בלאט 3 פון 3
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:27 am
דורך אלע צוזאמען
שרייב נישט קיין פריוואטע אינפארמאציע וועגן א יחיד, אמת'ע און אוודאי נישט נישט-אמת'ע.
מנהל
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:29 am
דורך קליינע צדיק
עס איז אזא פארלוסט
ער האט ארויפגעברענגט די מאענט פי כמה ןכמה סיי דורך זיינע אייגענע הערליכע ווערק, און שטיפן זיין וויזשען אין מאמענט,
און דורכדעם אימדירעקט געהויבן די גאנצע מארקעט
איך האב פראבירט מברר צו זיין מה קרה, אבער די עולם רעדט נישט, עס הערט זיך ווי א פארווייטאגטע פרשה
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:53 am
דורך חב''ד הויזן
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:27 am
תנא קמא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:21 am
דער בחור האט ארויסגעטשעקט פאר גוד?
ער איז אין איין חברותא מיט ר’ פנחס גלויבער וואס זיכט אויך ארויסצוטשעקן פון די גשמיות’דיגע עולם.
פנחס איז געבליבן מיט אלע זיינע דשאבס און נאך צוגעלייגט נאך. אליהו יואל האט ארויסגעטשעקט פון דעם עולם בכלל.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:41 pm
דורך עמקות התם
געב עס א שטיק צייט, ער וועט ארויס קומען מיט א אייגענע מאגעזין, זיין סטייל בלי צונזרה . אפשר מער כדרכו ק"ש, דהיינו יעדע לפי רוחו לויט זיין journey.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:14 pm
דורך שפילער
עמקות התם האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:41 pm
געב עס א שטיק צייט, ער וועט ארויס קומען מיט א אייגענע מאגעזין, זיין סטייל בלי צונזרה . אפשר מער כדרכו ק"ש, דהיינו יעדע לפי רוחו לויט זיין journey.
נעה ער איז דאך נישט אינטערסירט אין די גאנצע זאך. וואס יא אפשר וועט ער אהערקימען און דא אויסגיסן זיינע טאלאנטן.........
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:58 pm
דורך אלפא
ב.ד.וו. פינחס גלויבער וואוינט היינטצוטאגס אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:04 pm
דורך עמקות התם
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:58 pm
ב.ד.וו. פינחס גלויבער וואוינט היינטצוטאגס אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל?
ארץ ישראל שוין פאר א שיינע פאר יאר,
ער איז דאך א חובב ציון, איך מיין אז ער איז ג'ווען פין די חבורה פינעם הרב ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל יבדלח"ט בנו בכורו מניקלשבורג שליט"א.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:29 pm
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:14 pm
עמקות התם האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:41 pm
געב עס א שטיק צייט, ער וועט ארויס קומען מיט א אייגענע מאגעזין, זיין סטייל בלי צונזרה . אפשר מער כדרכו ק"ש, דהיינו יעדע לפי רוחו לויט זיין journey.
נעה ער איז דאך נישט אינטערסירט אין די גאנצע זאך. וואס יא אפשר וועט ער אהערקימען און דא אויסגיסן זיינע טאלאנטן.........
נא אפשר וועט ער קען אוועקשטעלן די וועקער השלישי?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:20 pm
דורך קורקלענד
סתם שקרים וכזבים וואס פארט דא ארום. יעדער ווייסט סיי וועלכע ארבעט אין אידישע ליטעראטור איז מער ווייניגער א סטאטוס אין כבוד ווי איידער א דיסענט פארדינסט. דעריבער איז אליהו יאול'ס פרעשור געווען צו גרויס ציווישן אנדערע אינקאם'ס און רעספאנסיביליטיס און ער האט עס געדארפט לאזן לויפן. ווען ער וועט האבן צייט פאר כבוד, אדער ווען עס וועט ווערט זיין די פארדינסטן וועט ער לכאורה זיין צוריק אין אזא פאזיציע.
ס'האנדלט זיך דא פון איינער א יחיד פערזענליך און מ'פארקויפט סתם שקר פארן ציבור. נאַט נייס.
גראדע איז דער חברותא'שאפט חלק 'אויך' שקר. אפשר האט פנחס גלויבער א חברותא וואס האט געטרינקן אויף א פארם אדער אפשר האסטו געטרינקן. אבער אליהו יואל גליק איז נישט גלויבערס חברותא.
Re:
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 14, 2021 5:17 pm
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כדרכם בקודש פונעם מאמענט צו באשרייבן דעם טעם פון די עסן ביים כינוס השליחים אדער דעם הייסן בור פון אוהל רחל לכבוד רזל"ס מסע המלכות....
אנטשילדיגט אבער עס זעהט נישט אויס ווי איר האט געליינט דעם ארטיקל פארן קריטיקירן. די אנדערע ארטיקלעך וואס איר דערמאנט איז נישט געווען געשריבן דורך הרב גליק.
יא ער באשרייבט זיין נסיעה און עס איז א חלק פון די ארטיקל (און מענטשן גלייכן די פרטים ווען עס ווערט געשריבן נוסח הרב גליק) אבער עס איז אויך דא אסאך אינטערסאנטע אינפערמאציע פון וואס ער האט אלץ מיטגעהאלטן ביים נסיעה.
(אגב, די כינוס ארטיקל איז געווען זייער שיין און די מסע המלכות ארטיקל האב איך בכלל נישט געגליכן)
אפשר איז ביים "מסע המלכות" ארטיקל "יא" געווען א ביסל "אונטערגעשמירטע". פי. אר.
נאר זיינע (אליהו יואל'ס) ארטיקלען וואו ער פארט ארום און באזוכט אלע אידישע קהילות אין אמעריקע און אינטערוויוט די מנהיגים און די פשוט'ע מענטשן. דאס באנעמט מיך עד נימי נפשי און איך בלייב זיצן און טראכטן א סאך מאל פאר שעות. דאס איז די בעסטע חלק פון מאמענט. און פון זיין שרייבן.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 2:17 pm
דורך טאמבל סאס
שמעתי מתחת הכסת אז עפעס איז דא א סכסוך צווישן די משפחה וועלכע פינאנצירט די מאמענט, און די רב המכשיר, וועלכער איז אויך פון די בני המשפחה? איינער קען באשטעטיגן?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 2:33 pm
דורך מר. קלונימוס
ווער פינאנצירט עס
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 2:35 pm
דורך עמרם
און ווער איז די רב המכשיר ?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 2:48 pm
דורך טאמבל סאס
אך ווייס נישט. אך זאג נאר וואס כ'האב געהערט. די שאלות פרעג איך דא..
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:18 pm
דורך האניג
ווי ווייט איך ווייס באלאנגט מאמענט פאר (איינס אדער מער פון) די קינדער פון הרב שמואל דוד פריעדמאן, בשותפות מיט יואלי קרויס.
א הכשר איז דען דא אויף מאמענט?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 6:40 pm
דורך מר. קלונימוס
אויך א בליק
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 2:35 pm
און ווער איז די רב המכשיר ?
מסתמא אויך עפעס א משכיל, א ציוני מיט דיעות נפסדות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.
אונז גיי מיר בלי"נ ארויס גיין אין א גרויסע מחאה ביי זייערע אפיסעס. דינסטאג פ' ויקהל-פקודי (נישט דאס יאר). תיכף נאכ'ן ענדיגן דאווענען שחרית. בערך אום 1:30 אחר חצות היום. נאך וואס איך וועל עפעס איבערבייסן פאר פת שחרית (אדער מוסף)... מי לה' אלי...!
ס'אן אומדערהערטע חוצפה. זיי געבן אינטערוויוס פאר חב"ד ס'קער "רבנים" . רחמנא ליצלן (מהאי דעתא). אויך האבן זיי ארטיקלען און באריכטן מיט בילדער פון וועלכע מ'קען (ח"ו) קומען מהרהר זיין בשבח הציונים. רחמנא ליצלן. כבר אמרנו.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:09 am
דורך האניג
פונקט דעם שבת דורכגעבלעטערט מאמענט, זיי האבן צוגעלייגט עטליכע קאלומס. אבער אלי' יואל קען מען נישט ריפלעיסן. עס בענקט צו זיין פעדער און נשמה שפראך. הלואי זאל ער ערגעץ שרייבן.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:37 pm
דורך berlbalaguleh
האניג: ייש"כ. ספעציעל זיינע באריכטן ווען ער איז געגאנגען באזוכן פארשידענע קהילות אין גאנץ אמעריקע (דרום און צפון). און געגעבן א פונקטליכן באריכט וויאזוי אידן לעבן איבער די וועלט. דאס האט מיר געגעבן א ספעציעלן עונג שבת ויו"ט.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:22 am
דורך אינטערסאנטער
איך ווייס נישט וואס מען רעדט.
אבער אין א סייד נאוט: איך האב אמאל געטראפן ר' אלי' יואל און פארברענגט א שבת מיט אים. חוץ זיינע ידיעות און זיין ברייטקייט, איז ער פשוט א צדיק פון א איד, א גוט הארץ מיט גאלדענע מידות. ספעציעל העפליך און האט געדולד און א גוט ווארט צו יעדן.
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:36 pm
דורך רעבמאטעס
ווער האט אים איבערגענומען אין מאמענט?
Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך מיין דער אלעמען באקאנטער בדחן און איש החסד יונתן שווארץ. זיינע ארטיקלען זענען אויך מתוק מדבש.
לאמיר האפן אז מאמענט וועט פארבלייבן אויף דעם הויכן ניווא וואס זיי זענען איצט. ווייל אויסער דעם בריאה מיט דעם פארדרייטן היטל (אפשר קאפ) הרב חיים שלמה בערגער שליט"ע זענען אלע נארמאלע אידישע שרייבערס.
ווען ער איז נישט ביזי מיט די (הויכע) שטריימלעך און די וואכנאכט'ס אין הויף זוכט ער ציונים (און טרעפט זיי) ווי א איד ביי בדיקת חמץ.!