בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:05 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:איך פארשטיי אויך נישט די ציהל פון די קאמפיין. ס'איז א פאני זאך אז מ'מאכט אפיציעל א קאמפיין פאר "פרעמדע". סאטמאר וואלט עס קיינמאל נישט געטוהן.

די וועלט דארף בעלז

אקעי, אבער פאר דעם איז גענוג בעלזא-פשעווארסק, בעלזא-סאטמאר, בעלזא-וואודרידזש, בעלזא-שאץ, בעלזא-מאכנובקא ועוד ועוד. פאר די געלט, איז דער בעלזא איז גענצליך איבעריג. זיי זענען פיל ביליגער.

ליטוואק, אז דו אנערקענסט שוין אז בעלזא איז ניט נאר א חסידות נאר א ״קאנצעפט״ האלטן מיר שוין ערגעץ...

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:21 pm
דורך גדליה
איך זאג פאראויס בנבואה אז וווען די זייגער וועט שלאגן איינס אין אמעריקא, וועט די קאמפיין האלטן ביי בערך 5.2 מיליאן.

Re: בעלזא קאמפעינט 18 מיליאן שקל אין 33 שעה

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:36 pm
דורך צפור בודד
גדליה האט געשריבן:איך זאג פאראויס בנבואה אז וווען די זייגער וועט שלאגן איינס אין אמעריקא, וועט די קאמפיין האלטן ביי בערך 5.2 מיליאן.
פון דיין מויל צו ר' פרחיה'ס אויער

Re: בעלזא קאמפעינט 18 מיליאן שקל אין 33 שעה

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:44 pm
דורך אדיר_אדירינו
סמבטיון האט געשריבן:איבער 30 טויזענט תורמים, שיין!
זייער שיין! ווילאנג די פארגלייכסט עס צי ....

לעצטע וואך איז געווען א קאמפעין פאר א קליינע
בעלזא שוהל אין מונסי (נישט די מעין שוהל)

וויפיל תורמים האבען זיי געהאט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 4:56 pm
דורך אדמור מקרייניץ זצל
וואס וועט זיין??
בושות וחרפות

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 5:17 pm
דורך אדונינו
די חברה מאכן עס!!!

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 5:24 pm
דורך סמבטיון
4,056,000
38000 donations

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 5:44 pm
דורך סמבטיון
4,145,000

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:01 pm
דורך סמבטיון
4,412,000
41000 donations

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:39 pm
דורך איסר האטלקי
דאלער אדער שקל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:54 pm
דורך איסר האטלקי
שטעל דיך פאר אויב דער רב זאל טיילן שריים פאר אלע 41 טויזנט נדבנים, ער וואלט אויסגעקוקט אביסל שענער...

נאר א ווערטל. אבער לאמיתו של דבר, דער קאמפיין האט שוין נישט קיין קיין טראסט ביי מיר.

פאראיאר איז מען אנגעקומען צו 7 מיליאן שקל מיט 14 אלפים נדבנים. סאטמאר כ"א כסליו גרייכט צו ארום 4 טויזנט נדבנים. און דא האלט מען ביי העכער 40 אלפים מענטשן?? בעלזא איז קיינמאל געווען א באגלייבט ארט, און האט עס איבערצייגט ווידעראמאל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 7:57 pm
דורך גדליה
כזאג אלץ פאר מיינע בעלזער חברים, אויב זוכט איר א באגלייבט ארט, קומט צו אונז אין פאפא. דארט אין בעלז פארקויפט מען אייך לאקשען. פאפא, סאטמאר, ריבניץ, טאהש - דא ליגט די אמת.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:22 pm
דורך איש חזון
איסר האטלקי האט געשריבן:שטעל דיך פאר אויב דער רב זאל טיילן שריים פאר אלע 41 טויזנט נדבנים, ער וואלט אויסגעקוקט אביסל שענער...

נאר א ווערטל. אבער לאמיתו של דבר, דער קאמפיין האט שוין נישט קיין קיין טראסט ביי מיר.

פאראיאר איז מען אנגעקומען צו 7 מיליאן שקל מיט 14 אלפים נדבנים. סאטמאר כ"א כסליו גרייכט צו ארום 4 טויזנט נדבנים. און דא האלט מען ביי העכער 40 אלפים מענטשן?? בעלזא איז קיינמאל געווען א באגלייבט ארט, און האט עס איבערצייגט ווידעראמאל.

איך בין מסופק אויב דו ווארטסט אויף א תשובה, אבער לידיעתך, א ריזן פראצענט פון די תורמים זענען בעלזער, ערוואקסענע און קינדער, איינער גיבט איין דאלער און דער צווייטער פינף דאלער, וכדומה... איך וואלט געשאצט אז ארום 20,000 זענען פרעמדע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:30 pm
דורך איסר האטלקי
יא יא, צוואנציג טויזנט בעלזע, צוואנציג טויזנט פרעמדע...

וואו זענען די צוואנציג טויזנט ליטוואקעס? און די צוואנציג טויזנט בעלי תשובה פון הידברות? און בעלזא קען נישט שאפן א צוואנציג טויזנט גויים - אויב ס'צואנציג טויזנטצעך אזוי?!

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:37 pm
דורך קומזיץ
איסר האטלקי האט געשריבן:יא יא, צוואנציג טויזנט בעלזע, צוואנציג טויזנט פרעמדע...

וואו זענען די צוואנציג טויזנט ליטוואקעס? און די צוואנציג טויזנט בעלי תשובה פון הידברות? און בעלזא קען נישט שאפן א צוואנציג טויזנט גויים - אויב ס'צואנציג טויזנטצעך אזוי?!


ס'איז דא פון אלע, מדארף נאר עפענען די אויגן

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:58 pm
דורך גדליה
איינער זאגט מיך אז א בעלזע האט עם געבעטן אויב ער קען מנדב זיין כאטש איין דאלער פאר זיין טיעם, ס'זאל הייסען ער האט געברענגט נאך א מענטש.
נעקסטע מאל זאלן זיי מאכען א קאמפעין צו שאפען פינף מיליאן מתרימים. יעדער קען געבען א פעני, וואס א חילוק? די עיקר אז פינעף מיליאן מענטשן האבן מנדב געווען, צווישען זיי א מיליאן פרעמדע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:01 pm
דורך קומזיץ
גדליה האט געשריבן:איינער זאגט מיך אז א בעלזע האט עם געבעטן אויב ער קען מנדב זיין כאטש איין דאלער פאר זיין טיעם, ס'זאל הייסען ער האט געברענגט נאך א מענטש.
נעקסטע מאל זאלן זיי מאכען א קאמפעין צו שאפען פינף מיליאן מתרימים. יעדער קען געבען א פעני, וואס א חילוק? די עיקר אז פינעף מיליאן מענטשן האבן מנדב געווען, צווישען זיי א מיליאן פרעמדע.


א גיטע פלאן.. מ'וועט איבערגעבן פאר'ן רבין

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:04 pm
דורך גדליה
אז דו רעדסט שוין מיט עם...
זאג עם אז פינעף מיליאן דאללער איז זייער א סאך געלד, און ער מעג אריינווארפן א טויזענטער צו מיר. אויף מיין אקסלען הויערט א שווערע עול הפרנסה, און איך פארמאג נישט צוואנציג טויזענט חסידים איינצושפאנען פאר מיין טשערידי קאמפיין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:23 pm
דורך קומזיץ
גדליה האט געשריבן:אז דו רעדסט שוין מיט עם...
זאג עם אז פינעף מיליאן דאללער איז זייער א סאך געלד, און ער מעג אריינווארפן א טויזענטער צו מיר. אויף מיין אקסלען הויערט א שווערע עול הפרנסה, און איך פארמאג נישט צוואנציג טויזענט חסידים איינצושפאנען פאר מיין טשערידי קאמפיין.


ביטע געבט מיר א לינק ווי צו געבן די געלט

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:24 pm
דורך גדליה
איך נעם נישט קיין נדבות אויף די אינטערנעט. נאר קעש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:27 pm
דורך קלוגסטער פון אייראפע
IMG-20190115-WA0087.jpg

IMG-20190115-WA0088.jpg

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:36 pm
דורך איסר האטלקי
זאג פארן בעלזער ער זאל נאר ווארטן אויף מארגן, [tag]אבטולמוס[/tag] מיט [tag]שמעקעדיג[/tag] זיצן שוין פאר עטליכע שעה אין א פארשפארטע אסיפה, זיי מאכן אלע סארט חשבונות וויפיל בעלזא איז געוואקסן און וויפיל געטראסקעט די לעצטע ארבע מאות שנה, וויפיל געלט זיי האבן עכט געמאכט און וועלכע נאמבערס זענען פאלשע, אויב דער רבי קען אינפלאציע ציפערן אדער נישט. ווארט נאר אפאר שעה, און דער ארטיקל איז גרייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:55 pm
דורך סמבטיון
ב"ה אז איסר האט אויסגעפיגערט די זאך, די נדבות זענען שקר מענטשן זיצן און האקן אריין נאמבערס, פשיהא, אזא חידוש, סעוואלט מער געפאסט פאר ליטוואק אויפציקומען מיט די געדאנק, וואס איז? דו קענסט נישט אראפ שלינגן דעם פיל אז בעלזא האט גערעיזד 4.7 מיליאן פון 43 טויזענט יודן אשר כרעו ואשר לא כרעו לבעל? איך בין פריער געווען אינעם קאמענד צענטער אויף פערצענטע עוועניו, גיי אריין דארט פאר אפאר מעניט און קיק זיך צו ווי די נדבות פליען אריין, בד"א וויל איך דיר נאר דערמאנן אז טשערעדי נעמט אראפ אזא נישטיגע 7 פראצענט וואס איז א ערך פון 400 טויזענט, סא האלטסט טאקע אז מען האקט נדבות וואס איז נישט געשטויגן או מען צאלט פראצענטן אויף דעם? אה, כהאב פארגעסן, טשערעדי איז אויך אינעם שפיל ציזאמען און מען גייט נישט בעטן פאר די פאלטשע נדבות, איסר איך האב ערווארטעט פון דיר צו געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז דא,
4,730,000