בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 7:42 pm
דורך calculator
ר' זלמן לייבעלע גייט באלד האלטן זיין יערלי דרשה וואס דארטן דארף ער רעדן איבער פירצות, סיי אויב עס איז יא דא א פירצה סיי אויב עס נישט דא, ווייל אזוי האט די רבי כוסוליינו געטוען, עמער שוין דארט הערן.

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 7:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן ישי האט געשריבן:, די דרשות האבן אפילו גערעדט און מעורר געווען וועגן די היינטיגע נגינה,


בקיצור, וויבאלד עפעס נעגאטיוויטי איז געווען דארו, מוז עס זיין ערליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 5:47 am
דורך זאפטיג
עס איז אן אינטרעסאנטע זאך אז דער רגע וואס עס ווערט א פאנדרעיזינג דינר ווי למשל RCCS וכדומה דאן איז אלעס מותר. זינגערס בדחנים וכו' קומט דאך אויס אז דער גאנצע זאך וואס האט דא פשוט געפעלט איז א צדקה ארגעניזאציא אויפן קעפל. גיט צו וויסן פאר נעקסט טיים

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:32 am
דורך חיים יואל
זאפטיג האט געשריבן:עס איז אן אינטרעסאנטע זאך אז דער רגע וואס עס ווערט א פאנדרעיזינג דינר ווי למשל RCCS וכדומה דאן איז אלעס מותר. זינגערס בדחנים וכו' קומט דאך אויס אז דער גאנצע זאך וואס האט דא פשוט געפעלט איז א צדקה ארגעניזאציא אויפן קעפל. גיט צו וויסן פאר נעקסט טיים

אזויווי די זאגסט, קוקו וועלט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:35 pm
דורך [NAMELESS]
דברים של טעם

Cp

א קורצע געדאנק איבער די לעצטערע מערכות ציווישן די רבנים און די המון עם!!

ס'איז דא א באקאנט ווארט פונעם קאצקער; אויב ווילט איר זיין גרעסער פון יענעם, דאן שטעלט אייך אויף א בענקל. נישט לייג יענעם אריין אין דער ערד, צו ערפילן אייער ציהל!!

דאס איז אין קורצן וואס מיר גייען אדורך די לעצטע פאָר יאר מיט די רבנים און אדמורי''ם.

די רבנים שרייען אז די סיבה פארוואס זיי אסר'ן אלע פארשטעלונגן און קומזיצן, איז ווייל די שפילערס און די זינגערס ווערן צעלעברעטיס ביי כלל ישראל.

עס איז אבער נישט קיין סוד פאר קיינעם אז זייט די וועלט שטייט איז א טאלאנטפולער מענטש געווען א צעלעברעטי. די מינוט א מענטש האט א פאַך וואס די המון עם האט נישט, איז ער אינטערסאנט, און מענטשן שעצן אזא איינעם. דאס איז אזוי מיט חזנים, בדחנים, זינגערס, טאנצערס, מעדזשיק וכו'. אין דערהיים פאר די מלחמה איז דאס נישט געווען אנדערש, אידן זענען געלאפן קינד און קייט כדאי צו כאפן א בליק אויף יוסל'ע ראזענבלאט און אלע אנדערע חזנים וכדומה.

נאר פארוואס איז בימים ההם נישט געווען אזא מערכה ציווישן די רבנים און די חזנים? פשוט, ווייל די רבי/רב האט קיינמאל אין לעבן נישט געשפירט אז דער חזן אדער שפילער איז זיין קאנקורענץ.

ר' מאיר שפירא, דער מנחת אלעזר, ר' ישכר דוב בעלזער אדער ר' שלום אליעזר ראצפערטער זכותם יגן עלינו האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז ווען א איד גייט הערן יוסל'ע ראזענבלאט אדער קווארטין, טוט דאס עפעס אוועק נעמען פון זיי, אדער ווייניגער מאכן זייער השפעה אויף די אידנטום. זיי האבן געוויסט אז פאר אן הנאה גשמי גייט מען הערן א חזן, משא''כ פאר עונג רוחני, פאר א דעת תורה, אדער פאר א ישועה קומט מען צו זיי.

אנדערש זענען אבער די רבנים פון אונזער דור, וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ איז פון זיין א צעלעברעטי. אנשטאט זיין אינפלו'ענטשעל אויפן ציבור מיט זייער תורה און עבודה, פראבירן זיי דאס צו טוהן דורך צאלן געלט צו זיין אויף די פראנט פעידזש פון די וועכענטליכע מאגאזינען. זייער קאפ און מוח פארן חתונה מאכן א קינד, ליגט אין די שילדן פונעם אויבן אן, און אין די קאליר פונעם בעקיטשע. יעדע נסיעה אויף די מקומות הקדושים ווערט פארוואנדלט אין א צירקוס, ווי די נסיעה התרוממות מוז האבן א סימבאל פארן שבת, און דאס מוז זיין געדריקט אויף יעדע נעפקין. דאס ווערט אלעס געטוהן אז זיי זאלן זיין ווי א גרעסערע צעלעברעטי ביים ציבור.

קומט חול המועד אין דער צעלעברעטי רב זעהט ווי פערצן טויזנט מענטשן קויפן טיקעטס צו גיין זעהן דעם צעלעברעטי לאנגזאם וכדומה ביים 'אונטערן' שפיל. דערנאך זעהט ער ווי נאך פינף צו זעקס הונדערט אידן לויפן קויפן טיקעטס צו זעהן דעם צעלעברעטי שרגא פייוול גאלד מיט זיין חבריא ביי 'שירה ושירות'. קומט פשוט ארויף א ווילדע קנאה פון איין צעלעברעטי אויפן צווייטן צעלעברעטי. ער פארשטייט נישט פארוואס די אינגווארג איז נישט ענדערש אינטערסירט צו קומען זעהן זיין נייע קאלירפולע בעקיטשע וואס ער האט זיך געמאכט לכבוד יום טוב? ער גייט ארויס פון די כלים אז ער האט שוין געטראסקעט היי יאר אויף מאגאזינען עפרות תבל, אבער פאר די אינגווארג איז נאך אלס מער אינטערסאנט די זינגער צעלעברעטי ווי זיין חול המועד טיש אדער דרשה.

דעריבער קומט ער צו די מסקנה, אז די איינציגסטער סיבה פארוואס דער עולם וויל ענדערש דעם שפיל, איז ווייל זיי זענען פארדארבן. אומר ועושה נעמט מען ארויס דעם פעדער און מ'שרייבט א ווילדע קול קורא קעגן דעם פארדארבענע ציבור אידן.

דער אמת איז אבער, אז דער ציבור האט גארנישט קעגן די רבנים פערזענליך. סך הכל זעהן זיי נאר ווי די רבנים זענען פארנומען מיט שטותים א גאנצן טאג, און די אינטערטעינמענט ביזנעס איז פארנומען מיט שטותים א גאנצן טאג, און פערצופאל גליכענען זיי מער די שטותים פון לאנגזאם/פעלדמאן ווי די רבנישע שטותים.

אויף דעם האָבן מיר אבער די קאצקער עצה פאר די רבנים. אויב ווילט איר האבן אן השפעה אויף כלל ישראל? איר ווילט אז דער ציבור זאל אייך ארויף קוקן? הייבט אייך אויף אביסל!! זייט נישט פארנומען מיטן זיין א צעלעברעטי!! לייגט נישט יענעם אין דער ערד!! לאזט אייך אפ פון אלע נערישקייטן!! זייט ממלא די תפקיד פון א רב!! זייט פארנומען מיט די שלשה עמודי עולם וואס איז תורה, עבודה און גמילת חסדים!! ווען איר וועט דאס טוהן, וועט איר נישט לעבן אין פחד אז דער זינגער צעלעברעטי נעמט אייך עפעס אוועק, אדער מאכט אייער השפעה ווייניגער ביים ציבור. איר וועט קומען צו די הכרה אז די שפילערס צו זינגערס זענען בכלל נישט אין אייער גאטונג, און אוודאי נישט אייער קאנקורענץ.

טראכט גוט אריין, וועט איר זעהן ווי אמת דאס איז!!

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:55 pm
דורך איסר האטלקי
דער קען נישט קיין היסטאריע. אוי האט זיך אמאל געטון צווישן די חזנים און די רבנים.... אין יעדע שטעטל איז געווען א פייערדיגע מחלוקה צווישן דעם רב פון איין זייט קעגן דעם חזן און ראש הקהל... ס'איז דא אוצרות מיט מעשיות פון יענע מחלוקות'ער.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר:איכ'ל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה פון דיין יעצטיגן מאמר. פארוואס זאלל דען א יונגער בחור אדער יונגערמאן זיין אינטרעסירט אין דעם שוי-שפיעל וואס די רבנים/רעבעס שטעללן אהער. ס'איז אייביג די זעלבע סצענע מיט דעם זילבערנעם בעכער און טעצל פון גרעיפ דזשוס. און די זעלבע רונדעכיגע קעיק וואס דער העיליגער רעבע/רב שניידט אויף בדחילו ורחימו. אדער דאס בינטל (טייערע) טרויבן וואס זיצט בראש ההר פונ'ם רעבע'ס טאץ. משא"כ ביי די ליטווישע געדעילעם, פאר זיי זענען פארדארבן געווארן און זיי האבן זיך אפגעלערנט פון די רעבישע שטיק. האט מען אייביג געזעהן ווי זיי האבן אפענע גמרות און זענען זיך מפלפל ביי די הוויות פון אביי ורבא. הרב מלכיאל קאטלער והרה"צ מהרז"ל שליט"א יוכיחו...!

Re: ביד''צ סאטמאר אסר'ט שיעורים ושירים הוה''מ פארברענג

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליטווישע גדולים האט מען גארנישט געזען, איידער די פאליטישע באוועגונגן. ווער האט געוואוסט וויאזוי ר׳ משה פיינשטיין גייט אנגעטון? היינט קען מען ערגעץ טרעפן די בילד מיט די שטרוי הוט. מ׳האט געקענט רואיגעהייט קלאפען אויף זיין טיר, אדער צוגיין אין ישיבה צו אין קעמפ, אדער זאגאר קלינגען אויפ׳ן טלפון, עכ"פ ביז שנת תשל"ט.

אבער דאס איז ריכטיג אז יעדער פאסירונג איז די זעלבע. א חתונה און א שבע ברכות, ל"ג בעומר מיט ט"ו בשבט, חנוכה און פורים קטן מיט דער באבע׳ס יארצייט. מ׳פלוידערט די זעלבע ווערטער, מ׳עסט די זעלבע מ׳זינגט די זעלבע. עס איז זייער לאנגווייליג. קומט ר׳ מיילעך און ער טאנצט אויפ׳ן טיש. אבער וויסען זאל ער אז עס קען זיין פונקט אזוי לאנגווייליג. ער דארף טוישען די געים, איין מאל אזוי און איין מאל אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:41 pm
דורך יעקב מענטש
סתם פאר נייגעריקייט, אין א"י זענען דאך די זאכן אסור שוין יארן מיטן חותם הבד"ץ, פארוואס טאר דער בד"ץ פון קיעפ סט. נישט ארויסגעבן דעם זעלבן איסור? ווענד זיך אין וועלכע זיפ קאוד מ'וואוינט?

אגב, זאל קיינער נישט מיינען אז דאס איז א מיינונג פון איין שיכט פון איין קרייז, געהערט אז ר' מענדעלע זז"ג פון הופער איז אויך געווען קעגן דעם מעמד, און האט אפגערופן ר' שרגא פייוויל דערוועגן, אבער האט מסכים געווען צו שווייגן דאסמאל נאכדעם וואס יענער האט געטענה'ט אז ער האט שוין אינוועסטירט דערינען רבבות.

למעשה, איז עס געווען א שטארקע סוקסעס, אבער מיין פרעדיקשאן איז, אז נעקסטע חוה"מ גייט עס זיין אין ב.פ. ושלום על ישראל, ווילימאסבורג בלייבט הייליג, אין די בחורים האבן ווי צו זינגן יאסעלע ראזענבלאט'ס ניגונים פאר $120

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 6:25 pm
דורך זאפטיג
חתם זאגסט גאנץ גיט
איך האב נאר איין הערה
די היינטיגע סעלעבס זענען אויך דעה זאגערס ווי ליפא מיכאל אונד יונתן שווארץ און אנדערע
יוסל האט חוץ פון זינגן גארנישט געזאגט צי כלל ישראל

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:41 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
זאפטיג האט געשריבן:חתם זאגסט גאנץ גיט
איך האב נאר איין הערה
די היינטיגע סעלעבס זענען אויך דעה זאגערס ווי ליפא מיכאל אונד יונתן שווארץ און אנדערע
יוסל האט חוץ פון זינגן גארנישט געזאגט צי כלל ישראל

ווייל די היינטיגע רבנים פארקויפן לאקשען - במילא הערט מען זיך צו צו די זינגערס אפשר האבן זיי עפעס צו פארקויפן...

און אויך ווייל פון די ניגונים הערט מען ווי שיין כלל ישראל איז !!!
אבער די רבנים קומען כסדר וויינען און פארציילען ווי נידריג כלל ישראל איז געפאלען, קיינער האט נישט ליב צו הערן אזויפיל נעגיטיוו -
כ'הא געהערט אמאל נאכזאגן פון ר' שלמה באבובער זי"ע (דער טאטע פון 48 און זיידע פון 45) אז אמאל האט מען געקענט געבן א טאפ מוסר און א לעפל חיזוק, היינטיגע צייטען ברויכט יעדער א טאפ חיזוק און בלויז א לעפל מוסר... ודפח"ח

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 10:59 pm
דורך איש חזון
יעקב מענטש האט געשריבן:ווילימאסבורג בלייבט הייליג

:roll:

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 11:35 am
דורך calculator
די סאטמאריסטשע חסידות (בפרט די זאלי פארטיי) האט נישט גארנישט מיט וואס צו מאַניפּולעיטן זייער עולם אויף זייער טאג טעגליכע לעבן און צו געדענקן אז מען איז א סאטמארער, נאר מיטן איינצומען, מיטן סלוגאן און שלייער פון מסורת אבות און מיט כפייה דורך ארויס ווארפן פון מוסדות, אלזא ביי יעדע פאל וואס ווערט געטוען אויף אייגענע און יחידישע אינטרנעמוגען וואס קוקט אויס פאר די פירערס זייערע אז עס איז פארהאנען פון זייערע מענטשן וואס טראכטן אליינס, וועלן זיי זיך ארויסשטעלן אנטקעגן, כדי בשעת דער יחיד האלט זיך אפ פין עס צוטוען זאל אים ליגן און קאפ אז ער איז א סאטמארער, אין מיט דעם בלייבט ער מקושר ומשועבד צו די פארטיי, והיינו טעמא דשירים ושיעורים ,היינו טעמא דמערכת עירוב, היינו טעמא אינטערן פלעי (וואס אנדערע מוסדות האבן עס שוין צוריק מתיר געווען). וכו' וכו'. וואס בעצם זיין מגושם מיט עסן און מוזיקאנטן איז פון די קלענסטע חטאים ביי זיי, כדמצינו בכא' כסליו, ובדינור'ס שלהם, נאר ווען די קומסט אין וויליאמסבורג בפלטרין שלהם און די רעד זיך נישט דורך מיט זיי איז ווי אן אויפשטאנד.
אין פאר די וועלט פארקויפן זיי אז "וויליאמסבורג איז הייליג".

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 2:13 pm
דורך יעקב מענטש
איש חזון האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:ווילימאסבורג בלייבט הייליג

:roll:

איך האב פארשטייט זיך נישט געמיינט מיין פערזענליכע מיינונג, איך רעד נאר לשיטת האוסרים והנושאים בעול רוחני בעיר ווילי

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 12:54 am
דורך שמעון וואלף
איינער זאגט מיר אז שביעי של פסח איז ער נישט געגאנגן אין שול זאגן די שירה ברבים, נישט וועלענדיג עובר זיין אויפ'ן איסור

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:00 am
דורך מודה בטפל
יענער איז א פינסטערער לץ, איך ראט דיר דו זאלסט זיך באצייטענס אפשאקלען פון יענעם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:21 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז שביעי של פסח איז ער נישט געגאנגן אין שול זאגן די שירה ברבים, נישט וועלענדיג עובר זיין אויפ'ן איסור


גערעכט איז ער געווען, ווייל אזוי גייט עס. די שירה האט זיך אנגהויבן בלויז פאר מענער און צום סוף האט זיך עס גענדיגט מיט פרויען שירה, ה"י...

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:29 am
דורך זאפטיג
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז שביעי של פסח איז ער נישט געגאנגן אין שול זאגן די שירה ברבים, נישט וועלענדיג עובר זיין אויפ'ן איסור


גערעכט איז ער געווען, ווייל אזוי גייט עס. די שירה האט זיך אנגהויבן בלויז פאר מענער און צום סוף האט זיך עס גענדיגט מיט פרויען שירה, ה"י...


גראדע נישט
מרים מיט די ווייבער האבן גקלאפט מיט פויקן אז עמן זאל נישט הערן דעם קול אשה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 10:08 am
דורך חיים יואל
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז שביעי של פסח איז ער נישט געגאנגן אין שול זאגן די שירה ברבים, נישט וועלענדיג עובר זיין אויפ'ן איסור


גערעכט איז ער געווען, ווייל אזוי גייט עס. די שירה האט זיך אנגהויבן בלויז פאר מענער און צום סוף האט זיך עס גענדיגט מיט פרויען שירה, ה"י...

:lol:

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:15 pm
דורך וואלווי
זאפטיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז שביעי של פסח איז ער נישט געגאנגן אין שול זאגן די שירה ברבים, נישט וועלענדיג עובר זיין אויפ'ן איסור


גערעכט איז ער געווען, ווייל אזוי גייט עס. די שירה האט זיך אנגהויבן בלויז פאר מענער און צום סוף האט זיך עס גענדיגט מיט פרויען שירה, ה"י...


גראדע נישט
מרים מיט די ווייבער האבן גקלאפט מיט פויקן אז עמן זאל נישט הערן דעם קול אשה.


געראדע יא, דער תירוץ מיט די פויקען איז נאר ע"פ ספרי חסידות, אבער ע"פ געהעריגע נגלה זאגען רוב מפרשים אז זי האט געהעריג געזינגן און ס'נישט פארהאן דא אן איסור קול באשה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:19 pm
דורך וואלווי
מודה בטפל האט געשריבן:יענער איז א פינסטערער לץ, איך ראט דיר דו זאלסט זיך באצייטענס אפשאקלען פון יענעם.


וואס עפעס? זיצען מיט א לץ מעג מען נישט אלס מושב לצים לא ישב, אבער שטיין אין א קופקע לצים איז מותר לכתחילה..

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 5:51 pm
דורך זאפטיג
.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 5:54 pm
דורך זאפטיג
וואלווי האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז שביעי של פסח איז ער נישט געגאנגן אין שול זאגן די שירה ברבים, נישט וועלענדיג עובר זיין אויפ'ן איסור


גערעכט איז ער געווען, ווייל אזוי גייט עס. די שירה האט זיך אנגהויבן בלויז פאר מענער און צום סוף האט זיך עס גענדיגט מיט פרויען שירה, ה"י...


גראדע נישט
מרים מיט די ווייבער האבן גקלאפט מיט פויקן אז עמן זאל נישט הערן דעם קול אשה.


געראדע יא, דער תירוץ מיט די פויקען איז נאר ע"פ ספרי חסידות, אבער ע"פ געהעריגע נגלה זאגען רוב מפרשים אז זי האט געהעריג געזינגן און ס'נישט פארהאן דא אן איסור קול באשה.


עפ''י געהעריג נגלה שטייט נישט אין די תורה אז זי האט געזינגן
און עפ''י געהעריג נגלה שטייט אמר שמואל: קול באשה ערוה, שנאמר כי קולך ערב ומראך נאוה