בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 4:19 pm
דורך שקד
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 4:30 pm
דורך ימים ידברו
צו די שקד, היתכן צוזאגען אויף א איד, וואס איז איין שטיק צדקות קדושה וטהרה, איין שטיק תורה ענווה והלכה, א איד וואס דער שבט הלוי זצ"ל האט מעיד געווען אז ער צוזאמען מיט זיין ברידער די מעלבראנע רב זצ"ל האבען געקענט די בעסטע הל שבת פון אלע וואס ער האט פארהערט, א איד וואס זיין רבי דער אמרי חיים זצוק"ל האט געזאגט אז ער האט הייליגע אויגען! א איד וואס פריידט זיך ווען מאיז אים מבזה, א איד ווען ער רעדט צו אפי אזא נידריגע מענטש ווי די, וואלט ער גרעדט מיט הכנעה און מענטשהייט,
אמת ער האט א שיטה וואס איז נישט פאפלער קען זיין ער האט שטארקע טעותים, איך געדענק ווען א איד האט געזאגט פאר וויזניצער רבי אור האמת זצ"ל אז משה בער מאכט א חילול השם מיט גיין צו די אראבער, האט וויזניצער רבי געזאגט א נייע טייטש און חילול השם! איך ווייס אז וויזניצער רבי האט געהאלטען אז ער איז נישט ריכטיג ווייל ער האט נישט קיין רבי איבער זיינע הנהגות, ער פלעגט פרעגען ביי וועם פרעגט ער אן, הגם רבי משה בער האט געהאלטען אז זיינע רבי איז די סאטמאר רב מיט קאשויער רב און דערנאך הרב אברהם לייטנער זצ"ל סקען זיין ער האט א טעות געהאט ממילא, מעג מען זאגען אויף אים לשונות וואס מטאר אויף א איד נישט זאגען, זאג נאר די שקד אויף נתניהו רעדסטו אויך אזוי, וואס איך בין ברור אז ער האט פיל מער דעצערנט און אריינגברענגעט כלל ישראל און א סכנה מדי יום ביומו פון זיינע גאוה און התגרות דאס באדערט דיך נישט? נאר א איד וואס פארשטייט אז דאס איז חובותו בעולמו ריין לשם שמים ביסטו מקטרג? איין תפלה מיט איין ברכה האב איך פאר דיר די זאלסט זוכה זיין צו תשובה טוען און זיין אבק תחת רגליו הקדושים מיט אלע זיינע טעותים איניינעם,

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 5:59 pm
דורך שקד
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 7:46 pm
דורך ארי נוהם
[tag]סדרן[/tag], עס איז צייט אויסצושפארן דעם טראלל און אומערצויגענעם ניק שקד פון קאווע שטיבל.

א מענטש וואס איז פארנומען צו בארעדן אן אנגענומענעם מנהיג בישראל [ר' מאטעלע וויזשניצער], און נוצט מיאוס'ע אויסדרוקן אויף א איד [ר' משה בער בעק], מאכט פשוט ביליג דאס פלאץ און עס דערמאנט מיר פון פאליש אד"ג.

ביטע אים אויסשפארן באצייטענס איידער ער באווייזט חרוב צו מאכן נאך אשכולות און פארטרייבן נארמאלע לייענער/ניקס פון אונזער מקום קדוש.
א דאנק.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 7:53 pm
דורך סדרן
ביטע באריכטן סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 7:56 pm
דורך ימים ידברו
שקד הייסט אזוי א איד א צדיק וואס האט געראטוועט 13 איראנע אידען פון א זיכערע טויט א דאנק זיינע פילע פעולות קדושות להצילם, טאנצט אויף אידיש בליט! אפשר ווייסטו וויפול אידישע בליט האט ער גראטוועט מיט די אלטע אויסגטרעטנע וועג פון הכנעה לאומות העולם בגלות!
און די אומאחריותדיגע אויסגעשפראכענע גאוה און תאוה און פריקת עול גזירת הגלות וואס מילאנען אידישע בליט ובכלל די זעקס מיליאן קדושים און די גרמא פאר אנטסימיזים במשך די לעצטע 100 יאר זינט די פארשאלטענע רעיון הציונו וואס האט אויפגרעגט יעדען גוי בימי הגלות זיי זענען די רעטער שעמסט דיך נישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
שקד: אין אנהייב האביך געהאלטן פון דיר. כ'האב געזעהן א איד וואס האט א סענס פון הומאר. א איד וואס איז (כמעט) תמיד בשמחה. ער פרובירט זיך גובר צו זיין אויף אלע זיינע פראבלעמען. און ער פאלט נישט אריין אין קיין עצבות. און ער טיילט מיט זיינע געפיהלן פון שמחה מיט אנדערע אידן...! עד כאן ההספד...!

אפס. אבער. און ס'איז א גרויסער אבער. זינט דו האסט דיר ערלויבט פוצה פה צו זיין אויף א רב א גאון און א צדיק. א מנהיג ישראל. וועלכער איז פונקט יעצט נסתלק געווארן. מיט די געמיינסטע לשונות של בזיון. נניח אז דו האסט געהאט פערזענליכע טענות צו איהם. דארף מען אבער אויך געדענקען אז ער איז געווען א איד א גאון און א צדיק. אן איש אמת. און דו האסט איהם געמאכט כאחד הריקים, ח"ו. וואו איז זיין יושר. זיין צידקות. זיין יראת שמים. זיינע צדקות. זיין זיכוי הרבים. זיין הרבצת התורה...?!

ועכשיו הוספת חטא על פשע. דו האסט גענוצט אזעלכע געמיינע אויסדרוקן אויף ר' משה בער בעק. פיין. אמת. רוב מענטשן זענען נישט מסכים מיט זיין דרך. אבער דאס מאכט איהם נאכנישט אויס ערליכער איד. איידעלער איד. און גרויסער תלמיד חכם. און בעל מידות. צו נוצן אזעלכע אויסדרוקן ווי דו האסט גענוצט אויף איהם שטעכט א יעדן איינעם און ס'טוט וויי עד דיכדוכה של נפש...!

מכאן יוצא הקריאה. טו תשובה. און זיי מפייס די 2 צדיקים. אט פון דא. פון דעם פארום...וה' הטוב יכפר...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:34 pm
דורך איך אויך
ר' מב [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] האט מאוסט סערטענלי יא געטאנצן אויף הייס אידיש בליט ווען ער האט מחזק געווען דעם ארכי רוצח אראפאט ימש''ו בחייו ואחרי פגירתו, ועוד כמה רוצחים שפלים.

יעצט, כ'ווייסט נישט פונקטליך וואס מען דארף עם אנווינטשן יעצט ווען ער שמעקט די ערד, אבער די וואס קומען פון א פלאץ ווי מען טיילט ימח שמו'ס און שר''יס מיט א ברייטע האנט כאילו עס וואלט געווען פרישע פיצא מוצאי פסח זאלן זיך האלטן שטיל.

איי געסס מען קען עם אנווינטשן ער זאל זוכה זיין זיך צו האלזן און קישן מיט זיין אזוי באליבטן פריינד אראפאט.

Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הגם אז שקד האט גערעדט אויף מיר און מיינס, און איך בין נישט איינשטימיג מיט זיין ווערטער אפפאל אויף ר׳ מאטעלע און להבחל"ח ר׳ משה בער, מ"מ זעי איך נישט אז מ׳דארף אים אויסשפארן. ער האט אן אומפאפולערע מיינונג, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער וואס דרייט זיך דא איז מסכים צו אים. מ׳קען לכתחילה בלייבען אין א צימער מיט א מענטש וואס טראכט און האלט אנדערש. דאס מיינט נישט אז דו ביסט מיט אים.

שלעפט׳ס ענק ארויס פון די חרדישע קרענק פון גילט ביי אסאוסיעשען און איינפארביגע שמועסן.

דער וועלט איז קאלירפול, פון שיינע גלאנצעדיגע קאלירן ווי מיאוס ברוין. אלס אינאיינעם מאכט די וועלט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:50 pm
דורך איסר האטלקי
איך אויך האט געשריבן:ר' מב [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] האט מאוסט סערטענלי יא געטאנצן אויף הייס אידיש בליט ווען ער האט מחזק געווען דעם ארכי רוצח אראפאט ימש''ו בחייו ואחרי פגירתו, ועוד כמה רוצחים שפלים.

יעצט, כ'ווייסט נישט פונקטליך וואס מען דארף עם אנווינטשן יעצט ווען ער שמעקט די ערד, אבער די וואס קומען פון א פלאץ ווי מען טיילט ימח שמו'ס און שר''יס מיט א ברייטע האנט כאילו עס וואלט געווען פרישע פיצא מוצאי פסח זאלן זיך האלטן שטיל.

איי געסס מען קען עם אנווינטשן ער זאל זוכה זיין זיך צו האלזן און קישן מיט זיין אזוי באליבטן פריינד אראפאט.

איך צוטיר עס אז מ'זאל וויסן וואס סדרן האט געמעקט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:04 pm
דורך גדליה
אוי וויי אזויפיל עהרליכע יודן גייען אוועק פון דער וועלט...
ס'האט זיך אנגעהויבען ביי העלבראנץ
ס'איז געגאנגען ווייטער צו ראבינאוויטש
און יעצט האלט שוין די מלאך המוות ביי בעק...
געוואלד....

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: אינטרעסאנט. דו האסט אנטדעקט א מורא'דיגן פאקט...זייט אדם הראשון זענען שוין א פאר טריליאן מענטשן אוועק. און ס'סטאפט נישט. כ'האב מורא אז ס'וועט אזוי אנגיין ביז תחיית המתים...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:39 am
דורך מתחזקק
איך זעה אז קיינער וויסט דא נישט וואס גייט באמת פאר מיט ר' משה בער
איך בין א משפחה זיינער
דאס מיינט נאך נישט אז איך האלט וואס הער האלט.
בכל אופן אויב איינער וייסט וואס טויט זיך ביי אהים וועל איך זיך פרייען צוי הערן

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:52 am
דורך berlbalaguleh
מתחזקק: איין זאך בעט איך ביי דיר. דו זאלסט אוודאי נישט ווערן א ספרא דדיינא. אדער א קאורט רעפארטער. בכל אופן נישט אין די אידישע שפראך...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:21 am
דורך Buddy
און ווי איז די קשר צווישן די צוויי?...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QdUk8yo9m9A[/youtube]
בילד
בילד
בילד

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:37 am
דורך אישתישבי
ימים ידברו האט געשריבן:שקד הייסט אזוי א איד א צדיק וואס האט געראטוועט 13 איראנע אידען פון א זיכערע טויט א דאנק זיינע פילע פעולות קדושות להצילם, טאנצט אויף אידיש בליט! אפשר ווייסטו וויפול אידישע בליט האט ער גראטוועט מיט די אלטע אויסגטרעטנע וועג פון הכנעה לאומות העולם בגלות!
און די אומאחריותדיגע אויסגעשפראכענע גאוה און תאוה און פריקת עול גזירת הגלות וואס מילאנען אידישע בליט ובכלל די זעקס מיליאן קדושים און די גרמא פאר אנטסימיזים במשך די לעצטע 100 יאר זינט די פארשאלטענע רעיון הציונו וואס האט אויפגרעגט יעדען גוי בימי הגלות זיי זענען די רעטער שעמסט דיך נישט


עס האט נישט אויפגערעגט יעדען גוי, און אויך נישט יעדען איד. עס אויפגערעגט אפאר אנטיסעמיטישע גוים, און אפאר אויפגערעגטע אידן.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2019 6:15 pm
דורך קוקי
ארי נוהם האט געשריבן:[tag]סדרן[/tag], עס איז צייט אויסצושפארן דעם טראלל און אומערצויגענעם ניק שקד פון קאווע שטיבל.

א מענטש וואס איז פארנומען צו בארעדן אן אנגענומענעם מנהיג בישראל [ר' מאטעלע וויזשניצער], און נוצט מיאוס'ע אויסדרוקן אויף א איד [ר' משה בער בעק], מאכט פשוט ביליג דאס פלאץ און עס דערמאנט מיר פון פאליש אד"ג.

ביטע אים אויסשפארן באצייטענס איידער ער באווייזט חרוב צו מאכן נאך אשכולות און פארטרייבן נארמאלע לייענער/ניקס פון אונזער מקום קדוש.
א דאנק.

כ'מיין אז דער שקד איז א פארגאנגענהייט

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2019 6:22 pm
דורך שושן פורים
קוקי האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:[tag]סדרן[/tag], עס איז צייט אויסצושפארן דעם טראלל און אומערצויגענעם ניק שקד פון קאווע שטיבל.

א מענטש וואס איז פארנומען צו בארעדן אן אנגענומענעם מנהיג בישראל [ר' מאטעלע וויזשניצער], און נוצט מיאוס'ע אויסדרוקן אויף א איד [ר' משה בער בעק], מאכט פשוט ביליג דאס פלאץ און עס דערמאנט מיר פון פאליש אד"ג.

ביטע אים אויסשפארן באצייטענס איידער ער באווייזט חרוב צו מאכן נאך אשכולות און פארטרייבן נארמאלע לייענער/ניקס פון אונזער מקום קדוש.
א דאנק.

כ'מיין אז דער שקד איז א פארגאנגענהייט

אז שקד אליינס זאגט אז שקד איז פארגאנגענהייט, ווער זענען מיר אריינצורעדן?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2019 1:01 am
דורך שקד
וואס ווען וואו..