נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 12:15 pm
מיין העלדען, מיינענדיג דערמיט מענטשען וועמען איך בין מקנא פאר זייערע מעלות און איך וואלט געוואלט האבען זייער מעלות זענען ווי פאלגענד, מיט פירושים.
ר' יונתן אייבשיץ,
פון אלס וואס מיר ווייסען פון אים, סיי אין לעגענדע און סיי פון זיין געדרוקטע זאכען, זעט מען א ריז אין פארשידענע געביטען. זיין אורים ותומים און כרתי ופלתי זענען שטיקער גאונות, וואס פרעגען די פשוט'סטע קשיאס און שטעלען אויף נייע סוגיות און סברות, און דערנאך איז ער זיי מכריח מיט אייזענע טשוואקעס. אבער דאס איז נישט די גאנצע זאך. דאס אז ער איז פונקט אזא ריז אין דרוש, ווי זיין דרוש ספרים עפענען ברייט די פסוקים און מדרשים און די לקח וואס ליגט אונטער די געשיכטעס און הלכות פון די תורה, איז עפעס אויסנאמליך. פארוואס מ'האט געדרוקט דער אוה"ח אין חומש און נישט דער תפארת יונתן ווייסט איין גאט. לדעתי זענען זיי אייניג. און נישט נאר דעם, נאר אין קבלה איז ער געווען אויסגעצייכענט ביז גאר, כידוע ליודעי היסטאריא. זיין כח אויפצושטעלען תלמידים, וואס בשעת דוחקו איז נאר דאס אים געשטאנען צום זייט, מיינט אז ער האט געהאט די כח זיך ארויס צו געבען אין אן אופן אז זיין תורה האט געהאט א קיום אויך. און צום לעצטען מעלה, דאס אז ער איז געווען א נרדף עצום, וואס לייבען און מלאכים האבען זיך אים אנטקעגען געשטעלט, און ער האט געוואוסט קלאר אז ער איז אומשולדיג, איז א הרגש וואס מ'קען נישט איבערגעבען. ווען אומער עס איז דא א שלעגעריי צווישען מענטשען, דער עיקר וואס עס שטערט איינער די צווייטער איז אז ער זעט עפעס אמת אין יענעמ'ס ווערטער. ווען נישט פאר דעם איז די הרגש צוקער זיס.
דער צוזאם שטעל פון אלע מעלות, נישט קיין צמצום צו איין מעלה, איז וואס וועקט מיר אויף.
דער חתם סופר,
דער חתם סופר איז אוממעגליך מגדיר צו זיין אין איין ווארט, און דוקא דאס איז זיין חשיבות. קיין שום זאך שטעקט נישט ארויס אין זיין פערזענליכקייט. ווען מ'קוקט נאר זיין תשובות, מיינט מען אז דאס איז זיין פאך, ווי אין געציילטע ווערטער מאכט ער סדר מיט א סוגיא, ער ברענגט ראיות תוך לשונו און פארענטפערט סתירות מיט איינציגע אותיות. און מ'וואלט געזאגט דיינו אויף אזא ריז מיט נאר די מעלה, אבער די חידושים על הש"ס, וואס לויפען אין גאר אן אנדערען גאנג, זענען אויך גענוג אים צו שטעלען אויף די מזרח וואנט. כהפנ"י בשעתו שטעלט ער אוועק וואס איז די עיקר אין יעדער סוגיא, ער ענטפערט די קשיאס וואס די ראשונים האבען אפגעלאזט און ער נעמט אחריות פאר זיין ווערטער. און צו דעם איז זיין כח הדרוש, ווי עס קען זיך דאכטען אז נאר דאס האט ער געטון אגאנצע טאג. די דקדוק הלשון פון דער דרשות חת"ס, און דער פארשידענהייט פון יסודות וואס ער האט געקענט אריין טייטשען, אין אן אופן וואס עס זעט נאך אויס אמת, איז עפעס וואונדערבאר. יא, די גמטריאות רעדען נישט אזויפיל צו מיר, אבער דאס איז נאר איין צד פון זיין ריזיגע פערזענליכקייט.
הרב משה פיינשטיין,
יעדער וואס זאגט א חידוש, מוז עס צו ערגעץ מצמצם זיין. ער ברענגט ראיות פון די סוגיא זעלבסט, און ער קריכט נישט אין דער פרעמד. אחוץ די מפלפלים וואס זייער חידושים זענען לכתחלה נישט געווידמעט צו פשט. דער דברות משה איז אן אויסנאם פון א ספר וואס איך קען נישט איר גלייכען אויף די גאנצע ספרים שאפע. א שטיקל תורה ביי ר' משה מוז זיין מוכרח ומבואר, אפשטאפענדיג אלע לעכער. ער ווייסט נישט פון אזעלכע ווערטער ווי 'אכמ"ל', ער נעמט אייביג אחריות פאר יעדער קשיא וואס איז מעגליך, שלא במקומו כבמקומו על דרך האמת. יא, זיין תשובות קוקען צומאל אויס מאדנע און נישט אויפגעוויזען, אבער דברות משה זאגט אונז וואס האט ביי אים געהייסען אויפגעוויזען (און טאקע ווען מ'איז אריין געטון אין א סוגיא אויף וואס ער האט א תשובה, און נאך דעם לערנט מען זיין ווערטער, איז עס פיל לייכטער צו דערגייען מהיכן דנתוני). דער כח וואס א מענטש קען האבען צו זיין זיכער מיט זיין פסקים און חידושים איז א זאך וואס באמת וואלט איך מקנא געווען פאר זיך אליינס. דאס וואלט געווען גענוג, אבער ווען מ'הערט און מ'ליינט וועגען זיין געוואלדיגע מדות טובות און איבערגעגעבענקייט פאר אנדערע, וואס קען צומאל ברענגען צו טרערען, וואלט מען געקענט אויף דעם אליינס שטעלען זיין גאנצע גדלות. און זיין כח הדרוש, וואס איז נישט אזוי באקאנט, איז נאך עפעס אויסנאמליך. די דרש משה איז נישט אזוי פאפולער, פונקט ווי דער דברות משה, ווייל עס איז זייער לאנג (מ'זעט דארט זאכען מימי בחרותו מיט גאנצענע מערכות אין דרוש כאחד הגדולים), און לעצטענס זענען ארויס געקומען קורצערע תורות זיינער, אבער די מעלה פון דרש משה האבען זיי נישט.
די צד השווה איז, א. א צוזאם שטעל פון פארשידענע מעלות, אז עס איז נישט מצומצם צו איין זאך, (צופיל גדולים, ובפרט לבית בריסק, שטאלצירען זיך מיט די צמצום זייערע, ווי זיי האבען זיך נישט ארויסגעשטעקט פון זייערע ד' אמות. איך גלייך מער די ברייטקייט פון די וואס האבען זיך נישט מצמצם געווען), ב. א צוגעבונדענקייט צום אמת אין די מעלות זייערע, וואס ווייזט אז די מעלות זענען אן אינטעגראלע חלק פון דער מענטש, נישט זיין דזשאב אלס רב\ראש ישיבה\מחבר ספרים.