בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2019 5:44 pm
דורך chosen people
ארי נוהם האט געשריבן:און אצינד די פרישע נייעס, אז די גערע שקצים האבן ווארשיינליך מזייף געווען דער חתימה פון הרב גראס, וואס שרייבט כלומרשט א מכתב הכחשה אויף ר' שאול אלתר'ס אפענע ווערטער. אבער אצינד זעט מען, אז די חתימה זיינע איז פשוט ק/פ פון זיין חתימה אויפן נוסח החרם.

בייגעלייגט זענען ביידע מכתבים, וירא הקהל וישפוט:
0_FB_IMG_1562923534599.jpg
FB_IMG_1562923454943.jpg



נ"ב, אין גער איז א גרויסע עסק די חתימה פון הרב גראס, וואס דארף צו הייסן איינע פון די חשובסטע רבנים אין ארץ ישראל, נישט נאר אין גער נאר בכלל, און וועגן דעם האט ר' שאול געוואלט מברר זיין וויאזוי ער האט געקענט טון אזא עוולה ווי חתמ'נען אויפן חרם (די אנדערע מו"צ'לעך זענען נישט ווערד התייחסות, פאנדלעך אויפן שאך ברעט, און מעגליך נישט גענוג ת"ח, ערליך, וברי-דעת, אז זייער חתימה זאל איינעם צושאקלען), אויף וואס ער האט טאקע געזאגט אז ער האט נישט געקענט פרטי המעשה. דערפאר איז מען געווארן ווילד אין גער, און מ'האט פשוט ארויפגעלייגט זיין אלטע חתימה אויפן נייעם מכתב הכחשה!


הרב נויסבוים'ס בריוו איז נישט קיין קלייניגקייט ער איז אויכעט א ארויפגעקוקט רב. און דאס זעהט לכאורה אויס יא אמת'דיג..

Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2019 6:49 pm
דורך יעלה ויבא
די באן פארט ווייַטער.בילד

Sent from my LGLS991 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יולי 13, 2019 8:13 pm
דורך צפור בודד
WhatsApp Image 2019-07-14 at 00.53.26.jpeg

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 12:56 am
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:די גאנצע דין ודברים דא האט נישט קיין פשט.
חושן משפט איז נישט אזוי ווי יורה דעה, נישטא אזא זאך אז א רב אדער דיין קען הערן א שאלה און ארויסגעבען א פסק, אפילו אויב הערט ער אלע פרטי הדברים
ס'איז דא א דין פון "שמוע בין אחיכם" אז אן הערן ביידע צדדים פון די צוויי בעלי דינים קען מען נישט פסקנען.

אגב פארשטיי איך נישט וואס גייט דא פאר מיט גער. פאר א פאר דאלער איז מען גרייט צו מאכען אזא שטינק?
אז די מחלוקת איז פאליטיש פארשטיי איך, אבער אז די מחלוקת איז געלט איז דאס בכלל נישט פארשטענדליך.


ס'איז טאקע געלט, אבער דאס איז נאר די גוף דערפון, די נשמה איז פאליטיק, ווער ס'איז מכריע, ווער ס'גייט אין שפאן...

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 1:25 am
דורך אישתישבי
ביסט גערעכט מיט דיין קשיא ר' גדליה, עס איז א גרויסע חידוש אז פאר די פאר דאלאר זאלען זיי טוהן א זאך וואס די און איך קוקען אהן ווי משוגעת.

אבער דארט ליגט די תירוץ, זיי קוקען עס אהן נארמאל, די וואס פירען דער רבי דארט, אויסער וואס זיי זענען צודרייטע עקסטרימיסטן און שלעכטע מענטשן, זענען זיי געוואוינט צו הייסן און דער עולם פאלגט ווי קעלבלעך, חוץ דער האלבער בארא פארקער עולם וואס לאכט אין די פויסטען.

זיי האבען געמיינט אז מיט הייסען דער רבי זאגן זיין פסוק, און ארויסגיין פין דער שטוב, וועט בערלינער פאלגן און אויפגעבן דער קעמפ, דערווייל איז עס נישט געגאנגען אזוי פשוט, און וואס זאלען זיי טוהן יעצט, אויפגעבן?

Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 2:26 am
דורך גראף
איך האב שוין געפרעגט לעצטענס עטליכע גערער אין ב.פ. נישט וועגן די קעמפ נאר בכלליות וואס איך קען וועגן די פאליטיק קעגן די רבי און זיי ווילן נישט רעדן. אדער זאגן זיי אז ס'איז סתם ליידיגייער און בעלי מחלוקת אבער אין כלום. סאו וועלכע האלבע עולם לאכט און וואס מיינט זיי לאכן, אז זיי פאלגן נישט? אדער האלטן נישט פון די רבי?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 2:49 am
דורך קורקלענד
זיי פאלגן יא און האלטן נישט......

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 3:06 am
דורך חקרן
ר' נפתלי נוסבוים האט ארויסגעגעבן א צעטל, וואו ער שרייבט אז ער האט אונטערגעשריבן דעם פאריגן צעטיל, וועלדניג מוחה זיין אויפן כבוד פונעם רבי'ן שליט"א.

עס דרייען זיך ארום שמועות, אז ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן דעם (צווייטן) צעטל, מיט די טענה, אז ער שטיצט נישט קיין אלימות, ביז דער רבי שליט"א האט אים גערופן אינמיטן נאכט אז ער זאל אונטערשרייבן, האט ער געזאגט אז ער האט נישט חשק צו שטיצן אלימות, האט אים דער רבי געזאגט: "זיך אננעמען פאר מיין כבוד הייסט נישט אלימות". אויף דעם סמך האט ער אונטערגעשריבן דעם צעטיל.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 5:55 am
דורך אישתישבי
קיינער דארט האט נישט ליב צו רעדן, ווייל דארט רעדן איז א בחינה ווי מסירה.

אבער מיטהאלטן מיט דער זאך איז נאר האלב.

בערלינער קען רואיג דאווענען אין גער אין בארא פארק, און באקומען עליות וכו'.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 5:59 am
דורך אישתישבי
גראף האט געשריבן:איך האב שוין געפרעגט לעצטענס עטליכע גערער אין ב.פ. נישט וועגן די קעמפ נאר בכלליות וואס איך קען וועגן די פאליטיק קעגן די רבי און זיי ווילן נישט רעדן. אדער זאגן זיי אז ס'איז סתם ליידיגייער און בעלי מחלוקת אבער אין כלום. סאו וועלכע האלבע עולם לאכט און וואס מיינט זיי לאכן, אז זיי פאלגן נישט? אדער האלטן נישט פון די רבי?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


די וואס זאגן אז עס איז סתם ליידיגייער אן בעלי מחלוקת, זיי זענען די קאלטע. ווען די וואס וועלען דיר זאגן אז "ער ווייסט נישט מיט וועמען ער פאנגט זיך אהן?" זיי זענען די זעלבע וואס האלטען אז די גאנצע מעשה פין אויוון (ד.מ. דער רבי מיט דער גאנצע חבריא) זענען א חברה וואס מען דארף אויסמאדען אויף אלע קאסטען.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 8:47 am
דורך איסר האטלקי
פיצול בדרך?..

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 8:47 am
דורך איסר האטלקי
לזכות פון רבי שאול...

Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 9:16 am
דורך צפור בודד
ראה זה דבר פלא. איך זע נישט אויף בחדרי און נישט אויף כיכר השבת אפילו א האלבער ווארט איבער גער. אזוי שטארק האט מען פון זיי מורא?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 10:02 am
דורך תנחום
אויף כיכר איזעס באריכטעט כסדר

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 12:08 pm
דורך אישתישבי
ווייניג.

אז שאולזאהן האט פין זיי מורא, מיינט אז זיי זענען טאקע א חברה כלבים.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 12:38 pm
דורך אישתישבי
מיט דער היינטיגע צעטיל פין גראס, אויב האבן די חברה וואס פירען דער געשעפט אביסל שכל, סטאפעןַ זיי יעצט, ווייל עס גייט נאר גיין בארג אראפ.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 3:53 pm
דורך איסר האטלקי
אישתשבי איז גערעכט, אבער דער בעל תחת יעקב שליט"א וכת דיליה וויל זיך ווייטער פירן מיט קאפ אין וואנט.

היינט קומט פאר צענדליגער אסיפות און כינוסים אין אלע גורער צענטערן אין די וועלט זיך מחזק צו זיין אין די אמונה אין רבי'ן. זיי זענען קאמפס גרייט.

הרב גראס הנ"ל האט אליינס אויפגעטרעטן ביים כינוס אין אשדוד.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 3:54 pm
דורך חקרן
גראס האט זיך היינט משתתף געווען אין א כינוס פון גור אין אשדוד, ווי מען האט פארדאמט אלע וואס גייען קעגן די הוראות פונעם רבי'ן. גראס איז דארט געזעצן, צו ווייזן אז ער האלט מיט, אבער ער האט נישט געוואלט רעדן, כאטש מען האט אים מכבד געווען דערמיט.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2019 4:43 pm
דורך צפור בודד
אישתישבי האט געשריבן:אז שאולזאהן האט פין זיי מורא, מיינט אז זיי זענען טאקע א חברה כלבים.

אי משום הא אינו ראיה ווייל לכאורה באצאלט מען אים. פאר אפאר יאר האט ער געשאטן אויף זיי ממש טאג טעגליך און מיטאמאל איז אלעס שטיל געווארן.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 4:23 pm
דורך איסר האטלקי
כ"ק מרן אדמו"ר הגר"ש אלתר מגור שליט"א איז זיך משתתף ביים חתונה פונעם מורד בערלינער.

די כלה איז אן אייניקל פון יענקל ליצמאן, אבער אים זעט מען נישט אויפן אויבן אן בשעת מעשה...

ביים חתונה האבן זיך אנגעזען הונדערטער גורער אינגעלייט וועלכע האבן לעבעדיג געטאנצן מיט בערלינער, מען האט אים געהויבן אויף א בענקל און געזינגען לקדש שם שמים..

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 5:35 pm
דורך חקרן
וואס איז געווארן היינט אין קארט?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:02 pm
דורך איסר האטלקי
סעקיוריטי ביים אריינגאנג צום זאל

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:04 pm
דורך איסר האטלקי
שר התורה מרן השרף מבארידיטשוב שליט"א נעמט זיך אן פארן מחותן און קומט צום חתונה מיט די בגדי יום טוב.

מי ראה אלו יוצאים מדעתם ולא יצא...