א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
א איד שרייבט מיך פארוואס איך בין ברוגז אויף בעלז, האבעך אים געענטפערט:
סהדי במרומים כ'האב גארנישט קעגען בעלז, כ'בין פונקט אזוי קעגען סאטמאר וויזשניץ באבוב. איהר זענט מוחה אויפ'ן כבוד פון בעלזע רבי, איך בין מוחה אויף די כבוד פון כלל ישראל וואס ווערט צוטרויטען דורך מנהיגים וואס האבען זוכה געווען צו זייער שטוהל א דאנק זייער לעצטע נאמען.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
א רבי איז א משפיע.איש חזון האט געשריבן:חסיד פון ליטא האט געשריבן:קירוב רחוקים קען נישט קומען אויפן פרייז פון ריחוק קרובים.איש חזון האט געשריבן:איך הייב נישט אהן צו פארשטיין די מהומה דא,
לדעת ק''ק בעלז איז אינטערנעט וואס איז נישט געהעריג געפילטערט א סכנה ממשית, בדומה צו הסכלה וכדומה, טא וואס איז די וואונדער אז עמיצער וואס פייפט זיך אהן אויף די מינימאלע תקנות, זאל ליידן סנקציות, הלנו אתה או לצרינו?! וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?
עניבאדי העלפ?
נישט דא קיין שום רויטע ליין אין דיין אפיניען? וואס איז מיט עבודה זרה, למשל? אשת איש? איך רעד ווען ס'איז א מצב פון משיכה בראש כל חוצות, און עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל
ער דארף קענען מעורר זיין אידן, און זיי צוברענגען צו עבודת השם מתוך שמחה.
וועלכע פון די תלמידי בעש"ט והמגיד האבן געסטראשעט זייערע חסידים?
טאמער א רבי קען נאר כאפן ריזיגע געלטער פון זיינע כולל יונגעלייט ווייל ס'שמעקט אים א שיין ביהמ"ד (ווינקל אינעם מרכז) און ווען ער וויל פועל'ן ביי די אינגעלייט אז זיי זאלן נישט מוז"ל זיין מוז ער סטראשען איז ער א פעיליער. ער זאל זיך אפזאגן פונעם אמט.
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
כ'האב מורא אז דער דיון דא איז העכער פון מיין ארימע פארשטאנד, איך וועל פרובירן נאך איין מאל -
ווער רעדט פון בעש"ט, ר' ר' בער, חסידים פון ליטא וכו'?
מען רעדט פון חכמי ישראל,
עס איז א פאקט אז דער אינטערענט איז א פראבלעם פאר יהדות הרבנית, (ניין, נישט וועגן די 'טעכנישע' איסור מיתה בידי שמים פון מוז"ל זיין ר"ל),
רבני הקהלות מוזן נוצן זייער פולסטע מאכט דאס צו באקעמפן,
ועל כל פנים, אויב האט מען אוועקגעשטעלט א ווינקעלע וואס איר פאן איז "מחזיקי הדת", וואס איז שייך צו לאזן אנפייפערס אין דעם ווינקל, טוהן וואס זיי ווילן???? (אין בית הכסא מעגן זיי גיין, פאר דער וואס האט געפרעגט, און כנאה נישט געכאפט דער חילוק).
דער בעלזער רב איז סובל גאר אסאך מדרגות פון יודן, אבער עפעס א גבול איז דא...

וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איש חזון האט געשריבן:כ'האב מורא אז דער דיון דא איז העכער פון מיין ארימע פארשטאנד, איך וועל פרובירן נאך איין מאל -
ווער רעדט פון בעש"ט, ר' ר' בער, חסידים פון ליטא וכו'?
מען רעדט פון חכמי ישראל,
עס איז א פאקט אז דער אינטערענט איז א פראבלעם פאר יהדות הרבנית, (ניין, נישט וועגן די 'טעכנישע' איסור מיתה בידי שמים פון מוז"ל זיין ר"ל),
רבני הקהלות מוזן נוצן זייער פולסטע מאכט דאס צו באקעמפן,
ועל כל פנים, אויב האט מען אוועקגעשטעלט א ווינקעלע וואס איר פאן איז "מחזיקי הדת", וואס איז שייך צו לאזן אנפייפערס אין דעם ווינקל, טוהן וואס זיי ווילן???? (אין בית הכסא מעגן זיי גיין, פאר דער וואס האט געפרעגט, און כנאה נישט געכאפט דער חילוק).
דער בעלזער רב איז סובל גאר אסאך מדרגות פון יודן, אבער עפעס א גבול איז דא...
הייסט אז א איד וואס האצעך נישט איינגעשריבען ביי מושיע ומאגן איז עפעס אזא שוואכע יוד אז בעלזע רבי מיט זיין גוט הארץ קען גארנישט טרעפען א לימוד זכות אויף עם?
ווער רעדט פון בעש״ט? דאס פרעג איך טאקע. פארוואס פאררופט זיך בעלזע רבי אויפ׳ן נאמען פון חסידות ווען די גרינדער פון חסידות וואלט זיך געריסען קריעה אויף אזא צעטעל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איש חזון האט געשריבן:האסט געוואונען
געב איבער
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איש חזון האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:סהדי במרומים
איינער דארט קען דיך?
ב"ה יא.
ליהוי ידיעה אז אין הימעל טראגט די רוקח מיטאלאגיע קיין שום ווערד. א פשוטע גדליה האט פונקט אזעלכע רעכטען ווי א קעניגלעכע רוקח מיט בלויע בלוט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
זאלסט מיר מוחל זיין גדליה, אבער דו רעדסט נישט צו זאך, לאמער עס מסביר זיין נאכאמאל בקיצור נמרץ, בעלזער רב זאל זיין זיין געזונט האט אויףגעשטעלט, א ארגענעזאציע וואס הייסט עזרנו אינערהאלב זיין חסידות, יעדער איז מודה און אין יעדע חסידות איז דא גדרים וסיגים וואס מען האט געמאכט זיך צו ראטעווען פון די פיגע הזמן , די תקנות פון די בעלזע קהילה איז נישט פון די שטרענגסטע, מילד גערעד, וואס מען בעט איז אז יעדער וואס וויל זיין א מעמבער אין קהל מחזיקי הדת דארף צו לייגן א פילטער אויף זיין פאון, יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז א נארמאלע בקשה, די שטיבלעך אין בעלזא זענען בנשיאות די רב שליט"א , און אז דו קענסט נישט זיך צושטעלן צו די מינימום וואס די רב בעט , און פייפסט זיך אן בריש גלי, זיי מוחל און פראווע דיינע שמחות ערגעץ אנדערש ווי מען האלט נישט פאר א פראבלעם איינער וואס האט א סמארטפאון אן א פילטער, סא הערטס אויף צו האקן אין קאפ וועגן מאכט אין פאוער,און אנדערע שטותים וואס א פאר שלא כרעו לבעל חברה פירקלען דא אפ, און קום מיר אויך נישט ציגלייכן ווען א יוד שטייט ביי דיין טיר און בעט זיך צו מאכן א ברית, שנייד די קרעפלעך!
בדרך אגב בין איך מוחה אויף די וועג וויאזוי די האסט באטיטלט א מנהיג ישראל .
א שיינעם דאנק

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דא איז די נידון נישט בעלזא, פארצופאל איז יעצט בעלזא פאראנטווארטליך פאר די צעטל, אבער יעדער פארטיי וואלט עס געקענט טון. די נידון איז דא די וועג פון באקעמפן די אינטרנט.
תקנות און געוואלד זענען נישט ריכטיג פאר דריי סבות,
א. ווייל עס העלפט נישט (און טון זאכען וואס העלפן נישט נעמט צו פון טון די זאכען וואס העלפן יא)
ב. ווייל עס האט אסאך סייד עפעקטס.
ג. ווייל בעצם איז געוואלד נישט קיין מהלך.
מ'קען ארום שמועסן אלע דריי, אבער דער בעלזער רבי'ס הארץ פאר זיין סטאדע, בפרט ווען אין די פאל ווייסט מען בכלל נישט צו ער האט א שייכות דערמיט, איז נישט די נושא.
(עס זעט גראדע אויס אז לעצטענס איז ער אין א מצב הסגירה, וואס קומט געווענדליך נאך א מצב פון פתיחה. ממילא איז עס גאנץ מסתבר אז מיט אים האט עס גארנישט)

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
צי ער איז פערזענלעך דא אריינגעמישט איז אינגאנצן אקאדעמיש. ער איז דער ראש ועל שמו נקרא און זאל ער זיך יא אריינמישן. ער האט אויך געסעט דער טאון מיט עטליכע דרשות אז דעם וואס געפעלט נישט קען גיין און מען קען ווארפן קינדער פון די מוסדות.
דער אינטערנעט איז א פארמעסט פון דער מאדערנער וועלט וואס מיר דארפן זיך דערמיט אן עצה געבן. אונז האבן אבער אינגאנצן איין צוגאנג פון שווארץ/ווייס, מותר/אסור, צדיק/רשע, אריין/ארויס.
בעלז האט אין די לעצטע יארן זיך צוגעכאפט צו אלעס מאדערן ווען עס האט זיך זיי געלוינט און דער היפאקריטיע שרייט צום הימל. עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה און דער סטראשען און ווארפן ווייזט זיי צו זיין א באנדע גענגסטערס.
אז עס איז א קלוב איז פארקויף נישט אידישקייט און קדושת בית המקדש שלא במקומה, ענדיג נישט די תורות מיט קרן התורה וישראל און זאג בפירוש וואס דו ביסט. נישט מענטשליכקייט און איידלקייט נאר מעין כינע און רוסלאנד וואו מען שחט אפ מענטשן אזויווי נאר זיי טויגן נישט פאר דער סיסטעם.
דער אינטערנעט איז א פארמעסט פון דער מאדערנער וועלט וואס מיר דארפן זיך דערמיט אן עצה געבן. אונז האבן אבער אינגאנצן איין צוגאנג פון שווארץ/ווייס, מותר/אסור, צדיק/רשע, אריין/ארויס.
בעלז האט אין די לעצטע יארן זיך צוגעכאפט צו אלעס מאדערן ווען עס האט זיך זיי געלוינט און דער היפאקריטיע שרייט צום הימל. עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה און דער סטראשען און ווארפן ווייזט זיי צו זיין א באנדע גענגסטערס.
אז עס איז א קלוב איז פארקויף נישט אידישקייט און קדושת בית המקדש שלא במקומה, ענדיג נישט די תורות מיט קרן התורה וישראל און זאג בפירוש וואס דו ביסט. נישט מענטשליכקייט און איידלקייט נאר מעין כינע און רוסלאנד וואו מען שחט אפ מענטשן אזויווי נאר זיי טויגן נישט פאר דער סיסטעם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
הבד"ץ דקאוועשטיבעל נקט ש..........
סארא שטותים איז דאס? דעקן זייער נקיטות קענען זיי? ווען יא, זאלען זיי עס טון. און ווען נישט, איז ציפור בודד שטארק בארעכטיגט.
און ווען נקט איז אן אויסרייד, זענן אלע רודפי בעלזא אויך בארעכטיגט. ווייל ׳נקט׳.
פליז, פארשעם נישט דיין אינטעליגענץ
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סארא שטותים איז דאס? דעקן זייער נקיטות קענען זיי? ווען יא, זאלען זיי עס טון. און ווען נישט, איז ציפור בודד שטארק בארעכטיגט.
און ווען נקט איז אן אויסרייד, זענן אלע רודפי בעלזא אויך בארעכטיגט. ווייל ׳נקט׳.
פליז, פארשעם נישט דיין אינטעליגענץ
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אינטרעסאנט ווי די תורה פאלט אזוי שנעל ארויס פון קאפ.
ווען דו זעסט א מענטש מיט א סענדוויטש אין האנט, מוזטו פרעגן צו עס קומט פון א כשר'ע געשעפט? ווען דו זעסט א איד וואס גייט אריין אין פיצא סטור, מוזטו פרעגן צו ער האט אין די לעצטע זעקס שעה געגעסן פליישיגס?
פלוצלונג ביי אינטרנט קערט זיך א וועלט. ניין, דער וואס האט נישט קיין פילטער איז נישט מוכרח אז ער איז אן עבריין, עס מיינט נאר אז ער האט נישט קיין פילטער פאר עפעס א סבה. און ווען ער קוקט שמוציגע זאכען אויף זיין סמארטפאון, איז ער עובר אויף ולא תתורו אחרי לבבכם, נישט קיין גילוי עריות. און ווען ער טוט אזוי, טויג עס נישט, און מ'דארף אים אויסלערנן די ריכטיגע וועג.
ער איז נישט קיין גוי, טאמער ער איז א כהן מוז ער דוכנ'ן ווי פריער און זיין עדות איז כשר אין בי"ד.
אבער איינער וואס זעט א מענטש מיט אן אומגעפילטערטע סמארטפאון און אים דוכט זיך גלייך אז ער האט געזינדיגט, איז עובר בשאט נפש, נאך מיט א שלייער פון פרומקייט, א לאו אין תורה וואס הייסט 'בצדק תשפוט עמיתך'. ער מעג נאכאלס דוכנ'ן, כאמור למעלה, אבער אן איסור איז עס.
בד"צ דבעלזא איז נישט העכער די תורה.

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
כ׳האב נישט געזאגט אז ער איז אן עבריין. אוודאי, חז״ל זאגען אונז אז אם ראית ת״ח שעבר עבירה ביום אל תהרהר אחריו בלילה שבוודאי עשה תשובה. האועבער, א קהילה מעג האבען איהרע גיידליינס און גדרים מיט ענפארסמענט ווען עס קומט צו יסודי התורה והדת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וחוזרים חלילה
און קיינער האט דיר נישט באשולדיגט מיט'ן אזוי זאגען. האסט אבער געזאגט אז דער בד"צ דבעלזא האט אזוי געזאגט. קענסט מאכען א יד אחת מיט איש את רעהו צו באשייגעצען בעלזא פאר'ן זאגען אזעלכע עמהארצות טאמער דו ווילסט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איך בין נישט זיכער צו דו פארשטייסט טאקע נישט צו דו מאכטסט זיך. האסט געזאגט א פסק בשם בד"צ דבעלזא. האט דער פסק א הלכה׳דיגע צו א פאקטישע דעקונג? אדער איז עס פרי בטנם (חטאתם)?
און דער גאנצע רעכט וואס דו רעדסט דערמאנט מיר פון מיין גייסטישע פיהרער\יורש. אבי מ'האט א רעכט?! עס איז נישט געדעקט מיט עפעס מער ווי די רעכט צו מאכען וואס פארא מיסטעיק מ'וויל? דו אליינס קענסט נישט זאגען אז עס איז ריכטיג און אויסגעהאלטען, נאר אז מ'קען זיך בארעכטיגען צו האבען אזא דעה. עלובה עיסה שנחתומה מעידה עליה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
איך ווייס נישט וואס בית דין האט גע'פסק'עט, און פארוואס, אבער הנה מצאתי על קלף ישן נושן, ודון מינה ואוקי באתרן -
מעשה באדם אחד שרכב על סוס בשבת בימי יונים, והביאוהו לב"ד וסקלוהו, לא מפני שראוי לכך אלא שהשעה צריכה לכך; ושוב מעשה באדם אחד שהטיח באשתו תחת התאנה, והביאוהו לבית דין והלקוהו, לא מפני שראוי לכך - אלא שהשעה צריכה לכך
וקרב פזורינו מבין הגויים