זינט די דעמקראטן האבן באקומען דעם מערהייט אינעם נידעריגער רעפרעזאנטן הויז, האבן זיי שוין געפענט גאנצע 17 אויספארשונגן אויף פרעזידענט טראמפ, אלעס אונטער שלייער פונעם קאנסטאטוציאלע אדמענטמענט, וואס לויטעט אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל האלטן א וואכזאם אויג אויף די טעטיקייטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל. האבן דען די קאנסטאטוציע-רעדאגירער טאקע געמיינט מיט דעם אדמענטמענט גאנצע 17 אויספארשונגען? אפילו א בלינדע שוטה זעט דייטליך ווי די דעמעקראטען מיסברויכן זייערער מאכטן פאר זייער נידעריגע אמביציעס און אגענדעס.
נאך מער זינט דער פרעזידענט איז ארויף אויפן בענקל, האבן געוויסע שווארצע אלעמענטן אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, אנגעהויבן צו וועבן טינקלע פלענער דורכצופירן א פאליטישער פוטש, און אקטיוויזירן דעם 25-טן אדמענטמענט פון די קאנסטאטוציע, וואס לויטעט אז אויב דער פרעזידענט איז נישט אומשטאנד אויסצופירן זיינע פליכטן ברויך מען אים צו ערזעצן. ס'הערט זיך ווירקליך אומגלויבליך אז א פאר פאסקודניאקעס אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, וועלכע זענען נישט געווען צופרידן פון די אויסגאנג פון די וואלן, ווארום זיי האבן געוואלט אז פרוי קלינטאן זאל חלילה ווערן די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן זיי אנגעהויבן אנצוגרייטן דעם באדען פאר א פאליטישער פוטש, א אויפשטאנד אין פילן זין פון ווארט. זיי האבן אויסגענוצט די אומבאגרעניצטע מאכט פונעם יוסטיץ מיניסטעריום, פאר זייערע שווארצע אגענדעס. אלזא, ווער מיסברויכט מאכט? דער פריעזידענט וואס טיט דאס געצווינגערנערהייט? אדער די דעמקראטן?[/justify]
אפשאצונג אויפן בעפארשטייענדעם געפעכט אין געריכט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:20 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]נענסי פּעלאָסי: דער פרעזידענט האט נישט קיין רעכט צו נוצן קיין שטייערצאלער געלט אן די גוטהייסונג פונעם רעפרעזאנטן הויז. אזוי לויטעט די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן. פרעזידענט טראמפ: אמת! ווארום אין יארע 976' למספ' האבן די לעגיסלאטורן דורכגעפירט א געזעץ, אז דער פרעזידענט האט די לעגאלע רעכט צו דעקלערן א נאציאנאלע נויט-פאל און נוצן שטייער-צאלער געלטער ווי אזוי ער זעט פאר ריכטיג! נענסי פּעלאָסי: ס'איז נישט קיין ווירקליכע נויט-פאל, דער פרעזידענט האט דאס בלויז באשאפן צו ערפולן זיין פארשפרעכונג פאר זיינע שטיצער, דער פרעזידענט מיסברויכט אומלעגאל זיין עקזעקעטיווע מאכט. סופרים קארט: בלויז דער קאמאנדיר און טשיף איז קוואליפיצירט צו אנטשיידן צו עס איז טאקע א נאציאנאלע נויט-פאל צו נישט. מיר פארמאגן ניטאמאל קיין צוטריט צו די זיכערהייטס אינפארמאאציע, צו קענען אנטשיידן צו די נאציאנאלע נויט-פאל איז א ווירקליכע, צו נישט קיין ווירקליכע. סופרים קארט: אבער איין מינוט? איז דען דער נאציאנאלע נויט-פאל געזעץ בכלל אין איינקלאנג מיט די קאנסטאטוציע? זיכער אז נישט! אויב דער קאנסטאטוציע לויטעט אז דער עקזעקעטיווער פליגל איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט שטייער-צאלער געלט אן די גוטהייסונג פונעם רעפרעזאנטן הויז, דאן ווי אזוי האבן די לעגיסלאטורן געהאט די מעגליכקייט דורכצופירן א געזעץ וואס איז אויסגעשפראכן קעגן די קאנסטאטוציע? דער פאסיגער וועג ווי אזוי דאס צו טאן וואלט ווען געווען, אז צוויי-דריטל פונעם רעפרעזאנטן הויז זאלן צולייגן א פרישע אדמענטמענט צו די קאנסטאטוציע, אז דער פרעזידענט איז באפולמאכט צו דעקלערן א נאציאנאלע נויט-פאל און נוצן שטייער-צאלער געלט, אפילו אן די גוטהייסונג פונעם רעפרעזאנטן הויז. און אנדערע ווערטער דער געזעץ וואס דער רעפרעזאנטן הויז האט דורכגעפירט אין 976' למספ' איז אין קאנסטראסט פון די קאנסטאטוציע, און איז דערפאר אויס-געזעץ! אין רעזולטאט: א מעכטיגער געווינס פאר פּעלאָסי, א פייערדיגער נידערלאגע פאר פרעזידענט טראמפ. און א פאסיגער לעזונג צום אנגייענדען פראבלעם אז פרעזידענטן מיסברויכן זייערע מאכטן.
וועט דאס טאקע דער סופרים קארט זאגן? באדייט דאס אז די פארגאנגענע פרעזידענטן וואס האבן דעקלערט נויט פעלער האבן פארלעצט דאס געזעץ? אדער ווי באלד קיינער האט דעם דאזיגער טאפיק נישט פארגעברענגט פארן סופרים קארט, און דער סופרים קארט האט נאך נישט געהאט די געלעגנהייט צו אורטיילן אז ס'איז ווירקליך קעגן דאס געזעץ, איז דאס טאקע נישט געווען קעגן דאס געזעץ ביז איצט.
דאס איז בלויז הוילע שפעקאלאציע, אינטערסאנט אז כ'האב נישט געזען אז עמיצער זאל דאס אזוי אנעליזירן.[/justify]
Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:12 pm
דורך טמיר
ווער עס ליינט אביסל די נייעס ווייסט אז די אימיגראנטן קריזיס האט עקספאלאדירט לייק נעווער ביפאר. און אויב איינער ווינדערט זיך פארוואס, הערט די האר-אויפשטעלנדע עדות פון א נ.י.ס. בעאמטער וואס האט געמענעדזטש איינע פון די גרויסע "פליטים לאגערען".
סא וואס געשעט? די אימיגראנטן קאלן זייערע קרובים אין מעקסיקא (מיט די סעלפאן'ס ציגעשטעלט ביי נ.י.ס.) "האלא, וואסי נייעס! אונז באקומער דא א 5 סטאר האטעל נעבן טייס סקווער, צוגעשטעלט הכל בכל אויף א גאלדענע טאץ. אונז קען מיר פלונדערן און זיך אנשיכור'ן אהן דארפן געבן דין וחשבון, דארף נישט ארבעטן. חברה קומץ! א שאד יעדע רגע!!"