בלאט 3 פון 3
Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אנשי כנה"ג האבען נישט געמאכט קיין סליחות, נאר תפלות וואס זענען כנגד תמידין.
פרעגסט אויף פיוטים ויוצרות? דאס פרעגט טאקע דער אבן עזרא. מאנכע זאגען אז דאס איז טאקע געווען במקום די דרשה פון דער חכם יו"ט נאכמיטאג. אדער זענען זיי פאר א צווייטע סבה. קיינער זאגט נישט אז דאס איז ווייל אידישקייט ווערט פארדזשאווערט און מ׳דארף כסדר מחדש זיין. ווען יא, פארוואס האט זיך עס אויפגעהערט? זינט די ראשונים מען גארנישט געזען. מ׳ווערט שוין נישט פארדזשאווערט?
זיי זענען זיכער נישט קיין תפלות אין די טעכנישע זינען פון די ווארט, וואס קומט מיט עומד לפני המלך, כנגד תמידין, אלע כוונות און תועלת׳ן. דער עיקר פון ימים נוראים דארף טאקע זיין די תפלות, ועי׳ מכתבו של הר"י אייבשיץ להרב בעל הפרדס (דוכט זיך אז עס איז געדרוקט אין די לחות העדות פון הר"י אייבשיץ) ווי ער זאגט אז גאנץ יוכ"פ ביי אים איז כמעט נאר שמו"ע, און ער האט כמעט נישט אנגעיאגט צו קיין שום פיוטים צו סליחות, און דאס איז אלס פירוש המלות, ללא שום כוונות עפ"י נסתר וכדו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:32 pm
דורך מיימון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פרעגסט אויף פיוטים ויוצרות? דאס פרעגט טאקע דער אבן עזרא. מאנכע זאגען אז דאס איז טאקע געווען במקום די דרשה פון דער חכם יו"ט נאכמיטאג. אדער זענען זיי פאר א צווייטע סבה. קיינער זאגט נישט אז דאס איז ווייל אידישקייט ווערט פארדזשאווערט און מ׳דארף כסדר מחדש זיין. ווען יא, פארוואס האט זיך עס אויפגעהערט? זינט די ראשונים מען גארנישט געזען. מ׳ווערט שוין נישט פארדזשאווערט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אני הק' זאג אז דאס איז יא ווייל אידישקייט ווערט פארזשאווערט און דעריבער דארף מען כסדר מחדש זיין אזויווי אידן האבן זיך טאקע געפירט צו מאכן נייע תפילות מימות בית שני ביז די ימי הגמרא, און די גאונים (ווי רס"ג) ביז די ראשונים (פייטנים) און אראפ צו די אחרונים (ר"א אזכרי, חיד"א, ר"ש אלקבץ, פייטני ספרד ומרוקו ואיטליה שלא פסקו עד היום, רי"א די מודינא יו"כ קטן, זמירות, קינות לת"ח ות"ט, קינות על השואה, ועוד ועוד). די סיבה פארוואס מען זאגט עס נישט ביים דאווענען איז ווייל ליידער איז אידישקייט שוין פארדזשאווערט געווארן און מען האט מורא אריינצוברענגען עפעס פרישקייט און לעבעדיגקייט, נאר אלעס איז טויט און גרוי פארשריבן אין די ביכער שווארץ אדער ווייס. א לעבעדיגע זאך טוישט זיך כסדר משא"כ א טויטער, והיינו טעמא דלשון עברית הקדושה שלא נשתנתה אלפיים שנה שלא נשתמשו בה.
ברוך השם עם ישראל חי, עס לעבט און בונטעוועט, און כלל ישראל טוט ווי דוד המלך בשעתו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און שיר, מיט אריגינעלקייט און שעפערישקייט, די נשמה זינגט און דאס הארץ שרייט. דאס איז עבודת השם שבלב זו תפלה.
Re: סליחות מיט ר' יואלי לעבאוויטש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי אונז אשכנזים, האט זיך עס אויפגעהערט הונדרעטער יאר צוריק. פארוואס?
לדעתי, איז ווייל ביי אשכנזים זענען די פיוטים געווען א חלק פון דאווענען, האט מען עס נישט אנגערירט. ביי ספרדים זאגען נישט קיין פיוטים ביי דאווענען, דעריבער האבען זיי כסדר געמאכט נייע זאכען.
אבער דיין שפאט איז נישט אין פלאץ. דאס איז נישט פון היינט, נאר פון צענדליגע דורות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 7:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זעה אז ס'דא דא אפאר חברה וואס האבן בכלל נישט ארויס די נושא דא, וועל איך מסביר זיין בקיצור נמרץ ותן לחכם ויחכם עוד.
די גאנצע פוינט פון אידישקייט, און פון רעליגיע בכלל, איז צו מגביר זיין די כח הנשמה, אדער ווי זיי רופן עס 'to be spiritually awakened/enlightened'. און דאס איז אויך געווען די גאנצע כוונה פון די מחברים פון די תפלות, פיוטים, נוסחאות און ניגונים. יעצט קען זיין אז איך און דו זענען זיך טאקע מתחבר צו די תפלות און ניגונים פון הונדערטער יארן צוריק, מעגסט אבער פארשטיין אז ס'דא מענטשן וואס צו זייער נשמה רעדן אנדערע זאכן. ס'נישט אז אונז זענען אריגינעל קודש קדשים, און זיי נעבעך דארפן צוקומען צו די פאלשע נאכגעמאכטע מפוקפדיגע זאכן. אונז זענען לכתחילהדיג, און זיי זענען בדיעבדיג. ניין, די איד וואס וויינט זיך אויס אינעם סליחות און די איד וואס וויינט זיך אויס מיט'ן גיטאר, טוען ביידע פונקט די זעלבע זאך, און זיי זענען ביידע די זעלבע הייליג טייער. נאכמער, דער איד וואס קומט אין שול און זאגט זיך אפ די סליחות איז טאקע זייער חשוב ווייל ער טוט וואס ער האלט פאר ריכטיג, אבער ער האט גארנישט קיין שייכות מיט די גאנצע זאך. און דער איד וואס צופלאמט זיך מיט א ר' שלומעלע'ס א ניגון, איז פונקט אזא מחותן דא ווי דער חסידישער איד וואס צופייערט זיך ביי די שלש עשרה מידות.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וועלכע רעליגיע איז געבעיסד אויף די פאוינט?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אידישקייט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט. אלע רעליגיעז לאזען דער מענטש טראכטען וואס ער וויל. אידישקייט האט פיל טעקסטס און מקורות. ווי דארף דאס שטיין?
מיין תורה איז אויסדריקליך נישט געבעיסד אויף א ספיריטואלע עקספיריענס. די עקספיריענס איז די שכר פאר די עבודה, נישט די 'פאוינט'.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 4:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב נישט געזאגט ספיריטשעל עקספיריענס, דאס איז
היפיזם. זיי זענען פאוקוסט אויף די עקספיריענס, אבער זיי ארבעטן נישט אויף זיך צו ווערן בעסערע מענטשן. איך האב גערעדט פון ספיריטשעל ענלייטמענט, וואו מ'נוצט די עקספיריענס אלץ אן אמצעי צוצוקומען צו שלימות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:12 am
דורך שמעקעדיג
איך רעד נישט אקעגן קיינעם ח"ו, אבער איך מיין אז דו מיססט אויכעט א פוינט. אין די ספה"ק (למשל יסושה"ע) רעדט מען אסאך ארום אז סתם זאגן סליחות איז גארנישט, מען טוט קיינעם נישט קיין טובה ווען מ'איז "יוצא" די מצוה פון סליחות, די מטרה פון סליחות איז זיך צו געבן א טרייסל וואו האלט איך אויף דער וועלט, אביסל חרטה על העבר און קבלה על העתיד, א שטיקל חשבון הנפש, וואס די אלע זאכן איז זייער שווער צו טון מיט מוזיק אדער לאוו, אוודאי דארף נישט זיין קיין נעגאטיווע אטמאספערע ביי סליחות, אבער פון דארטן ביז מוזיק איז א ווייטער מהלך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 12:32 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג האט געשריבן:די מטרה פון סליחות איז זיך צו געבן א טרייסל וואו האלט איך אויף דער וועלט, אביסל חרטה על העבר און קבלה על העתיד, א שטיקל חשבון הנפש, וואס די אלע זאכן איז זייער שווער צו טון מיט מוזיק
קען זיין אז ביי דיר איז אזוי, ביי מיר איז פונקט פארקערט. געדענק, זאלסט קיינמאל נישט אונטערשאצן די כח פון מוזיק.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 4:51 am
דורך טאמבל סאס
אויב וואלט איך דארט געווען ספעציעל אויב וואלט מיין נאמען ערגעצוואו ערשיינט וואלט איך אוואדאי געהאלטן שטארק געהאלטן דערפון אבער היות איך האב מיך באגענוגט מיטן אוועקגיין דאווענען צו א טראדיציאנעלע אשכנזישע שוהל אוואו מען שניידט האלב פון די סליחות און וואס מען זאגט יא זאגט מען נישט מיט גרעבעכצערייען און געקינצלטע אויסגעצויגענע שטימעס. אויך פארגעסט מען נישט פון א זייגער, פרעג איך,אויב צו ברעכן, פארוואס פעלט זיך אויס צו מאכן דערפון א קאנצערט?