בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך האלט נישט גארנישט, אינעווייניג קען איך מיך גוט רעגן, אבער איך ווייס צו האלטן מיין שיט פאר זיך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:06 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האלט נישט גארנישט, אינעווייניג קען איך מיך גוט רעגן, אבער איך ווייס צו האלטן מיין שיט פאר זיך.

איר האלט בשיטה פון נישט מוחה זיין קיינמאל ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כשם שמצווה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצווה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:09 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כשם שמצווה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצווה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע.

איר טוט דאס לשם מצווה ?come on lets cut to the chase

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ניין.

FYI, די גמרא האט עס אויך נישט געמיינט 'לשם מצוה'.

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:14 pm
דורך נהורא נפישא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ניין.

FYI, די גמרא האט עס אויך נישט געמיינט 'לשם מצוה'.

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן.

אקעי איך קען זיך שטעלן דא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:49 am
דורך [NAMELESS]
איך העט געקליבן נומער 2. די פריינדשאפט איז תוכנ'דיג, די געדאנקען ווערן אויסגעטוישט אויף א קו, מען קען זיצן דערויף לאנגע תקופות.

דאגעגן נומער איינס איז זייער ליידיג און פוסט, סופערפישל, געדאנקען וואס איז פונקט גוט צו הנאה האבן אויפן ספאט - נישט לאנג-טערם, סתם א צייט פארשווענדעניש, נישט קיין אמת'ע בענעפיט.

איך שטעל זיך פאר אז די וואס שרייבן דא אז זיי קלויבן נומער איינס וועלן פארברענגען מער צייט אויף היימישע קרעטשמע דאייוועלט ווי אויף העמק דבר דק"ש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:37 am
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז די וואס שרייבן דא אז זיי קלויבן נומער איינס וועלן פארברענגען מער צייט אויף היימישע קרעטשמע דאייוועלט ווי אויף העמק דבר דק"ש.


העי! דעס איז שוין א פערסאנעל אינסאלט!...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:25 am
דורך נהורא נפישא
ריכטיג האט געשריבן:איך העט געקליבן נומער 2. די פריינדשאפט איז תוכנ'דיג, די געדאנקען ווערן אויסגעטוישט אויף א קו, מען קען זיצן דערויף לאנגע תקופות.

דאגעגן נומער איינס איז זייער ליידיג און פוסט, סופערפישל, געדאנקען וואס איז פונקט גוט צו הנאה האבן אויפן ספאט - נישט לאנג-טערם, סתם א צייט פארשווענדעניש, נישט קיין אמת'ע בענעפיט.

איך שטעל זיך פאר אז די וואס שרייבן דא אז זיי קלויבן נומער איינס וועלן פארברענגען מער צייט אויף היימישע קרעטשמע דאייוועלט ווי אויף העמק דבר דק"ש.

איך בין נישט זיכער אז מיר רעדן פון די זעלבע זאך. די פראגע איז נישט וועלעכע איז מער בעניפיטירבאר. ביידע זענען גוטע שמועסערס, ס'איז פשוט א פראגע פון חן. וועלכע כאראקטער טראגט ביי אייך מער א חן. אאו"ו מיט וועלכע כאראקטער וואלט איר זיך פערזענליך זיך געוואלט אינדענטיפיצירן.
וויאזוי קוקט איר אויף העראאיזם ווס. איידעל פחד'ניש, וועלכע טרעיט קוקט איר מער ארויף ?

באמת וואלט איך געוואלט פרעגן נאך א פראגע וואס איז אייער הנאה אין א חברותא
איז דאס פשוט ווייל איר זענט שטארק אנגעוואנדן אין איינעם וואס זאל אייך כסדר באשטעטיגן אייער ווירדע
אדער אי דאס נאך עפעס א טיפערע זאך פון א קאנעקשאן צו א מענטש וואס איר האלט פאר א זכיה צו שעירן דיין לעבן מיט. אדער גאר האלט איר אז די טיפערע זאך איז א סתם דמיונ'יש און פאסט נישט פאר אן אביעקטיווער טראכטער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:19 am
דורך טאמבל סאס
איך וואלט געקליבן די ערשטע. הגם אסאך מאל וואונדער איך מיר אויב די דיפערענץ צווישן איינס און צוויי בנוגע פראקטישקייט איז נאר ווי ווייט פאראויס די צוויי רעכענען זיך אויס און ווי שטארק זיי גלייבן אין א ציהל ביאנד וואס מען קען עמפיריקלי זיך איבערצייגן אין. כמאך סענס?

וואס מיר רופן א פראקטישע מענטש איז נאר אויף די קורצע שוירט טוירם אין די פיוטשער וואס מיר זענען עפ רוב געוואוינט צו זעהן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:48 am
דורך נהורא נפישא
טאמבל סאס האט געשריבן:איך וואלט געקליבן די ערשטע. הגם אסאך מאל וואונדער איך מיר אויב די דיפערענץ צווישן איינס און צוויי בנוגע פראקטישקייט איז נאר ווי ווייט פאראויס די צוויי רעכענען זיך אויס און ווי שטארק זיי גלייבן אין א ציהל ביאנד וואס מען קען עמפיריקלי זיך איבערצייגן אין. כמאך סענס?

וואס מיר רופן א פראקטישע מענטש איז נאר אויף די קורצע שוירט טוירם אין די פיוטשער וואס מיר זענען עפ רוב געוואוינט צו זעהן.

יא איך פארשטיי וואס איר זאגט. מיין פראגע איז אבער טאקע נישט וועלכע וועג ברענגט בעסערע רעזולטאטן. ס'איז נישט בהכרח אז דער פראקטישער וועט אים ברענגן מער צופרידנשטעלנדע רעזולטאטן ווי דער אידילאגישע. און וויאזוי מ'מעסט דאס איז א באזונדערע פראגע.
מיין פראגע איז וועלכע מהלך האט אין אייערע אויגן א חן. אדער גאר לאכט איר אפ פון די ענין פון חן. איר זענט סארקאסטיש איבער די גאנצע מושג פון קלעס און אצילות, איר לאכט מעגליך פון דיפלאמטיע אלס א שקר און איר נוצט עס העכסנטס ווען עס איז אייך פראקטיש אבער נישט ווייל איר גלויבט אין דיפלאמטיע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:14 pm
דורך טאמבל סאס
איך בין נישט סארקאסטיש איבער קלעס און אצילות. אויך לאך איך נישט פון דיפלאמאטיע. חוץ ווען סאיז מיט שקר וואס דאן קען אויך קאמפאראטמענטעלייזן און וויסן אז א געוויסע מיס-טראסט מוז איך שטענדיג האלטן. דיפלאמאטיע איז נישט מיוטשילי עקסלוסיוו מיט שקר. אויב איך זאג עס גוט. דוקא האט נומער 1 א חן. סאיז א מענטש וואס לעבט אין די ארציות, אין די וועלט. Outwardly. In the here and the now.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:27 pm
דורך נהורא נפישא
אויב נישט חן וואס פאר א ווערט זעט איר אין אצילות. איז נישט אצילות איין גרויסע שקר. וואס ברענגט מיר דאס זיך פירן לויט די עטיקעט, איז נישט גענוג צו זיין פראקטיש צו אינדזשויען דאס לעבן אויב מ'זעט נישט קיין חן אין קלאס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:56 pm
דורך גדליה
נאמבער צוויי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:00 pm
דורך נהורא נפישא
איך בין נייגעריג וואס דער עולם קלערט איבער העראאיזם, לאמיר עס ריפן קוראזש.
קוראזש קען מען באמת צוטיילן אין עטליכע מעידזשאר עריעס אין לעבן.
עס איז פארהאן סאשעל קוראזש און דאס איז צו האבן די לעוועל פון קאנפידענץ צו קענען פעיסן סאשעל טשאלאנדזשעס דאס רעכנט אריין אויפצישטיין פאר די פערזענליכע רעכטן אפגעזען ווער און ווי שטארק דער פארלעצער האלט זיך אין סאסייעטי. צו קענען מודה זיין אויף א טעות און בעטען מחילה אן קיין שום התרגשות וכהנה וכהנה.
דערנאך איז פארהאן די לעוועל פון ריסק טאלערענץ צו קענען זיך האלטן רואיג און פאסיוו ווען מען נעמט א ריזיקאלע שריט איינמאל מ'איז קאנפידענט אז ער וויל נעמען דעם שריט צוליב סיי וועלעכע סיבה.
דערנאך איז פארהאן די לעוועל פון רואיגקייט בשעת ס'באטרעפט א צרה וואס מ'קען גרייכן מיט עפעס א ריכטיגע רעליגיעזע אדער פיליזאפישע מהלך.
דערנאך איז פארהאן פארשידענע פאביעס וואס מענטשן האבן וואס דאס מיינט אז די פחדים זענען אומראציאנאל און פונדעסטוועגן קען זיך דער מענטש נישט העלפן ער איז פשוט שוואכליך דאס איבערצוקומען.
ווי אויבן דערמאנט זענען דא סאשעל פאביעס. דערנאך איז דא א פאביע פון זיין אויף א הויעכע פלאץ וכו' מקען זאגן אז וויפיל פעטישעס איז דא זענען פארהאן קעגן דעם פאביעס וכן להיפוך.
למשל יעדע נארמאלע מענטש ווייסט אז צו גיין אויף די ווילדע ריידס וואס פארט מיטן קאפ אראפ סטרעיט פרי פאלל פון א הויעכקייט פון הונדרעט פיס אדער אזא סארט רייד ווי מזעצט זיך אריין אין א קעפסל און ס'שיסט ארויס ווי א מיסל מיט אן אומגעהויערע שנעלקייט טראגט מיט זיך זערא ריסק ס'זענען אבער פארהאן א קליינע מינאריטעט וואס קענען צוגיין צו דעם מיט א גלייכגילטיגקייט און זייער אסאך מענטשן קענען ביי זיך בכלל נישט פויעלן צו גיין דערויף.
אדער גיין אויף א פאראשוט. איך האב א חבר וואס איז לעצטענס געפלויגן מיט א פאראשוט, ער איז געגאנגען מיט נאך חברים און די מענערישע שטאלץ האט אים געשטופט צו שפילן גלייכגילטיג ווי נאר דער פליגער איז ארויף געפארן העכער און העכער און מ'האט געעפענט דעם טיר פון פליגער איז עם באפאלן אזא פחד אבער למעשה האט די שטאלץ גובר געווען. דער אינסטרוקטער פארלאנגט אויך אז מזאל זיך ארויסווארפן מיט צוזאמגעלייגטע הענט כדאי זיך נישט צו פארטשעפענען מיט די פאראשוט מעכעניזם וואס גיט נישט צו קיין עקסטערע ריליעף.
וואס קלערט דער עולם איבער עקסערסייזן די עקסטריעמס כדאי צו קענען זיין מער אימיונט און קוראזשפול. און בכלל אזוי צו קענען גרייכן אט דעם לעוועל פון סופער הומען
און וואס פאר א נאך דוגמאות קענט איר טראכטן איבער וואס עס איז כדאי צו מאכן עקסערסייז.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:07 am
דורך נהורא נפישא
לאמיר רעדן אביסל פון סאשעל קוראזש.
דער אמת איז אז קוראזש ווערט בד"כ פארשטאנען אלס עפעס אזא סארט מסירות נפשדיגע טאהט. מערערע מאל אבער איז דאס בכלל נישט די פשט. כאטש וואס דער מענטש איז באוויסטזיניג וויאזוי פאר מערערע מענטשן איז א געוויסע ספעציפישע סאשעל סיצואציע א טרואמאטייזינג עקספיריענס איז עס אבער פאר אים זעלבסט עפעס וואס ער גייט באמת צו מיט א גלייכגילטיגקייט צוליב זיין כאראקטער מיט וואס ער איז אדער נאטורליך געשאנקען געווארן אדער זיך ערווארבען.
אלזא די שליסל איז נישט מסירות נפש די שליסל איז קאנפידענץ און סעלף עסטים.
וואס איז די דיפרענץ צעווישן קאנפידענץ און סעלף עסטים ?
עס באציט זיך צו צוויי באזונדערע זאכן קאנפידענץ באציט זיך אינעם גלויבן פון די מעגליכקייט אויסצופירן מיט א זיכערקייט די לעבנס פונקציעס. סעלף עסטים גיט דעם לימיט. ס'שטעלט אראפ דעם לימיט וויאזוי דער מענטש זעלבסט באטראכט זיך אין די געזעלשאפט איז ער א זאגער אדער א אויסהערער. ד.מ. איז ער איינער וואס שאצט זיך אפ אלס נישט מער ווי איינער וואס גייט מיט מיטן שטראם און האט בכלל נישט די אינטעלקטואלע מעגליכקייט צו קריטיקירן די נארמען, אדער איז ער איינער וואס שאצט זיך אפ אין די געזעלשאפט אלס גענוג א גרויסער קאמפעטיטאר ווי די וואס שאפן די נארמען.
דערנאך איז דא איינער זאל פארמאגען ביידען, סיי א שטארקן סעלף עסטים און סיי א שטארקע קאנפידענץ אבער זיין סעלף עסטים איז אלוזיענעריש און נישט רעאליסטיש צוליב דעם וואס ער האט זיך איבערגעשאצט צוליב זיינע איינרעדענישן. געווענליך איז אזא איינער א געלעכטער, סיידן איראניש אויב ער איז דוקא נישט צו שטארק אלוזיענעריש דארף דאס צו טשאלענדזשען זיין קאנפידענץ. און דאס איז איינע פון מערערע סיבות פארוואס צומאל כאטש מ'האט א שטארקע סעלף עסטים האט מען אבער דערביי זייער א שוואכן קאנפידענץ.

אלזא די שליסל צו האבן א גוטן קאנפידענץ איז צו האבן א געזונטע און רעאליסטישע און גוט דעפינירטע סעלף עסטים.
צום פארצוזעצן...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 10:17 am
דורך טאמבל סאס
נהורא נפישא האט געשריבן:אויב נישט חן וואס פאר א ווערט זעט איר אין אצילות. איז נישט אצילות איין גרויסע שקר. וואס ברענגט מיר דאס זיך פירן לויט די עטיקעט, איז נישט גענוג צו זיין פראקטיש צו אינדזשויען דאס לעבן אויב מ'זעט נישט קיין חן אין קלאס.

אצילות אין איר נאטורליכען פארעם, דהיינו, דאס וואס עס ליגט אין אונזער נאטור צו קענען און ווילן איבערקומען אונזערע רויע אינסטינקטן, איז אן אמת'ער אצילות און טראגט א ווירקליכער חן, ווען דער מדובר/רת קען בעצם, און איז נאטורליך אריענטירט צו, פירן זיך ווי נומער איינס, און אנשטאט אינווענט דער מענטש וועגן ווי אזוי צו זיין אן אציל. משא"כ געמאכטע אצילות, נאכדעם וואס ס'ווערט פארמארלירט, למשל, יעדער ווייסט אז די רויעלס גייען מיט ווייסע הענטשקעס און די רעבעס גייען מיט א ווייסע שמאטקע ארום דעם האלדז, אדער אפילו עטיקעט פאר די המון עם, ווי למשל, מען עסט נישט און מען זינגט נישט הויך, אויפן גאס; מען עסט מיט א גופל אין די לינקע האנט און א מעסער אין די רעכטע, דאן איז עס, כ'וואלט נישט געזאגט, איין גרויסע שקר, אבער רובו שקר. עכ"ז רוב מענטשן זעען נאך אלס חן דערין ווייל עס דינט ווי כאילו א סימבאל, א דערמאנונג, א לערע , צי וואס דער וואס האט עס באמת אין זיין/זירע פאטענציעל, זאל שטרעבן אנצוקומען צו.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:22 pm
דורך נהורא נפישא
אלזא עס זענען פארהאן צוויי פונקטען וואס זענען אינטערילעטעד וואס אין איר ריכטיגע פורמאלע שאפט זי א געזונטע קאנפידענץ
1) וועלט קוק
2) סעלף עסטיעם.
וועלט קוק + סעלף עסטיעם = קאנפידענץ לעוועל.
וועלט קוק באציט זיך צו דאס וואס די מענטש גלויבט איבער אחריות ווס. אונס
סעלף עסטיעם באציט זיך צו די מעמד וואס די מענטש גיט זיך אין די געזעלשאפט באזירט אויף זיינע פעעאיגקייטן און אינטעלעקטואלע מעגליכקייטן.
אט דאס אין איר ריכטיגע דאזע שאפט א געונטער קאנפידענץ.

וואס איז די ריכטיגע דאזע ?
צום ווידערזעהן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 3:26 am
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:איך העט געקליבן נומער 2. די פריינדשאפט איז תוכנ'דיג, די געדאנקען ווערן אויסגעטוישט אויף א קו, מען קען זיצן דערויף לאנגע תקופות.

דאגעגן נומער איינס איז זייער ליידיג און פוסט, סופערפישל, געדאנקען וואס איז פונקט גוט צו הנאה האבן אויפן ספאט - נישט לאנג-טערם, סתם א צייט פארשווענדעניש, נישט קיין אמת'ע בענעפיט.

איך שטעל זיך פאר אז די וואס שרייבן דא אז זיי קלויבן נומער איינס וועלן פארברענגען מער צייט אויף היימישע קרעטשמע דאייוועלט ווי אויף העמק דבר דק"ש.

איך בין נישט זיכער אז מיר רעדן פון די זעלבע זאך. די פראגע איז נישט וועלעכע איז מער בעניפיטירבאר. ביידע זענען גוטע שמועסערס, ס'איז פשוט א פראגע פון חן. וועלכע כאראקטער טראגט ביי אייך מער א חן. אאו"ו מיט וועלכע כאראקטער וואלט איר זיך פערזענליך זיך געוואלט אינדענטיפיצירן.
וויאזוי קוקט איר אויף העראאיזם ווס. איידעל פחד'ניש, וועלכע טרעיט קוקט איר מער ארויף ?


סארי פארן ענטפערן איצטער, נאכדעם וואס די שמועס איז געפארן טיפער. "חן" ביי מיר מעסט זיך לויט ווי תועלת'דיג עס איז, אזוי ארבעטן מיינע עיני השכל. אויב זאל איך דארפן לייגן תועלת אין די זייט, דאן וועל איך גיין פאר דער מיט א בא'טעמ'טערע פנים און פליסיגע שטימע, עס זאל מיר נישט נמאס ווערן בשעת'ן פארברענגען מיט איהם.

איך זעה נישט אינעם ערשטן מער העראיזם ווי אינעם צווייטן, לדעתי אפשר פארקערט.