בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:26 pm
דורך קאך_לעפל
פראגע. די ווייסט?
אין אנדערע ווערטער האסט דורכגעטאן די דרייצן יסודות פונעם רמב''ם אויף א ראציאנאלער פארנעם, אזש די ווייסט עס ממש?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:27 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:איך ווייס פון אנדערע צדיקים וואס האבען נישטאמאל געלאזט דערמאנען די נאמען פון די פראבלעמאטישע חובת הלבבות
מ'האט עס גערופען, די לאנגע ספר, (ווייל חובת הלבבות איז זייער א לאנגע מוסר ספר)
איין גדול האט עס בידיים געלייגט אין שמות קעסטעל
ווער? ביטע א נאמען אויב מעגליך.
יישר כוח
קאך
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:30 pm
דורך גדליה
איך ווייס פון א גרויסע רבי וואס האט זיך איינגעקויפט איטליכע נייע חובת הלבבות'ער און האט עס אריינגעבויט אין די פלאר פון זיין שוהל אזוי טרעט ער שטענדיג אויפ'ן חובת הלבבות
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:32 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:איך ווייס פון אנדערע צדיקים וואס האבען נישטאמאל געלאזט דערמאנען די נאמען פון די פראבלעמאטישע חובת הלבבות
מ'האט עס גערופען, די לאנגע ספר, (ווייל חובת הלבבות איז זייער א לאנגע מוסר ספר)
איין גדול האט עס בידיים געלייגט אין שמות קעסטעל
ווער? ביטע א נאמען אויב מעגליך.
יישר כוח
קאך
פלוצלינג ווערסטו מיר א סקעפטיק, ווי איז אביסעל אמונה???
אז צדיקים זאגן אז שער הייחוד איז א פראבלעם, איז עס א פראבלעם
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:34 pm
דורך קאך_לעפל
פיין ארלעדיקט...
הצלחה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:38 pm
דורך גדליה
קאך לעפל
אמונה באדייט גלייבען אן פארשטיין
דאס אז ספרי חקירה איז אסור איז דאך א חלק פון יודישקייט
און אז מטאר נישט חוקר זיין אויף גאנץ אידישקייט טאר מען אויכעט נישט חוקר זיין פארוואס מטאר נישט לערנען ספרי חקירה.
אויב אזוי ברויכט איר גלייבען מיינע מעשיות איבער די שרעקליכע פראבלעמען פון שער הייחוד
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:42 pm
דורך גדליה
אין אנדערע ווערטער, חקירה איז נישט מער ווי א פענסי נאמען ווען מוויל פשוט נאכגיין א זאך צו ס'איז אמת אדער נישט,
אז איך פארצייל אייך א מעשה פארשטייט איר אז מיר ברויכען האבען א נארמאלע נאמען און א מקור און מברויך דאס נאכגיין. דאס מיינט חקירה.
פארוואס טאר מען נישט לערנען חקירה? די זעלבע סיבה פארוואס איך וויל אייך נישט פארציילען די מקורות פון מיינע מעשיות.
ודוק היטב כי עמוק הוא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:44 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:קאך לעפל
אמונה באדייט גלייבען אן פארשטיין
דאס אז ספרי חקירה איז אסור איז דאך א חלק פון יודישקייט
און אז מטאר נישט חוקר זיין אויף גאנץ אידישקייט טאר מען אויכעט נישט חוקר זיין פארוואס מטאר נישט לערנען ספרי חקירה.
אויב אזוי ברויכט איר גלייבען מיינע מעשיות איבער די שרעקליכע פראבלעמען פון שער הייחוד
ווירקליך? אצינד איז מיר ענדליך אלעס פארענטפערט. יישר כוח פארן אריין קומען אזוי גלאר און דייטליך.
ג-ט (כ'גלייב אז ס'איז דא) זאל דיך בענטשען מיט אלע ברכות וואס ס'געפונט זיך אין זיינע הייליגע שריפטן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גדליה האט געשריבן:פארוואס טאר מען נישט לערנען חקירה? די זעלבע סיבה פארוואס איך וויל אייך נישט פארציילען די מקורות פון מיינע מעשיות.
ודוק היטב כי עמוק הוא.
איך זע נישט די גרויסע עמקות דא, ס'איז פשוט בתכלית הפשטות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:47 pm
דורך קאך_לעפל
א זייטיגע פראגע, אויב חקירה איז ווירקליך אזוי חזיר טרייף, דאן פארוואס האבן די רלב''ג, דער רמב''ם, רס''ג, רבי שלמה איבן גברול, פארפאסט ספרים און זיך באשעפטיקט אין פארבאטענע חקירה?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 5:50 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:א זייטיגע פראגע, אויב חקירה איז ווירקליך אזוי חזיר טרייף, דאן פארוואס האבן די רלב''ג, דער רמב''ם, רס''ג, רבי שלמה איבן גברול, פארפאסט ספרים און זיך באשעפטיקט אין פארבאטענע חקירה?
צו ראטעווען פארבלאנדשעטע נשמות
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 5:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויב יאוש שלא מדעת איז נישט קיין יאוש, וויאזוי האט רבא געקענט זאגען אז עס איז יא א יאוש?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:48 am
דורך אישתישבי
גדליה האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:א זייטיגע פראגע, אויב חקירה איז ווירקליך אזוי חזיר טרייף, דאן פארוואס האבן די רלב''ג, דער רמב''ם, רס''ג, רבי שלמה איבן גברול, פארפאסט ספרים און זיך באשעפטיקט אין פארבאטענע חקירה?
צו ראטעווען פארבלאנדשעטע נשמות
[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]