בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 7:47 pm
דורך אדונינו
מר. שקד, איר זעהט זיך אויס צו זיין א פארביסענע מרכז חסיד, קודם כל מעגסט שרייבן ר׳ ישראל, ״שרול״ מיינט די ערמל, און ווייזט אויף שנאה, און אויפן הייליגער האסטו געדענקט צו שרייבן ר׳.

לגבי זיין ברודער וואס דו שרייבסט אז ״ער האט געהאט״ האב איך פאר דיר נייעס, אז ער איז געווען קנאפע 25 יאר אלט ווען זיין ברודער איז געפלויגן, און איך בין נישט זיכער אויב מען האט אים דערציילט די גאנצע מעשה, אבער ר׳ ישראל וואס דו שרייבסט אז: היינט זעהט מען שוין... איז א רבי וואס איז נערץ ונכבד ביי אלע גדולי ישראל, און פון די מערסט ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן ביים המון עם, א איד וואס איז שווער צו טרעפן אויף אים א רוחניות׳דיגע חסרון, אזוי ווי מען זאגט אין וויזניץ: ר׳ מענדל׳ס מעלות האט מען געהערט פון זיין טאטן, אבער די חסרונות זעהט מען ביי אים, ר׳ ישראל׳ס חסרונות האט מען געהערט פון זיין טאטן,אבער זיינע מעלות זעהט מען ביי אים...

יעצט לגבי ר׳ מאטעלע זצ״ל, האט זיך זיין פלומעניק ר׳ ישראל פון בני ברק אויסגעדרוקט: אז ״די וועלט קען מען נישט נער׳ן, די וועלט שמעקט ווער עס איז א צדיק, ועובד ה׳ באמת״ און נישט אומזינסט האט יעדער ערליכע איד געשמעקט ביי ר׳ מאטעלע ערליכקייט, און אים נאכגעלאפן פאר א ברכה, קוויטל, טיש, און ביי ר׳ מענדל שמעקט מען פארשטינקענע פיש (במחילת הכבוד) און זיינע אייגענע מענטשן אנטלויפן!!

ממילא פארגעס פון מוחאות, שקצות, מנוולות, פרעג יעדע חדר אינגל ווער ר׳ מאטעלע איז געווען, און דו ווייסט אליין די ענטפער...

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 7:49 pm
דורך גדליה
שבת אחים
רעב מאטעלע האט נישט געקענט פירען טיש.
קענסט פלאצען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 8:09 pm
דורך יתרו
שקד האט געשריבן:שבת אחים מיינט אז ער ווייסט אלעס.. כ'פארשטיי ביסט פארגלייבט אין דיין וועשניצע מארמארישע גאט, אבער אויסער גרעפצן אינמיטן טיש האט ער גארנישט פארקויפט פאר די גאס.
כמעט יעדע רבי בדורינו אנו, געבט עפעס פאר'ן כלל, טוט עפעס אויף. ר' מאטעלע האט געטויגט אויף איין זאך, 'בלאזן'

דברי הבל ורעות רוח

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 8:14 pm
דורך שקד
אדונינו האט געשריבן:מר. שקד, איר זעהט זיך אויס צו זיין א פארביסענע מרכז חסיד, קודם כל מעגסט שרייבן ר׳ ישראל.
איך קען מענדל גוט, נאך פון די יונגע יארן, און אויך ישראל געדענק איך גוט - אויך פון יענע יארן, ווען ער האט מיטגעטאנצן מיט ר' מאטעלע אז ר' משה'לע דארף זיך גט'ן פון זיין לאה אסתר.. אויב דו ווייסט בכלל 'אביסעלע נאר אביסעלע היסטאריע'. און כ'קען ר' ישראל היינט אויך, א ווילדע פערד, און שכל ווי א ביר דעקל, וואס ווער ס'האט א טראפקעלע שכל שטייט ווייט פון עהם.

אדונינו האט געשריבן: ממילא פארגעס פון מוחאות, שקצות, מנוולות, פרעג יעדע חדר אינגל ווער ר׳ מאטעלע איז געווען...
פרעג וועלכע חדר יונגל? פון סאטמאר? פון גער? פון סקווער? פון וועלכע חדר אויסער מאנסי חדר וואס ער האט אויפגעהאדעוועט זיינע פארביסענע סעלף העיטינג חסידים.
יעדער ווייסט גוט אלע זיינע מעשים, און אחרי מות קדושים אמור..
איך בין געווען אין סאטמאר און געהערט ווי מ'בארעדט עהם בגדול, אין גער אין בעלז אין סקווער אין ניקלסבורג אין גענוג בתי מדרשות אין מאנסי, שעלטן עהם גענוג. אבער נישט יעדער שעלט הויעך, אמת, ס'דא וואס ווילן נישט סתם רעדן ווייל ס'איז א פארגאנגענהייט, צווישן זיינע יתומים איז דא אפאר נארמאלע רבי'ס היינט, ווייל זיי זענען דאך אייניקלעך פון אנדערע צדיקים, וואס אהבת ישראל ליגט 'יא' אין זייער בלוט..

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 8:54 pm
דורך אדונינו
שקד האט געשריבן:פרעג וועלכע חדר יונגל? פון סאטמאר? פון גער? פון סקווער? פון וועלכע חדר אויסער מאנסי חדר וואס ער האט אויפגעהאדעוועט זיינע פארביסענע סעלף העיטינג חסידים.
יעדער ווייסט גוט אלע זיינע מעשים, און אחרי מות קדושים אמור..
איך בין געווען אין סאטמאר און געהערט ווי מ'בארעדט עהם בגדול, אין גער אין בעלז אין סקווער אין ניקלסבורג אין גענוג בתי מדרשות אין מאנסי, שעלטן עהם גענוג. אבער נישט יעדער שעלט הויעך, אמת, ס'דא וואס ווילן נישט סתם רעדן ווייל ס'איז א פארגאנגענהייט, צווישן זיינע יתומים איז דא אפאר נארמאלע רבי'ס היינט, ווייל זיי זענען דאך אייניקלעך פון אנדערע צדיקים, וואס אהבת ישראל ליגט 'יא' אין זייער בלוט..

אין גאנץ כלל ישראל איז ר' מאטעלע פארהייליגט, אפילו פאר די פטירה.
א סאטמאר, גור, סקווירא, יעדער רעדט מיט הערצה פון אים, איך האב נישט געזאגט אז חייקל לעפקאוויטש מעג נישט זיצן און אים בארעדן אין דיין אנוועזנהייט, איך רעד פון אן עוורעדזש מענטש אין גאס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:05 pm
דורך שקד
סאטמאר בפרט, סקווער בפרט, און בעלז בפרט איז ער גערעכענט ווי מעכעליסטער רבי און נאך ווייניגער

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:16 pm
דורך אדונינו
שקד האט געשריבן:סאטמאר בפרט, סקווער בפרט, און בעלז בפרט איז ער גערעכענט ווי מעכעליסטער רבי און נאך ווייניגער

קענסט ברענגן דעקונג פאר דיינע רייד? הגם איך בין נישט באקאנט וואס מעכעליסטער מיינט, אבער דאכט זיך מיר, אז ער איז ווייניגער מעכעליסט ווי סאטמאר בפרט, און בעלז בכלל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 11:02 pm
דורך שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער ר' מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 11:15 pm
דורך סמבטיון
וואו, וואספארא פערל ווערטער דא פליסט אויף גדולי ישראל, ממש נתפעל צו ווערן? פון ווי שקד האט אויפגעפיקט אזא שפראך? גאטעניו, מען רעד דא פון צדיקי אמת, ווי ציטערן דיר נישט דיינע הענט?
להוי ידיעה, איז ר' מאטלע גאר שטארק ארויפגעקיקט אין בעלזא, א אויסגעהארוועטע יוד, א מתמיד עצום, א בל חסד אויף א מעשיגענעם פארנעם, און וואס נישט, איך אליין בין כמה פעמים געפארן צי אים אויף א טיש אד"ג. אבי געשאסן א סטעטמענט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:51 am
דורך גדליה
סמבטיון האט געשריבן:וואו, וואספארא פערל ווערטער דא פליסט אויף גדולי ישראל, ממש נתפעל צו ווערן? פון ווי שקד האט אויפגעפיקט אזא שפראך? גאטעניו, מען רעד דא פון צדיקי אמת, ווי ציטערן דיר נישט דיינע הענט?
להוי ידיעה, איז ר' מאטלע גאר שטארק ארויפגעקיקט אין בעלזא, א אויסגעהארוועטע יוד, א מתמיד עצום, א בל חסד אויף א מעשיגענעם פארנעם, און וואס נישט, איך אליין בין כמה פעמים געפארן צי אים אויף א טיש אד"ג. אבי געשאסן א סטעטמענט.

און כמים פנים לפנים איז בעלזע רבי שטארק ארויפגעקוקט ביי וויזשניץ מאנסי

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:07 pm
דורך שקד
גדליה האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:וואו, וואספארא פערל ווערטער דא פליסט אויף גדולי ישראל, ממש נתפעל צו ווערן? פון ווי שקד האט אויפגעפיקט אזא שפראך? גאטעניו, מען רעד דא פון צדיקי אמת, ווי ציטערן דיר נישט דיינע הענט?
להוי ידיעה, איז ר' מאטלע גאר שטארק ארויפגעקיקט אין בעלזא, א אויסגעהארוועטע יוד, א מתמיד עצום, א בל חסד אויף א מעשיגענעם פארנעם, און וואס נישט, איך אליין בין כמה פעמים געפארן צי אים אויף א טיש אד"ג. אבי געשאסן א סטעטמענט.

און כמים פנים לפנים איז בעלזע רבי שטארק ארויפגעקוקט ביי וויזשניץ מאנסי

:lol:
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט..

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:24 pm
דורך יעקב מענטש
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:39 pm
דורך אישתישבי
איסר האטלקי האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.

וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.

אן אוסגעריפענער עם הארץ, קענסט פרעגן זיינע חברותות פון סקווירא (זיין טאטע האט אים געשיקט לערנען אהין משום כמה סיבות).

אין סקווירא האט ער טאקע נישט געלערנט, ער האט זיך אבער פארהערט די הוראה אלס אינגערמאן. ווען זיינע אויסזיכטן צו ווערן ממלא מקום זענען בעסער געווארן, האט ער זיך שנעל געזעצט לערנען....


עס דערמאנט מיר א מעשה. ווען ר' מענדל יר"ה איז געווארן רב אין מרכז, איז בעלזער רב געקומען צופארן מיט זיין קאר פאר עפעס א זאך אין וויזניץ, און ר' מענדל איז געשטאנען נעבען די קאר ווען בעלזער רב איז ארויסגעשטיגען, האט בעלזער רב זמי"ז געפרעגט ר' מענדל יר"ה, מזל טוב צום רבנות, כ'קען איך פרעגן א שאלה? אוודאי ענטפערט ר' מענדל!! פרעגט דער בעלזער, עס איז א שיינע קאר???

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:58 pm
דורך נקודת-אמת
אישתישבי האט געשריבן:עס דערמאנט מיר א מעשה. ווען ר' מענדל יר"ה איז געווארן רב אין מרכז, איז בעלזער רב געקומען צופארן מיט זיין קאר פאר עפעס א זאך אין וויזניץ, און ר' מענדל איז געשטאנען נעבען די קאר ווען בעלזער רב איז ארויסגעשטיגען, האט בעלזער רב זמי"ז געפרעגט ר' מענדל יר"ה, מזל טוב צום רבנות, כ'קען איך פרעגן א שאלה? אוודאי ענטפערט ר' מענדל!! פרעגט דער בעלזער, עס איז א שיינע קאר???

די מעשה איז נישט געוועהן ווען מ'האט געעפנט 'מרכז' נאר ווען מ'האט איהם באטיטולט אלטס: "הרב אב"ד שליט"א" און שיכון ויז'ניץ
נאך מעמד ההכתרה האט עם דער בעלזער שוואגער געפרעגט מיט א מכלומרשטע ערנסטקייט עפעס א נישטיגע שאלה פאר'ן רב...

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:31 pm
דורך שקד
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:40 pm
דורך גדליה
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

נו וועלעכע איז בעסער?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 5:50 pm
דורך אישתישבי
שקד האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה


ווי האט ער דאס געשריבן?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:12 pm
דורך שקד
אישתישבי האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה


ווי האט ער דאס געשריבן?

נישט אין די כתבים וואס שיק באטשי האט צענזירירט

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווייל די ברעסלאווער האבן געהאקט אויף איהם, כמים פנים לפנים, כמבואר בטטו"ד ע"י דוד אסף בספה"ק נאחז בסבך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 8:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שקד האט געשריבן:נישט אין די כתבים וואס שיק באטשי האט צענזירירט

און וואו יא?

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:09 pm
דורך שמערל
שקד האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה


ווילאנג יעקב מענטש לייזט נישט הארבע פערלמוטער/קאנטינעטאל קוגל דעבאטע, וועל איך אודאי נישט וויסן, אבער אז א צדיק ווי רעב נחמן שרייבט אזוי, מסתם ווייסט ער וואס ערעדט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:13 pm
דורך שמערל
אבער לויט דיר אז דער ר' נחמן מיט ר' מאטעלע זענען סתם געווען אפאר בעיביס, פארוואס טאר דער ר' מאטעלע פון מאנסי נישט זיין? כ'מיין סך הכל די גאנצע סיבה פארוואס מען רעדט בכלל פון די היינטיגע מאטעלעך און דוד'לעך איז דאך נאר ווייל די אמאליגע מאטעלעך פלעגן זיך מצווהנען ביי נאכט און פראדוצירט פרישע מאטעלעך און דוד' לעך, ניין?

Re: האדמו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווייל די ברעסלאווער האבן געהאקט אויף איהם, כמים פנים לפנים, כמבואר בטטו"ד ע"י דוד אסף בספה"ק נאחז בסבך.

אפילו דארט טרעפט מען נישט אז די ברסלב'ער האבען זיך נישט געפירט ערליך. נאר פארקערט, אז די טשערנאבעלער גזע האט אלס פראבירט איבערצונעמען שטעטלעך. און די רעגירונג האט געמאכט א שרעקליכען גזירה אז רבי'ס מעגן נישט ארומפארן די שטעט......