בלאט 3 פון 8
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 1:11 pm
דורך calculator
גיי פשוט ווען א יעדער פון אונז זאל קענען א גוטע ענגליש און מעהט און גוט בעיסיק קאמפיוטערס, WORD, EXCEL, QUICKBOOKS, וויפיל אידן וואלטן גענומען פוד סטעמפס מיט סעקשען 8 ועוד ועוד. די אידן וואלטן געווען די ארויפגעקוקסטע ביי די גוים, א שיין פאלק אן קיין גניבות, ריטערן נישט צו home depot די עיר קאנדישען'ס נאך סוכות,
סוף סןף זענען מיר אן עם חכם ונבון, נאר וואסדען, יעדע אינגערמאן לעבט פון די גאווערמאנט ווי לאנג מען קען, אדער אפאר עשירים וואס קענען גוט דרייען א קאפ צו מאכן געלט און באשמיצן אינז אידן לעיני האומות.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:00 pm
דורך הקטן
calculator האט געשריבן:גיי פשוט ווען א יעדער פון אונז זאל קענען א גוטע ענגליש און מעהט און גוט בעיסיק קאמפיוטערס, WORD, EXCEL, QUICKBOOKS, וויפיל אידן וואלטן גענומען פוד סטעמפס מיט סעקשען 8 ועוד ועוד. די אידן וואלטן געווען די ארויפגעקוקסטע ביי די גוים, א שיין פאלק אן קיין גניבות, ריטערן נישט צו home depot די עיר קאנדישען'ס נאך סוכות,
סוף סןף זענען מיר אן עם חכם ונבון, נאר וואסדען, יעדע אינגערמאן לעבט פון די גאווערמאנט ווי לאנג מען קען, אדער אפאר עשירים וואס קענען גוט דרייען א קאפ צו מאכן געלט און באשמיצן אינז אידן לעיני האומות.
ס'קיקט אויס ביזט גוט און math and statistics
פעלט יעצט אויס צי זען אויב די נפקא מינה פין די עולם וואס קען נישט קיין בעסיק קאמפיאטערס איז אסך מער רעפעזנטירט ביי די וואס געניסען פין די שטאטישע פראגראמען
אויך גיי נאך וואו שווער איז פאר סיי ווער וואס וויל זיך אויסלערנען בעיסיק קאמפיוטערס אבער ער קען נישט פשוט ווייל ער האט געלערענט אין ישובה
גיוו-מי-עי=ברעק!
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:03 pm
דורך קורקלענד
ס'מאכט נישט קיין חילוק ווי אלט מ'איז זוך צו קענען לערנען די אלע דערמאנטע זאכן. אני לעצמי האב זיך עס געלערנט זאך די חתונה לויט ווי ס'האט זיך פארלאנגט. איך האב זיך אויס געלערנט אקאונטינג, פינאנץ, בעיסיק אלגעברע, פראגראמינג ועוד. אין ישיבה האב איך איך זיך אומאפיציעל גראדע אויך געלערנט פלאמבינג, עלעקטריק, וואדוואורקינג.... ועוד, ועוד.....
ס'איז א ריזיגע חילוק פון צונעמען עפעס וואס איינער פארמאגט, אדער נישט געבן איינער עפעס וואס ער וועט זיך אליינס קענען נעמען ווען ער וויל.
אין אנדערע נייעס דארפן אפאר ניקס דא א בעיסיק עדיוקאציע אויף די פשוטע אפטייטש פון דער ווארט דעמאקראטיע און פרייהייט. איינמאל מ'צווינגט עפעס ארויף אויף איינעם איז עס שוין נישט קיין דעמאקראטיע. אָנלעס מ'גייט דורך א פאלשע עדיוקאציע?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:16 pm
דורך בת קול
עס איז די עלטערנס אחריות אנצוגרייטן א קינד ער זאל קענען שטיין אויף די אייגענע פיס אלץ אן ערוואקסענע.
עס איז זייער שיין אז דו בוסט זיך געגאנגען לערנען שפעטער, אבער אוודאי פארשטייסטו אז רוב מענטשן האבן נישט די צייט, געלט און מח, ווען זיי דארפן שוין שפייזן א פאמיליע, אויפצוכאפן וואס זיי האבן פארפעלט, און זענען געווען בארעכטיגט צו לערנען, אין די יונגע יארן.
קענסט עס אנרופן גניבה- מען גנבעט צייט, געלט, און וויסנשאפט פון אונזערע קינדער
קענסט עס אנרופן הרגענען- הרגעסט זייער פראדאקטיווער future, אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט דאס אלץ אויפצוכאפן שפעטער
אדער קענסטו עס אנרופן פשוטע child neglect- דו לייגט ארויס דיין קינד אויף הפקר אן די נויטיגע געצייג וואס ער דארף צו קענען לעבן זעלבסשטענדיג.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 3:06 pm
דורך קורקלענד
איך וואלט אייך געוואלט מציע זיין א עקספערימענט וואס איך האב שוין עטליכע מאל פרובירט, נאך וואס איינער האט מיר עס אויפמערקזאם געמאכט.
נעקסט טיים איר טרעפט זיך מיט א הויעך געלערנטע. לייגט איהם פאר א פשוטע מאטעמאטישע פראבלעם צו לעזן. בעהט איהם צו רעדוצירן א פראקציע. ס'איז זייער א פשוטע מאטעמאטישע שאלה פאר א PhD. איר וועט זיין שאקירנד אז 90% פון זיי וועלן עס נישט קענען באווייזן! איי, זיי האבן עס געלערנט און זיך פארהערט דעראויף?? ווייל אז מ'פראקטיצירט נישט אפט פארגעסט מען.
אין אנדערע ווערטער, קענסט לערנען קוויקבוקס, ספרעדשיטס, אקאונטינג, מאטעמאטיק, געאמעטריע, אלץ אינגל אדער אינג בחור'ל, ווען ס'וועט אבער קומען די צייט וועט עס העלפן א רעטעך.....
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 3:10 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:עס איז די עלטערנס אחריות אנצוגרייטן א קינד ער זאל קענען שטיין אויף די אייגענע פיס אלץ אן ערוואקסענע.
עס איז זייער שיין אז דו בוסט זיך געגאנגען לערנען שפעטער, אבער אוודאי פארשטייסטו אז רוב מענטשן האבן נישט די צייט, געלט און מח, ווען זיי דארפן שוין שפייזן א פאמיליע, אויפצוכאפן וואס זיי האבן פארפעלט, און זענען געווען בארעכטיגט צו לערנען, אין די יונגע יארן.
קענסט עס אנרופן גניבה- מען גנבעט צייט, געלט, און וויסנשאפט פון אונזערע קינדער
קענסט עס אנרופן הרגענען- הרגעסט זייער פראדאקטיווער future, אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט דאס אלץ אויפצוכאפן שפעטער
אדער קענסטו עס אנרופן פשוטע child neglect- דו לייגט ארויס דיין קינד אויף הפקר אן די נויטיגע געצייג וואס ער דארף צו קענען לעבן זעלבסשטענדיג.
מ'טאָר קיינער נישט צווינגן וויאזוי צו ערציען זייערע קינדער. יעדער האט די אפציע שפעטער, יעדער האט צייט, און ס'קאסט נישט כמעט קיין געלט.
א זאך וואס א קינד האט קיינמאל נישט פארמאגט איז נישט מעגליך צו גנב'נען!
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 3:46 pm
דורך בת קול
איז אויב מען געבט נישט פאר א קינד צו עסן איז נישט ווי מען גנבעט אים דאס לעבן?
טיפשות.
דו גנבעסט זיין future.
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 4:13 pm
דורך יהודי פשוט
בת קול האט געשריבן:איז אויב מען געבט נישט פאר א קינד צו עסן איז נישט ווי מען גנבעט אים דאס לעבן?
טיפשות.
דו גנבעסט זיין future.
דאס וועט זיך ווענדן אין וואס די future פונעם קינד איז, ביי עסן איז נישט קיין שאלה אז אויב דו געבסט איהם נישט וועט ער שטארבן, אבער די עדיוקעישן וואס די רעגירונג וויל איהם געבן, אויב וועט מען עס נישט געבן קענסטו "אפשר" זאגן אז מ'נעמט אוועק פון איהם א געוויסע future, איך מוז אבער נישט האלטן אז דאס דארף זיין די future פון מיין קינד, ווי אויך מוז איך נישט האלטן אז אן דיין עדיוקעישן וועט ער נישט האבן דעם future וואס דו ווילסט ער זאל האבן
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 4:20 pm
דורך גדליה
קורקלענד האט געשריבן:איך וואלט אייך געוואלט מציע זיין א עקספערימענט וואס איך האב שוין עטליכע מאל פרובירט, נאך וואס איינער האט מיר עס אויפמערקזאם געמאכט.
נעקסט טיים איר טרעפט זיך מיט א הויעך געלערנטע. לייגט איהם פאר א פשוטע מאטעמאטישע פראבלעם צו לעזן. בעהט איהם צו רעדוצירן א פראקציע. ס'איז זייער א פשוטע מאטעמאטישע שאלה פאר א PhD. איר וועט זיין שאקירנד אז 90% פון זיי וועלן עס נישט קענען באווייזן! איי, זיי האבן עס געלערנט און זיך פארהערט דעראויף?? ווייל אז מ'פראקטיצירט נישט אפט פארגעסט מען.
אין אנדערע ווערטער, קענסט לערנען קוויקבוקס, ספרעדשיטס, אקאונטינג, מאטעמאטיק, געאמעטריע, אלץ אינגל אדער אינג בחור'ל, ווען ס'וועט אבער קומען די צייט וועט עס העלפן א רעטעך.....
איך האב אייך געוואלט מציע זיין א אנדערע עקספירימענט
גייט ארום פרעגן יוצאי ישיבתינו הקדושות א פשוטע משנה ברורה פראגע
למשל ווען ממעג בורר זיין פסולת מתוך אוכל
אכט און ניינציג פראצענט וועלן נישט וויסן צו ענטפערן אן גוגל
איז דאך א בפירושע ראיה אז סאיז א שאד יעדע רגע אין ישיבה
אבער איין זאך איז מען זיכער קונה אין ישיבה: אזוינע איפכא מסתבראדיגע לעכערליכע סברות פארשלייערט אלץ טיפע לאגיק.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 4:20 pm
דורך calculator
קען איינער ברענגען יאפפעד'ס גליונות וואס זיי שיקן ארום אויף פאסט
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 4:28 pm
דורך בת קול
קורקלענד דו בוסט פארנומען מיט די שפיטאל וואס מען קען בויען ביים צובראכענעם בריק.
פארוואס טאקע ווילסטו אזוי שטארק נישט פאררעכטן דעם צובראכענעם סיסטעם?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 5:32 pm
דורך קורקלענד
גדליה האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:איך וואלט אייך געוואלט מציע זיין א עקספערימענט וואס איך האב שוין עטליכע מאל פרובירט, נאך וואס איינער האט מיר עס אויפמערקזאם געמאכט.
נעקסט טיים איר טרעפט זיך מיט א הויעך געלערנטע. לייגט איהם פאר א פשוטע מאטעמאטישע פראבלעם צו לעזן. בעהט איהם צו רעדוצירן א פראקציע. ס'איז זייער א פשוטע מאטעמאטישע שאלה פאר א PhD. איר וועט זיין שאקירנד אז 90% פון זיי וועלן עס נישט קענען באווייזן! איי, זיי האבן עס געלערנט און זיך פארהערט דעראויף?? ווייל אז מ'פראקטיצירט נישט אפט פארגעסט מען.
אין אנדערע ווערטער, קענסט לערנען קוויקבוקס, ספרעדשיטס, אקאונטינג, מאטעמאטיק, געאמעטריע, אלץ אינגל אדער אינג בחור'ל, ווען ס'וועט אבער קומען די צייט וועט עס העלפן א רעטעך.....
איך האב אייך געוואלט מציע זיין א אנדערע עקספירימענט
גייט ארום פרעגן יוצאי ישיבתינו הקדושות א פשוטע משנה ברורה פראגע
למשל ווען ממעג בורר זיין פסולת מתוך אוכל
אכט און ניינציג פראצענט וועלן נישט וויסן צו ענטפערן אן גוגל
איז דאך א בפירושע ראיה אז סאיז א שאד יעדע רגע אין ישיבה
אבער איין זאך איז מען זיכער קונה אין ישיבה: אזוינע איפכא מסתבראדיגע לעכערליכע סברות פארשלייערט אלץ טיפע לאגיק.
פארוואס טראכסטו אז איך בין אזוי שעצונד פאר יעדע מינוט אין ישיבה. אכט און ניינציג פראצענט פון די צייט דארט איז טאקע א שאד. חוץ פון די צוויי פראצענט וואו איך האב זיך געלערנט עלעקטריק, פלאמבינג, וכו'...........
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 5:42 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:קורקלענד דו בוסט פארנומען מיט די שפיטאל וואס מען קען בויען ביים צובראכענעם בריק.
פארוואס טאקע ווילסטו אזוי שטארק נישט פאררעכטן דעם צובראכענעם סיסטעם?
די סיסטעם איז נישט צובראכן ווייל ס'איז קיינמאל נישט געווען גאנץ. ס'איז א זאך וואס איז געשען מיט צייט. און שטייטלעך ווערט עס בעסער און בעסער. ווען מ'זאל נעמען סיי וועלכע אלטערנאטיווע סיסטעם און עס קאמפערן זייט ביי זייט, וועט איר זיך איבערצייגן אז יעדע סיסטעם איז לעכערלעך אין זייערע הינזיכטן רעספעקטיוולי.
און די קאנטעקסט פון די אשכול איז עס צו מאסטערס מהלך פון באצווינגן די רעגירונג צו באצווינגן די עלטערן איז די סאלושן צו די פראבלעם. לדעתי איז עס נישט נאר וואס ס'איז נישט קיין לעזונג, ס'נאך אסאך ערגער.
אוודאי קען איך באשטיין אז ישיבות זאלן אויסברייטערן די קאריקולום, מ'זאל לערנען מער ווי זעקס בלאט א זמן. אויך לערנען אידישע היסטאריע, הלכה, השקפה, ווי אויך זאל מען אויך מעגן פראקטיצירן אנדערע ספארטס חוץ פון שווימען. אויך וואלט איך שטארק געוואלט אז מ'זאל לערנען פראגראמינג, קאמפיוטערס, סייענס, אא''וו.
אבער @קאלקולעטערס פארהאסטע מהלך איז אויסדריקליך נישט קיין לעזונג וואס וועט מאכן א קליינע טריט פראגרעס. מ'קען זיך אפי' דינגען אז ער מאכט גאר קאליע. ס'דא וואס שרייען אז ווען נישט מאסטער וואלטן שוין די עסטאבלישמענט לאנג אנערקענט די נחיצות הענין און מ'וואלט עס געגעבן אסאך מער אומפּלעמענטאציע.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 5:46 pm
דורך calculator
קורקלענד האט געשריבן:
אבער @קאלקולעטערס פארהאסטע מהלך איז אויסדריקליך נישט קיין לעזונג וואס וועט מאכן א קליינע טריט פראגרעס. מ'קען זיך אפי' דינגען אז ער מאכט גאר קאליע. ס'דא וואס שרייען אז ווען נישט מאסטער וואלטן שוין די עסטאבלישמענט לאנג אנערקענט די נחיצות הענין און מ'וואלט עס געגעבן אסאך מער אומפּלעמענטאציע.
אנטשולדיג, איך בין נישט געקומען מיט א מהלך, איך בין בלויז געקומען דערציילן דעם אמת, אז סיי יאפפעד און סיי פערלס מיינען נישט אונזער גוטס.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 5:50 pm
דורך קורקלענד
קען זיין אז איך האב אייך דן געווען לכף חוב. אויב אזוי בעהט איך אייך איבער.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 5:55 pm
דורך calculator
קורקלענד האט געשריבן: ס'דא וואס שרייען אז ווען נישט מאסטער וואלטן שוין די עסטאבלישמענט לאנג אנערקענט די נחיצות הענין און מ'וואלט עס געגעבן אסאך מער אומפּלעמענטאציע.
איך ווייס נישט פון ווי די קומסט, אבער פון ווי איך קום, סאטמאר, וואלט קיינמאל נישט געטוען עפעס שריט צו פארבעסרען דער קריקולעם, ווייל רבי זי"ע האט אנדערש געטוען, הגם די מציאות איז שוין היינט אנדערש פון אמאל, ווי צום ביישפיל היינט צו קענען קאמפיוטער'ס איז פונקט ווי צי קענען דעם language, אבער אונזער לידערס גייען מיטן קאפ אין וואנט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:38 am
דורך אישתישבי
קורקלאנד
ווען די הערסט א קאנטרי ווי מען וואוינט דארט א גאנץ יאר, און צוליב דיינע שיטות אז דער גאווערנמענט האט זיך נישט וואס אריינצומישען ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער, ארבעטען די קינדער און דער פעלד עס זאל וואקסען איגריקעס, און זיי לערנען גארנישט, ווייל טאמער זיי ווילען, ווען זיי וועלען ווערן עלטער קענען זיי זיך לערנען אליין, אדער די עלטערען קענען לערנען מיט זיי ביינאכט ווען זיי קומען אהיים פין ארבעטען אגאנצען טאג.
האלסטו אז עס די אויפגאבע פין דער גאווערנמענט דאס צו שטערען און אויפלעזען, אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:57 am
דורך הקטן
אישתישבי האט געשריבן:ווען די הערסט א קאנטרי ווי מען וואוינט דארט א גאנץ יאר, און צוליב דיינע שיטות אז דער גאווערנמענט האט זיך נישט וואס אריינצומישען ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער, ארבעטען די קינדער און דער פעלד עס זאל וואקסען איגריקעס, און זיי לערנען גארנישט, ווייל טאמער זיי ווילען, ווען זיי וועלען ווערן עלטער קענען זיי זיך לערנען אליין, אדער די עלטערען קענען לערנען מיט זיי ביינאכט ווען זיי קומען אהיים פין ארבעטען אגאנצען טאג.
האלסטו אז עס די אויפגאבע פין דער גאווערנמענט דאס צו שטערען און אויפלעזען, אדער נישט?
זאג, דו האלסט אנדערשט?!?
(פארקריך נישט צי child labor, וואס דאס איז א שמוס פאר זיך)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 11:56 am
דורך calculator
אישתישבי האט געשריבן:קורקלאנד
ווען די הערסט א קאנטרי ווי מען וואוינט דארט א גאנץ יאר, און צוליב דיינע שיטות אז דער גאווערנמענט האט זיך נישט וואס אריינצומישען ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער, ארבעטען די קינדער און דער פעלד עס זאל וואקסען איגריקעס, און זיי לערנען גארנישט, ווייל טאמער זיי ווילען, ווען זיי וועלען ווערן עלטער קענען זיי זיך לערנען אליין, אדער די עלטערען קענען לערנען מיט זיי ביינאכט ווען זיי קומען אהיים פין ארבעטען אגאנצען טאג.
האלסטו אז עס די אויפגאבע פין דער גאווערנמענט דאס צו שטערען און אויפלעזען, אדער נישט?
ווי לאנג זיי האבן א מהלך אין לעבן, און פרנסה, זיי באגנבענען נישט און זיצן נישט אויף די רעגורונגס קאסע, כל הכבוד, וואס דארף אנגיין פארן גאווערמענט ווי אזוי יענער לעבט, יענער האט א שיטה געזינטערהייט, און amish town יוכיח, אבער ביי אונז איז דאס אויך נישט דא, מען אסר'ט דעם אינטערנעט, און קיינער זארגט'ס זיך נישט, אז משפחות זאלן האבן פרנסה בריוח, שטעל זיך צו, און גא פליי א קייט. וואס געשעהנט, הייבט מען אן צו באגנבנען דעם רעגורונג, מיט פוד סטעמפס, סעקשען 8, וועלפער, א.ד.ג, איז ווער דען דארף קער נעמען?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:26 pm
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:קורקלאנד
ווען די הערסט א קאנטרי ווי מען וואוינט דארט א גאנץ יאר, און צוליב דיינע שיטות אז דער גאווערנמענט האט זיך נישט וואס אריינצומישען ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער, ארבעטען די קינדער און דער פעלד עס זאל וואקסען איגריקעס, און זיי לערנען גארנישט, ווייל טאמער זיי ווילען, ווען זיי וועלען ווערן עלטער קענען זיי זיך לערנען אליין, אדער די עלטערען קענען לערנען מיט זיי ביינאכט ווען זיי קומען אהיים פין ארבעטען אגאנצען טאג.
האלסטו אז עס די אויפגאבע פין דער גאווערנמענט דאס צו שטערען און אויפלעזען, אדער נישט?
נישט שטערן. נישט אויפלעזן. נישט נאר ס'נישט די אויפגאבע, נאר אויך אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן אז די רעגירונג זאל טוהן עפעס דערוועגן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאכאמאל, אז דו ווילסט זייער געלט זענען זיי באלעבאס, אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן צו זייערע פארלאנגען קענסטו גיין על טהרת הקודש נוסח אמיש.
דאס איז בעצם די עיקר חילוק צווישן אונז און די אמיש, זיי די אמיש מיינען עס נעבעך זייער ערנסט, זיי ווילן באמת אנהאלטן זייער פשטות און ריינקייט, טוען זיי צו די זאך און האבן נישט קיין שייכות מיט די רעגירונג, לעבן זיך אין זייערע ד' אמות, טוען ביזנס צווישן זיך, נעמען קיינע פראגראמען און צאלן קיינע שטייערן. משא"כ ביי אונז איז אלעס געלט און קאנטראל, די גאנצע "מסורה" וואס אונז פארקויפן איז נאר צו קענען האלטן דעם עולם אין קאנטראל. שטייערן האלטן מיר נישט ביים צאלן, אבער פראגראמען נעמען אונז אינגרויסן. די אלע ליברעטעריען און אידישקייט שיטות זענען אלץ גוט אויף וויפיל מ'האט א תירוץ אויף צו נעמען פונעם שיסל און גארנישט מער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 1:15 pm
דורך קורקלענד
די אמיש צאלן נישט קיין שטייערן?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 1:28 pm
דורך קורקלענד
calculator האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן: ס'דא וואס שרייען אז ווען נישט מאסטער וואלטן שוין די עסטאבלישמענט לאנג אנערקענט די נחיצות הענין און מ'וואלט עס געגעבן אסאך מער אומפּלעמענטאציע.
איך ווייס נישט פון ווי די קומסט, אבער פון ווי איך קום, סאטמאר, וואלט קיינמאל נישט געטוען עפעס שריט צו פארבעסרען דער קריקולעם, ווייל רבי זי"ע האט אנדערש געטוען, הגם די מציאות איז שוין היינט אנדערש פון אמאל, ווי צום ביישפיל היינט צו קענען קאמפיוטער'ס איז פונקט ווי צי קענען דעם language, אבער אונזער לידערס גייען מיטן קאפ אין וואנט.
מיין געוויסן בנוגע סאטמאר וויליאמסבורג זאלי, איז אז די ענגליש דעפטַ. דארט האט געמאכט אסאך פראגרעס מיט די יארן. ס'איז היינט אסאך בעסער ווי די סיסטעם אמאל. ס'מעגלעך טאקע אז ס'איז ווייט פון פּערפעקט, אבער צו באשולדיגן אז זיי האבן 'גארנישט' געטוישט איז אומריכטיג.