calculator האט געשריבן:בעצם מיטן שכל אנושי איז בכלל כל עניני אישות אן עקל און תועבה, נאר די נאטור און די געפילן פון א יאמען ביאינג מאכט אים די רייץ און די תאווה, און איינמאל עס האט מיט די נאטור איז פארהאן א נאטור וואס זאגט אים מה לי אשה מה לי איש, און בדרך הטבע פאר רוב מענטשען איז די נאטור גובר אויפן שכל אין די ענינים, אבער די באשעפער וואס קומט נישט בטרוניא עם בריותיו, האט מצוה געווען פאר א מאן צו חתונה האבן מיט א פרוי, און ער האט אריין געלייגט אין די טבע אז אויב די מאן איז זוכה צו באקומען פולע ליבשאפט פון זיין פרוי, ווערט די רעשט אין די ענינים אן עקל פארן מאן הן לגבי נשים אחרות וכ"ש לגבי אנשים, אויב אבער איז לא זכה, בלייבט ער מיטן נאטור פונעם בשר ודם, אויב אזוי מה לי אשה מה לי איש.
וויל איך צוענדיגן וואס איך האב אנגעהויבן.
אז די מצוה פון חתונה האבן מיט א פרוי, איז (איינע פון די סיבות כמובן), ווייל די טבע איז ווען א פרוי פירט זיך מיטן מאן מיט הכנעה און גיבט אים ליבשאפט, בדרך הטבע האט ער די מעגליכקייט אז זיין שכל זאל זיך גובר זיין אין די ענינים, און האבן אן עקל צו שמוץ ולאביזרייהו פון שמוץ. משא"כ א מאן קען נישט ערפילן אן אנדערן'ס מאן'ס געברויכען אין די ענינים, וועט זיך אים די נאטורלכען נאטור קיינמאל נישט אפשטעלן.
לויט ווי איך פארשטיי, אז לויט'ן קאלטור היינט פון סיביל-רייטס, און א פרוי איז אויף די זעלבע דרגא פון א מאן און לויט טייל איז נאך לעידיס פירסט, איז ווען א מאן האט היינט חתונה מיט א פרוי באנעמט זי זיך נישט מיט איר מאן מיט די ריכטיגע הכנעה און ליבשאפט, פארשטייט דער "יששכר חמור גרם", אז די סיבה וואס דער אייבערשטער האט מצוה געווען נשיאין, וויבאלד ער האט ג'אסרט וואוינען מיט פרויען ווייל ער ווייסט וויפיל די וועסט אים געבן וועט אים נישט זיין גענוג, דערפאר האט ער נאר מתיר געווען איין פרוי און אויף די רעשט זיי זיך גובר, אויב אזוי טענהט דער "ישכר פי דובר שקר", אז ער זעהט נישט קיין חילוק, מאי שנא אנשים, די יאמען ביאינג האט אויך א רייץ צו מענער אויב אזוי וואלט ער געדארפט אויך מתיר זיין איין מאן פאר א יעדע מאן.