בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:31 pm
דורך sefish
ביז ווען מעג מען עסן ערב טישע באב?
שבת צופריה נאכן דאווענען האט איינער אויסגעשריגן אז סוף זמן אכילה איז 9:01.... ער איז טאקע אביסל ציצשוכעט, ער קען אבער לערנען און ער איז א יר"ש.
ס'האט זיך אנגעהויבן א געלעכטער און א טומל, ביז 9 אזייגער? די שקיעה איז דאך ארום 8:15?!

ביי איכה האט ער שוין געהאט מער חסידים ארום זיך און ער האט שיין (שיין? קולות האט ער געמאכט!) מסביר געווען אז די שקיעה זמן האט מיט אונדז חסידים גארנישט איינגעלייגט, "איך וועל מיר נישט לאזן פון פיינשטיין!" האט ער געשריגן... ס'איז א נייע זאך! פאר די מלחמה איז דאס קיינמאל נישט געווען. מ'מעג עסען ביז בין השמשות ווען ס'איז א דרבנן ווי טישע באב... און 9:01 איז געווען אפאר מינוט פאר בין השמשות ביז דעמאלטס האט ער געגעסן.
איינער ווייסט וואס ער וויל? ער איז אויסן צו טוישן די וועלט.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:47 pm
דורך משכיל
וואס ער האט געטוהן איז שיטת רבינו תם לקולא, און עס זיינען געווען חסידים וואס האבען זיך אזוי געפירט אין די אלטע היים, אבער דא איז כמעט נישטא אזא זאך, זעה למשל ביי הפסק טהרה וועט קיין שום רב נישט מתיר זיין אזוי שפעט

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 5:49 pm
דורך sefish
איז הפסק טהרה א דרבנן?
ער האט געמאכט א חילוק. יו"כ האלט ער אויך פון די שקיעה

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:06 pm
דורך זר זהב
מיין ווייב האט נישט געמאכט א בורי מאורי האש נעכטן.
מאכט מען היינט ??

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:11 pm
דורך איך אויך
ניין.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:11 pm
דורך זר זהב
א דאנק
פארוואס טאקע נישט? פארוואס בשמים יא

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:15 pm
דורך יידל
בשמים אויך נישט.
מ'מאכט א ברכה אויף הבדלה ווייל ליכט איז באשאפן געווארן מוצ"ש. ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה זונטאג נאכט?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:17 pm
דורך זר זהב
אין די תורה שטייט גארנישט אז עפעס איז באשאפן געווארן מוצאי

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:21 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:אין די תורה שטייט גארנישט אז עפעס איז באשאפן געווארן מוצאי

סארי. נישט באשאפן געווארן. "אנטדעקט" געווארן דורך אדם הראשון. עס איז דוכט זיך א מדרש.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 9:21 pm
דורך זר זהב
אה אקעי.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:24 pm
דורך אלבערט
וואס הייסט בשמים יא? מען מאכט דאך נישט אויף בשמים.

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 11:29 pm
דורך זר זהב
נישט געוואוסט

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:13 am
דורך zurich
חברה מ'קען שוין הערן מוזיק!!!

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:15 am
דורך זר זהב
יא! איך האב נארוואס ארויסגענומען מיינע יו"ט ערליך קאסעטן. אהער מיט'ן טעיפרעקארדער!!!!!!

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:18 am
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:יא! איך האב נארוואס ארויסגענומען מיינע יו"ט ערליך קאסעטן. אהער מיט'ן טעיפרעקארדער!!!!!!

מענטשן כאפן נישט אז ס' נדחה ממילה קען מען שוין נעמען א שויער און הערן מוזיק,מ'דארף נישט ווארטן פאר מארגן חצות!!

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 1:18 am
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:יא! איך האב נארוואס ארויסגענומען מיינע יו"ט ערליך קאסעטן. אהער מיט'ן טעיפרעקארדער!!!!!!

די מיינסט זיכער "רעקארד פלעיר".

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 am
דורך real jew
last night the laundromats around boropark were fill with chasidsher couples washing and folding laundry.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:00 am
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:בשמים אויך נישט.
מ'מאכט א ברכה אויף הבדלה ווייל ליכט איז באשאפן געווארן מוצ"ש. ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה זונטאג נאכט?

ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה מיטוואך נאכט?!?!...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:26 am
דורך אברעמעל
ווי אויך דארף עס זיין פון א פייער וואס האט געברענט יו"כ, נישט מאכן א פרישע ווי יעדע מוצ"ש.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:46 am
דורך זר זהב
אברעמעל האט געשריבן:ווי אויך דארף עס זיין פון א פייער וואס האט געברענט יו"כ, נישט מאכן א פרישע ווי יעדע מוצ"ש.

נאכאמזל איך האב דאס געוואוסט/געדענקט ליינענדיג היינט הרב ראזענ'ס הלכות אינעם צייטונג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:56 am
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:בשמים אויך נישט.
מ'מאכט א ברכה אויף הבדלה ווייל ליכט איז באשאפן געווארן מוצ"ש. ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה זונטאג נאכט?

ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה מיטוואך נאכט?!?!...

מוצאי יו״כ איז די ברכה א ברכת הנהנין, וויבאלד מ׳האט דורכאויס דעם יו״ט נישט געקענט נהנה זיין פון אש - אנדערש ווי ביי א געווענליכן יו״ט וואס עס איז מותר משום אוכל נפש.

לפי"ז איז יידל'ס טעם פון: ווייל ליכט איז באשאפן געווארן מוצ"ש נישט אבסעלוט!?

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 1:57 am
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:א קליינע דאקטער איז אויך גענוג. אייגענטליך, אפילו א זעלבסט-דערקלערטער טעראפיסט פון וויליאמסבורג וועט אויך מאכן א גוטע דזשאב.

דער זעלבסט-דערקלערטער טעראפיסט פון ווילי איז דאך נעבעך יעצט...

נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 2:04 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:בשמים אויך נישט.
מ'מאכט א ברכה אויף הבדלה ווייל ליכט איז באשאפן געווארן מוצ"ש. ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה זונטאג נאכט?

ווי קומט מאכן א ברכה אויף הבדלה מיטוואך נאכט?!?!...

מוצאי יו״כ איז די ברכה א ברכת הנהנין, וויבאלד מ׳האט דורכאויס דעם יו״ט נישט געקענט נהנה זיין פון אש - אנדערש ווי ביי א געווענליכן יו״ט וואס עס איז מותר משום אוכל נפש.

לפי"ז איז יידל'ס טעם פון: ווייל ליכט איז באשאפן געווארן מוצ"ש נישט אבסעלוט!?

יידל,ס טעם איז אייגנטליך דער שולחן ערוך. עיין במשנה ברורה הלכות יוה"כ