בלאט 3 פון 14
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 4:56 pm
דורך פרייוויליג
הקטן האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".
די וועג וואו אזוי איך לערען פשט
ס'איז נישט דא אזא זאך וואו רע אדער יסורים
באמתוואס יא? ס'איז דא א בריאה א "פלעי" וואס בשעת מען איז אין טיאטער זעט דאס אויס יסורים
פארוואס א "פלעי" ? ווער האט פין די "פלעי"? נתאווה הקב"ה!
די פראפס וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם דירעקטער!
א קליגע פראפ וועט דאס פארשטיין א נערישע פראפ וועט זאגן אז דאס איז א קאפ-אט
ווילסט פארשטיין יסורים ? ווארט א מעניט אני מחזיר לתוהו ובוהו איך וועל עפענען די לייט און דו וועסט זען ס'איז נישט דא אזא זאך? דאס איז נאר געווען אויף די סקרין!
וויבאלד איך בין א פראפ וואס האט שכל, איך בין נישט קיין שטיין, טוט מיך וויי ווען מצושניידט מיך פאר די פלעי. איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער דירעקטער קען נישט שוינען מיינע הרגשות. אפילו איך קען נישט די סקריפט פון די פלעי, נאכאלס איז דאס יסורים. אפילו איך וועל יא פארשטיין די סקריפט וועלן די ווייטאגן נישט אוועקגיין.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:17 pm
דורך גדליה

וואס הייסט סאיז נישט דא אזא זאך ווי יסורים "באמת"? די לאגער אידען האבן נישט באמת געליטען יסורים?
וואס הייסט די וועלט איז ווי א פלעי. די וועלט איז נישט עכט? מיין וועלט זעהט אויס זייער עכט.
איך בין נאר א פראפ? וואס באדייטען די ווערטער? איך בין נישט קיין פיזישע מענטש מיט אייגענע מיינונגען און רצונות?
וואס הייסט אז מחזיר אתכם לתוהו ובוהו מיינט "עפענען די לייט"? וואס פאסירט ווען די לייט עפענט זיך? וואס ווערט דא נתגלה? און אויב אלץ ווערט תוהו ובוהו וועלן מיר דאך נישט עקזיסטירען, ווער וועט זעהן די לייט?
לאמיר שוין זאגען אז דאס איז א פלעי, זאלט איר מיר מוחל זיין טויזענט מאל אבער איך בין נישט גרייט צו ליידען יסורים כדי עפעס א דירעקטאר פון א פלעי זאל געניסען דערפון?
און וואספארא אכזר איז א דירעקטער וואס געניסט פון די יסורים פון לעבעדיגע באשעפענישן!
בקיצור די לאזונגען זענען זייער שיין אבער איך פארפעל צו כאפן וואס דאס האט מיט רעאליטעט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:28 pm
דורך גדליה
בכלל די גאנצע הסבר אז אויף יענע וועלט וועט מען אלעס פארשטיין מאכט נישט צופיל סענס. די יסורים זענען דאך אויף דעי וועלט, איז וואס העלפט מיך אז אויף יענע וועלט גייט זיין א הסבר.
אויף יענע וועלט ווי מען פארשטייט אלעס דארטען גייט מיך נישט אן אז ממאכט מיך יסורים ווייל כוועל דאך פארשטיין אלעס. נאר אויף די וועלט זאל מען מיך לאזען לעבען במנוחה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:35 pm
דורך פרייוויליג
גדליה האט געשריבן:בכלל די גאנצע הסבר אז אויף יענע וועלט וועט מען אלעס פארשטיין מאכט נישט צופיל סענס. די יסורים זענען דאך אויף דעי וועלט, איז וואס העלפט מיך אז אויף יענע וועלט גייט זיין א הסבר.
אויף יענע וועלט ווי מען פארשטייט אלעס דארטען גייט מיך נישט אן אז ממאכט מיך יסורים ווייל כוועל דאך פארשטיין אלעס. נאר אויף די וועלט זאל מען מיך לאזען לעבען במנוחה.
די מחשבה אז אויף יענער וועלט אדער אז אין א געוויסע צייט, גייט מען דאס פארשטיין מאכט גראדע יא סענס. עס איז מסתבר אז אויב גיי איך קענען אמאל צוזאמען שטעלן געוויסע קאמפאנענטס אדער זאכן וואס איך האב נישט געוויסט וועל איך קענען פארשטיין למפרע פארוואס דאס האט פאסירט. אבער עס מאכט נישט אויס פאר די מאמענטאלע צייט. בעסער געזאגט, איינער וואס גלייבט אז כביכול איז א קל רחום וחנון, מוז אננעמען אז ער גייט דאס אמאל פארשטיין, עס מוז האבן א סיבה וואס איך פארשטיי נישט יעצט. אבער איך זיך זיך צו קענען ספראווענען אויף די וועלט איידער די סיבה קומט אן צו מיך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:41 pm
דורך גדליה
אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע.
אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 5:55 pm
דורך הקטן
פרייוויליג האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".
די וועג וואו אזוי איך לערען פשט
ס'איז נישט דא אזא זאך וואו רע אדער יסורים
באמתוואס יא? ס'איז דא א בריאה א "פלעי" וואס בשעת מען איז אין טיאטער זעט דאס אויס יסורים
פארוואס א "פלעי" ? ווער האט פין די "פלעי"? נתאווה הקב"ה!
די פראפס וועלן קיינמאל נישט פארשטיין דעם דירעקטער!
א קליגע פראפ וועט דאס פארשטיין א נערישע פראפ וועט זאגן אז דאס איז א קאפ-אט
ווילסט פארשטיין יסורים ? ווארט א מעניט אני מחזיר לתוהו ובוהו איך וועל עפענען די לייט און דו וועסט זען ס'איז נישט דא אזא זאך? דאס איז נאר געווען אויף די סקרין!
וויבאלד איך בין א פראפ וואס האט שכל, איך בין נישט קיין שטיין, טוט מיך וויי ווען מצושניידט מיך פאר די פלעי. איך קען נישט פארשטיין פארוואס דער דירעקטער קען נישט שוינען מיינע הרגשות. אפילו איך קען נישט די סקריפט פון די פלעי, נאכאלס איז דאס יסורים. אפילו איך וועל יא פארשטיין די סקריפט וועלן די ווייטאגן נישט אוועקגיין.
מען צושניידט
דיך נישט פאר די פלעי
דיין
דו איז א חלק פין די פלעי, און עקזעסטירט נישט אינדרויסן פין די פלעי
איז ווער פינקטלעך האט טענות?!?
סיי דיין "שכל" וואו אויך דיינע וויי טון וואו אויך דיינע "הרגשים" זענען בכלל נישט קיין מציאות אינדרויסן פין די "פלעי"!
דיין שכלל שכלל'ט נישט
דיין וויי טון טוט נישט וויי
דיין הרגש הרגש'ט נישט
נאר אזוי לאנג וואו די דירעקטער איז זיי מהווה בכל רגע ורגע און די פראדשעקטאר שיינט אויף דעי וואנט!
די רגע ס'איז ציריק תוהו ובוהו איז נישטא ווער זאל פרעגן - אבער פארוואס?!?
ווילאנג די פלעי גייט אן זענען זיי פראפס!
איך קען ציריק די וועלט צי תוהו ובוהו אדער צי מיים איז נישט סתם א סטראשע!
----
בד"וו וויסען די אמת זעלבסט, איז א שטארקע ענעקדאד אקעגען יסורים
(קענס'ט דאס אויך זען אין די תורה אור וואס ונבתה האט געברענגט)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:06 pm
דורך גדליה
הקטן איך פראביר באמת צו פארשטיין אייער מהלך.
די מלאכים פרעגען פון ג-ט זו תורה וזו שכרה? קוק אן די געטרייע רבי עקיבא האט דיך עהרליך געדינט אלע יארען און יעצט ענדיגט ער נעבעך מיט אזא מיתה משונה, מען שניידט לעבעדיגע שטיקער פון אים.
ענטפערט ג-ט, די גאנצע וועלט איז א פלעי, און טאמער דו הערסט נישט אויף פרעגען קשיות וועל איך ענדיגן די פלעי און שרייען קאלאר-וואר און אזוי וועט מער נישט זיין קשיות.
איז דאס אייער מהלך?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גדליה האט געשריבן:אגב מוואלט געברויכט אנאליז די תשובה פון "אם לאו אני מחזיר לתוהו ובוהו".
מקען עס מסביר זיין מיט א משל. ס'געווען איינער א מקובל וואס האט באשאפן א גולם, איין טאג קומט ער צו דעם גולם מיט א ריט און הייבט איהם אן אריינגעבן מכות רצח, פרעגט איהם דער גולם "פארוואס שלאגסטו מיר?". "ווער האט דיר געפרעגט?" - ענטפערט איהם דער מקובל - "איך קען טון מיט דיר וואס איך וויל, ווען נישט מיר עקזיסטירסטו בכלל נישט, אז ס'געפעלט דיר נישט וואס איך טו קען איך דיר צוריקמאכן פאר א שטיק ערד..."
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:10 pm
דורך גדליה
נו וואס האט די גולם געענטפערט? איך ווארט מיט שפאנונג...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אין אונזער פאל האט ער געענטפערט "פליז פליז הרג'ע מיך נישט, איך וויל בלייבן לעבן".
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:13 pm
דורך גדליה
און די מקובל האט ווייטער געטיילט מכות?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נעוואדע אזוי, ער טיילט נאך ביז היינט.
נאר צוצוענדיגן די משל. אזויווי דער גולם איז געווען אין א גרויסע פארלעגנהייט, פון איין זייט וויל ער בלייבן לעבן, אבער פון די אנדערע זייט וויל ער נישט צאלן די פרייז דערפאר, איז ער אויפגעקומען מיט א גאנצע רייע פילאזאפיעס פארוואס ס'לוינט זיך, און ער האט געעפנט אן אשכול אויסצושמועסן די אלע פילאזאפיעס. ביז איינער האט זיך אנגערופן אז מ'קען עס מסביר זיין מיט א משל...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:15 pm
דורך גדליה
אגב הקטן, איר וואלט געדארפט וואטשען westworld
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 6:27 pm
דורך גדליה
איינער שרייבט מיך אין אישי:
קיק איבער, טריי צי פארשטיין
סאיז נישט א וועג פין נישט ענפערען סאיז א א תירוץ צי פארשטיין וואס דאס איז יסירום
דיין תגובות געט דעם איינדריק כאילו איינער האט דיך געפרעגט, ווילסט יא ווארטען ווילסט נישט ווארטן
העלא! ביסט א "נברא" ! אמאל ווייסט דאס א מענטש אליין אין אמאל טוט אים יסורים (אויף קיינעם געדאכט) דאס פארציילן
האב איך אים געענטפערט:
איך האב שוין איבערגעקוקט און פראבירט פארשטיין און ס׳גייט נישט. כ׳האב שוין אויך געהערט די מהלך פון אנדערע און אין מיינע אויגען שטימט עס נישט.
אז איך האב א קשיא פארוואס א גוטע באשעפער לאזט צו איך זאל האבען יסורים, ווערט עס נישט פארענטפערט אויב ס׳איז א פלעי. און כ׳זעה נישט פארוואס דאס דארף מיר אפילו בארואיגען אז ס׳איז א פלעי. למעשה בין איך בצער און די פלעי שאפט מיך יסורים.
אדרבה, דאס אז איך בין א פראפ אין א פלעי מאכט די גאנצע זאך אסאך אסאך ערגער. כ׳האף די טעאריע איז נישט אמת ווייל אויב יא איז גרויסע צרות. ס׳טייטש מיין גאנצע יסורים איז ווייל איך בין א פלעי? פאר א נארישע פלעי לייד איך יסורים? פשוט כדי מיין דיירעקטאר זאל באקומען א נחת רוח זעעהענדיג מיין צער?
קיינער האט מיך נישט געפרעגט? אמת! פארדעם בין איך דאך בצער. אז איך האב א ברירה וואלט איך נישט געוואלט האבען די יסורים.
איך בין א נברא? אמת! און פארדעם בין איך בצער און ס׳טוט מיך וויי. ווי אזוי איז דאס א תירוץ אויף מיין קשיא?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:07 pm
דורך הקטן
גדליה האט געשריבן:אגב הקטן, איר וואלט געדארפט וואטשען westworld
איך וואטש געוונדיך נישט די זאכן, אבער א שנעלע גאגעל האט מיך געוויזען אז מ'רעדט פין
artificial consciousnessאיז מיר איינגעפאלען א משל:
געווען אמאל א פראגראמער...
...
...
פארשטייסט?
איך ערווארט נישט אידער זאל פארשטיין!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:14 pm
דורך פרייוויליג
גדליה האט געשריבן:אז דו זאגסט מיר אז אין א געוויסע צייט גייט מען פארשטיין דאס קען איך הערען. אויב למשל איהר זאגט מיר אז אין צען יאר וועט נתגלה ווערען פארוואס מיין צאן טוהט יעצט וויי, דעמאלץ וועל איך ווארטען אביסעלע.
אבער צו זאגען אז נאכ'ן שטארבען גייט קומען די הסבר איז פשוט נישט געענטפערט די פראגע ווייל נאכ'ן שטארבען גייט מיך שוין גארנישט אינטרעסירען.
גלייבן אדער נישט גלייבן נעמען נישט אוועק די יסורים, קומט אויס אז מיר בלייבן מיט צוויי אפציעס. אדער אנגיין מיטן לעבן צוזאמען מיט די שוועריקייט, און זיך אויפעסן אויף די תעלומה פון פרעניות. אדער אנגיין מיטן לעבן אבער במחשבה אז עס מוז זיין אז יש דברים בגוי, על אף איך קען דאס נישט משיג זיין אויף קיין שום פאל, אבער די סייקי בארואיגט זיך אביסל אז עס נישט קיין הפקר וועלט.
וועלכע אפציע וואלסטו גענומען?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:17 pm
דורך הקטן
לויט וואו איך קען גדליה איז ער אויף די זייט פין "אמת"!
און איז אין קיין פאל נישט גרייט סתם ציבאריגען אביסל זיין סייקי
רייט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:19 pm
דורך פרייוויליג
גדליה האט געשריבן:נו וואס האט די גולם געענטפערט? איך ווארט מיט שפאנונג...
דער גולם האט אים צוריק געענטפערט? פארוואס האסטו מיך דאן בכלל באשאפן?
אויף דעם גראדע איז דא די באקאנטע ליין אין מיסטישע ספרים, אז די קשיא פארוואס האסטו מיך באשאפן איז נישט קיין קשיא, ווייל יעדער מענטש איז א חלק מאלקי ממעל, א נשמה איז א מציאות ווי ג-ט, סא איז נישט שייך צו זאגן למה בראת אותי, ווייל עס האט נישט געקענט זיין אנדערש.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:20 pm
דורך פרייוויליג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נעוואדע אזוי, ער טיילט נאך ביז היינט.
נאר צוצוענדיגן די משל. אזויווי דער גולם איז געווען אין א גרויסע פארלעגנהייט, פון איין זייט וויל ער בלייבן לעבן, אבער פון די אנדערע זייט וויל ער נישט צאלן די פרייז דערפאר, איז ער אויפגעקומען מיט א גאנצע רייע פילאזאפיעס פארוואס ס'לוינט זיך, און ער האט געעפנט אן אשכול אויסצושמועסן די אלע פילאזאפיעס. ביז איינער האט זיך אנגערופן אז מ'קען עס מסביר זיין מיט א משל...
וואונטש איך דיך אן אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן זאגן טוב מוות מחיי. עס זענען ליידער דא א סך מענטשן וואס די טויט וואלט געווען זיסער פאר זיי ל"ע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרייוויליג האט געשריבן:דער גולם האט אים צוריק געענטפערט? פארוואס האסטו מיך דאן בכלל באשאפן?
ווייל איך האב געדאפט איינעם וועם אריינצופראקן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:25 pm
דורך פרייוויליג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:דער גולם האט אים צוריק געענטפערט? פארוואס האסטו מיך דאן בכלל באשאפן?
ווייל איך האב געדאפט איינעם וועם אריינצופראקן.
על כגון זה זענען דא וואס ווילן זאגן יושב בשמים יצחק, כמו שנאמר אלוהים לא ברא את העולם רק לצחוק בו (כדענק נישט די פונקטליכע לשון)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרייוויליג האט געשריבן:על כגון זה זענען דא וואס ווילן זאגן יושב בשמים יצחק, כמו שנאמר אלוהים לא ברא את העולם רק לצחוק בו (כדענק נישט די פונקטליכע לשון)
לאך לאך. די פאקט איז אז ער לאכט פון אונז (ס'דאך א בפירושע פסוק), ווען ער וויל ווען נישט לאכן וואלט ער דאך נישט געלאכט, ע"כ איז דאס געווען איינע פון די גורמים צו די החלטה צו באשאפן די בריאה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 7:50 pm
דורך גדליה
הקטן האט געשריבן:לויט וואו איך קען גדליה איז ער אויף די זייט פין "אמת"!
און איז אין קיין פאל נישט גרייט סתם ציבאריגען אביסל זיין סייקי
רייט?
איך בין דווקא זייער א פראקטישע מענטש... אויב איינער פון די תירוצים דא וואלטן מיך געהאלפען וואלט איך זיי גערן אדאפטירט
אנשטאט דעם ווען מיין צאן טוט וויי גיי איך צום דענטיסט און איך הער אביסעל רילעקסינג מוזיק און טאמער דאס איז אויך נישט גענוג כאפט מען זיך אריבער קיין קאנאדא