בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 1:07 am
דורך שמעון וואלף
נעגעל וואסער האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:ער טוט דארט בערך די זעלבע ווי די אחים האדמו"רים מ'סאטמאר שליט"א, זעה איך נישט פארוואס זיי מעגן און ער נישט...
די חילוק איז זייער פשוט.
דער פורים רב ווייסט אז ער איז א דזשואק.
אבער ווען איינער פון רבי'ס גייען, ווייסן טאקע די חסידים אז ס'איז עכט א דזשואק,
אבער דער רבי'ס רעדן זיך כאטשיג איין אז זיי זענען עכט...
כ'בין נישט אזוי זיכער
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 1:16 am
דורך שמעון וואלף
לבי ובשרי האט געשריבן:די פראגע איז נאר:
לבי ובשרי האט געשריבן: וואלט איינער אמאל געזען א בעלזא בחור גיין פראווענען פורים רביסטעווע על קברו של הר"ק מבעלזא זי"ע, א סקווירא בחור על קברו פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, א וויזניצער בחור אין זיין רבינס אוהל? קיינמאל! .
נישט לאנג צוריק האט מען געזינגן די שוואנצאנות ניגון ביי עפעס א קבר
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:53 am
דורך או אינו
אדרבה שטעלט אוועק באזינדער א באדהויז/מקוה, טיאטער, קרעטשמע, אין א בית המדרש וועט יעדעס פלאץ זיין אנערקענט לפי כבודו. דאס אז מהאט אלעס אוועקגענומען, אין די איינציגע אינטערטעמעט איז ווי א רבי עסט פיש אין פובליק אין דאס באדן קומט אין פארום פין א מקוה, דאס שלאגט פאר אזא באנעמונג אין אויפגעפירעכץ.
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 10:07 am
דורך הקטן
יואליש האט געשריבן:פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?
זאכן וואס מען טיט און בעד-ראם טוט מען נישט אין דייניגראם. ס'איז דא וואס מען טוט יא און בית מדרש און נישט אין בית הכנסת.
נישט ווייל איין זאך איז אסור און איינס מותר אדער הייליג און נישט הייליג, א יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ
איך מיין אז רוב וועלן פארשטיין אז דאס איז poor taste - נאך אלץ איז נישט ריכטיג אזוי צי פארשעמן דעם בחור
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 12:18 pm
דורך שושן פורים
הקטן האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?
זאכן וואס מען טיט און בעד-ראם טוט מען נישט אין דייניגראם. ס'איז דא וואס מען טוט יא און בית מדרש און נישט אין בית הכנסת.
נישט ווייל איין זאך איז אסור און איינס מותר אדער הייליג און נישט הייליג, א יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ
איך מיין אז רוב וועלן פארשטיין אז דאס איז poor taste - נאך אלץ איז נישט ריכטיג אזוי צי פארשעמן דעם בחור
גערעכט, שכל'דיג איז עס קיין סקאנדאל נישט, אויב מעג דער רבי ברעטשען ביים ציון מעג דער פ"ר אויכעט, און אויב מעג דער פ"ר טרייבן קאטאוועס אינעם אויבערשטן'ס הויז הנקרא שול מעג ער אוודאי אין די רבי'ס הויז הנקרא ציון הקדוש.
אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, ער וואלט געמעגט וויסן אז דאס וועט טרעטן אויף די געהירן פון מאנכע אפילו אין זיין אייגענעם פארטיי און זיך טרעפן א צווייט ארט.
סתם פאר די נייגעריגקייט, די אלע צושוידערטע ניקים וועלכע קענען נישט צו זיך קומען, וויאזוי וואלטן ענק געשפירט ווען חתן דינן פראוועט זיין שפיל אינעם בני יואל ביה"ח אינעם אוהל פון מאנטאווידעא רב ז"ל?
נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:52 pm
דורך שקד
שושן פורים האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:פארוואס איז א פורים שפיל ביים קבר אנדערש פון א בית מדרש? יעדעס יאר לויפט מען גאנצעטע פורים פראגראמען אינעם היכל הבית מדרש מיט ספרי תורה, ווי מ'דאווענט, לערענט, בלאזט תקיעות און כל נדרי'ט. על כבודי לא מחיתם?
זאכן וואס מען טיט און בעד-ראם טוט מען נישט אין דייניגראם. ס'איז דא וואס מען טוט יא און בית מדרש און נישט אין בית הכנסת.
נישט ווייל איין זאך איז אסור און איינס מותר אדער הייליג און נישט הייליג, א יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ
איך מיין אז רוב וועלן פארשטיין אז דאס איז poor taste - נאך אלץ איז נישט ריכטיג אזוי צי פארשעמן דעם בחור
גערעכט, שכל'דיג איז עס קיין סקאנדאל נישט, אויב מעג דער רבי ברעטשען ביים ציון מעג דער פ"ר אויכעט, און אויב מעג דער פ"ר טרייבן קאטאוועס אינעם אויבערשטן'ס הויז הנקרא שול מעג ער אוודאי אין די רבי'ס הויז הנקרא ציון הקדוש.
אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, ער וואלט געמעגט וויסן אז דאס וועט טרעטן אויף די געהירן פון מאנכע אפילו אין זיין אייגענעם פארטיי און זיך טרעפן א צווייט ארט.
סתם פאר די נייגעריגקייט, די אלע צושוידערטע ניקים וועלכע קענען נישט צו זיך קומען, וויאזוי וואלטן ענק געשפירט ווען חתן דינן פראוועט זיין שפיל אינעם בני יואל ביה"ח אינעם אוהל פון מאנטאווידעא רב ז"ל?
און וואס איז מיט'ן כבוד פונעם הייליגן ברך? און דאס וואס בני יואלערס שרייען אפ, קוקט ווי מ'שפארט איין דעם אלטן פייגע אין אוהל, און וואס איז מיט איר כבוד במקומה מונחת?
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2019 4:05 pm
דורך יעקב מענטש
דיסקלעימער: איך באלאנג אפיציעל צו די זאלי פארטיי (אומאפיציעל האב איך גארנישט איינגעלייגט מיט די גאנצע געשעפט, איך גיי נישט צו קיין חתונות, סיומים, טישן, וכו', איך בין פשוט א קווינסער גראדואנט).
די איידיע פון נוצן א ביה"ק פאר משוגעת'ן איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה און איז disrespectful פאר די שוכני עפר.
ס'איז געווען א עוולה פון זייער זייט, אבער די עוולה איז נישט ניי, נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן א קליפ ווי מלכות קווייער נוצט דער קבר רבי עקיבא פאר א prop, און דעם פאל איז עס געווען העכט נאריש אויך.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:02 pm
דורך קוקי
אז איינעם פאלט איין א גוטע איידיע משמח צוזיין, פארוואס קען מען יענעם נישט פארגיינען - און מ'מוז מוחא זיין? וויפיל רשעות ליגט אין די אלע מחאות פוי!
די גאנצע געדאנק פון מוחא זיין איז אזא עקלדיגע זאך, וואס שטערט ענק אז כלל ישראל וועט געבן א שמייכל אינעם שווערן גלות. ס'דאך אדר נישט בין המצרים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:30 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ווי קען מען זעהן די ווידיאו?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 8:44 am
דורך חיים יואל
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די ווידיאו?
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 1:52 pm
דורך קוקי
חיים יואל האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די ווידיאו?
אויף טוויטער hasidic איינס און צוויי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 4:34 pm
דורך גדליה
ס׳איז א מוראדיגע חוצפה פון די סאטמארע צו באגראבען זייער רבי׳ן נעבן א פורים רב.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 4:45 pm
דורך וואלווי
לועג לרש literally ...
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 6:46 pm
דורך Billy
וואו קען מען זען דעם קליפ?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:34 am
דורך [NAMELESS]
דער בלאט
Re: סקאנדאל: פורים רב פראוועט ביים ציון הק' אין קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:42 am
דורך נעגעל וואסער
כ'האב געמיינט אז שמואל ווידער לעבט שוין נישט...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:50 am
דורך רביה''ק זי''ע
כל זמן שיהושע חי, היה נראה למשה כאילו הוא חי...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס וואלט געווען א גוטע עצה צו אינוועסטירן אין אויגען רייבערס. עס איז א שטארקע געזוכטע ארטיקל ביי תלמידי וחסידי סאטמאר, צוליעב די שוידערליכע אקטיוויטעטן פון די וואס זייער טאטעס און זיידעס האבען זיך געווייקט אין סאטמאר, ודו"ק.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:39 pm
דורך שושן פורים
מיינע אויגן זענען שוין אזוי צוריבן אז עס גיסט בלוט, איינער האט א אנונג אויב דאס איז דער באדייט פון בייז בלוט? מיין דאקטאר וויל וויסן וואס צו שרייבן אין זיין דיאגנאז
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 3:54 pm
דורך שקד
אבי מ'שלאגט זיך נישט ביי יודען
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 5:25 pm
דורך לחיים ולברכה
החידוש:
קווינס יעשיבא האט ארויס געווארפן די בחור
משא"כ ווען עפעס א בחור פון קרית יואל האט אראפגעשלעפט א טישטוך דאס איז עכט נארמאל.... ודוק כי קצרתי
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2019 10:02 am
דורך איסר האטלקי
ק/פ
א גוטן מיינע טייערע חברים *שומו שמים* סאיז נאר אויפשטעלנד און וואספארא פארקרומט דור מיר לעבן היינט זיצט אן אומשילדיג בחור וואס האט ס"ה געטוען אזוי ווי אלע יארן און געווארן פורים רב. זאלט עטס אלע וויסן אז דער בחור איז שוין און די שידוכים יארן און ליידער האט ער נאך זיבן געשוויסטער וואס ווארטן אויף זייער באשערטע. איז היות ער האט אנגענומען די שטעלע פון זיין פורים רב האט זיין מאמא זז"ג עים געזאגט אז א פורים רב האט א גרויסע כוח און זאלסט ארויף גיין צום ציון אויסבעטן א ישועה. קומען דא א באנדע ליידיגייערס אן א טראפל יר"ש מיט אנגעראפסענע באכער און מען צאפט עים דאס בלוט ענק זענען עתיד ליתן עס הדין. ווי זענען ענק אלע ווען די בליק די וואך דער איד די בלאט די כל העולם כולו און JDN וכו' וואס וואך וועכענטלעל איז עס אנגעפילט מיט בילדער פון רבנים מיט אנגעפראסענע באכער זענען ביי דעי ציון פון יענע יענע צדיק און ער איז נאך הייליג אויך ווייל ער ליגט אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגליים נישטא קיין גרעסערע בזיון פון דעים. און ווי זענען דעי אלע שיינע אידן וואס קומען צום ציון נאך א גוטע הייסע שוויץ און אנגעגעסן מיט לעקעך און ברוינפען (טאקע דער וואס האט ארום געלאזט א וואויס נאוט פון זיך) און מען קומזיצט אינעם אוהל מיט גיטארס ווי איז אזאנס געהערט געווארן אונזערע רביס וואלטן געריסן קריעה נאך אזא דור שפל נישטא קיין גרעסערע בזיון פון דעים.
ס"ה איז געווען א אומשילדיג בחור וואס האט געפאלגט זיין מאמע זז"ג און געמיינט אמתדיג אויסצופוילען א ישועה פאר זיינע געשוויסטער אידיש בלוט איז נישט הפקר
נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2019 2:51 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
גם אני מצטרף לדברי איסר האיטלקי
גאנץ פשוט: לאמיר טאקע זאגן (!) אז ס'געווען א פגיעה בכבוד המתים... אבער אויב מיינט מען באמת לשם שמים וואלט מען זיך געדארפט אויך רעכענען בכבוד החיים אשר איתנו...
אלא מאי...