פארמאכטע צייטונגען, מאגעזינען, אד''ג
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
אבי גערעדט האט געשריבן:די תגובה איז רעזעווירט צו מעלדן איבער א אויסגאבע 'מצליח' וואס וועט שטארק מעגליך זיך פארמאכן בקרוב כדרך כל המגזינן בשפת אידיש, נישט אז איך ווינטש דאס פאר זיי, מ'רעדט בלויז פון פאקטן
איך האלט דארפסט עס געבן אפאר חדשים , קענסט נאך נישט וויסן וויזוי ס'וועט זיך אויסארבעטן , לויט ווי איך הער האט ער יעצט די ערשטע חודש עס ארויסגעגעבן קאנטרעווערסעל , צו זען וואס דער עולם זאגט דערצו , אבער ער וויל מער צילן אזוי ווי עמי און יודיש , אינטערוויוס. און בייהאנדלען נושאים וואס איז יעצט , לאמיר אים וווינטשן ער זאל "מצליח. " זיין
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
יואליש האט געשריבן:כ'מיין אז די באדעם ליין איז געלט. שרייבווערק קען זיך נאר אויפהאלן ביי אונזער פיצי אידישע מארקעט אויב ס'איז ממלא א חלל און דינט א נידזש אין די מארקעט, רוב מאל א פארטיי. אבער אין די קעיס פון מעלות, דינט עס די עהרליכע פארשטענדליכע עולם. אדווערטייזמענטס קלעקן שוין נישט, און די אויסגאבעס וועלכע זענען אומפארטייאיש און זענען דא צוצושטעלן העכערע קאליבער שרייבווערק, אדער עטוואס נארמאלע ווארע, קענען זיך נישט אויפהאלטן.
כ'האב שוין לאנג געזוכט ווי אויסצולאזן מיין גרימצארן און ס'איז נעבעך געפאלן אויף ר' יואלישל
דער עולם איז עפעס פאר'צלמ'ט אין דער מעלות אויסגאבע כאילו יעדע ווארט וואס ווערט דארט געשריבן איז תורה מן השמים.
מיר עקלט אריינצוקוקן, קודם כל א חוצפה פון א אידענע שטעלט זיך אויף אין פסק'נט דיני נפשות ברבים אן אויסהערן צוויי צדדים, לעצטנס איז געווען דארט אן ארטיקל איבער א פרוי אן אשת תלמיד חכם וואס רעדט זיך אפ אז די מאן העלפט נישט גענוג. די תירוץ אין איין וארט איז געווען דיין מאנס תורה איז גארנישט ווערד, ער איז דיך מקנה ווייל דו ברענגסט פרנסה, דארפסט שטעלן א ווידערשטאנד, וכו'.
טויזנטער פרויען ליינען דאס און ווערן פאר'סמ'ט, און אלעס דעת אידענע אחד ממאנסי פארשלייערט און א ספר תורה.
דאס האט די פרוי געוועלט הערן? פאר דעם קומט זי צו דער מעלות? זי קען דאך גיין צו סיי וועלכע טעראפיסט. אפשר רעדן איבער די חשיבות פון תורה, אביסל דברי חיזוק וכו'. און ווער זאגט אז דער מצב איז אזוי ביטער אפשר טרייבט זי איבער.
די האר פון קאפ האבן זיך מיר אויפגעשטעלט פון אזא גלייכגילטיגקייט צו צושטערן די שלום בית פון אזויפיל בני תורה וואס קענען נישט צופיל העלפן אינדערהיים. און וואס פארציילט זי? אז דער מאן האט נישט קיין חשק צו גיין צום דאקטאר מיט א קינד ווען ער לערנט מיט א חברותא, נו אפשר איז ער גערעכט?! אין התורה מתקיימת אלא במי שמשים עצמו לאכזר כעורב על בניו, דער יונגערמאן וואס ארבעט גייט דען יא צום דאקטאר אינמיטן די ארבעט שעות?! דאס איז נאר איין משל וכהנה וכהנה, אפילו מיין אידענע איז בלאס געווארן ביים ליינען דעם ארטיקל.
און בכלל זענען זיי אזעלכע פאפערס און צבועים אז לבן וואלט זיך ביי זיי געקענט קומען לערנען, דא זענען זיי פרום פרום, מסורה, צניעות וכו' און צווישן די שורות ליגט דארט פארקנוילט אזא מין השכלה וואס איז א שרעק, וועגן חינוך, וועגן שלום בית, א מין פעמיניסט מיט פרויען רעכטן וכדו'.
און אסאך מאל אזעלכע שטותים, איינמאל האבן זיין געשריבן א פשט אז חושך שבטו שונא בנו ווייל מ'בלייבט מיט די כעס און ממילא האט מען פיינט דאס קינד, ממש שטותים.
כ'האב עס שוין לאנג נישט געקויפט, בלי נדר כ'וועל ארויסנעמען איינע פון די אלטער בענדער און ווייזן וויפיל ארס גייט אריין.
ווילסט זיין א משכיל נא פראבלעם אבער טראג נישט א פאן פון מסורה.
שוין ס'איז מיר לייכטער...
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מאראנצן זאפט, א שאד צו אויסגעבן דיין כעס אויף יואליש. ס'איז שוין דא אן אשכול מיוחד פאר די חסרונות פון מעלות.
האדם לא נברא אלא להתענג
זר זהב האט געשריבן:עמי איז נישט קאנטראווערסיאל?
ביודעין פאר 100 פראצענט. דער בעל הבית פונעם עמי איז א משכיל באמת אפילו לשיטת יידל ויאיר.
איינער וואס גלייבט נישט בכלל אין שכר ועונש (בכלל, נישט ווי אזוי, אדער ווי און ווען)
בביאת המשיח,
שיש מנהיג לבירה,
ועוד ועוד.
ווער עס קען מיר דא, איך בין בכלל נישט אזוי פאנאטיש. אבער ווען איך וואלט געדאווענט אין איין מנין מיט אים און ער איז דער צענטער, וואלט איך ענדערש געדאוונט מיט סיי וועלכע מענטש נאר נישט מיט אים.
א ריכטיגע חסיד פון שלמה מימון און זיינע דיעות.
א ריכטיגע חסיד פון מענלדסאן און זיין ביאור.
און אזוי ווייטער.
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
יאיר האט געשריבן:מאראנצן זאפט, א שאד צו אויסגעבן דיין כעס אויף יואליש. ס'איז שוין דא אן אשכול מיוחד פאר די חסרונות פון מעלות.
ישר כח איך האב נישט געוואוסט.
הרב יאיר, איך ווארט צו הערן דיין מיינונג איבער דער ארטיקל וואס איך האב געשריבן איבער "מצליח". אויב איך גרייז נישט, ביזטו דער ריינסטער שרייבער דא אין קאווע שטיבל מיט'ן בעסטן גראמאטיק און העכסטן קאליבער וואקאבלואר. והדברים עתיקין...
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ממי_שאמרו האט געשריבן:
ביודעין פאר 100 פראצענט. דער בעל הבית פונעם עמי איז א משכיל באמת אפילו לשיטת יידל ויאיר.
איינער וואס גלייבט נישט בכלל אין שכר ועונש (בכלל, נישט ווי אזוי, אדער ווי און ווען)
בביאת המשיח,
שיש מנהיג לבירה,
ועוד ועוד.
א ריכטיגע חסיד פון שלמה מימון און זיינע דיעות.
א ריכטיגע חסיד פון מענלדסאן און זיין ביאור.
און אזוי ווייטער.
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט עפעס פאני מיט דער הודעה?
עס הייבט זיך אן אז ער גלייבט נישט אין שכר ועונש, כאילו דאס איז די גרעסטער כפירה זיינער, ווי אויך אז ער איז עפעס מסופק וועגן ביאת המשיח. און אזוי בדרך אגב קומט אריין אז ער האלט גאר שאין מנהיג לבירה.
כאילו דאס איז נישט גענוג, הערטסט נאר וואס נאך, ער איז א חסיד פון די דעות פון שלמה מיימון, שוידערליך! אויווי, נישט נאר דעם, נאר ער אינטרעסירט זיך אפילו אמאל אין טייטש אין חומש און קוקט אריין אין דער "ביאור" פון רמ"ד.!
בין איך דער איינציגסטער וואס מוטשעט זיך דא פשט?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
אני הקטן האב שוין זיך געמוטשעט,
און דאן האט דער בעל הדברים געטוישט אז ער איז נישט ממש קיין כופר, אבער צוליב דעם בעל הדברים'ס עקסטערע סענסיטיוויטעט וואלט ער פארט נישט געלאזט זיינע קינדער ליינען זאכן פון עמיצער וואס האט א פעטיש צו קוקן אין טריפה'דיגען ביאור
קופערניקוס האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:עמי איז נישט קאנטראווערסיאל?
ביודעין פאר 100 פראצענט. דער בעל הבית פונעם עמי איז א משכיל באמת אפילו לשיטת יידל ויאיר.
איינער וואס גלייבט נישט בכלל אין שכר ועונש (בכלל, נישט ווי אזוי, אדער ווי און ווען)
בביאת המשיח,
שיש מנהיג לבירה,
ועוד ועוד.
ווער עס קען מיר דא, איך בין בכלל נישט אזוי פאנאטיש. אבער ווען איך וואלט געדאווענט אין איין מנין מיט אים און ער איז דער צענטער, וואלט איך ענדערש געדאוונט מיט סיי וועלכע מענטש נאר נישט מיט אים.
א ריכטיגע חסיד פון שלמה מימון און זיינע דיעות.
א ריכטיגע חסיד פון מענלדסאן און זיין ביאור.
און אזוי ווייטער.
שלמה מיימון און משה מענדלסאן האבן נישט קיין חסידים, און ווער עס איז היינט פארנומען מיט זייערע מיינונגען טוט עס פאר אינטערסאנטקייט אדער פאר אהבת ההיסטאריע. די היינטיגע אפיקורסות איז גענצליך אן אנדערער און האט בדרך כלל צוטון מיט סייענס, ביקורת המקרא, עוואלוציע וכדומה.
און דאן האט דער בעל הדברים געטוישט אז ער איז נישט ממש קיין כופר, אבער צוליב דעם בעל הדברים'ס עקסטערע סענסיטיוויטעט וואלט ער פארט נישט געלאזט זיינע קינדער ליינען זאכן פון עמיצער וואס האט א פעטיש צו קוקן אין טריפה'דיגען ביאור
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
קופירניקוס, בעל הדברים?
שלמה מימון איז געווען א משכיל לכל הדיעות, נישט געוואוסט אז לעיקוואד און קופירניקוס זענען אנהענגער זיינע.
מענדלסאהן איז געווען א משכיל לשיטת החתם סופר אז מ׳מעג פארברענען זיין חומש אלס ספר שכותבו מין. אז קופירניקוס מיט לעיקוואד זענען בחור בשיטתו איז דאס א בושה און א חרפה וכדי בזיון וקצף.
און די רמב״ם פסק׳נט און עס איז א משנה אין סנהדרין, איינער וואס גלייבט נישט בביאת המשיח, שיש מנהיג לבירה, שכר ועונש, איז ער א כופר ואין לו חלק ונחלה בגן עדן וכלל ישראל.
לעיקוואד און קופירניקוס, באהאלטס ענק נישט אינטער א שלייער פון לצנות, זאגסט ארויס ברחל בתך הקטנה, אז יא, ענק עדמיירן מענדלסאהן ושלמה מימון, און ענק זעהן נישט קיין שום פראבלעם מיט אזא מו״ל פון א מאגאזין וואס ענקערע קינדער ליינען.

איך האב דאס געשריבן מידיעה ולא מהשערה.
און ענק דארפן טאקע נישט גלייבן, איך וועל ענק פארשטיין פארוואס. אבער די מציאת וועט נישט ווערן געטוישט. איך לכאורה אין דיין שיך וואלט איך קען זיין נישט געגלייבט א ניק וואס שרייבט אזוי, זייער מעגליך. אבער איך האב עס געשפירט פאר א חוב צו שרייבן. אבער כשם שמצווה לומר...
און ענק דארפן טאקע נישט גלייבן, איך וועל ענק פארשטיין פארוואס. אבער די מציאת וועט נישט ווערן געטוישט. איך לכאורה אין דיין שיך וואלט איך קען זיין נישט געגלייבט א ניק וואס שרייבט אזוי, זייער מעגליך. אבער איך האב עס געשפירט פאר א חוב צו שרייבן. אבער כשם שמצווה לומר...
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ממי
איך פארשטיי נישט נישט וואס דו האסט דא געשריבען און נישט וואסארא קשר עס האט צו די שאלה וואס איך האב געהאט אויף דיין פריערדיגע הודעה. ביטע זיי קלארער מסביר.
דאס וואס איך ווייס איבער דער ביאור איז אז ער טוט אין טייטש פון דער פסוק, און דאס וואס איך ווייס פון מיימון איז עפעס א פילאסאפישער וויכוח וואס ער האט מיט קאנט איבער זיין פילאסאפיע. ממילא איז מיר אביסעל פאני אז דו טענה'סט אויף איינער אז ער איז א אנהענגער פון די צוויי, כמו שהעיר קופערניקוס, זענען זיי בכלל נישט רעלעווענט צו דער היינטיגער מציאות און די היינטיגע נושאים פון אמונה מיט השכלה מיט אפיקורסות.
עס איז מיר א חידוש אז דו זאגסט אז דער חת"ס האט געהאלטן אז ממעג פארברענען דער ביאור, יש מקור?
עכ"פ, אויב שפילן מיר אזוי, מעג מען דאך זיך סומך זיין אויפ'ן מהר"ם שיק וואס האט עס געלערנט, רעק"א וואס האט געשריבען א הסכמה דערויף, און נאך אסאך גדולי ישראל וואס האבען עס געלערנט.
נאך איז מיר געווען מאדנע ווי דו טאנצסט אין דיינע האשמות אויף הרב בעהמ"ח ומו"ל עמי פון די טענה אז ער גלייבט נישט אין תחיית המתים, שכר ועונש, ביז די טענה אז איין מנהיג לבירה.
עס קוקט אויס אז דו מאכסט איין גרויסע קוגל ווי איינער וואס ליינט אביסעל ספרים חיצונים איז שוין גלייך צו דער וואס האלט אין מהיג לבירה, און דער שם הכולל פאר די אלע איז קופערניקוס לעיקוואד, אנטשולדיגט, מיימון מענדעלסאן.
ווי אויך ווי די שרייבסט די אלע האשמות אן קיין מקור און אן וייזען ווי דאס שפיגעלט זיך אפ אין זיין מאגאזען. אפילו נניח אז ווען קיינער קוקט נישט פירט זיך מו"ל עמי צו בועל זיין נערה המאורסה'ס ביום הכיפורים אויפן בימה האלטנדיג אפען דער ביאור און דער גבעת המורה, וואס האט דאס אלץ מיט זיין מאגאזין?
וואס דאס אלץ האט מיט דער עמי מאגאזין און אונזערע קינדער איז מיר צ"ע.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
יידל האט געשריבן:דער מהר"ם שיק האט געלערנט דעם ביאור און דאס גענוצט שבת ביים ליינען. (און ער האט געהאט די אומץ דאס צו טון בפניו פון זיין רבי'ן דער חתם סופר און טאקע באקומען א פסק דערפאר).
מקור?? זייער אינטערעסאנט צו הערן אזא זאך נאך בפניו פון זיין רבי, סאונד מער ווי א להכעיס אקט וואס איך גלייב שווער איינער זאל דאס טוהן בפניו פונעם חתם סופר.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ממי, איך פארשטיי אז מנדלסון איז ביי אונז חרדי'שע אידן אפגעפרעגט, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מען קען אים באטיטלען מיט סיי וואספארא שאנד ווערטער. מנדלסון איז געווען א מאמין בה' ובתורתו, און א פולשטענדיגער שומר תורה ומצוות. זיין השקפה איז מעגליך נישט געווען אויסגעהאלטן, און מעגליך אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו לערנען אין זיין ביאור, אבער דאס מאכט אים נאכנישט פאר א מין.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:יידל האט געשריבן:דער מהר"ם שיק האט געלערנט דעם ביאור און דאס גענוצט שבת ביים ליינען. (און ער האט געהאט די אומץ דאס צו טון בפניו פון זיין רבי'ן דער חתם סופר און טאקע באקומען א פסק דערפאר).
מקור?? זייער אינטערעסאנט צו הערן אזא זאך נאך בפניו פון זיין רבי, סאונד מער ווי א להכעיס אקט וואס איך גלייב שווער איינער זאל דאס טוהן בפניו פונעם חתם סופר.
שמעתי פון אן אייניקל פון חתם סופר. כ'האב עס געזען ערגעץ, אבער כ'קען עס יעצט נישט געפונען. כ'וועל עס אויפזוכן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
יאיר, אמת ויציב.
דעריבער האב איך עס צוטיילט אין אפאר חלקים.
זיין אמונה- אין מנהיג לבירה, אין שכר ועונש, כופר בביאת המשיח.
זיין השקפה- מענדלסאהן וכת דיליה.
ווען ער זיצט ווען אין נדבורנה און האלט פון זיינע דיעות, ניחא. אבער צו זיין א מו״ל פון א מאגאזין וואס מיינע קינדער זאלן ליינען, איז זייער אפגעפרעגט.