חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

פליישיג האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט פארשטאנען קיין ווארט פון דיין תגובה, נאר איין זאך אז דו מישט ווייטער צווישן דיחוי און פטור, גענוי ווי דיין רבי שליט"א.

זיי דיך ביטע קלארער מסביר מיט פינטעלעך צווישן די זאצן וועל איך פארשטיין וואס מ'האט יא אדער נישט געטון.


ער איז נאך אזוי קלאר ווי דיין תגובה איבער צייטונגען.
עניוועיז זאגסט ביסט נישט קיין זאלי, אלזא לאז דיר ארויס, דו נישט-זאלי.

איך ווייס נישט וואס כ'האב דיר שלעכטס געטון, אבער דו לאזט נישט אפ בין בפומבי ובין באישי. טרעט אפ פון מיר בבקשה.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

סאיז דורך שבת חנוכה מיט די ריכטיגע דעת והתבוננות איז דא באמת 5 דעה'ס בין החרדים בהענין,
דעת 1 הרב משה בראזעווסקי ודעמי' הימין באגודת ישראל כולל האדמורים סלאנים גור וויזניץ מהר"י, אז די יעצטיגע געזעץ וואס די בג"ץ פסלט איז שוין שרעקליך, זיי ווילען נישט מסכים זיין צו קיין געזעץ איבער גיוס בני ובנות ישראל, זיי ווילען גיין צו בחירות האלטנדיג אז דאס וועט זיין א רויטע לינע אויף קאלאציע,
ווייטער דעת 2 הרב יגאל רויזען וואס רעדט און נאמען פון די עסטעבלישמענט פון דגל התורה פארטיי טענהט אמת אז די געזעץ איז שרעקליך און יארען ארום, לעת עתה איז נישט שרעקליך, לאמיר נעמען די געזעץ און האפען אז ביז וואס ווען ווי וועט זיך טוישען זאכען,
דעת 3 עץ אורבאך פארטיי איז מער ווייניגער ווי הרב בראזעווסקי פון סלאנים מיט א שמיץ אריבער, איז גרייט צו טוען מער דראסטיש מיט מחאות והפגנות און זיך ארויסשטעלען מיט א מחלוקה א קעגין די אנדערע דעה'ס און א חלק איז גרייט אויפצוגעבען געלט, מיט א קלענער אפי' אויפגעבען צו גיין צו בחירות,
דעת 4 עדה החרדית זיין אפגעהאקט פון די מדינה כמעט אינגאנצען נישט אזוי ווייט ווי נטורי קרתא אבער נישט נעמען געלט נישט גייין בחירות און אוודאי נישט מאען פשרות בעניני גיוס,
דעת 5 איז די דעת תלמידי הרב קוק אז יעדער דארף ועלען דינען אין מילטער דאס איז די מצוה פון כיבוש הארץ און סדא מצוות ישוב הארץ בזמן הזה, איי און די מליטער איז דא פריצות, נו גייט מען און הסדר ישיבה וואס איז דא עפעס א קאנטראלע און באופן עיקרוני האלטען זיי פאר די מצוה איז שוקל איבער אלע אנדערע מצוות וכו'
יעצט לאמיר זיך נעמען צו די קריטיקערס,
הרב מלכיאל קאטלער טענהט בעיקר אקעגין די אסטעבלישמענט פון דגל התורה וואס טוט איר איר זענט גרייט צו מאכען פשרות אויף אזוינע עיקרי הדת? און טאמער איינער האלט נישט ווי אייך איז ער וואס? יעדער מעג זאגען א דעה, און קיינער טאר נישט צווינגען דעם צווייטען, א טענה!
קומט די נאוומינסקער און שיסט צוריק רוב רובם האלטען אז הרב חיים קניבסקי מיט הרב גרשון אדלשטיין זענען קובע, און די מיעוט דארף זיך בייגען צום רוב, און ברענג נישט די מחלוקה פון ארץ ישראל אהער, א טענה!,
למעשה איז אזוי!
צווישען די חסידישע קהלות איז דא א רעוואליציע אנדערשט ווי ביי דגל וואס איז געווארען שיין מסודר די רעכטע מיט אורבאך עץ, די אנדערע מיט דגל קניבסקי שטיינמאן אדלשטיין,
ביי די חסידים איז דא א גאנצע רייע פון חסידים נישט עדה'ניקעס נישט סאטמארע וואס זאגען מיר זעהן א בראך דא! צווישען זיי איז טשערנאביל שווארץ סלאנים זילבערבעג סאסוב וואזנער שניארסהאן ועוד הרבה,
דאס האט גורם געווען אז פיל חסידים האבען זיך מונע געווען צו גיין צו בחירות, זאגענדיג לאט'ס מיך אפ מיט די מדינה! און עס עפענט זיך נוטראלע מוסדות על טהרת הקודש, ווי פרומע לדוגמה באיאנע חסידים און אנדער וואס ווילען נישט קיין ליבה מיט גיוס שרייבען אן קינדער און עס פארעמט זיך א אורבאך פארטיי אן קיין מחלקה...
ממילא איז אזוי צו אלע מגיבים דא הערט אויף מיט זאגען כללים ווען איר זאגט א מיינוג זאג ווי וועם האלטסטו,
למשל ווען ליטוואק פון בודאפעסט שרייבט, לויט די שיטה פון דגל התורה, שרייבט ער, זאג מיר נישט אז דאס איז די אויסשליסלכע מיינוג, ס'דא צענדלגע מנהיגים וואס האלטען אז דאס מאכט א חורבן,
די ווילסט מיר זאגען אז הרב קוטלער האט א חשבון מיט זיין היתר מאה רבנים דערפאר איז ער א אורבאך חסיד! זאג וואס די ווילסט! אבער דעיס מאכט נישט סאסובער רבי טראכטען אז די געזעץ איז גיט!
אמת הרב דב לאנדא האט א פערזנדליכע נקמה שפיל מיט הרב אורבך, אבער סך הכל שטייט ער מיט מיט די דגל מיינוג, פארוואס? וועגען אורבאך! קוטלער מיט אורבאך פארוואס? וועגען גט!הרב אברהם יושע סאלוויטשיק איז ברוגז אויף אורבאך נו האט ער א אנדערע שיטתו! אבער די שיטת זענען קלאר סדא 5 דעה'ס יעדער האט א שיינע נימוק, מאכט נישט כאולי סדא איין דעה און יעדער שפילט סתם פאליטיק!
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

קאנגרעטס מר. ימים אז איר פארשטייט שוין אויך אז יעדער מעג האבן א דעה, און קיינער איז נישט כפוף אינטער די עדה אדער להבדיל סאטמאר, יעצט הער זיך איין, וויפיל דעות עס זאל נאר זיין, גיבט עס נישט קיין רעכט פאר אונז אין אמעריקע צו האבן א דעה, און זיכער נישט מכריע זיין, יעצט וויל איך דיר אויפקלערן אז עס איז נאר דא צוויי דעות, א) יא מיליטער ב) נישט מיליטער, (עדה איז נישט מכיר אין מיליטער) און דאס האט אנגעהאלטן פאר 70 יאר ביז עס האבן זיך אנגעריקט אפאר פארריקטע חברה און מחליט געווען צו פרודיצירן א נייע מהלך אשר לא שיערום אבותינו, און דאס איז די חרון אף, פארשטענדליך?
יעצט דאס וואס דו טיילסט אפ אגודה פון דגל, צוליב א קליינע סכסוך וואס די גדולי ישראל האבן לגבי וויאזוי אפצושרייען די גזירה, איז ממש קטנות!! יעדער האלט אז זיין סטראטעגיע ארבעט בעסער לשעה, אבער גארנישט איז א הוראה לדורות, סה״כ א הוראת שעה יא צו וועלן אדער ארויס גיין פון קואליציה, נישט מער.
ס׳איז דא איין גרופע וואס האט זיך דערוואגט נאך 70 יאר, צו טון אנדערש ווי אונזערע גדולים, אלס פאר די כבוד המדומה, ושגעון הגדלות, כידוע.
ועל זה הקצף הגדול.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז דא נאך זיבען דעות וואס ימים האט נישט דערמאנט.

יעקב בר שטייט אין די הייסע בור און שרייט חי וקים אז די גאנצע מיליטער איז אן אחיזת עינים, און מ׳דארף געבן די אראבער צוויי פעטש אויף די באשטימטע ארט און פטור אן עסק.

יוסף לייב שטייט אין די ווארמע בור און זאגט פארקערט, אז אלע ישיבות זענען אן אחיזת עינים, און מ׳דארף זיי אלע עפענן און צווינגען די בחורים צו לערנען.

יידל קראצט זיך אין שאוער, און ער לאזט וויסען אז מיט איין אינני מכיר קען מען דאך פון אלס פטור ווערן. זאל דער בחור גייען אין מיליטער און שרייען אינני מכיר אז איך בין אין מיליטער.

און יעצט שפרינגט ברוך יעקב אין דער הייסע בור, מיט איין הענט אפשלעפענדיג די האנטוך המיועד לכסות בשר ערוה, ווי דער תקנת עזרא איז טאקע געווען. ער זאגט גאר אז די מדינה דארף דאך נישט די אלע בחורים, ער האט עס קלאר באשטעטיגט פון א הויכראנגיגע באאמטע אין די צה"ל. זיי ווילען נאר אזדי בחורים זאלען אויפהערען לערנען. אלזא, לאמיר נאכגעבן אז די בחורים וועלן מער נישט לערנען, און אזוי וועלן זיי נישט מוזען גייען אין מיליטער.

"און פאר דעם דארף איך ווערן אנגעשפריצט פון דיין שפרינגאכץ?", זאגט הירש מיילעך, ספק צו זיך ספק צו ברוך יעקב. "די ציונים גלויבען דאך אין די נסים זייערע, וואס גרעסער כופר וואס מער גלויבט ער אין די ניסים. ט׳פארוואס ברויכען זיי בכלל א מיליטער? ניסים דארפען דען א מיליטער?"

נחמן דוד קריכט ארום די בענק, זוכענדיג זיין זאקען. "מצד מיר אויס, זאל די גאנצע איזראעילי מיליטער דא קומען היטען מיין זאקען פון די מקוה-זאקען-רויבער. פאר עפעס אנדערש טויגען זיי נישט"

שוין זיבען? ביטע איבערציילען און מעלדען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

jokes aside, ווען ס'וואלט געווען א דרעפט אין אמעריקע וואלט מען אויך געמאכט הפגנות? אפשר וואלט מען געשיקט יאסי פריעד זאל מסביר זיין פאר קאנגרעס אז ישיבה לייט היטן אויף אמעריקע מיט'ן לערנען תורה? אדער וואלט מען זיך צוגעשטעלט ווי נארמאלע מענטשן? וואס זאגט עטץ?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:jokes aside, ווען ס'וואלט געווען א דרעפט אין אמעריקע וואלט מען אויך געמאכט הפגנות? אפשר וואלט מען געשיקט יאסי פריעד זאל מסביר זיין פאר קאנגרעס אז ישיבה לייט היטן אויף אמעריקע מיט'ן לערנען תורה? אדער וואלט מען זיך צוגעשטעלט ווי נארמאלע מענטשן? וואס זאגט עטץ?

לכאורה וואלט אונזער רעבין זיך געשטעלט ביים גרויס-ארטיגן כּ"ף-אל"ף-קריסמעס-דרשה
און א-פיר-געהאלטן דברים כדורבונות אויף צו ווייזן אז די 'סטעייט-גיוס-קאמישינער'
איז א רשע בן רשע מרושע, שונא ישראל, און בכלל זאל ער קודם מצליח זיין צו מגייס זיין די גויים און נאכדעם זאל ער קומען רעדן.

און אזוי וואלט דער סטעייט גיוס קאמישינער פארלאזט אונזערע בחורים

און פארשטייטזיך ער וועט זיך נעמען צו מגייס זיין אלע קווינס'ע תלמידים במהרה בימינו אמן

:lol: :twisted:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נקודת-אמת האט געשריבן: :lol: :twisted:

ביזטו דאך מסכים מיט מיר אז אויסער זיך צושטעלן ווי נארמאלע מענטשן איז נישט דא וואס צו טון...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: להוי ידוע לך אז ס'איז געווען א דרעפט אין אמעריקע. און פאר ישיבה בחורים האט די רעגירונג געגעבן הנחות. איז געווען א סאך ליידיגע יונגען וואס האבן זיך אנגעגעבן אלס ישיבה בחורים. אבער די רעגירונג האטציך אן עצה געגעבן. זיי האבן געשטעלט א ראביי. און ווען אזא פוסטער גאסן יונג איז אנגעקומען צו די דרעפט אפיס און ר'האטציך אנגעגעבן אלס ישיבה בחור. איז דארט געווען א ראביי וואס האט איהם גענומען פארהערן. וועלכע מסכת ער לערנט יעצט. פארשטייצעך אז ער האט נישט געיכול'ט. און מ'האט איהם נישט באפרייט...!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך גר ותושב »

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: להוי ידוע לך אז ס'איז געווען א דרעפט אין אמעריקע. און פאר ישיבה בחורים האט די רעגירונג געגעבן הנחות. איז געווען א סאך ליידיגע יונגען וואס האבן זיך אנגעגעבן אלס ישיבה בחורים. אבער די רעגירונג האטציך אן עצה געגעבן. זיי האבן געשטעלט א ראביי. און ווען אזא פוסטער גאסן יונג איז אנגעקומען צו די דרעפט אפיס און ר'האטציך אנגעגעבן אלס ישיבה בחור. איז דארט געווען א ראביי וואס האט איהם גענומען פארהערן. וועלכע מסכת ער לערנט יעצט. פארשטייצעך אז ער האט נישט געיכול'ט. און מ'האט איהם נישט באפרייט...!

און אנדערע ווערטער אזוי מען טוט יעצט מיט גיוס בנות.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ליטוואק יא יעצט איינמאל האסטו ממש גרעדט צו די זאך!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך גר ותושב »

הפלא ופלא:
די הכזונה יעשה את אחותינו מעשה וואס מען פארציילט שוין דא אין אמעריקע פאר איבער א חודש, האט ערשט פאסירט פאריגע וואך מאנטאג.
IMG_20181212_092532.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך גר ותושב »

גר ותושב האט געשריבן:הפלא ופלא:
די הכזונה יעשה את אחותינו מעשה וואס מען פארציילט שוין דא אין אמעריקע פאר איבער א חודש, האט ערשט פאסירט פאריגע וואך מאנטאג.
IMG_20181212_092532.jpg

למעשה ווען האט די מעשה פאסירט יום ב מקץ אדער יום א לך לך אדער קיינמאל.
IMG_20181212_192749.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גר ותושב: נו, וויאזוי דען קענמען מאכן א מעדיקל טשעק אפ. ווען מ'איז אנגעטון מיט'ן שפיצל. און די שמונה בגדים...?!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

גר ותושב האט געשריבן:הפלא ופלא:
די הכזונה יעשה את אחותינו מעשה וואס מען פארציילט שוין דא אין אמעריקע פאר איבער א חודש, האט ערשט פאסירט פאריגע וואך מאנטאג.
IMG_20181212_092532.jpg

סגעשעהט יעדען טאג
אפשר קעמען אריינשטעלען נחום רזב אין די לשכה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך גר ותושב »

גדליה האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:הפלא ופלא:
די הכזונה יעשה את אחותינו מעשה וואס מען פארציילט שוין דא אין אמעריקע פאר איבער א חודש, האט ערשט פאסירט פאריגע וואך מאנטאג.
IMG_20181212_092532.jpg

סגעשעהט יעדען טאג
אפשר קעמען אריינשטעלען נחום רזב אין די לשכה

איר מיינט אוודאי צו זאגן א יעדען טאג וואס די קאסע איז ליידיג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גר ותושב: ווען איך האב געדרייווט דעם באס האטציך א (סאטמאר'ע) יונגל אנגערופן און געפרעגט אזא קשיא..."פארוואס האט מען זיך פונקט יעצט דערמאנט פון די תימנ'ער קינדער...?! האביך איהם געענטפערט...ווייל יעצט דארף א מנהל פון די ארגאניזאציע חתונה מאכן א קינד...כמובן. האט ער נישט פארשטאנען מיין תשובה...א תמימות'דיג יונגל...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חק הגיוס- אלע דעה'ס און אלע טעמים, וזה החלי בס"ד

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז דא עפעס א מאנגל פון אחותינו׳ס צו פארוואנדלען צו זונות לעת הצורך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שליחה דורך קפה נמס »

פאר די וואס זענען חושש אז די מעשה איז אמת, זאלן א רגע אריינטראכטן וואס מען טוט באמת ווען עס מאכט זיך א שמוציגע מעשה פון א דאקטאר מיט א זעכצן יעריג מיידל ? מסתמא מאכט מען דערפון א ריזיגע מערכה, איא ? מ'הענגט ריזיגע פלאקאטן "פילגש בלשכה" "הכזונה יעשה.." ?
נאכדעם דארף מען נאך הוכחות אז עס איז דא א אינטערעס צו מאכן מלחמות און מערכות ? אויב נישט איז מען עובר אויף די "גזירת השתקה"..
פארשפארט