שמעקעדיג האט געשריבן:אנטשולדיגט רבי קלאר דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז... איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.
ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה? ווי אזוי איז געווען אלע דורות? ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?
מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער... ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט. קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.
נישט שייך צוצוגלייכן צו פריערדיגע דורות, ערשטענס ווייל היינט שוויצט מען מער, ווייל מען עסט מער ווי אמאל, אמאל האט דער מענטש דורכשניטליך געגעסן ווייניגער ווייל עס איז פשוט נישט געווען וואס צו עסן, אויך שוויצט מען מער צוליב די אומנאטורליכע עסן און אויך צוליב די מאס קארבס וואס דער דורכשניטליכער מענטש עסט היינט ווערסוס אמאל וואס דער עיקר אינטעיק איז געווען פראטעין.
צווייטענס, די גאנצע באגריף פון היגיענישע זויבערקייט איז אמאל נישט געווען, און איה"נ אמאל איז טאקע געווען מער מחלות ל"ע צוליב דעם, און אך און וויי איז געווען פארן דארף וואס א קרענק האט זיך אריינגעכאפט אהין, ב"ה היינט איז עס שוין כמעט נישט בנמצא חוץ אין דריטע וועלט לענדער וואו זויבערקייט שטייט טאקע ווי הונדערט יאר צוריק.
שמעקעדיג האט געשריבן:אנטשולדיגט רבי קלאר, דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז... איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.
ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה? ווי אזוי איז געווען אלע דורות? ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?
מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער... ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט. קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.
אמאליגע דורות האבן נישט גע'סרח'ט? שוין איינמאל האבן זיי געשטינקען! שטעל דיר נאר פאר ווי דער שווערע ארבייטער טוישט זיך נישט די וועש, ער גייט נאר צום טייך איינמאל א וואך אויסוואשן די העמד... פעלט נאך אויס צו רעדן וועגן דעם שאויער? און די זייף וואס ער האט שוין פארמאגט?
גם אני מצטרף לדברי דאט, סי נישט קיין פארגלייך דאס סך עסן היינט, פיין געפרעגעלטס, צו די אמאליגע וואס האבן געגעסן טעג, אויך מיר א געגעסאכטס. באדעם ליין, שוויצן מיז בכלל נישט האבן מיט שווער ארבייטו.
דרך אגב, א גלייך ווערטעל, סיז אמאל אריין א רבי אין בור און געזען ווי סיז אנגעפולט מיט היומען האר, האטזעך דער רבי אנגערופן הויך "תסמר שערות אנוש" און וואונדער, אלע האר האבן זיך גערוקט אין די זייט.
דבילה האט געשריבן:אמאליגע דורות האבן נישט גע'סרח'ט? שוין איינמאל האבן זיי געשטינקען! שטעל דיר נאר פאר ווי דער שווערע ארבייטער טוישט זיך נישט די וועש, ער גייט נאר צום טייך איינמאל א וואך אויסוואשן די העמד... פעלט נאך אויס צו רעדן וועגן דעם שאויער? און די זייף וואס ער האט שוין פארמאגט?
פון וואו נעמסטו דאס אז אמאל האט יעדער געשטינקען? דיינע זיידעס בעפאר די מלחמה האבן געשטינקען? חוץ מזה וואס די שפראך איז נישט איידל אויף אונזערע עלטערן, וויל איך וויסן דיין מקור.
איך מיין עס האט אסאך צו טון ווי אזוי דער גוף איז צוגעוואוינט.
איך קוק מיך צו אזוי אביסל פון דער זייט פון די קליינע ווינדא (אם במחתרת) און צושמייכל זיך ווען איך זעה דעם שמועס איך שפיר מיך היימיש זייענדיג דער מקוה יוד בה"א הידועה און אלע רבנישע הויפן, פון ווי עס קומען ארויס אלע נייעס איידער עס ווערט באריכטעט און מסקנות על הכלל ועל הפרט, און איך האף אייך מיטצוטיילן מיינע איינדרוקן איבער די גאנצע זאך בקרב הימים אויב איך וועל נאך זיין אין אמט בסייעתא דשמיא.
בנוגע די זויבערקייט פון די מקוה. מיין איך אז עס איז זייער נישט קיין שיינע טעמע אראפצורייסן דאס זויבערקייט פון די מקוה, ווייל ווער עס האט נאכנישט טועם געווען אפס קצהו די שווערע ארבעט וואס ליגט אונטערן צושטעלן א זויבערע סווימינג פאל, ספע, און להבדיל א כשר'ע מקוה, ווייסט בכלל נישט וואס דער מקוה איד גייט דורך טעגליך (אן וואקעישאן) דאס אהערצושטעלן, און פארפאלן א גוט ווארט אדער גאר א טיפ, מאן דכר שמי'. קוים וואס ער עספיעט אנצוקומען זיך דורכצוקומען מיט די אלע וואס צאלן נישט קיין מקוה געלט אדער נעמען צוויי האנטוכער פאר נאו גאוד ריזאן, און מיט די באהערדע וואס קריגן זיך ארום און טעמפארטשאר פון די וואסער אבער קענען ניטאמאל די סיסטעם וויאזוי עס ארבעט. ווי אויך האב איך שוין כמה פעמים געוואלט וויסן ווער עס האט איינגעפירט דער מנהג אז אין מקוה ווען מען ענדיגט זיך שאוער'ן ווארפט מען אראפ די זייף אויפן פלאר און פערטיג מען גייט זיך ... אדרבה ווער עס קען לינקן צו זכור ימות עולם תבוא עליו ברכה... שוין לאנג וואס ווען איך זעה און אינטערעסאנטע מודעה אין א פאבליק פלאץ פרוביר איך עס צו פאראייביגן אין מיינע ארכיוון מיט א בילד (ווי למשל די מודעה פאר סוכות וואס ליינט זיך אזוי מיר נעמען אן צו בויען אייער סוכה נישטא ווער עס זאל לאכן פאר די עמי הארצות) איז פון אייביג אן געווען מיין האבי אויפצופאסן דאס פארשידנארטיגקייט פון די מודעות וואס הענגט און איז איינגעפירט און א יעדע מקוה בכל אתר ואתר און עס איז זייער אינטערעסאנט עס אויצוליפטערן דא מיט א טרינק קוה (אותיות מקוה) אדרבה מיר בעטן א יעדן איינעם זיך אנצושליסן און די מבצע און ארויפלייגן דא סיי וואסערע מודעה און אויפפאדערונג מען זעט אין די מקוה וואו מען גייט
איך האב אמאל געהערט פארציילן אויף איינע פון די סאטמארע מקוה אידן וואס זענען געגאנגען נעמען א ברכה להצלחה פון סאטמארן רבי' זי"ע איידער אננעמען דאס פאסטן, האט אים דער סאטמאר רבי אנגעווינטשן מיט הצלחה און דערביי צוגעלייגט אז ער זאל וויסן אז ארבעטן פאר א ציבור איז זייער א שווערע זאך, מען דארף האבן שכל וואס אנצונעמען און וויאזוי צו רעאגירן, זאלסט זיך נישט דערשרעקן ווען מען וועט זיך אפרעדן, ווייל מען וועט זיך אפילו אפרעדן אז דאס וואסער פון די מקוה איז צו נאס... ודפח"ח
זייער שיין באשריבן. מען טוט טאקע נישט אפרישיעטן די גבאים, זיי הערן בלויז טענות און מענות שטענדיג. גראדע אין די מקוה וואו איך גיי איז טאקע די וואסער קריסטאל ריין.
אבער דא האט מען בארעדט די שמוציגע אונטערטינקערס, נישט די גבאי צדקה... עם כ'מיין מקוה אידן.
שמעקעדיג האט געשריבן:אנטשולדיגט רבי קלאר, דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז... איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.
ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה? ווי אזוי איז געווען אלע דורות? ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?
מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער... ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט. קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.
ס' ווערט געברענגט איך גידענק נישט ווי אז מ' פלעגט גיין זיך וואשן נאך די מקוה און נאכדעם האט מען געזאגט אז די שויער (צו ווערעווער מ' האט זיך געוואשן) איז מטהר האט מען עס מבטל געווען, די פרומע ניצן עס אסאך צו אסר'ן די נאכן מקוה שויער, אידאך דאס שוין א אלטע זאך צו שויערן נאך די מקוה נישט פון היינטיגן יאר הונדערט
איך האב געהאט א גרויסע הנאה פון דיין פאוסט. איך וויל מקיים זיין דייו בקשה אז וער ס,באמערקט אן אינטערעסאנטע מודעה זאל דאס ארויפלייגן: ובכן: איך האב באמערקט א מודעה אין צוויי מקוואות אין א געוויסע שטאט (איך זאג אפילו נישט אין וועלכע מדינה(אמעריקע אדער ענגלאנד( "סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער נ.ב. ביידע זענען מסתמא פון'ם זעלבן מקור. דער סגנון הלשון פון אידיש איז געוואלדיג! נכתב בצדי צדדים: איך האב נישט געברענגט קיין "קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג.":
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געהאט א גרויסע הנאה פון דיין פאוסט. איך וויל מקיים זיין דייו בקשה אז וער ס,באמערקט אן אינטערעסאנטע מודעה זאל דאס ארויפלייגן: ובכן: איך האב באמערקט א מודעה אין צוויי מקוואות אין א געוויסע שטאט (איך זאג אפילו נישט אין וועלכע מדינה(אמעריקע אדער ענגלאנד( "סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער נ.ב. ביידע זענען מסתמא פון'ם זעלבן מקור. דער סגנון הלשון פון אידיש איז געוואלדיג! נכתב בצדי צדדים: איך האב נישט געברענגט קיין "קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג.":
איך האב עס געזען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד
berlbalaguleh האט געשריבן: "סאיז שטארק פארבאטן נישט אריינצוגיין אין מקוה פאר מען גייט אין שויער
איך האב עס געזען סיי אין אמעריקא און סיי אין ענגלאנד
ווי אין אמעריקא האסטו דאס געזעהן?
אויב איך האב נישט קיין טעות, איך מיין אין סאטמאר ב"פ 53 מקוה, כאפ מיך נישט ביים ווארט, איך מיין נאר אזוי, און בויב נישט דארט עפעס א אנדערע מקוה אין ב"פ, אבער ס'דאכט זיך אז דארט