בלאט 3 פון 5

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:20 pm
דורך אברך משי
קודם כל, לגבי די עצם מחשבה וואס ער וואונטש דאס טויט פאר זיין ווייב, איז ווי מאנכע האבן שוין פריער ערווענט, איז נישט מער ווי א פאנטאזיע און א אויבערפלעכליכע געדאנקנסגאנג, אזויווי קינדער חלומען אמאל פון זיין א יתום ח"ו אדער סיי וועלכע אנדערע טראגעדיע סזאל זיי באטרעפן (מיט גאטס בעשיצונג) ווייל דאס ברענגט עם א שנעלע און גרינגע comfort אין זיינע שווערע מצבים, צו לעבן עטוואס אין עולם הדמיון וויפיל עטענטשען ער וועט דעמאלס באקומען... האט ער געטראכט ווער וועט עם אויפהאדעווען? ווי וועט ער האבן א סטאבילע שטוב? ווער וועט עם חתונה מאכן? ווער וועט וועלן חתונה האבן מיט עם? ניין, אבער ס'טראכט זיך געשמאק ווען מאיז אביסל פארקלאצט און אומעטיג.
דאס זעלבע קען פאסירן ביי ערוואקסענע קינדער וואס האבן נישט קיין בעסערע וועג פון פארטרייבן זייערע קאלמוטנע מחשבות, ער דערשטיקט זיך מיט א ווייב וואס איז נישט לפי רוחו, ער ווייסט גאנץ גוט דעם אמת אז קיין וועג ארויס איז נישט מצוי לעת עתה, בלייבט עם נאר איבער צו חלומען אז זי זאל איין טאג פארשווינדן ווערן מעתה ועד עולם. האט ער געטראכט וויאזוי ער וועט פילן א וואך שפעטער נאך זי שטארבט? ווער וועט קעיר נעמען פון עם מיט זיינע קינדער? ווי ער וועט זיך דעמאלס בענקן נאך איר עד לב השמים? ווי צוקנאקט און דיסעפוינטעט ער וועט זיין מיט זיין זיווג שני (אויב ער טרעפט איינס) און אלע פרובלעמען וואס קענען מיטקומען? האט ער גענומען צען מינוט פון זיין צייט צו טראכטן ווי צושטרויבלט דאס לעבן פון א עכטע אלמן זעט אויס?, נעה דאס נישט... ווייל אין א צוקלאפטע מינוט אז עם גוט אויסגעקומען צו פאנטאזירן אויף דעם אופן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:46 pm
דורך אברך משי
והשנית, די אלט אויסגעדראשענע נושא אויב אונזער סיסטעם איז גוט פאר היינטיגע מערידזשעס אדער נישט, איך וויל נישט נעמען קיין צד, אבער לפענ"ד איז פאר דעם חלום פון האבן א ווינדערליכע רילעישענשיפ און געפיל פון אהבה וכו' וכו' אין א מערידזש, צו קענען טרעפן די ריכטיגע קאנדידאטקע, דארף מען זיין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר (נישט אונטער צען לכאורה) און הערשט דעמאלס ווייסט מען בכלל וואס צו זוכן. א אפרוח שלא נפקחו עיניו וואס ווייסט נישט וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך, קען נישט אויסוועלן א אמתע בחירת לבו, פינטל. מקען זיין א אלטע באזעצענער בחור פון א יאר דרייסיג און אריבער, אבער עקספיריענס פון לעבן און בפרט אין די נושא פון האבן א לעבנס באגלייטערן א אשת חיל מי ימצא, פון ווי זאל ער וויסן וואס דאס איז און וואס מ'דארף זוכן??? ס'איז כמעט אזויווי איך זאל אריינשיקן א קלוגע בחור מארגן אין א פלאמבינג סופלייס סטאר און עם הייסן אנפילן א וואגן וואס יעדער בעסיק פלאמבער דארף האבן צו קענען גיין אויף צוויי יאר פון דזשאב'ס (אנדעם וואס ער זאל האבן די מעגליכקייט צוריקצוגיין אין סטאר און טוישן די parts וואס ער האט געקויפט), איינער וואס איז קיינמאל קיין פלאמבער נישט געוועזן ווייסט נישט ווי אנצוהייבן צו זוכן, און אפי' אויב נניח ער האט א שטיקל חוש דערצו איז אבער נישט מעגליך אז ער וועט צוטרעפן וואס מען דארף באמת.
פון ווי זאל א בחור וויסן וועלכע מעלות צו שעצן איבער וועלכע חסרונות, ווער אין די וועלט קען עם באמת אויפקלערן אז חיצוניות איז אזוי ווייט פון עפעס ווען ס'קומט צו איין איינצלענע מדה טובה, כלומר -- אויב ס'פעלט פאר זיין ווייב איין ספעציפישע מדה וואס וועט עם באמת זיין וויכטיג אין זיין צוקונפטיגער לעבן מיט איר? פון וואנעט זאל ער ארויסנעמען אויב זי איז נישט ביטער ווי א איילבירט און הארט ווי א שטיין? זי קען שמייכלען צוויי הונדרעט מאל ווען מ'גייט ארויס דעיטן, אבער ווען עס קומט למעשה טוט זי זיך אהן די פאר בלעכענע הויזן וואס זי האט בירושה כמה דורות פון איר מאמע און באבע און אזוי שטילעהייט מאכט זי פון איר מאן לאקשן קיגל מיט צימעס, אזש אז דאס לעבן ווערט עם טוב לו שלא נברא יותר משנברא (ווי כמעט יעדער קען מעיד זיין אויף מער ווי איינער פון זיינע פריינט/משפחה/קאזענס/ וכו' וכו'). אדער איז זי א גערעגטע נאטור, א נארוועזע, א דיפרעסטע, א נארישע, זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט פארשטאנען דערצו אין די צייט אפשניט ווען ער איז ארויסגעגאנגען דעיטן. ער האט אפשר געהערט דעם ניגון, אבער דעמאלס האט עס געהאט גאנץ אנדערע מוזיק, אנדערע טענער און נאטן, און אנדערע ביטס... ווען ס'לעבן פראסקעט אין פנים אריין און פלוצלינג דארף מען "עכט" דילען מיטן מציאות, אוי, דעמאלס הערט ער שוין אלעס אנדערש...

וואס דען זאל ער דעמאלס טראכטן אויב נישט אז זי זאל שטארבן... :lol:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:02 pm
דורך הקטן
אברך משי האט געשריבן: ...פאר דעם חלום פון האבן א ווינדערליכע רילעישענשיפ און געפיל פון אהבה וכו' וכו' אין א מערידזש, צו קענען טרעפן די ריכטיגע קאנדידאטקע, דארף מען זיין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר (נישט אונטער צען לכאורה) :lol:

די ריכטיגע קאנדידאטקע מי ימצא
די ריכטיגע קאנדידאטקע דארף מען אליין אויפבויען

די אלע וואס "פאלען אין לאוו" - מער ווי העלפט גט'ן זיך, און די וואס נישט, איז אויך א זייער א גרויס חלק פאלן ארויס.
די וואס גייען אריין לכתחילה מיט די כוונה אז קשר און אהבה איז עפעס וואס מען דארף צו בויען בקום ועשה, פארן אסאך בעסער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:19 pm
דורך והאיש משה
אברך משי: האסט געשמאק ארויסגעברענגט די אנדערע עקסטרעם, דער עיקר וואס מ'פארגעסט אלעמאל, און איך מיין נישט נאר ביי מערידזש און אונזער סוסייעטי, נאר טאקע אלעמאל אז די עיקר וואס פעלט פאר אינזער סיסטעם איז די באלאנס אין יעדען זאך, מ'ברענגט שיין ארויס אז גארנישט איז גארנישט, ממילא בלייבט מען מיט גארנישט, נו אז גארנישט איז גארנישט דארף מען שוין גארנישט טוהן.

שידוכים: אלעמאל וועסטו ביי אונז הערן אזא סארט שפראך: נו ווי זיינען די אלע וואס זיינען ארויס געגאנגן דעיטען? זיינען זיי דען צופרידען? א הויקע! (איי ווער זאגט אבער דאס איז נישט די נושא...ווייל ער האט דאך א קלארע ראי' פון עפעס "בעדערענע קאזין" וואס האט געדעיט, אין מעשה שטן הצליח אז זיין מערידז איז דורך געפאלען...) שוין איז זעסטו דאך אז די אלע זאכען זיינען גארנישט אלא מאי איז גענוג זיך פארלאזן אויף לופט
פרנסה: מיינסט טאקע אז דער וואס איז געלערנט האט פרנסה? זעהסט דאך נעבעך פעטער עוזר'ס איידעם ברודער האט געגליטש און געגאנגען און קאלידזש און גארנישט מיט גארנישט אלא מאי שלמה המיילך האט דאך שוין בחכמתו געזאגט לא לחכמים לחם...

אא"וו איך וויל נישט פארקריכען פון דעם ענין.

טייערע אברך משי: ווייל א מענטש קען נישט פונקטליך פאראויס זען זיין לעבן ביי די יונגע 20גער יארען מיינט נאך נישט אז מ'דארף יעצט אבי חתונה האבן אבי געהאקט! מיינט נאך נישט אז מ'דארף נישט האבן א קלארע דעפענציע וואס ער זוכט! מיינט נאך נישט אז מ'קען חתונה האבן אהן א טראפ מחשבה:

ווי אזוי מעג א מענטש חתונה האבן אן זיך צו פרעגן די 2 שאלות:
א' פארוואס האב איך חתונה???
ב' פארוואס דוקא מיט דאס מיידאלע???
ושאינו יודע לשאול את פתח לו....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:58 pm
דורך אברך משי
והאיש משה האט געשריבן:ווי אזוי מעג א מענטש חתונה האבן אן זיך צו פרעגן די 2 שאלות:
א' פארוואס האב איך חתונה???
ב' פארוואס דוקא מיט דאס מיידאלע???


די אלגעמיינע תשובה צו די שאלה אין יענע יארן איז (און ס'איז טאקע אזוי - באשר הוא שם)
א' איך האב חתונה ווייל כ'וויל פאראויס גיין מיט'ן לעבן, האבן א ווייב מיט קינדער און פילייכט אויך א קעדילעק מיט אפאר דאלער צו די זייט, און נישט בלייבן א רווק כאבן שאין לו הופכין און ווערן באגראבן מיט מיין טלית קטן לאחר מאה ועשרים שנה
ב' און דווקא מיט דאס מיידל, ווייל אירע עלטערן האבן איינגעוויליגט מיך צו נעמען, און היות שרה רבקה רחל און לאה זעען אלע אויס אייניג אין מיינע אויגן (אקעי, נישט ממש, אבער זענען גענוג ענדליך, און די מיט וועם כ'האב מיך געטראפן איז גראדע געווען גאנץ שיין, באטעמ'ט און ציענד) און זי קומט פון גאנץ א פיינע משפחה, מיט אונזערע סארט ווירדן, (און כ'רעד אמת'ע ווירדן פון יענע יארן: תורה, השקפה, אונזער חסידות, אונזער לבוש... איי, שעפעלע אין זעקס יאר ארום וועט דיין גאנצע וועלט זיך האבן געטוישט ס'וועט זיין דעמאלס גאנץ א אנדערע תורה, השקפה, חסידות, לבוש וואס דיין הארץ וועט דעמאלס באגערן, וכו' וכו' אבער גיי זיי עס מסביר פאר איינער וואס האט נאכנישט יעצט זיינע השגות פון יארן שפעטער) און פארדעם האב איך מיט איר חתונה

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:26 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:איך בין נישט שאקירט ווייל די גמרא זאגט דאך שוין ומוצא אני ממר ממות, א שלעכטע פרוי איז ערגער ווי די אייגענע טויט. כ'וואלט אבער אין וויסטן חלום נישט געקענט זאגן אזא זאך אויף מיין אייגענער פרוי, אויסער וואס פאר מיר פערזענליך איז זי אן אשת חיל איז פשוט טפלי' תלוי' בי' און וואס וועלן טון א שטוב מיט קינדער אזוי, און הס מלהזכיר איר אפוועזנהייט וואלט געווען מיין גרעסטע אומדערטראגבארע טראגעדיע וואס איך קען מיך נאר פארשטעלן.

שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, זאגט די אויבנדערמאנטע ווערטער פון "ומוצא אני את האשה מר ממות". איר מיינט עס איז א מליצה? א גוזמא? באזני שמעתי כמה פעמים פון מענטשן וואס האבן גע'טענה'ט אז דאס לעבן מיט זייער אידענע איז זיי ערגער ווי דער טויט. לעבן מיט א שלעכטע פרוי קען זיין אזא גיהנם, וואס דער פון אויבן זאל אפהיטן. נישט אומזיסט זאגן חז"ל (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל דער יעניגער איז שוין אפגעקומען דעם גיהנם אויף דער וועלט!

אויב פארשטייט איר נישט, דאן זאלט איר דאנקען דעם באשעפער, און בעטן אויף ווייטער, אויף אייך און אייערע קינדער.

אויב האט איינער געלייענט אינעם מאמענט/נפשי אפאר חדשים צוריק ווי א יונגערמאן שילדערט זיין לעבעדיגן גיהנם מיט זיין ווייב, א BPD פרוי, קען אביסל פארשטיין וואס דאס מיינט אזא לעבן, וואס איז ממש עולם חשך בעדו.

איז יא, צום פותח האשכול, עס איז זייער נארמאל צו טראכטן אזוינס. לאו דוקא אז מען וואונטשט זיך איר טויט, נאר אז טאמער הערט מען א בשורה אז עפעס פאסירט, זאל מען טראכטן אז "אט אט ווער איך ענדליך אויסגעלייזט פון מיינע צרות, און איך וועל האבן מנוחה".

און דאס וואס כוכב (און אנדערע) שרייבן אז מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי מען וועט פירן די שטוב, דאס איז א שטארקע נקודה, אבער דאס איז נישט גענוג א גוטע סיבה צו פארבלייבן אין א ביטערע מערידזש, און אסאך מאל נארט מען זיך אליינס. אין אנדערע ווערטער, ווען נישט די קינדערלעך וואס וועלן בלייבן יתומים ה"י און אויב וואלסטו געהאט א באדינער וואס זאל דיר קאכן און וואשן די וועש, וואלסטו נישט געהאט קיין פראבלעם אז זי שטארבט... נאר וויבאלד דו האסט געבינדענע הענט, ביסטו ענדערש גרייט צו ליידן אזא ביטערן לעבן כדי די גשמיות'דיגע צרכים זאלן דיר ווערן צוגעשטעלט און די קינדער זאלן בלייבן מיט די מאמע. טאקע פאראן דעריבער אזעלכע וואס וועלן זיך גט'ן נאר נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער.

גראדע די גמרא פארציילט אז רב חייא האט געהאט א ביטערע ווייב, און ווען רב האט אים אנגעפרעגט דערוועגן, האט ער געאנטווארט: דיינו שמגדלות בנינו ומצילות אותנו מן החטא. זעהט אויס אז ווילאנג זי טוט כאטש די צוויי זאכן, איז דא א סיבה צו וועלן בלייבן אין די קראנקע מערידזש. אבער איר ווייסט וויפיל פרויען זענען נישט מקיים היינט דעם "מצילות אותנו מן החטא"? אויב איז דאס אויך נישטא, דאן איז נארמאל מען זאל זיך וואונטשן אז איינער פון די פארפאלק זאל שטארבן, ווייל דאס טויט איז ליטערעלי בעסער ווי א לעבן וואס איז נישט קיין לעבן.

און צו די וועלכע טענה'ן אז זיווג שני איז אזא שוידערליכן פראבלעם אז עס לוינט זיך צו בלייבן מיט די ערגסטע פרוי אבי ס'איז זיווג ראשון, וויל איך נאר זאגן אז דער מציאות איז ווייט נישט אזוי, עס איז א מיטא, אמת אז געווענליך האט מען עפעס א אישו, אבער נישט אלץ. עס קען זיין נארמאלע פרויען וואס האבן געהאט א משוגע'נע מאן. און אויכעט אפילו זי איז געווען פראבלעמאטיש פאר'ן ערשטן מאן, מוז נאך נישט זיין אז פונקט דאס וועט אויך שטערן די צווייטע. יעדער האט זיך זיינע/אירע פריאריטעטן. אין פאקט, קען איך מערערע סעקאנד מערידזשעס וואס זענען ממש אויפגעראכטן געווארן נאכ'ן חתונה האבן די צווייטע מאל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:30 pm
דורך חסיד פון ליטא
אברך משי האט געשריבן:
והאיש משה האט געשריבן:ווי אזוי מעג א מענטש חתונה האבן אן זיך צו פרעגן די 2 שאלות:
א' פארוואס האב איך חתונה???
ב' פארוואס דוקא מיט דאס מיידאלע???


די אלגעמיינע תשובה צו די שאלה אין יענע יארן איז (און ס'איז טאקע אזוי - באשר הוא שם)
א' איך האב חתונה ווייל כ'וויל פאראויס גיין מיט'ן לעבן, האבן א ווייב מיט קינדער און פילייכט אויך א קעדילעק מיט אפאר דאלער צו די זייט, און נישט בלייבן א רווק כאבן שאין לו הופכין און ווערן באגראבן מיט מיין טלית קטן לאחר מאה ועשרים שנה
ב' און דווקא מיט דאס מיידל, ווייל אירע עלטערן האבן איינגעוויליגט מיך צו נעמען, און היות שרה רבקה רחל און לאה זעען אלע אויס אייניג אין מיינע אויגן (אקעי, נישט ממש, אבער זענען גענוג ענדליך, און די מיט וועם כ'האב מיך געטראפן איז גראדע געווען גאנץ שיין, באטעמ'ט און ציענד) און זי קומט פון גאנץ א פיינע משפחה, מיט אונזערע סארט ווירדן, (און כ'רעד אמת'ע ווירדן פון יענע יארן: תורה, השקפה, אונזער חסידות, אונזער לבוש... איי, שעפעלע אין זעקס יאר ארום וועט דיין גאנצע וועלט זיך האבן געטוישט ס'וועט זיין דעמאלס גאנץ א אנדערע תורה, השקפה, חסידות, לבוש וואס דיין הארץ וועט דעמאלס באגערן, וכו' וכו' אבער גיי זיי עס מסביר פאר איינער וואס האט נאכנישט יעצט זיינע השגות פון יארן שפעטער) און פארדעם האב איך מיט איר חתונה

מנא לך אז אן עלטערער בחור קען נישט זיין סוקסעספול? איך ווייס פון א בחור בשם מיכאל בלומבערג, וואס איז שיין באלבאטיש. ער קען לדוגמה אריינגיין אין מעיסיס אין מאנהעטן און אויסקויפן דאס גאנץ געשעפט מיטן בנין און פארלירן דערויף א מעלאנע א טאג און נאך אלס בלייבן בעלבאטיש.

ווען מ'פרעגט מיר פארוואס א בחור האט חתונה, איז דא עטליכע תירוצים.

א - כדי ס'זאל זיין זרע שלא לבטלה.
ב - ווייל יעדער האט חתונה אין דעם יארגאנג (פארוואס איז נאכנישט קלאר אבער מ'דארף טוהן וואס יעדער טוט).
ג - כדי צו קענען נקמה נעמען אין היטלער ימ"ש (בד"וו, נעכטן געטראפן היטלער'ן, ער רייסט זיך פאר געלעכטער.)
ד - כדי צו קענען הייסן א יש. א בחור איז א גארנישט, זיין אינטעליגענץ איז אויבערפלעכליך, זיין געלט איז נישט עכט ווערד בקיצור ער איז אזא פלג גופא, ברגע ער שמייסט ארום מיטן טלית ווערט ער א זאך.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 12:05 am
דורך מי אני
דר. אלי פינקעל (און קאלעגעס) האט געשריבן אן אנאליז אז היינט צוטאגס זוכט מען פונעם בן/בת זוג אז ער/איר זאל איר/אים העלפן דערגרייכן העכערע שטאפלען פונעם פסיכאלאגישן היארכיע וואס דר. מאסלאוו האט ווי באקאנט אראפגעשטעלט, משא"כ וואס מ'האט געזוכט/געוואלט/געהאפט אינעם עבר צו ערפילן דערפון איז געווען די נידעריגערע שטאפלן. דאס לייגט א גרעסערע לאסט אויפ'ן פארל דאס נאכצוקומען, וואס קען ברענגען פראבלעמאטישע רעזולטאטן וכו'.

מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז אויך נוגע צו אונזער געזעלשאפט. דהיינו, אז איה"נ אמאל, וואס דער גייסט פון א חתונה געהאטע לעבן איז געווען די נידעריגערע שטאפלען פונ'ם היארכיע [מאן = פארדינער, פרנסה ברענגער. פרוי = עקרת הבית, אויפציען קינדער], האט די וועג אונזער שידוך סיסטעם איז אויסגעשטעלט געדינט בעסער (אגב, עיין בשו"ת משנה הלכות ח"ז סימן רלה). משא"כ היינט-צו-טאגס וואס, ווי נישט ווי, זוכט דער אלגעמיינער מענטש ארויסצובאקומען פונעם חתונה געהאטן לעבן [זיין/איר בת/בן זוג], אריינגערעכנט דעם חרדי, עפעס מער דערפון [ליבשאפט, העלפן ערפילן זיין/איר פערזענליכן ציל/וואונטש אין לעבן], ארבעט דאס נישט אזוי גוט, און די משל פון די מעשה פון דעם אשכול איז א תוצאה דערפון.

http://faculty.wcas.northwestern.edu/el ... y-Copy.pdf

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 9:57 am
דורך הקטן
אדער קען דאס זיין גאר פארקערט.

אמאל אויב מען האט נאר געזוכט זי זאל זיין א גוטע קעכער און ער א גוטע פלאמבער, זי זאל שיין אויסקוקען און ער זאל האבן אסאך מאסעלס - איז קען זיין אז אונזער סיסטעם האט נישט אייביג אזוי גוט געארבעט.

היינט אבער, אויב איז אמת וואס דר. פינקל זאגט, אז מען זוכט עפעס העכערס, עפעס מער גייסטיש אין א soulmate, מען זוכט צו בויען אמת'ע ליבשאפט, נישט סתם פעטאשעשען, מען זוכט צו שטייגן און ארבעטן אויף זיך וואס דאס איז טאקע אסאך א העכערע הנאה, ארבעט אונזער סיסטעם, מיט דעם באשערטען עזר כנגדו, אסך אסך בעסער.

צוגיין און וויסן אז "בת פלוני לפלוני", און אויב זאכן פארן גוט, איז דאס די שטערקסטע באווייז אז איך האב דא מיין ריכטיגע באשערטע, מיין פלג גופא, עצם מעצמי ובשר מבשרי, העלפט אויך זייער אסאך ארויס אין די געביט.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 12:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איפכא מסתברא האט אויך א שיעור.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:12 pm
דורך הקטן
.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:32 pm
דורך מי אני
וואס איך האב געמיינט מיט מיין סברא איז א סארט טעאריע לפי די היפאטעזיא פון פינקעל, פארוואס היינט צוטאגס קען זיין אז אונזער שידוך סיסטעם ארבעט נישט אזוי גוט ווי אמאל. והיינו, אז ווי באקאנט האט מאסלאוו אויסגעשטעלט זיין היארכיע אזוי ווי א פיראמיד (און פינקעל אזויווי די 3D אנאלאג דערפון, א בארג), מיט די נידעריגערע באדערפענישן אלס די אונטערשטע ברייטערע חלקים פונ'ם פיראמיד. איך וויל בארגן דעם דמיון (איך ווייס אז נישט דאס האבן זיי געמיינט) ע"פ פינקעל לענינינו. והיינו, אז אינ'ם עבר ווען דאס פארהייראטע לעבן [שידוכים] איז געווען בעיקר לשם צופרידענצושטעלן די נידעריגערע באדערפענישן פונ'ם היארכיע, ואדעתא דהכי נחית, איז געווען פאר א מענטש א ברייטערע אויסוואל פון בני/בנות זוג דערויף, ווייל עס מוז נישט זיין דוקא דוקא צוגעפאסט; כעין די ברייטקייט וואס די אונטערשטע נידעריגערע באדערפענישן ווייזן אויף אין מאסלאוו'ס פיראמיד. און אויך אז די מדובר/מדוברת איז נישט אזוי אינוואלווד אינ'ם פראצעס פון אים/איר טרעפן זיין/איר בת/בן זוג [ווי נישט ווי אונזער שידוך סיסטעם] איז נישט געפערליך, וויבאלד ס׳איז בכלל דא אויף דעם א גרעסערן אויסוואל און עס מוז נישט זיין דייקא אזוי צוגעפאסט וכנ"ל. משא"כ כהיום ווען מ'זוכט, וויל, און פארלאנגט אז דאס בת/בן זוג זאל צופרידנשטעלן די העכערע באדערפענישן, דאס פארלאנגט, פארשטייט זיך, א מער פונקט צוגעפאסטע בן/בת זוג. דאס צו טרעפן איז שווערער; רעפרעזענטירט דורך די העכערע שמעלערע חלקים פונ'ם פיראמיד.

אין אנדערע ווערטער, וויבאלד דאס היינטיגע פארהייראטע לעבן פארלאנגט צופרידנצושטעלן די העכערע באדערפענישן פונ'ם פיראמיד, איז הסברא נותנת אז דאס דארף א מער פונקט צוגעפאסטן בן/בת זוג, וואס פון דעם איז דא א שמעלערן pool. אויך דארף מען דערצו האבן מער involvement און input פונ'ם מדובר/מדוברת, צו טאקע וויסן וואס זענען זייערע פערזענליכע שאיפות החיים וכו' פאר די העכערע באדערפענישן, וואס איז מער פונקט צוגעפאסט צו יעדן לפי זיין/איר תכונת הנפש.

ווי אויך קען מען לפי"ז טענה'ן אז היינט צוטאגס איז עס א גרעסערן פראבלעם ווי אמאל אז מ'האט חתונה אינג ווען מ'איז נאך נישט אינגאנצן אנטוויקלט. דהיינו, די העכערע באדערפענישן זענען דאך פסיכיאלאגישע באדערפענישן, משא"כ די נידריגערע. די פסיכיאלאגישע באדערפענישן ווערן דאך לכאורה בעיקר אנטוויקלט אין די צוואנציגער יארן; עכ"פ לכאורה מן הנמנע פאר די צוואנציג יאר. איז ווען די תכלית פון דאס פארהייראטע לעבן זענען געווען די נידעריגערע חלקים, איז די גיל החתונה נישט געווען אזא עיכוב ווייל פאר די זאכן פעלט נישט אזוי אויס צו זיין פסיכיאלאגיש אנטוויקלט. משא"כ היינט צוטאגס וואס די פסיכיאלאגישע באדערפענישן פארנעמען א וויכטיגערע פלאץ אינ'ם פארהייראטן לעבן. (איך פארשטיי אז מ'קען זאגן אז אין אונזער געזעלשאפט, עכ"פ ביי די פרומערע וואס האבן חתונה אינג און נעמען טאקע א מער פונדאמענטאל פארצייטישן צוגאנג צו שידוכים, לייגט מען דאס געוויכט פונ׳ם תכלית פון דאס פארהייראטן לעבן טאקע אויף די נידעריגערע באדערפענישן פונ׳ם פיראמיד.)

דאס דערמאנט מיך פון א וויץ איך האב געהערט פון א חבר מיינע: "שלום בית איז א מאדערנע זאך. זאגטס נאר, עני פון ענקערע זיידעס און באבעס האבן שלום בית?" ודוק לענינינו.

אבער מיט דעם בין איך 100% מודה צו הקטן, אז טאמער ארבעט זיך עס יא אויס איז עס א שטערקערע קשר ווי אינ'ם עבר, וויבאלד מ׳האט אויך די העכערע באדערפענישן פונ'ם ווייב/מאן.

איך בעט אנטשולדיגונג אויב האב איך מיך נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט.

פארשטייט זיך אז איך זאג נאר די סברא פון א ראציאנאלן שטאנטפונקט, ומה' אשה לאיש. (די שמועס איז טעארעטיש וויאזוי דארף ווען צוגיין היינט צוטאגס דעם דרכו של איש לחזר על אשה, בריש קידושין.)

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 6:41 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:ווי אויך קען מען לפי״ז טענה׳ן אז היינט צוטאגס איז עס א גרעסערן פראבלעם ווי אמאל אז מ׳האט חתונה אינג ווען מ׳איז נאך נישט אינגאנצן אנטוויקלט. דהיינו, די העכערע באדערפענישן זענען דאך פסיכיאלאגישע באדערפענישן, משא״כ די נידיריגערע. די פסיכיאלאגישע באדערפענישן ווערן דאך לכאורה בעיקר אנטוויקלט אין די צוואנציגער יארן; עכ״פ לכאורה מן הנמנע פאר די צוואנציג יאר.

דער מענטש בויט זיין איידענטעטי בעיקר 17-24 (בערך, נישט נאכגעקיט יעצט) אויב האט מען חתינה שפעט רעדט מען פין צוויי הארטע אויסגעבויטע כאראקטערס, אויב האט מען חתונה אינגער קען זיין אז איינער בויט דעם צווייטען - ציזאמען

בדרך אגב: שמעתי פין מער פין איין טערעפיסט וואס טוט און אמאגא טערעפי: די מהלך פין אמאגא שטימט אויך זייער מיט אינזער סארט שדיכים.

נאך א קליין הערה אויב העכער אויפן פערעמיד ליגט סך הכול נאך א שטיקעל זיך, נאר אן איידעלערע זיך, וואו למשל "מיינע צילען אין לעבן" איז דער פארפאלק אין א גרויסער סכנה. ווייל ביידע צילען זענען א מאווינג-טארגעט און זענען נישט סטאטיק
אויב אבער איז דער ציל אוינדרויסען און העכער פין זיי, דאן קענען זיי ביידע זיין קולע אל השערה ולא יחטיא

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 7:30 pm
דורך מי אני
ריכטיג. איך האב גערעדט פון ווען א מענטש האט שוין טאקע אן אויסגעבויטן אידענטיטעט, אזויווי איך וועל מסביר זיין. ווייל הגם איר זענט גערעכט, אז ס'איז שייך און יתכן אז זיי זאלן זיך צוזאמען אויסבויען זייערע געמיינזאמע אידענטיטעטן, וואס אין אזא פאל איז דאס, אדרבה, א חיזוק שאין כדוגמתו צו זייער פארהייראטע לעבן, איז אבער דא א צווייטע זייט צו דעם מטבע. דהיינו, עפ"י די באקאנטע פסיכאלאגישע אנטוויקלונג שטאפלען פון עריק עריקסאן, אז הערשט נאכדעם וואס א מענטש האט שוין אויסגעבויט זיין/איר אידענטיטעט, ובזה זיינע/אירע רצוניות'ען און שאיפות, איז ער/זי פולקאם גרייט פאר'ן נעקסטן שטאפל; טרעפן אן עזר כנגדו/ה (איך פארשטיי אז פונ'ם ווארט ״עזר״ קען מען מדייק זיין אז זי/ער זאל אים/איר צוהעלפן אנטוויקלען דאס אידענטיטעט. איך נוץ עס אלס א לשון מושאל).

די סיבה דערצו איז פשוט ווייל ווילאנג ער און/אדער איר זענען צומישט מיט זייער/ע אידענטיטעט/ן, איז שווערער זיי זאלן טרעפן א געמיינזאמע ground אויף וואס זיך צו קענען פאראייניגן וכו' (פאראייניגן זיך אויף א צומישעכץ/confusion איז קיין פאראייניגונג), ובפרט אז די תכלית פון א פארהייראטן לעבן היינט צוטאגס איז מיוסד אויף פסיכאלאגיע מער ווי אמאל וכנ"ל.

איינמאל זיי האבן שוין טאקע אויסגעפארעמטע, טאקע הארטע, אידענטיטעטן, איז לכאורה אסאך פשוט'ער זיי צאמצופארן מכח compatibility, און עס זאל זיך האלטן עפ"י סברא היינט צוטאגס. (ס׳איז לכאורה דא א סיבה פארוואס די אלגעמיינע וועלט ווארט ביז שפעטער אויף צו הייראטן, חוץ פון שוואוילטאג.)

בנוגע דאס אז דאס זיכן די העכערע באדערפענישן פונ'ם פיראמיד שטעלט די פארפאלק אין א גרעסערע סכנה, דאס איז דאך גענוי וואס דר. פינקעל זאגט! ער (און איך) זאגט נישט אז די היינטיגע אויסקוק אויפ׳ן תכלית פונ'ם פארהייראטן לעבן איז "בעסער" פאר די שלום בית פונ'ם פארפאלק, נאר אז דאס איז די מציאות היינט צוטאגס. פארקערט, ער גיבט אן אז דאס איז איינע פון די סיבות פאר די ריבוי האומצופרידענהייט מיט דעם ווייב/מאן היינט צוטאגס ביים אלגעמיינעם המון עם, ומשם תדרשנו להכא ביי אונז אויך. אזויפיל יא, אז אויב ארבעט זיך עס שוין יא אויס איז מען "מער" צופרידן ווי א פארפאלק אינ'ם עבר (ס'איז פשוט שווערער אנצוקומען אהין ווי אמאל, וככל הנ"ל).

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 7:38 pm
דורך הקטן
ווען ביידע מאכן די וועג צוזאמען איז נישט צו האפן אז זיי וועלן אנקומען אויפן זעלבן פלאץ, די פלאץ איז זיכער א צווייטע פלאץ וואו ווען ביידע מאכן די וועג אליין.
ולבי אומר לי, אז זיי קומען אן צו א בעסער פלאץ, וטוב השניים מן האחד.
עיין "סיסטעמס טערי".

א גרויסע סיבה פאר חתונה האבן שפעט אין די אלגעמיינע וועלט איז פיינענס און עדשעקעשן.

צי compatibility איז טאקע די בעסטע מעטש, איז שוין א שמועס פאר זיך און בכלל נישט אזוי קלאר.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 9:36 pm
דורך מי אני
איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין Systems Theory, אבער לענ"ד קען מען אפשר ברענגען דערפון א ראיה להיפך. והיינו, אז וויבאלד כל אחד מהם [חתן וכלה], יעדע סיסטעם לכשלעצמו, איז נאך כאאטיש [chaotic] (אין דעם הינזיכט), נאכנישט מסודר מיט זייערע אידענטיטעטן, איז נאך דא מער variables וואס זענען שווערער אויסצו'חשבונ'ען and to control for. משא"כ ווען זיי זענען שוין נקבע מיט זייערע אידענטיטעטן און דערנאך שטעלט מען דאס צאם זענען אפשר דא outside variables וואס מען קען ארויסנעמען פון play (טאמער האב איך גוט פארשטאנען אייער analogy צו Systems Theory).

(איך האב פארשטאנען אז ווארטן ביז די אידענטיטעטן פארמירן זיך איז נישט די עיקר סיבה בכלל פון שפעטער חתונה האבן ביי דעם אלגעמיינעם באפעלקערונג, וועגן דעם האב איך עס געשריבן איינגערינגלט. די קצת ראיה ארבעט אויף להיפך: אז קיין איין פסיכיאלאג זאגט נישט אז מ'זאל דאס טוהן צו בויען דעם אידענטיטעט.

הגם, עדזשוקעישן איז שטארק פארבינדן מיט identity formation, כידוע.)

איך געדענק פון מיין psychology textbook אז מ'האט אויפגעוויזן אז מ'וויל אין א בן/בת זוג compatibility (לעומת opposites attract). הגם איר זענט גערעכט אז דאס איז נישט קיין אויפווייז אויף דאס ענדגילטיגע הצלחה דערפון.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 10:15 pm
דורך הקטן
פארוואס מיינסטו אז ווייניגער וועריבעלס איז בעסער?

איך געדענק נישט אויב ס'איז דא אן קאנסענסעס אויב אפעסיט עטרעקטס צי פארקערט (ס'איז זייער אן אלטע מחלקה).
און ווי מ'האט באמערקט, איז עטרעקשען נישט די זעלבע ווי הצלחה,

דאס צי ס'איז יא אדער נישט דא קיין פסיכיאלאג וואס זאל דאס מציע זיין, זאגט לדעתי זייער ווייניג. איך זאג גראדע יא "טוב לגבר כי ישא עול בנעוריו"
און סברה זאגט אויך, אז דער וואס האט פריער חתונה בויט מער זיין social intelligence
הגם אין דער אלגעמיינע גאס וואס איז פארנומען און די ינגע יארן מיט קארטען א פרענד פון די אנדערע גענדער, ריפען אויך דעם בענעפיט, ס'לאזט זיך קלערן אויב טייען די נאט איז נישט דאך שטערקער.

אויב האסטו ליעב עברית
https://www.youtube.com/watch?v=NtNlnOvMYr8
הרב יחיאל יעקובזון ייעוץ לגיל ההתבגרות

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2019 1:09 pm
דורך Buddy
שמעקעדיג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:איך בין נישט שאקירט ווייל די גמרא זאגט דאך שוין ומוצא אני ממר ממות, א שלעכטע פרוי איז ערגער ווי די אייגענע טויט. כ'וואלט אבער אין וויסטן חלום נישט געקענט זאגן אזא זאך אויף מיין אייגענער פרוי, אויסער וואס פאר מיר פערזענליך איז זי אן אשת חיל איז פשוט טפלי' תלוי' בי' און וואס וועלן טון א שטוב מיט קינדער אזוי, און הס מלהזכיר איר אפוועזנהייט וואלט געווען מיין גרעסטע אומדערטראגבארע טראגעדיע וואס איך קען מיך נאר פארשטעלן.
שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, זאגט די אויבנדערמאנטע ווערטער פון "ומוצא אני את האשה מר ממות". איר מיינט עס איז א מליצה? א גוזמא? באזני שמעתי כמה פעמים פון מענטשן וואס האבן גע'טענה'ט אז דאס לעבן מיט זייער אידענע איז זיי ערגער ווי דער טויט. לעבן מיט א שלעכטע פרוי קען זיין אזא גיהנם, וואס דער פון אויבן זאל אפהיטן. נישט אומזיסט זאגן חז"ל (עירובין מא:) מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנם, ווייל דער יעניגער איז שוין אפגעקומען דעם גיהנם אויף דער וועלט!

אויב פארשטייט איר נישט, דאן זאלט איר דאנקען דעם באשעפער, און בעטן אויף ווייטער, אויף אייך און אייערע קינדער.

אויב האט איינער געלייענט אינעם מאמענט/נפשי אפאר חדשים צוריק ווי א יונגערמאן שילדערט זיין לעבעדיגן גיהנם מיט זיין ווייב, א BPD פרוי, קען אביסל פארשטיין וואס דאס מיינט אזא לעבן, וואס איז ממש עולם חשך בעדו.

איז יא, צום פותח האשכול, עס איז זייער נארמאל צו טראכטן אזוינס. לאו דוקא אז מען וואונטשט זיך איר טויט, נאר אז טאמער הערט מען א בשורה אז עפעס פאסירט, זאל מען טראכטן אז "אט אט ווער איך ענדליך אויסגעלייזט פון מיינע צרות, און איך וועל האבן מנוחה".

און דאס וואס כוכב (און אנדערע) שרייבן אז מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי מען וועט פירן די שטוב, דאס איז א שטארקע נקודה, אבער דאס איז נישט גענוג א גוטע סיבה צו פארבלייבן אין א ביטערע מערידזש, און אסאך מאל נארט מען זיך אליינס. אין אנדערע ווערטער, ווען נישט די קינדערלעך וואס וועלן בלייבן יתומים ה"י און אויב וואלסטו געהאט א באדינער וואס זאל דיר קאכן און וואשן די וועש, וואלסטו נישט געהאט קיין פראבלעם אז זי שטארבט... נאר וויבאלד דו האסט געבינדענע הענט, ביסטו ענדערש גרייט צו ליידן אזא ביטערן לעבן כדי די גשמיות'דיגע צרכים זאלן דיר ווערן צוגעשטעלט און די קינדער זאלן בלייבן מיט די מאמע. טאקע פאראן דעריבער אזעלכע וואס וועלן זיך גט'ן נאר נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער.

גראדע די גמרא פארציילט אז רב חייא האט געהאט א ביטערע ווייב, און ווען רב האט אים אנגעפרעגט דערוועגן, האט ער געאנטווארט: דיינו שמגדלות בנינו ומצילות אותנו מן החטא. זעהט אויס אז ווילאנג זי טוט כאטש די צוויי זאכן, איז דא א סיבה צו וועלן בלייבן אין די קראנקע מערידזש. אבער איר ווייסט וויפיל פרויען זענען נישט מקיים היינט דעם "מצילות אותנו מן החטא"? אויב איז דאס אויך נישטא, דאן איז נארמאל מען זאל זיך וואונטשן אז איינער פון די פארפאלק זאל שטארבן, ווייל דאס טויט איז ליטערעלי בעסער ווי א לעבן וואס איז נישט קיין לעבן.

און צו די וועלכע טענה'ן אז זיווג שני איז אזא שוידערליכן פראבלעם אז עס לוינט זיך צו בלייבן מיט די ערגסטע פרוי אבי ס'איז זיווג ראשון, וויל איך נאר זאגן אז דער מציאות איז ווייט נישט אזוי, עס איז א מיטא, אמת אז געווענליך האט מען עפעס א אישו, אבער נישט אלץ. עס קען זיין נארמאלע פרויען וואס האבן געהאט א משוגע'נע מאן. און אויכעט אפילו זי איז געווען פראבלעמאטיש פאר'ן ערשטן מאן, מוז נאך נישט זיין אז פונקט דאס וועט אויך שטערן די צווייטע. יעדער האט זיך זיינע/אירע פריאריטעטן. אין פאקט, קען איך מערערע סעקאנד מערידזשעס וואס זענען ממש אויפגעראכטן געווארן נאכ'ן חתונה האבן די צווייטע מאל.

אין ארץ ישראל האבן זיי זיך שוין געכאפט וואס גייט פאר מיט די פרא-פרויען סאסייעטי און וויפיל מענער ליידן...


זעה דא א לענגערע שמועס
סארי פאר די העברעיש דיסעיבעלד.. ;(


Re: Marriages in our Society

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 8:38 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:דר. אלי פינקעל (און קאלעגעס) האט געשריבן אן אנאליז אז היינט צוטאגס זוכט מען פונעם בן/בת זוג אז ער/איר זאל איר/אים העלפן דערגרייכן העכערע שטאפלען פונעם פסיכאלאגישן היארכיע וואס דר. מאסלאוו האט ווי באקאנט אראפגעשטעלט, משא"כ וואס מ'האט געזוכט/געוואלט/געהאפט אינעם עבר צו ערפילן דערפון איז געווען די נידעריגערע שטאפלן. דאס לייגט א גרעסערע לאסט אויפ'ן פארל דאס נאכצוקומען, וואס קען ברענגען פראבלעמאטישע רעזולטאטן וכו'.

מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז אויך נוגע צו אונזער געזעלשאפט. דהיינו, אז איה"נ אמאל, וואס דער גייסט פון א חתונה געהאטע לעבן איז געווען די נידעריגערע שטאפלען פונ'ם היארכיע [מאן = פארדינער, פרנסה ברענגער. פרוי = עקרת הבית, אויפציען קינדער], האט די וועג אונזער שידוך סיסטעם איז אויסגעשטעלט געדינט בעסער (אגב, עיין בשו"ת משנה הלכות ח"ז סימן רלה). משא"כ היינט-צו-טאגס וואס, ווי נישט ווי, זוכט דער אלגעמיינער מענטש ארויסצובאקומען פונעם חתונה געהאטן לעבן [זיין/איר בת/בן זוג], אריינגערעכנט דעם חרדי, עפעס מער דערפון [ליבשאפט, העלפן ערפילן זיין/איר פערזענליכן ציל/וואונטש אין לעבן], ארבעט דאס נישט אזוי גוט, און די משל פון די מעשה פון דעם אשכול איז א תוצאה דערפון.

http://faculty.wcas.northwestern.edu/el ... y-Copy.pdf


מאידך גיסא קען מען אפשר טענה׳ן אז דער חסיד׳ישע שידוך סיסטעם, ווען utilized ריכטיג [די עלטערן קימערן זיך טאקע מיט וואס איז פאסיג פאר׳ן קינד, קוקען נישט אז עס מוז זיין א ״שיינע זאך״ צוגעפאסט פאר׳ן גאס און זייער סאציאלע שטאטוס וכו׳], ארבעט מער אין איינקלאנג מיט פינקעל׳ס טעאריע. דהיינו, אז עלטערן, אלס ערוואקסענע וואס האבן (האפענטליך) מער לייף עקספיריענס און זענען מער מיושב׳דיג וכו׳, קענען בעסער אפשאצן דער/די טיפ וואס איז דאס בעסטע צוגעפאסט פאר זייער זון/טאכטער, כדי אנצוקומען און צוצוהעלפן אויך פאר די העכערע שטאפלען פונ׳ם היארכיע. ועוד זאת אז דאס קינד אליין, זייענדיג אינגער, איז מער עלול נשפע צו ווערן פון infatuation (צו פון שיינקייט, force of personality, צו אנדערע פאקטארן) הגם דאס איז נישט באמת צוגעפאסט פאר אים/איר.

עס זענען אבער נאכאלס דא פראבלעמען מיט די אפשאצונג:

1. למעשה ארבעט אונזער שידוך סיסטעם בעיקר דורך אינפארמאציע וואס די עלטערן זאמלען אויפ׳ן מדובר/ת. אויסער דעם וואס דאס איז נישט אזוי פארלעסליך, איז דאס ווייט נישט די זעלבע ווי ארויסגיין און קענען דער/די מדובר/ת ממש.

הגם מ׳קען אויף דעם אפ ענטפערן אז ביי אידן איז נישט דא קיין בעסערע אויסוועג, ווייל דורך dating ווערט מען נישט געוואר קיין סאך מער (חוץ ביי גוים ווי מ׳לעבט ממש צוזאמען פאר א (לענגערע) שטיק צייט). בנוסף צו דעם וואס דאס קען צוגעבן און בייאיינפלוסן א החלטה מכח infatuation וכאמור.

2. אפילו מ׳זאל יא אננעמען די אויבערדערמאנטע אפשאצונג קען מען זאגן אז דאס איז מוכרח וויבאלד מ׳מאכט זיי הייראטן אינגערהייט. ביי דעם גיל האבן זיי נאכנישט דאס יישוב הדעת צו מאכן דעם ריכטיגן ביישלוס פאר אזא מאנומענטעל החלטה און דעריבער פעהלט אויס אז די עלטערן זאלן דאס אראנזשירן און האבן דאס עיקר ווארט וכו׳, משא״כ אויב וואלטן זיי חתונה געהאט שפעטער. (ובכלל, (ווי ערווענט אין פריערדיגע תגובות) וויבאלד זיי האבן חתונה אינגערהייט איז יתכן אז זייער אידענטיטעט און שאיפות זענען נאכנישט אוועקגעשטעלט און מבוסס כראוי און קענען זיך נאך גענצליך טוישן. דעריבער, אפילו די עלטערן זיכן און טרעפן טאקע דאס וואס איז ריכטיג צוגעפאסט, און ווי ערווענט קענען נאר זיי דאס טאן בשעת דאס קינד איז נישט עלטער, קען אבער זיין אז דאס וועט זיך טוישן, ויגיעתם לריק [לגבי די ריכטיגע הצלחה פונ׳ם marriage]).



Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: Marriages in our Society

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2019 10:46 pm
דורך מי אני
להערה בעלמא.

איך האב געטראכט אז די ערשטע מאל מ'טרעפט נישואין בפירוש אין די תורה איז אין סוף פרק ב' פון בראשית. הרב סאלאווייטשיק זצ"ל אין זיין The Lonely Man of Faith ברענגט ארויס אז דער אדה"ר אין פרק א' ווייזט אויף דעם תכלית פונ'ם מענטש צו געוועלטיגן אויף די וועלט מיט זיין פארשטאנד פאר זיינע חומריות'דיגע געברויכן; די אונטערשטע שטאפלען פון די hierarchy. משא"כ די אדה"ר פון פרק ב' ווייזט אויף דעם שכליית'דיגן תכלית פונ'ם מענטש צו פארשן זיין עקזיסטענץ וכו'; לכאורה נענטער צו די העכערע שטאפלען פון די hierarchy [צו Self-Actualization] (וע"ש מה שפי' בזה בענין נישואין לפי דרכו). לפי"ז טרעפן מיר א סמך לזה אז (עכ"פ היינט צוטאגס) די תכלית פון נישואין איז צוצוקומען צו די העכערע שטאפלען, וככל הנ"ל.

אקעי, דאס הייבט שוין אן אויסזעהן ווי א שבע ברכות תורה/דרשה...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 11:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פריידי רייז רעדט וועגן די חורבן פון הייראטונג אין די חסידישע געזעלשאפט, און געצווינגענע הייראטונג בכלליות.

https://youtu.be/1X1MNvuRpdg

Re: Marriages in our Society

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 4:22 pm
דורך מי אני
בנוגע מאסלאוו׳ס היארארכיע בכלל, טרעפט מען אן ענליכן געדאנק אין מו״נ (ח״ג פכ״ז). דהיינו, אז הגם די עיקר תכלית איז צוצוקומען צו תיקון הנפש והשגת שכליית [די אינטעלעקט, וואס איז אן עיקר חלק פון self-actualization; די אויבערשטע שטאפל(ן) פון מאסלאוו׳ס היארארכיע] קען מען אבער נאר צוקומען דערצו נאכ׳ן עטשיוון תיקון הגוף והמחיה וכו׳ [די נידעריגערע שטאפל(ן) פון מאסלאוו׳ס היארארכיע] ע״ש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2019 6:29 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז אויך נוגע צו אונזער געזעלשאפט. דהיינו, אז איה"נ אמאל, וואס דער גייסט פון א חתונה געהאטע לעבן איז געווען די נידעריגערע שטאפלען פונ'ם היארכיע [מאן = פארדינער, פרנסה ברענגער. פרוי = עקרת הבית, אויפציען קינדער], האט די וועג אונזער שידוך סיסטעם איז אויסגעשטעלט געדינט בעסער (אגב, עיין בשו"ת משנה הלכות ח"ז סימן רלה). משא"כ היינט-צו-טאגס וואס, ווי נישט ווי, זוכט דער אלגעמיינער מענטש ארויסצובאקומען פונעם חתונה געהאטן לעבן [זיין/איר בת/בן זוג], אריינגערעכנט דעם חרדי, עפעס מער דערפון [ליבשאפט, העלפן ערפילן זיין/איר פערזענליכן ציל/וואונטש אין לעבן], ארבעט דאס נישט אזוי גוט, און די משל פון די מעשה פון דעם אשכול איז א תוצאה דערפון.

viewtopic.php?p=131928#p131928