אלץ צו א שדכן, אדער אויב איר זוכט – זוכט איר אליינס..
ביסט גערעכט, אבער וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו מיר?
מסתמא האט איר געגלייגט אייער נאמען אין אפאר דעיטינג סייט'ס.. כ'מיין איך בין נישט קיין סיקרעט סערוויס אגענט.. חח איך האב נאר אייער נאמען פון אזא סייט, אדער פון איינער וואס האט א ליסטע פון פאסיגע נעמען.
דעמאלטס האב איך פאר אייך א חבר'טע וואס קען זיין גוט פאר אייך..
איר קענט מיר שוין גוט, אז איר ווייסט אז זי קען זיין גוט פאר מיר? און איר זענט נישט פאסיג?? אפשר ווילט איר ארויסגיין אויף א דעיט מיט מיר.
כ'האב יעצט נאכגעקוקט אייער נאמען, ס'זעט מיר אויס אז מיין חבר'טע זוכט אזא היימישע ווי אייך..
גוט! איר האט א בילד אפשר? און איר קענט עס אנטראגן??
יא.. איך שיק אייך א בילד יעצט אויף אימעיל, און כ'גיי איר פרעגן, הלוואי קען איך העלפן, אבער איך זיך עפעס אנדערש.. סארי.
בסדר! איך האב באקומען דעם בילד א דאנק, און לאזט מיר וויסן בקרוב, וואס זי זאגט..
[נאך פינעף מינוט.. און כ'באקום א אימעיל..]
איך האב גערעדט מיט אייך פריער, וועגן מיין חבר'טע.. יא, זי וויל נישט..
אפשר קען איך איר פראבירן פאר א חבר מיינע א גרוש?..
קען זיין, אבער כ'מיין זי זוכט נישט קיין היימישע..
[כ'מיין טאמער זאג איך איך בין נישט היימיש, זוכט זי 'נאר' א היימישע..]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 3:43 pm
דורך berlbalaguleh
שקד: דיינע געשיכטעס (אמת'ע צו אויספאנטאזירטע) זענען קיינמאל נישט באורינג. אייביג אינטרעסאנט. ווייל מ'קען זיך לערנען וואספארא כאראקטערס ס'זענען אלץ פארהאן אויף דעם אייבישטנ'ס וועלט...! נאר דער עיקר איז אז מ'קען נאך געבן א שמייכל אינצווישן...! קיעפ איט אפ... כ'מיין דו זאלסט געהאלפן ווערן בקרוב בימנו. אבער צום סוף וועסטו קענען ארויסגעבן א ביכל מיט א ליקוט פון אלע דיינע עקספיריענסעס...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:12 pm
דורך גרוש
שקד
דיינע מעשיות זענען זייער וויכטיג,
די עולם זאל וויסן וואס מ'גייט אלץ דורך ווען מ'איז אין אזא מצב און זיין מער סענסעטיוו, און וויסן וויזוי מ'קען יא העלפן