בלאט 3 פון 6
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 9:22 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:מ׳קען אולי אביסל צולייגן צו וואס ר׳ יצחק זאגט
דא אז דאס געדאנק פון דאס וואס די פלישתים האבן סותר געווען וכו׳ בארותיו של אברהם איז דאס געדאנק אז אויף וואס אברהם האט געוואלט מפיץ זיין וכו׳ אזוי ווי א באר חוצה לו אויף דעם זענען זיי געקומען מיט ליצנות ושחוק כדוגמת מאבימלך נתעברה שרה. והיינו, די שב שמעתתא זאגט אין זיין הקדמה (אות ב׳) אז די געדאנק און עבודה פון א מענטש איז צו ווערן פון א ב
ור, וואס איז נאר מקבל אין זיך, צו א ב
אר, וואס איז נובע חוצה לו צו אנדערע ע״ש. והיינו, מ׳דארף מאכן א חילוק פון אן אות ו׳ לאות א׳. מיט דעם קען מען סתם אזוי זאגן אז וועגן דעם האט מען מוסיף געווען אן אות ה׳ לשמו של אברהם, ווייל דאס איז דאך געווען זיין עבודה צו מפיץ זיין אמונה וכו׳ און ער האט געמאכט דעם חילוק צווישן דעם אות ו׳ און אות א׳ וואס די חילוק צווישן זיי איז מספר ה׳.
ענליך קען מען זאגן לגבי דעם וואס ר׳ יצחק דערמאנט
דא בנוגע דאס אז ביי יוסף האט מען אים צוויי מאל אריינגעווארפן אין א בור, ואפילו מים אין בו. והיינו, אז דעריבער האט מען צוגעלייגט אן אות ה׳ צו זיין נאמען אויך, יהוסף, כדאיתא בסוטה לו:, וואס דאס איז די חילוק צווישן מספר ״בור״ ו״באר״ וכנ״ל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 11:52 am
דורך מי אני
דאס וואס ר׳ יצחק דערמאנט
דא [פון בערך 30:30 עד בערך 43:00] רירט לדעתי אן אינעם געדאנק פון
[נייע] היסטאריסיזם בתוך פילאזאפיע. דהיינו, אז טעאריעס, מהלכי המחשבה והמסתעף וכו׳
גופא ווערן קאנטעקטשועלייזד לויט די עפאכע אין וואס זיי ווערן געשאפן. כלומר אז די טעאריעס וכו׳ בתוך זייער פאראדיגמע זענען מקושר אויף א יסודות׳דיגן לעוועל (לדוגמא, בנוגע מהו ה״אמת״ און די מעטאדאלגיע ווי אזוי מ׳קומט אן דערצו) מיט די תקופה אין וואס זייערע בעלי מחשבה זענען [געווען] נקבע און מען קען נישט אריינלייגן אין איר אפשאצונג וכו׳ א פאראדיגמע אין ״אמת״ וכו׳ וכו׳ מחוצה לה.
דאס קען אויך נוגע זיין.***
מ׳קען אפשר פארשטיין אז דאס וואס ר׳ יצחק ברענגט ארויס
דא [פון בערך 25:00] בנוגע ״אחריותו״ של מלך, וואס דאס איז געווען די דין ודברים צווישן יהודה און יוסף, איז אז דאס איז דער רחמים בתוך הדין פון (משלי כט ד) מלך במשפט יעמיד ארץ און א סארט שילוב דערמיט. און ווי ער דערמאנט איז דין מרומז בענין הזקן. ולפי״ז קען מען אולי זאגן אז דאס איז א רמז דערין אין וואס די גמרא זאגט לגבי יוסף ואחיו (ב״מ לט:) ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו (בראשית מב ח) מלמד שיצא בלא חתימת זקן ובא בחתימת זקן ע״ש. והיינו לרמז אז די קלימאקס פון דאס צאמטרעף פון יוסף ואחיו, הגשת יהודה אליו, איז געווען בענין זה פון אחריות המלך המראה על ענין רחמים ו/בדין, וואס דאס איז די חילוק אין רמז בין זקן ללא זקן.
און אז מ׳לייגט צו מספר ״יג״ [של מדות רחמים] צו מספר ״והם״ איז עס עולה ״דין״.
נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2021 9:25 am
דורך מי אני
דאס וואס ר׳ יצחק זאגט
דא בנוגע די צוויי פשטים אין ווי אזוי צו פארשטיין דאס מושג פון ״אין סוף״ און בב״ת בנוגע ג-ט, קען אולי ליגן אין דאס וואס דער רמב״ם זאגט אין מו״נ ח״א פנ״ט. והיינו, אז איה״נ מ׳קען נישט משיג זיין וואס ג-ט ״איז״ מחמת דאס טרענסעדענס, אינפיניטי וכו׳ וכו׳ [די ערשטע פשט אין ״אין סוף״], איז אבער דאך שייך מער און מער השגות דערין דורך דעם וואס מ׳איז משיג וואס ג-ט ״איז נישט״ [רעמיניסענט פונעם צווייטן פשט אין ״אין סוף״].
Re: בית מדרש עיון למחשבה
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 12:01 am
דורך פאליטיקאנט
דאס וואס ר' יצחק זאגט אין די צווייטע פשט פון אין סוף בשם ר' איטשע מאיר, אז מ'קען אלס טראכטן מער און אלס וועט זיין זאכן וואס א מענטש פארשטייט נישט, ממילא איז אלס וואס איינער פארשטייט שוין יא אמונה פשוטה (און ר' יצחק לייגט צו אז עס קען גיין פארקערט אויך, אז אלס איז דא עפעס וואס א מענטש פארשטייט שוין יא), איז ענליך צו וואס @אחד העם האט
אריינגעווארפן דא לגבי אמונה פשוטה און די רמב"ם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע.
נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2021 4:06 pm
דורך מי אני
ר׳ יצחק דערמאנט
דא [אין אנהויב] דאס שוועריקייט פון שליחותו של משרע״ה מעיקרא פאר מ׳ווייסט שוין דעם אויסקום און דאס געדאנק פונעם
היינדסייט בּייעס [וואס ווערט טאקע אויך גערופן
קריִפּיִנג דעטערמעניזם]. כ׳האב געקלערט אז מ׳קען אולי מרמז זיין אז מ׳האט
געטראפן אז די בּייעס איז מער עלול פאר א נעגאטיווע אויסגאנג ווי איידער א פאזיטיווע. ואולי לפי״ז קען מען מרמז זיין אז אין אנהויב פרשה, נאכדעם וואס משרע״ה האט געזאגט למה הרעות וגו׳ אויפ׳ן נעגאטיוון אויסגאנג וואס איז דעמאלטס געווען, האט אים הקב״ה געזאגט איבער ״אני ה׳״ ופירש״י נאמן לשלם שכר ע״כ. והיינו לרמז אז דער איינציגסטער וואס קען
טאקע באמת זאגן אז מ׳האט געוואוסט מעיקרא ואפילו אויף פאזיטיווע אויסקומען [שכר] וואו די בּייעס ביי מענטשן איז טאקע שוואכער, איז הקב״ה
(ועיין כאן).
וידוע שיטתו של החזו״א, בהאמונה ובטחון שלו אודות הגדרתו של ״בטחון״.
נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 3:47 pm
דורך מי אני
דאס וואס ר׳ יצחק דערמאנט
דא צום אנהויב אז די געדאנק ביי לימוד איז דוקא נישט צוצוקומען צו אן אבסאלוטע סארט קלארקייט און אלס פארבלייבן מיט א (כעין חלק פונעם) קשיא, ווייל אן דעם איז נישט שייך קיין חידוש און ווייטערדיגע לימוד וכו׳, דערמאנט פונעם פיזיקער דר. ריטשערד פיינמאן׳ס מימרא אז, ״אונז מוזן לאזן פלאץ פאר ספק אדער עס וועט נישט זיין קיין פּראָגרעס און נישט קיין לערנען. מענטשן זוכן פאר זיכערקייט. אבער עס איז נישט דא קיין זיכערקייט.״
(ועיין כאן.)ואולי קען מען אפשר מקשר זיין דעם געדאנק וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין דעם אז דאס לעבן, וגם הלימוד וכו׳, ארבעט מכח א רצוא ושוב מיט דעם וואס מ׳רעדט ארום שפעטער אז איוב שתק ונידון ביסורים. והיינו, אז אין מגילה חי. זאגט די גמרא משתוקא בתרין, ולדרכינו אז הגם עס זעהט אויס אז שתיקה און נישט אנהויבן, וואס איז אזוי ווי 0, איז די זעלבע ווי ״צוויי״ [אבסאלוט] וועליוּס פון דבר והיפיכו/רצוא ושוב וואס קענסעלען זיך אויס [1 מיט 1-], דארף מען אבער צומאל אויפטוישן דעם ״משתוקא [צו/אין] בתרין״ [מ׳דארף צומאל ענגעידזשן מיט׳ן 1-; מיט׳ן רע (להפכו וכו׳)].
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 11:50 pm
דורך מי אני
לגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט
דא בנוגע הגדרת ״קדוש״, איז ווי אונז הא׳מיר
דא אראפגעברענגט פון הרב דר. סליפקין עפ״י הרמב״ם בנוגע הגדרת ״קדושה״ אז דאס ווערט נקבע דורך די מענטשליכע/סאציאלע קאנסענסוס [פון די היסטארישע געשעעניש וואס האט דארט פאסירט], איז דאס אז מענטשן ווארטן פאר אים און האלטן אים פאר א קדוש קען יא אפשר גיבן א שטיקל לעגיטימיקייט צו דעם אז ער׳ז טאקע א קדוש. ואולי קען מען מיט דעם זאגן אז וויבאלד גיחזי האט איר אוועקגעשטיפט, לרמז אז מענטשן ווערן דערווייטערט פון אים און ווילן נישט ווארטן פאר אים וכדומה, האט ער דאדורך באקומען דעם לעיבּל והגדרה אז ״אינו קדוש״.
ועפ״י פשט קען מען אפשר זאגן אז דער מסילת ישרים בסופו (פכ״ו) זאגט אז מדריגת ״קדוש״ איז דער וואס אפילו דברים גשמיים זיינע ווי אכילה ושתיה זענען אויך אן עבודה פון דביקות בה׳ ע״ש. און אין די זאכן פון מילי דביתא וואס א פרוי איז מער באהאוונט
(געווען אין יענע צייטן) האט זי דאס געזעהן און געקענט שאצן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 08, 2021 1:06 pm
דורך מי אני
ר׳ יצחק דערמאנט
דא אין אנהויב אז די געדאנק פון אז די תורה זאל נשתמר ווערן איז אלס מ׳האלט דאס ווי כעין קמח ווי איידער לחם וואס דאס האלט זיך לענגער. דאס קען האבן א קשר מיט דעם וואס ער דערמאנט דארט שפעטער אז די געדאנק פון האבן יתרו כהן מדין אנערקענען מציאות ה׳ איז אלס דאס׳ן עס ארויסברענגען פון איינעם במדריגה התחתונה; א ירידה לצורך עליה. והיינו, ווייל ביי ברכות זעהן מיר אז צום ערשט איז עס חיטין און דערנאך ווערט עס נשתנה לגריעותא צו קמח און ערשט דערנאך צוריק למעליותא בלחם (עיין בברכות לו.) - א ירידה לצורך עלייה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2021 3:22 pm
דורך מי אני
לגבי דאס וואס ר׳ יצחק דערמאנט
דא אז די געדאנק ביי מחצית השקל פון העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט איז מקושר בזה אז די ספירות זענען
דוקא 10 און נישט 9 ואפילו נישט להוסיף עליהן ולעשותן 11, קען מען אפשר זאגן א קליינע רמז. דהיינו, אז די מדרש זאגט (ב״ר פד חי) אז מצות מחצה״ש איז לכפר על מכירת יוסף ע״ש. דאס איז צושטאנד געקומען מכח זיינע חלומות, וואס אין די צווייטע האט ער דערציילט דייקא אויפ׳ן מספר 11; איין מער ווי 10 וואס דאס איז א געדאנק ביי מחצה״ש להוציא מזה.
נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 12:18 pm
דורך מי אני
ר׳ יצחק רעדט ארום
דא איבער דעם (שמואל א טו ב) פקדתי את אשר עמלק לישראל אשר שם לו בדרך בעלותו ממצרים, און דעם געדאנק פון זכירה היפוך שכחה מזה שהיא ענין עמלק. שפעטער [14:25] דערמאנט ער א געדאנק אז מ׳נוצט דעם ענין פון חרב שהוא של עשו/עמלק נגדו אין דאס ליגט אינעם (תהלים קמט ו) וחרב פיפיות בידם. כ׳האב געקלערט א שטיקל קשר ווייל כידוע איז דאך דער עלותו ממצרים געווען מיט׳ן לשון ״פקוד יפקוד/פקדתי״, און דער פרקי דר׳ אליעזר (פרק מז) זאגט אז דאס איז לרמז אז גאולת מצרים איז געווען מיט די אותיות כפולות פון פ׳ ף׳ ע״ש. איז דעריבער נגד עמלק הבא לשכח ענין זה נוצט מען דעם חרב ״פיפיות״, והיינו דעם ענין פון פ׳ כפול המרמז לגאולתנו ממצרים, היפך ענינו של עמלק.
נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 10:42 am
דורך מי אני
ר׳ יצחק רעדט ארום
דא איבער דאס געדאנק פון סידור וואס מ׳קען מאדעלן וכו׳ און כאאס וואס מ׳קען נישט וואס דאס שטעלט מען שוין מער צו און מען זעהט מער בחוש געטליכע געפירעכץ. און דאס איז די חילוק פון סידור השנים וואס אונז קענען פונקטליך אויסשטעלן און פאראויסזאגן לעומת לדוגמא וועטער און רעגן וואס אונז קענען נישט, וואס דעריבער אויף צו ווייזן כח ה׳ וכו׳ ווערט מען דערמיט געווארענט.
כ׳האב געקלערט אז דער מדרש (שמו״ר טו כח) דרש׳נט אויף (תהלים כט ד) קול ה׳ בכח אז הקב״ה האט געוואוזן פאר משרע״ה דעם לבנה לגבי פרשת החודש ע״ש, והיינו האיך לקבוע חדשים על הסדר. איז דעריבער קען מען אפשר זאגן אז קודם לזה כתיב קול ה׳ על המים, והיינו צו טאקע דזשאָקסטעפּוֺיזן די צוויי: די קול ה׳ על המים פון רעגן און די וועטער איז שלא בסדר וואס אונז קענען פּרעדיקטן, ולעומתה נתן לנו הקב״ה לקבוע החדשים ושנים בסדר וואס דאס איז מרומז אינעם נעקסטן פסוק וקול.
(ובסתם אפ״ל דלכן ביום טו בחודש זה, כשסיהרא במילואה, מאכט מען א סעודה וואס מ׳רופט א ״סדר״.)און נאך קען מען זאגן אז די גמרא זאגט אין שבת יא. אז נאר לעבר השנים איז מען נישט מפסיק פאר ק״ש ע״ש. ואפשר לרמז אז עיבור איז יא לסדר וואס דאס איז דזשאָקסטעפּוֺיזט צו די אזהרת על הגשמים בק״ש, וואס זענען עפ״י כאאס און היפך זה כנ״ל.
נשלח: פרייטאג אפריל 09, 2021 6:46 pm
דורך מי אני
לגבי דעם וואס ר׳ יצחק זאגט
דא אז א געדאנק פון פסח איז וואס כלל ישראל האט אנגעהויבן מיט׳ן שלא לשמה אויף כדי אנצוקומען צו לשמה, האב איך געטראכט אז מ׳קען צולייגן א שטיקל רמז. די חת״ס אין תורת משה בסוף פ׳ וישלח זאגט (בנוגע הגמרא בשבת נה.) אז אות ת׳ לרעה איז כצורת אותיות ״דן״ ע״ש באריכות. יעצט, יציאת מצרים איז געווען לאחר ״ת׳״ שנים און דעמאלטס איז מקויים געווארן דעם וגם את הגוי אשר יעבודו ״דן״ אנכי. אז מ׳נעמט ארויס [מ׳איז ״מוציא״] מספר ״דן״ ממספר ת׳ איז עס עולה למספר ״שמה״ עם הכולל, והיינו צוצוקומען צו ל
שמה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:39 pm
דורך מי אני
דא ביי 9:15 רירט ר' יצחק אן אויפ'ן באקאנטן
דור רביעי אין זיין פתיחה למס' חולין (אות ב) אז דאס וואס איז מהנימוס ונארמאלקייט וכדומה האט די תורה ניטאמאל געדארפט ארויסשרייבן.
די שיעור רירט אויך אן אין געדאנקען דערמאנט אין
מיין ארטיקל לגבי האמונה ליחס בין השי"ת והרעות בעולם.
וכמובן האט די אלגעמיינע טעזע פונעם שיעור, אז אויב נעמט מען אן אמונה פשוטה זאל דאס אבער נישט מיטקומען מיט התגברות, פאראלעלן צו [tag]אבטולמוס[/tag]'ס טעזע אין זיין
אשכול איבער אמונה פשוטה.
ולגבי דאס וואס מ׳זאגט אינעם שיעור אז זיך באנוצן מיט שקר, אפילו פאר א גוטע נאבעלע מטרה, טוהט דאך שאטן פאר׳ן נפש, זאגט ר׳ מנחם נחום משטעפינעשט אין זיין על האמת והשקר בנוגע אפלטון׳ס
נאבעלע שקרים:
0C1F8A9F-2C1B-4A33-AF7B-C516578189D3.jpeg
צום סוף פונעם שיעור, לגבי אמונה בביאת המשיח בפראקטיש, רירט עס אויך אביסל צו צו פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ'ס
געדאנק בנוגע אמונה זו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 3:20 pm
דורך מי אני
ר׳ יצחק זאגט
דא אין אנהויב אז הגם במושכל ראשון זעהט נישט אויס אז מיסטיסיזם וקבלה גייען אינאיינעם מיט לאגיק, איז אבער דאס געדאנק דערפון פון קומען נענטער צום עצם זאך ארויס פון די מער ווייטערדיגקייט וואס מ׳באדארף בסתם אויף דן צו זיין אין די ענינים מער אביעקטיוו. כ׳האב געקלערט אז מ׳קען דערויף זאגן אז ביי מצות פרה אדומה טרעפט מען, ווי באקאנט (במדב״ר יט ג), דעם געדאנק פון (קהלת ז כג) אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני; מ׳טרעפט ביי דעם די געדאנק ענין פון די לימיטס פון לאגיק. און ביי מצות פרה אדומה טרעפן מיר אז אליבא דרב ביומא מב. איז אנדערש ווי ביי שאר קדשים איז ביי פרה אדומה שחיטתו בזר פסולה ע״ש. איז קען מען אולי זאגן א רמז דא אז די פסוק זאגט (משלי כז ב) יהללך
זר ולא פיך. והיינו, אז צו ריכטיג אפשאצן די שבח און הילול פון א זאך פעהלט זיך אויס א ״זרות״ דערצו כדי צו האבן דאס ריכטיגע אביעקטיווקייט. אבער דארט ווי עס איז דא די לימיטס פון לאגיק, וכעין ענין מיסטיקה וקבלה, דארט איז נישט שייך די ״זרות״ און עס איז אויך פסולה.
נשלח: מוצ"ש יוני 12, 2021 10:49 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:עס זענען אויך דא פאראלעלן אינעם שמועס פון מייסטער עקהארט׳ס מהלך פון דעם אז אלעס איז ביסודו ״אַיִן״ וואס די אָלטימעט דערפון איז הקב״ה וגעטליכקייט אשר משם היסוד לכל היקום וכו׳.
Joel Kraemer.jpg
Sarah Pessin.jpg
דר. יואל קרעמער און דר. שרה פּעסין.
נשלח: מוצ"ש יולי 31, 2021 11:41 pm
דורך מי אני
איך האב געקלערט (בדרך צחות קצת) לגבי דאס וואס ר׳ יצחק
זאגט אנהויב די שיעור אז לגבי ר״ה און אירע הכנות טראכט מען אז ״דיה לצרה בשעתה״, אז אונז ווייסן מיר אז וועגן דעם האט הקב״ה געטוישט ביי משרע״ה פונעם שם ״אהי-ה אשר אהי-ה״ צו ״אהי-ה״ (עיין רש״י שמות ג יד עפ״י שמו״ר ג ז). דער ארחות צדיקים זאגט אין אנהויב שער האמת (שער כג) אז ״אהי-ה״ פעמים ״אהי-ה״ איז עולה מספר ״אמת״ ע״ש, והיינו אז דאס איז די רמז פון ״אהי-ה אשר אהי-ה״. ולרמז קען מען אפשר זאגן אז דעריבער ווערט גע׳פסק׳נט (או״ח סימן תכח סעיף ד) אז לעולם קורין אתם נצבים קודם ר״ה ע״ש (ובתוס׳ במגילה לא:). והיינו, לרמז אז מ׳דארף זיך באמת יא גרייטן קודם ר״ה הגם עס איז דא די טענה אז ״דיה לצרה בשעתה״, וואס דאס איז מרמז לשם ״אהי-ה אשר אהי-ה״, וואס די שם איז מרמז למספר ״אתם״ נצבים.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 04, 2021 3:31 pm
דורך לעיקוואד
בס"ד
א ווארט צו מיינע טייערע ידידים
תורה לערנען איז נישט עפעס וואס ארבעט ווי א ביזנעס. עס איז אויך נישט קיין אונטערהאלטונג וואס מען באצאלט פאר אן ענטערטעינער וואס זאל אונטערהאלטן דעם עולם. תורה איז אויך נישט קיין זאך וואס געשעט דורכ'ן מענטש אליין אז ער זאל עס איבערגעבן ווייטער. תורה נקנית בחבורה. תורה ארבעט אלעמאל מיט א קשר צווישן דעם משפיע און מקבל. ריכטיג תורה געשעט נאר ווען ס'איז דא דער צוזאמענארבעט פון רב ותלמיד. איינער זאגט און איינער הערט. נאר פון צווישן דער זיווג עליון פון א חבורה וואס לערנט צוזאמען ווערן געבוירן לעבעדיגע דברי תורה, ומיני ומינך תסתיים שמעתתא.
זכינו אז די תורה וואס מיר לערנען דא איז נישט סתם עפעס וואס גייט חלילה לטמיון נאר בחסדי ה' הערט מען כסדר צוריק גרוסן פון חברים מקשיבים וואס זענען שטארק נהנה פון די שיעורים און געבן איבער הערות מחכימות וואס העלפט אז ס'זאל א ריכטיגע חבורה של תורה וואס העלפט אויף ווייטער און דאס ווידער-קול פון די וואס האלטן מיט און הערן אויס די שיעורים איז אלעמאל מיט מיר בשעת'ן לערנען.
אם אין קמח אין תורה. א ריכטיגע שלימות'דיגע שותפות אין א זאך איז אלעמאל ווען דער שותף איז זיך משתתף באופן ממשי מיט געלט וואס צוזאם די נפשות ס'זאל נישט פארבלייבן בצורה פון א מוכר מיט א לוקח נאר אן אקטיווע חבורה וואס שאפן תורה אינאיינעם און יעדער גיט זיין חלק.
על פי בקשת חברי וידידיי, האב איך אויסגעשטעלט אן אופן ווי מען קען זיך איינשרייבן און איינהאנדלען א 'מעמבערשיפ' אין די שיעורים און געבן א חודשליכע באשטייערונג וואס מיט דעם ווערט מען טייל פון יוצרי התורה.
דריקט אויף דער לינק און ווערט א חבר אין אונזער חבורה הנעלה.
מיר האבען אוועקעגעשטלעט דער פרייז ביי 18 דאלער א חודש עס זאל קענען זיין א דבר שווה לכל הנפש. טאמער ווילט איר געבן א גרעסערע נתינה קען מען מקדיש זיין עקסטער א שיעור אדער קונטרס. טאמער קענט איר זיך נישט דאס ערלויבען פארבינדט זיך מיט מיר און מיר וועלן געבן אן אופן פאר אן אנדערע סומע.
דא איז דער לינק
https://yitzchoklowy.com/membership-account/membership-checkout/?level=7יישר כחכם
ידידכם יצחק
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:26 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:עס זענען אויך דא פאראלעלן אינעם שמועס פון מייסטער עקהארט׳ס מהלך פון דעם אז אלעס איז ביסודו ״אַיִן״ וואס די אָלטימעט דערפון איז הקב״ה וגעטליכקייט אשר משם היסוד לכל היקום וכו׳.
דער רומענישער-פראנצויזישער שרייבער און פילאזאף עמיל סיארען געזאגט:
[left]The initial revelation of any monastery: everything is nothing. Thus begin all mysticisms. It is less than one step from nothing to God, for God is the positive expression of nothingness[/left]
ער האט אויך געזאגט:
There is always someone above you: beyond God Himself rises Nothingness
ווי אויך:
Without God, everything is nothingness; and with God? Supreme nothingness
מי אני האט געשריבן: די שמועס ביי בערך 1:20:00 דערמאנט פון די באקאנטע מעשה (לויט ווי אזוי איך האב עס געהערט) פונעם קדושת לוי וואס האט געענטפערט פאר זיין שווער ווען ער׳ט אים געוואוזן אז אפילו א משרתת גלייבט אין ג-ט, ״זי זאגט אז זי גלייבט און איך ווייס אז איך גלייב״. דאס איז לכאורה א סעד צו ר׳ יצחק און שוין פון א חסידי׳שע מקור.
מאידך גיסא האט להבדיל דער רומענישער-פראנצויזישער שרייבער און פילאזאף עמיל סיארען געזאגט:
[left]The poor maidservant who used to say that she only believed in God when she had a toothache puts all theologians to shame[/left]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:16 pm
דורך מי אני
אין
די שיעור [ביי 25:20] ברענגט ר׳ יצחק ארויס די
פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך בנוגע תשובה וזמניה הקבועים. כ׳האב געקלערט אז מ׳קען מיט דעם אפשר טייטשן בדרך צחות בהפטרת שבת שובה (הושע יד ג) קחו עמכם ״דברים״ וגו׳ - והיינו בנוגע ווען מ׳ליינט אט די הפטורה איז די זמן ״המסוגל״ דערצו זיך מתייחס צו ווי אזוי
אונז זענען זיך מתייחס דערצו דורך שפראך ודברים.
ולגבי די
צווייטע שיעור רירט מען אָן א משהו בסופו אויף דאס וואס דער רמב״ן
זאגט בנוגע דין בר״ה. ווי אויך הא׳מיר
דא אראפגעברענגט ווי אזוי עס איז משמע אז דער אפודי לערענט אים אפ לגבי אמונות הכרחיות דארט אין פל״ו. ולכאורה ה״ה לענין מושג תשובה הנזכר שם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:24 pm
דורך מי אני
לגבי די געדאנק וואס ר׳ יצחק זאגט
דא [פון בערך 30:00] אז די ענין פון ״שביעי״ ביי ר״ה איז אז עס איז די ערשטע [״עליון״] און נישט די סוף, קען מען אפשר זאגן אז אונז זעה׳מיר אין נגלה/הלכה אז שביעי בימי השבוע ווערט גערעכענט ווי אינדערמיט: מיטוואך, דאנערשטאג, און פרייטאג פאר דעם; זונטאג, מאנטאג, און דינסטאג נאכדעם (עיין בגיטין עז.). ר״ה איז אינעם ערשטן טאג פונעם זיבעטן שהיא המיטעלסטען חודש, ביים מיטל-פונקט, למנין מחודש ניסן שראשון הוא לכם. און דאס איז די רמז אז די ״שביעי״ וואס ווערט גערעכענט ווי די מיטן אין אלגעמיין (בנגלה) איז לגבי ר״ה (בנסתר/״בכסה״) ווערט גערעכענט ווי די אנהויב; דאס פלאץ פונעם טאג ר״ה אינעם חודש גופא.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 3:42 pm
דורך מי אני
ר׳ יצחק זאגט
דא אז פערזענליך פיהלט ער מיט׳ן זוכה זיין צו מכניס זיין זיין זוהן לבריתו של אברהם אבינו ע״ה זייענדיג אליין 32 יאר אלט איז אינגאנצן אנדערש פון ווי א פרישער אינגערמאן גייט צו דערצו. ער רעדט ארום איבער דאס געדאנק פון ברית באציהט זיך אזוי ווי א זעלבע אפּערעיטינג סיסטעם אין א קאמפיוטער וואס דארף ווערן אָפּדעיטעד לפי הזמן. כ׳האב געקלערט אז, ווי ר׳ יצחק רירט אָן בסוף השיעור, איז כריתת ערלת מילה נגד כריתת ערלת הלב (ועיין ברקנ״ט פ׳ לך והובא בש״ך ביו״ד סימן עב ס״ק יד). ולכן בא הרמז ביי דעם בגיל מספר ״לב״ [32].
ולגבי דעם ענין אַפּערעיטינג סיסטעם ארבעט דאך דאס אין בּיינערי כידוע. אין אויב איז נאר דא אן 1 אינעם זעקסטען פּלעיס וועליוּ אין בּיינערי דאן איז עס 32 (אין דעצימל). ולרמז צום ברית אין דעם ״זעקסטן״ חודש אלול שענינו היא הכנה לר״ה וואס גייט צוזאמען מיט׳ן געדאנק פון מילה וכמבואר בהשיעור.
ואסיים בברכה שיה״ר שירווה רב נחת מרך הנימול ויזכה לגדל לאילנא רברבא לתפארת בית אבותיו מתוך הרחבת הדעת וכט״ס.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 10:53 pm
דורך לעיקוואד
ייש"כ הרב @מי אני אויף די שיינע רמזים. אגאנץ יאר און ספעציעל היינט. והמברך יתברך בשפע רב וכו' כתיבה וחתימה טובה וגו'.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 4:43 pm
דורך מי אני
אפאר קליינע הערות אויף
די שיעור:
1). די געדאנק פון דעם אז די פאליטישע פילאזאפיע פון יהדות איז אז דאס פירערשאפט און געזעץ-געבערס זאל זיין אן אריסטאקראטיע/רעפּאָבּליק לעומת א מאנארכיע, קען מען דאך פרעגן דערויף פון מצות מניית מלך. אבער מען זעהט דאך אין שמואל אז דאס איז בדיעבד, הגם דער רמב״ם (הל׳ מלכים פ״א ה״ב) זאגט אז דער טעם דארט איז געווען ווייל אלס ששאלו שלא כהוגן ע״ש.
ווי אויך קען מען אפשר מחלק זיין צווישן געזעץ-געבערס וכו׳, וואס דאס איז א רעפּאָבּליק, און דער מלך (וואס איז נישט העכער דאס געזעץ) וואס איז פשוט איר אינפארסירער. מ׳זעהט טאקע אז ער ווערט נאר נתמנה ע״י סנהדרין ונביא (שם ה״ג) און ער קען טאקע נישט דערקלערן קריג [של רשות] אלא ברשות סנהדרין (שם פ״ה ה״ב). ווי אויך זעה׳מיר אז ער ווערט נידון ע״י סנהדרין טאמער איז ער ממלכי בית דוד (הלכות סנהדרין פ״ב ה״ה והלכות מלכים פ״ג ה״ז וע״ש בלחם משנה). הגם אז מען קען אים
נישט שטעלן בסנהדרין אלס א דיין (הל׳ סנהדרין פ״ב ה״ד) טאקע וועגן שאסור לחלוק עליו ולמרות דבריו ע״ש.
ועיין ג״כ בהל׳ מלכים פ״ב ה״ה אז בצנעה דארף ער יא אפגעבן כבוד פאר סנהדרין ולומדי תורה, ועיין להלן שם בסוף הפרק.
2). לגבי דער תירוץ/מהלך פונעם תניא [47:15-48:10] קען מען זאגן אז דער פיזיקער דר. קאַרלאָ ראָוועלי
זאגט עפ״י רעלאטיוויטי אז בעצם אפילו צוויי מענטשן איינער נעבן אנדערן ממש האבן דאך
אנדערע צייטן; טאקע נעגלידזשיבּל אבער פארט אבּדזשעקטיוולי אמת. קען מען דאס אולי צאמשטעלן מיט׳ן תניא׳ס תירוץ וואס מ׳האט דערמאנט. מיינענדיג אז דאס וואס ר׳ יצחק איז מפרש דבריו אז ״דער זייגער איז נישט עכט״ איז ווייל עס איז נישטא בעצם אזא זאך ווי א [ניוטאָניען] אַבּסאלוט זייגער ״כוללת״. עס איז
באמת דער זייגער פונעם יחיד; דער ״זייגער״ וזמן איז לפי כל אחד ואחד
באמת. דאס מיינט נישט אז דער יחיד ״מאכט אפ זיין זמן ל
דעתו״; נאר דער זייגער ווערט באמת נקבע פאר אים [ביחס צו אנדערע], ואפילו בע״כ, לויט וואו ער איז, זיין שנעלקייט וכו׳ וכו׳. און דאס איז שוין פועל אויף די מעטאפיזישע עספּעקט וואס איז דא אין דעם זמן כלפיו.
3). פונקט אויפ׳ן היינטיגן דף היומי (ר״ה כ.)
רעדט דר. הלל [הענרי] עבּרעמסאן ארום איבער׳ן מחלוקת פונעם חזו״א מיט הרב כשר ז״ל.