בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 1:40 pm
דורך צענטער
איך בין ב"ה פארנומען דורכאויס דעם טאג. ח"ו צו זאגן אז איך רייס אינטער דעם אדער יענע ניק. נישט דאס איז מיין כוונה. ביטע נישט ווערן געטשעפעט. מאקסימום קענט איר דאס אננעמען אלס א ריתחא דאורייתא. איחוד עס איז מעגליך אז איך האב דיר נישט ריכטחג פארשטאנען. בכל מקרה וועל איך זיין צוריק ביינאכט און זיך בעסער מסביר זיין און פארעכטן מעגליכע טעותים.

איך גלייב אין וואס איך שרייב און איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט פארחזרן א ניק.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:29 pm
דורך איחוד פעלד
גאלד האט געשריבן:פונקט פריער געהערט א געשיכטע פונעם ספר מגילת ספר, פארציילט ער אז זיין פאטער דער גרויסער חכם צבי, האט איינמאל שפאצירט אויפן גאס, און אקראס די סטריט האט שפאצירט איינע פון זיינע גרויסע מתנגדים (למשל א יאסל וואלדמאן בימינו, נאר א משל, אוי איך בין משוגע לאותו דבר!) מיט זיין פרוי, אקיצור, דער פרוי איז געווען ניכר אז זי האט געשוואנגערט, איז פונקט דורכגעגאנגען נאך א אומשולדיגע איד, וואס האט נישט געהאט קיין אהנונג אז דער מתנגד איז א קעגענער פונעם רב, און ער וואונטשט מיט א תמימות דעם אשה מעוברת א ברכה יה"ר אז דער וולד זאל אויסוואקאסן אוואו דער רב החכם צבי, ענטפערט דער "כסיל" הויך (אזוי איז דער עמדין מכנה דעם מתנגד) זאל מיין ווייב ענדערש מפיל זיין דאס קינד ווי איידער ער זאל אויסוואקסן ווי דער חכם צבי, פירט אויס דער עמדין אז דער כסיל האט מפיל געווען לכה"פ 12 וולדים, און אפשר 15,


פאר איינער וואס האט עס נישט געליינט, די ווייסט נישט וואס די פארפעלסט. ער דערמאנט פין מייקל סעוועדזש, א אנגעזעצטקייט מלא טעם. ער מאכט למשל חוזק פין דער כנסת יחזקאל, וואס איז געווען רב איז זיין שטאט, וויאזוי זיין חיתוך הדיבור איז געוועהן אנדרעש ווייל ער איז געקומען פין א אנדערע מדינה, און קיינער האט נישט פארשטאנען זיינע דרשות, חוץ פין דעם וואס אלע חידושים האט ער נאך גע'גנב'ט פין אים זעלבסט.

די מעשה'לעך אין אמסטערדאם ווי ער האט נעבעך גע'קטנ'ט אגאנצער טאג ווייל ער האט געהאט אן אדיקשען צו טרינקען טיי, און האט זיך נישט געקענט אנגעוויינען דערפין, און עס איז געוועהן דארט א שיינער דינסט וואס האט אים ליב געהאט און זי פלעגט אים צודעקען גוט מיט דער דאכענע, און ער האט ממש זיך געדארפט צוריק האלטען פין טוהן עפעס מער, ווייל זיין ווייב איז געבליבען אין אלטונע האפענדיק אז ער וועט קענען צוריק קומען.

ווי שיין זיין ווייב איז געוועהן, זי איז געוועהן זיין א ניס, און זי איז געוועהן א שיינער א הויכער, ווייל זי האט געראטען אין זיין טאטענס משפחה וואס זיי זענען אלע געוועהן שיין און הויך......

וועגען זיין ערשטער ווייב ווי ער האט איר באמת נישט ליב געהאט, וועגען זיין שווער האט אים מקנא געוועהן ווייל זיינע קינדער זענען געוועהן קלוגער פין זיין ווייב'ס ברודערס ווייל זיי האבען געראטען אין אים.....

די מעשה'ליך זענען זיס ווי צוקער, און עס הערט זיך דארט א זיסע אנגעזעצטקייט.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:18 pm
דורך יאיר
די מערסטע איז מיר נאך געווען אינטערעאנט ווי מ'זעט קלאר אז ער האט געליטן פון ערנסטע פאראנויע. ממש יעדער איינער אין די גאנצע וועלט, וואו ער איז נאר געגאנגען, האט אים געוואלט אונטערברענגען, און בחסדי ה' איז אים יעדן מאל געלונגען צו טרעפן איין גוטער לאיאלער פריינט וועלכער האט שפיאנירט פאר אים און ער האט באצייטנס זיך ארויסגעדרייט פון זיינע ביטערע שונאים.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 11:39 pm
דורך טאמבל סאס
גלות יוד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אויף היברו בוקס, שטייצעך.

וואס שעמט מען זיך אזוי דערמיט?

ליין עס, אפשר וועסטו געוואויר ווערן.

דאכט זיך דאס איז די צענזורטע כ'וועל שפעטער ארויפלייגן די אנדערע כ'דארף עס טרעפן אין די ארכיוון ס'דא דארט גיטע שטאף אבער נאר אין מאחה"פ

איז דער לינק טאקע די צענזורירטע? ווייל די לינק וואס דו ברענגסט שפעטער ארבעט נישט מער.

אגב, וואו קען מען זען די אומצענזורירטע ספר פון ר' חיים וויטאל?

נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:43 am
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:פונקט פריער געהערט א געשיכטע פונעם ספר מגילת ספר, פארציילט ער אז זיין פאטער דער גרויסער חכם צבי, האט איינמאל שפאצירט אויפן גאס, און אקראס די סטריט האט שפאצירט איינע פון זיינע גרויסע מתנגדים (למשל א יאסל וואלדמאן בימינו, נאר א משל, אוי איך בין משוגע לאותו דבר!) מיט זיין פרוי, אקיצור, דער פרוי איז געווען ניכר אז זי האט געשוואנגערט, איז פונקט דורכגעגאנגען נאך א אומשולדיגע איד, וואס האט נישט געהאט קיין אהנונג אז דער מתנגד איז א קעגענער פונעם רב, און ער וואונטשט מיט א תמימות דעם אשה מעוברת א ברכה יה"ר אז דער וולד זאל אויסוואקאסן אוואו דער רב החכם צבי, ענטפערט דער "כסיל" הויך (אזוי איז דער עמדין מכנה דעם מתנגד) זאל מיין ווייב ענדערש מפיל זיין דאס קינד ווי איידער ער זאל אויסוואקסן ווי דער חכם צבי, פירט אויס דער עמדין אז דער כסיל האט מפיל געווען לכה"פ 12 וולדים, און אפשר 15,


פאר איינער וואס האט עס נישט געליינט, די ווייסט נישט וואס די פארפעלסט. ער דערמאנט פין מייקל סעוועדזש, א אנגעזעצטקייט מלא טעם. ער מאכט למשל חוזק פין דער כנסת יחזקאל, וואס איז געווען רב איז זיין שטאט, וויאזוי זיין חיתוך הדיבור איז געוועהן אנדרעש ווייל ער איז געקומען פין א אנדערע מדינה, און קיינער האט נישט פארשטאנען זיינע דרשות, חוץ פין דעם וואס אלע חידושים האט ער נאך גע'גנב'ט פין אים זעלבסט.

די מעשה'לעך אין אמסטערדאם ווי ער האט נעבעך גע'קטנ'ט אגאנצער טאג ווייל ער האט געהאט אן אדיקשען צו טרינקען טיי, און האט זיך נישט געקענט אנגעוויינען דערפין, און עס איז געוועהן דארט א שיינער דינסט וואס האט אים ליב געהאט און זי פלעגט אים צודעקען גוט מיט דער דאכענע, און ער האט ממש זיך געדארפט צוריק האלטען פין טוהן עפעס מער, ווייל זיין ווייב איז געבליבען אין אלטונע האפענדיק אז ער וועט קענען צוריק קומען.

ווי שיין זיין ווייב איז געוועהן, זי איז געוועהן זיין א ניס, און זי איז געוועהן א שיינער א הויכער, ווייל זי האט געראטען אין זיין טאטענס משפחה וואס זיי זענען אלע געוועהן שיין און הויך......

וועגען זיין ערשטער ווייב ווי ער האט איר באמת נישט ליב געהאט, וועגען זיין שווער האט אים מקנא געוועהן ווייל זיינע קינדער זענען געוועהן קלוגער פין זיין ווייב'ס ברודערס ווייל זיי האבען געראטען אין אים.....

די מעשה'ליך זענען זיס ווי צוקער, און עס הערט זיך דארט א זיסע אנגעזעצטקייט.

עיין כאן

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 1:51 am
דורך איחוד פעלד
אלעס קען זיין, אבער איינער וואס שרייבט א ספר לי וי דאס כאילו יענער שרייבט עס אליין, איז עלול אריין צו פאלען אין שטארקע טעותים.

למשל ווען ער איז געגאנגען ווי וכדומה.

איז געשטעטנער אויפגעקומען מיט אזעלכע קשיות?

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 2:07 am
דורך [NAMELESS]
רוב געשטעטנער'ס טענות זענען נישט אזעלעכע, אבער דאס וואס איך האב דיר צוגעצייכנט איז פון בומבך (אויף וועמען געשטעטנער האקט).
בומבך איז מאמת דעם ספר בעצם, ער טענה'ט בלויז אז ביק האט אריינגעלייגט איינצלענע שטיקלעך, ולפי דבריו איז נישט שווער דאס וואס דו פרעגסט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:28 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:וואס הייסט ער מאכט חוזק פונעם זוהר? וויזוי קען דאס זיין?

זעכער די ציונים (פונ'ם מוסד הרב קוק---) האבן עס אריינגעשמוגלט...! פרעיגט תוס' א קשיא. ס'איז נאך דאמאלץ נישט געוועין קיין ציונים? ענטפערט תוס' מסתמא האבן זיי עס געטון שפעיטער...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:39 am
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:די מערסטע איז מיר נאך געווען אינטערעאנט ווי מ'זעט קלאר אז ער האט געליטן פון ערנסטע פאראנויע. ממש יעדער איינער אין די גאנצע וועלט, וואו ער איז נאר געגאנגען, האט אים געוואלט אונטערברענגען, און בחסדי ה' איז אים יעדן מאל געלונגען צו טרעפן איין גוטער לאיאלער פריינט וועלכער האט שפיאנירט פאר אים און ער האט באצייטנס זיך ארויסגעדרייט פון זיינע ביטערע שונאים.

יאיר: ייש"כ. איך האב שוין לאנג געטראכט אז דער ספר'ל /דייערי/נאוטבוק, איז א גוטער לימוד אויף דזשענעטיקס. וויפיל דאס איז משפיע אויף די קינדער פון א מענטש. ווייל דער חכם צבי האט כידוע אויך געפיהרט מערכות זיין גאנץ לעיבן. און איז געלאפן פון איין פלאץ צום צווייטן. אויך האט דזשענעטיקס א השפעה אויף היסטארי. ווייל אין דעם לעצטן דור האבן מיר אויכעט געהאט א גרויסן רבי'ן וואס איז געוועין אן אפשטאמיגער פונ'ם יעב"ץ און זיין גאנץ לעיבן (אלל אוו איט) פון אלס יונגער בחור איז ער געוועין פארמישט אין מערכות מיט די גאנצע וועלט. ממש עד זיבולא בתרייתא...!

Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 1:40 pm
דורך אייזיק
ראביי בערל ווייען אויפן זוהר

Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 1:41 am
דורך הרב באב''ד
אייזיק האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:40 pm ראביי בערל ווייען אויפן זוהר
זייער שיין. כ'בין זייער סורפרייזד אז הרב בערל וויין זז"ג האט געגעבן אזא שיעור. כ'האב געמיינט אז ער גייט אייביג מיט וואס איז אנגענומען אין די היימישע וועלט.

Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 4:47 am
דורך [NAMELESS]
ער איז זעהר קאנטראווערציעל

Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
מנשסתר האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:47 am ער איז זעהר קאנטראווערציעל
פארוואס זאגסטו אזוי?? ער איז אייביג געוועהן א אנגענומענע מענטש איבעראל. ארטסקראול דרוקט זיינע ביכער, און אפאר יאהר צוריק האט אפילו סאטמאר נאכגעברענגט פון אים מעשיות פון סאטמאר רבין.

Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:11 pm
דורך אייזיק
הרב באב''ד האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 1:41 am
אייזיק האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 1:40 pm ראביי בערל ווייען אויפן זוהר
זייער שיין. כ'בין זייער סורפרייזד אז הרב בערל וויין זז"ג האט געגעבן אזא שיעור. כ'האב געמיינט אז ער גייט אייביג מיט וואס איז אנגענומען אין די היימישע וועלט.
מיר קיקט דאס אויס ווי א נישט אויפציעלער שיעור אין דאס האט ארויסגערינען

Re:

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 3:47 pm
דורך אייזיק
צענטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2014 9:16 am
איחוד פעלד האט געשריבן:אקעי


סארי, פעיקס נישט גענוג גוט.

מאך אויף נאך א ניק און טריי בעסער.

צום ענין, איך שרייב וועגען דער שרייבער פין מגילת ספר, אויב איז עס נישט דער יעבץ, איז דאך גוט.
די גמרא פארציילט אויף א תנא (איך געדענק נישט קלאר אפשר גאר האט דער תנא פארציילט אויף זיך אליינס, אז ער איז געווען אויף א שטאק מיט א מיידל/פרוי און נישט געקענט עומד זיין האט ער זיך גענומען מאכן קולות "ס'ברענט" מענטשן זענען געקומען צו לויפן און אזוי איז ער ניצול געווארן.
קידושין פא.
רמא קלא נורא בי עמרם

Re: "מגילת ספר" פון רבי יעקב עמדין

נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 4:03 pm
דורך אייזיק
איך האב געליינט אן אינטערעסענטע עססעי אין א ביך וועגען דעם מגילת ספר
עס איז זייער ביליג יעצט אויף Amazon
In the Dwelling of a Sage Lie Precious Treasures: Essays in Jewish Studies in Honor of Shnayer Z. Leiman
https://a.co/d/4H9Ji1C