אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך דענק אז ווען קאך_לעפל איז געווען א קליין קינד, האט זיין מאמע אים נישט געלאזט נוצן די ווארט ׳ווירקליך׳.

#צוריק_צום_נושא


בבחינת נופחי נפיחות ינפחו בקול...

#צוריק_צום_נושא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קאך און ליטוואק
וועלכע צוויי אויסגאבעס האבן מיר די זכיה צו זעהן אין דעבאטע דא אויף קאווע?
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

נו , קאך לעפל, איך מיין אז נאר דיין גאלדענע פעדער וועט קענען באנפחנען ווי עס דארף צו זיין דעם לוזער פונעם יאר הונדערט, פרעזידענט דאנעלד דזשעי טראמפ ירום הודו

#טייערד אף ווינינג.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די ליבעראלע מידיא אין קאמף מיט'ן גלייכזינען:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דאס לאנד האט זיך דערקייקלט צו אזא נידעריגע שטופע, אזש דאס מוח ווערט גאר געליימט. עס איז ממש אומגלויבליך ווי ווייט די ליבעראלע מידיא פירט דאס אמעריקאנער פאלק קטנ'ען.

שקלאפטע פּעלאָסי מיט אירע קאלעגעס די איינזייטיגע פארפירערישע ליבעראלע מידיע, זענען אויסן אז דאס פאלק זאל נישט וויסן דעם אמת. זיי ווילן נישט אז דאס פאלק זאל הערן פונעם פרעזידענט זעלבסט. זיי זענען אויסן אז די נייעס זאל געפיטערט ווערן צום פאלק אויסשליסליך דורך זיי, אפגעזען פונעם פאקט אז די נייעס ווערט פארדרייט און אונטערגעשלאגן מיט זייערע נידריגע סאציאלע אנשויאונגען. ווען די סאציאליסטן וואלטן ווען געהאט די מעגליכקייט, וואלטן זיי ווען אויסגעריסן טוויטער מיטן ווארצל. דער פאקט אז דער פרעזידענט רעדט דירעקט צום פאלק און קרויזט סוקסעספול אויס די סאציאליסטישע פראפעגאנדע מידיע, טרייבן די האלבע קאמוניסטן און גאנצע סאציאליסטן צום משוגעת. דער פרעזידענט מאכט זיכער אז זיינע זענדונגען קומען אן דירעקט צום פאלק, אן די זויער-שימל פון די סאציאליסטע מידיא.

ביי א געמיינזאמע זיצונג אינעם ווייסן הויז צווישן דעם פרעזידעט מיט שקלאפטע פּעלאָסי מיט איר קאלעגע דער קברים היטער-אפשטאמיגער טשוואק שומער, האט מען באשיינפערליך געזען ווי די שקלאפטע פּעלאָסי וויל נישט אז די מידיא זאל מיטהאלטן אירע לעכערליכע אַרגומענטן וועלכע זי פראבירט אומסוקסעספול צו פיטערן דעם פרעזידענט. ס'ארא היפאקריט... וואס טוט זיך מיט די פרייהייט פון די פרעסע? וואס טוט זיך מיט די מערסט-באליבסטע אַרגומענט פון די מידיא: דאס פאלק האט די רעכט צו וויסן? שקלאפטע פּעלאָסי, פארוואס האסטו נישט געוואלט אז דאס פאלק זאל מיטהאלטן דיינע זינלאזע פארפירערישע אַרגומענטן? איז דאס פילייכט פארבינדן מיט דיין גרויסהאלטערישע צוריקווייזן פארן פרעזידענט זיין קאנסטיטוציאלע פליכט אפצוגעבן זיין סטעיט אוו די יוניאן? שקלאפטע פּעלאָסי! דו פארכסט דיך אז דער פרעזידענט רעדט דירעקט צום פאלק?

דער פרעזידענט איז גוט פאררוקט אין קאפ אז ער פראבירט צו אַרגומענטן מיט אזעלכע פאסקודניאקן און היפאקריטן ווי שקלאפטע פּעלאָסי. פון אזא שלעכטע קערל דארף מען זיך דערווייטערן מיט אפשיי. דער פרעזידענט זאל אויסנוצן זיין עקזעקוטיווער מאכט ווי ווייט ער האט די מעגליכקייט. ווען אונזערע ערפינדונג טאטעס האבן אונז אויסגעשטעלט א דריי-פאכיגער באלאנסירטע רעגירונג האבן זיי ווארשיינליך גערעדט ווען די רעגירונג איז צוזאמען געשטעלט פון רעכטדענקיגע באשעפענישן. נארמאלע רעפובליקאנער און נארמאלע דעמאקראטען. אבער ווען ס'האנדלט זיך פון אזא שקלאפטע ווי פּעלאָסי, דארף מען ליידער וואס מער אויסמיידן די לעגיסלאטיווע פליגל.

דאס איז אפגעזען פונעם מיינונג פון איינע פון די בריליאנטסטע לעגאלע דענקער פון אונזער פלאנעט, דער אדוואקאט עלען דערשאוויץ, וועלכער איז אייגענטליך א ליבעראלער, וואס שרייט נאכאנאנד אז מ'דארף זאפארט איינצוימען דעם מאכט פונעם לעגיסלאטיווע פליגל, הויפטזעכליך ווען עס קומט צו שאפן דעם רעגירונגס בודזשעט. אדוואקאט דערשאוויץ איז ביי די מיינונג, אז דאס וואס די לעגיסלאטיווע פליגל האט די מאכט איבער'ן רעגירונג'ס בודזשעט, שטערט גאר דעם קאמאנדיר אין טשיף פון אויסצופירן זיינע פליכטן פאר'ן אמעריקאנעם פאלק! וואס דארפן מיר מער באווייז ווען מיר האלטן מיט וואס עס פאסירט אקארשט...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

סאציאליסטן זענען נישט אומשטאנד אפצושטעלן דעם פרעזידענט!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]נאך לאנגע און העפטיגע געראנגלן צווישן פרעזידענט טראמפ מיט די סאציאליסטישע לעגיסלאטורן, האבן זיך די סאציאליסטן געמוזט עטוואס בייגן, און געצווינגענערהייט באשטעטיגען רעגירונגס-פאנדן פאר גרעניץ זיכרהייט, אריינגערעכענט כמעט אנדערהאלב ביליאן דאללאר פאר א גראנדיעזער מויער ביים דרום גרעניץ.
אין די ווירקליכקייט איז אנדערהאלב ביליאן דאללאר ווייט נישט גענוג וויפיל עס פאדערט זיך ווירקליך צו בויען א שטאנדהאפטיגע מויער, וואס זאל באשוצן די דרום גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן. אבער ס'איז פארט בעסער ווי גארנישט, ספּעציעל אז דער פרעזידענט האט זיך גאר נישט געדארפט פארפליכטן פאר די סאציאליסטן.

ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך באפרידיגט דאס נישט די גייסט פונעם פרעזידענט, ער איז פעסט אנטשלאסן צו פארפילן זיין צוזאג פארן אמעריקאנעם פאלק, צו באשוצן דעם דרום גרעניץ. ער וויל אבער נישט פאראורזאכן נאך א רעגירונג-קורצשלוס. איין רעגירונג-קורצשלוס איז געווען פונקט גענוג אז דאס אמעריקאנער פאלק זאל קומען צום באוויסטזיין איבער די געפארפולע סיטואציע ביים דרום גרעניץ. דערפאר האט דער פרעזידענט פארטרויעט פארן פארזעצער פונעם העכערן רעפרעזאנטן הויז מיטש מאַקאָנעל, אז ער גרייט זיך טאקע אונטערצושרייבן דעם יערליכער רעגירונג באדזשעט, אבער ער גייט גלייכצייטיג אויך דעקלערן א נאציאנאלער נויט-פאל, וואס וועט אים ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיט אנדערע רעגירונג'ס פאנדן צו באשוצן די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן, אן די באפולמאכט פונעם רעפרעזאנטן הויז.

דער פרעזידענט האט געטאן אלעס אויף די וועלט, זיך נישט צו באנוצען מיט זיין עקזעקוטיווער רעכט, אבער ווי עס שיינט זענען די סאציאליסטישע לעגיסלאטורן, צו שטארק פארנומען אויפצוקומען מיט אונטערערדישע קאנספיראציעס אונטערצוברענגן דעם פרעזידענט, און זיי האבן נישט די נויטיגע צייט זיך אפצוגעבן מיט זאכליכע טעטיקייטן צו פארבעסערן דאס לעבנסשטייגער פון די באפעלקערונג. אזש דער פרעזידענט איז געצווינגן זיי צו ווארפן אויפן דראנג, און טאן וואס עס איז גוט פאר אמעריקע. אפגעזען פון די אומגינסטיגע נאכפאלגן וואס אזא שריט וועט פאראורזאכן.[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ווער מיסברויכט מאכט?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן - א יאמערליכער וויי-געשריי הערט זיך פונעם רעפרעזאנטן הויז. דער פרעזידענט האט אין א אויסערארדענטליכער שריט באשלאסן זיך צו באנוצען מיט זיין עקזעקוטיווער מאכט, צו דעקלערן א נאציאנאלע נויט-פאל. די דעמעקראטען אין שפיץ פון זייערע פירער נענסי פּעלאָסי און טשאק שומער, זענען אויסער זיך פאר אויפרערעגעניש זיי זענען גענצליך ארויס פון גלייכגעוויכט, דער פאקט אז זיי קענען נישט אפהאלטן דעם פרעזידענט אויסצופירן זיינע פרעזידענטליכע פליכטן, טרייבט זיי צו האס און משוגעת, אזש הייסע לאווע שטרומט ארויס פון זייערע ברייטע נאז לעכער. פּעלאָסי האט מיט גרויס צארן דעקלערט אז מיט דעם דאזיגער שריט טיט דער פרעזידענט גענצליך אנאלירן די מאכט פונעם רעפרעזאנטן הויז. זי באשולדיגט דעם פרעזידענט מיטן מיסברויכן די מאכטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל.

אייגענליך זענען די דעמקראטן גערעכט, אבער לאמיר כאפן א איבערבליק ווער נאך עס מיסברויכט מאכטן.

זינט די דעמקראטן האבן באקומען דעם מערהייט אינעם נידעריגער רעפרעזאנטן הויז, האבן זיי שוין געפענט גאנצע 17 אויספארשונגן אויף פרעזידענט טראמפ, אלעס אונטער שלייער פונעם קאנסטאטוציאלע אדמענטמענט, וואס לויטעט אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל האלטן א וואכזאם אויג אויף די טעטיקייטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל.
האבן דען די קאנסטאטוציע-רעדאגירער טאקע געמיינט מיט דעם אדמענטמענט גאנצע 17 אויספארשונגען? אפילו א בלינדע שוטה זעט דייטליך ווי די דעמעקראטען מיסברויכן זייערער מאכטן פאר זייער נידעריגע אמביציעס און אגענדעס.

נאך מער זינט דער פרעזידענט איז ארויף אויפן בענקל, האבן געוויסע שווארצע אלעמענטן אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, אנגעהויבן צו וועבן טינקלע פלענער דורכצופירן א פאליטישער פוטש, און אקטיוויזירן דעם 25-טן אדמענטמענט פון די קאנסטאטוציע, וואס לויטעט אז אויב דער פרעזידענט איז נישט אומשטאנד אויסצופירן זיינע פליכטן ברויך מען אים צו ערזעצן. ס'הערט זיך ווירקליך אומגלויבליך אז א פאר פאסקודניאקעס אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, וועלכע זענען נישט געווען צופרידן פון די אויסגאנג פון די וואלן, ווארום זיי האבן געוואלט אז פרוי קלינטאן זאל חלילה ווערן די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן זיי אנגעהויבן אנצוגרייטן דעם באדען פאר א פאליטישער פוטש, א אויפשטאנד אין פילן זין פון ווארט. זיי האבן אויסגענוצט די אומבאגרעניצטע מאכט פונעם יוסטיץ מיניסטעריום, פאר זייערע שווארצע אגענדעס. אלזא, ווער מיסברויכט מאכט? דער פריעזידענט וואס טיט דאס געצווינגערנערהייט? אדער די דעמקראטן?[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אפשאצונג אויפן בעפארשטייענדעם געפעכט אין געריכט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]נענסי פּעלאָסי: דער פרעזידענט האט נישט קיין רעכט צו נוצן קיין שטייערצאלער געלט אן די גוטהייסונג פונעם רעפרעזאנטן הויז. אזוי לויטעט די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן.
פרעזידענט טראמפ: אמת! ווארום אין יארע 976' למספ' האבן די לעגיסלאטורן דורכגעפירט א געזעץ, אז דער פרעזידענט האט די לעגאלע רעכט צו דעקלערן א נאציאנאלע נויט-פאל און נוצן שטייער-צאלער געלטער ווי אזוי ער זעט פאר ריכטיג!
נענסי פּעלאָסי: ס'איז נישט קיין ווירקליכע נויט-פאל, דער פרעזידענט האט דאס בלויז באשאפן צו ערפולן זיין פארשפרעכונג פאר זיינע שטיצער, דער פרעזידענט מיסברויכט אומלעגאל זיין עקזעקעטיווע מאכט.
סופרים קארט: בלויז דער קאמאנדיר און טשיף איז קוואליפיצירט צו אנטשיידן צו עס איז טאקע א נאציאנאלע נויט-פאל צו נישט. מיר פארמאגן ניטאמאל קיין צוטריט צו די זיכערהייטס אינפארמאאציע, צו קענען אנטשיידן צו די נאציאנאלע נויט-פאל איז א ווירקליכע, צו נישט קיין ווירקליכע.
סופרים קארט: אבער איין מינוט? איז דען דער נאציאנאלע נויט-פאל געזעץ בכלל אין איינקלאנג מיט די קאנסטאטוציע? זיכער אז נישט! אויב דער קאנסטאטוציע לויטעט אז דער עקזעקעטיווער פליגל איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט שטייער-צאלער געלט אן די גוטהייסונג פונעם רעפרעזאנטן הויז, דאן ווי אזוי האבן די לעגיסלאטורן געהאט די מעגליכקייט דורכצופירן א געזעץ וואס איז אויסגעשפראכן קעגן די קאנסטאטוציע? דער פאסיגער וועג ווי אזוי דאס צו טאן וואלט ווען געווען, אז צוויי-דריטל פונעם רעפרעזאנטן הויז זאלן צולייגן א פרישע אדמענטמענט צו די קאנסטאטוציע, אז דער פרעזידענט איז באפולמאכט צו דעקלערן א נאציאנאלע נויט-פאל און נוצן שטייער-צאלער געלט, אפילו אן די גוטהייסונג פונעם רעפרעזאנטן הויז. און אנדערע ווערטער דער געזעץ וואס דער רעפרעזאנטן הויז האט דורכגעפירט אין 976' למספ' איז אין קאנסטראסט פון די קאנסטאטוציע, און איז דערפאר אויס-געזעץ!
אין רעזולטאט: א מעכטיגער געווינס פאר פּעלאָסי, א פייערדיגער נידערלאגע פאר פרעזידענט טראמפ. און א פאסיגער לעזונג צום אנגייענדען פראבלעם אז פרעזידענטן מיסברויכן זייערע מאכטן.

וועט דאס טאקע דער סופרים קארט זאגן? באדייט דאס אז די פארגאנגענע פרעזידענטן וואס האבן דעקלערט נויט פעלער האבן פארלעצט דאס געזעץ? אדער ווי באלד קיינער האט דעם דאזיגער טאפיק נישט פארגעברענגט פארן סופרים קארט, און דער סופרים קארט האט נאך נישט געהאט די געלעגנהייט צו אורטיילן אז ס'איז ווירקליך קעגן דאס געזעץ, איז דאס טאקע נישט געווען קעגן דאס געזעץ ביז איצט.

דאס איז בלויז הוילע שפעקאלאציע, אינטערסאנט אז כ'האב נישט געזען אז עמיצער זאל דאס אזוי אנעליזירן.[/justify]
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך טמיר »

ווער עס ליינט אביסל די נייעס ווייסט אז די אימיגראנטן קריזיס האט עקספאלאדירט לייק נעווער ביפאר. און אויב איינער ווינדערט זיך פארוואס, הערט די האר-אויפשטעלנדע עדות פון א נ.י.ס. בעאמטער וואס האט געמענעדזטש איינע פון די גרויסע "פליטים לאגערען".




סא וואס געשעט? די אימיגראנטן קאלן זייערע קרובים אין מעקסיקא (מיט די סעלפאן'ס ציגעשטעלט ביי נ.י.ס.) "האלא, וואסי נייעס! אונז באקומער דא א 5 סטאר האטעל נעבן טייס סקווער, צוגעשטעלט הכל בכל אויף א גאלדענע טאץ. אונז קען מיר פלונדערן און זיך אנשיכור'ן אהן דארפן געבן דין וחשבון, דארף נישט ארבעטן. חברה קומץ! א שאד יעדע רגע!!"

נו א וואונדער אז ד'רעולם קומט אין די מאסן?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
פארשפארט