בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 5:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער דו ביסט טאקע אזוי ווייט פון די צאלמערס ווי פון די פאליציי, און ביידער זענען נישט דיין רעליגיע, ביסטו בארעכטיגט אין גאנצען זיך מעלים עין זיין פון זיי, אזוי ווי אלע פרייע אידען וואס מיר באוויינען אבער דערווייטערן זיך פון זיי.
נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 8:25 pm
דורך אגרות צפון
איסר האטלקי האט געשריבן:מצפצף האט געשריבן:!the brutality goes both ways and both are not right
אויב די מעשה איז אמת. ביזדערווייל האט עס נאכנישט קיין איין פארלעסליך מקור.
די ישראלישע נייעס אגענטורן וואלטן עס באריכטעט מיט פאמפע, אבער קיינער דערמאנט נישט קיין זכר דערפון.
האב איך יעצט געשמועסט מיט אפאר קנאים, האבן זיי באשטעטיגט די מעשה.
נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 10:31 pm
דורך איסר האטלקי
זיי האבן עס געזען, געהערט, אדער געליינט אויף ק"ש?
נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 10:34 pm
דורך פליישיג
.
נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 11:51 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי האט געשריבן:פאלט מיר יעצט ביי א קושיא.
לו יצוייר, אין ניו יארק סיטי, ווען א יוגענטליגכער צעשפליטערט א שוטר'ס קאפ ( און דער שוטר קען דערנאך נישט גיין אויף די אייגענע פיס, שלא כסיפורו של [tag]מאך זיכער[/tag]). ווי אזוי באגייט זיך דעמאלט די פאליציי?
נעמען זיי דען אן אנדערן פלאש און צעשפליטערן דער וואס האט נארוואס געשאסן דעם פלאש אויפן פאליציאנט, אדער קייטלט מען און מ'פירט אים אריין אויף לעבנסלענגליך?
אלזא, אפילו אויב די מוחים זענען מוחה פיזיש און מיט געווער און וויין פלעשער, וואס איז אבער דער תירוץ אז פאליציי זאל זיך באגיין מדה כנגד מדה? (אויסער ווען איינער דערמארדעט א צווייטן שיסט מען אויפן פלאץ).
אבער פאליציי זאל אנזייען בלוט-קוועלער? אז פאליציי זעלבסט זאל צעשפליטערן קעפ? אז פאליציי זעלבסט זאל ציען פיאות, העמעדער און הויזענעס?
וואו האט מען געהערט אזאנס אויסער אין די דריטע וועלט לענדער.
כל הנ"ל איז אפילו ווען די מוחים זענען נישט גערעכט און פירן זיך ווי ווילדע בערן
לבי ובשרי: מאך זיכער איז דאך נישט דארט געווען ביי דעם המשך פון די מעשה. דו האסט דען א הווה אמינא אז די פאליציי האט דאס געלאזט סתם אזוי אדורך גיין. די טשאלמערס האבן האלב געהארגעט די פאליציאנטקע און די פאליציי האט נישט נאכגעפארשט פון וועלכן באלקאן די פלאש איז געקומען צו פליען. דו קענסט גאנץ רואיג זיין אז זיי האבן געהאלטן די אומפאראנטווארטליכע חיות בצורות אדם פאראנטווארטליך פאר דעם אקט...!
נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 5:45 am
דורך אגרות צפון
איסר האטלקי האט געשריבן:זיי האבן עס געזען, געהערט, אדער געליינט אויף ק"ש?
געזען, עס האט געהאלטן אין איין פליען זאכן, און די באטל איז געווען איינס פון זיי.
די חברה ווייסן נישט וואס ק"ש איז, זיי האבן מיר עס פארציילט מסיח לפי תומו.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 11:29 am
דורך berlbalaguleh
אויך באקאקטע פעמפערס ווארפן די אידענעס פון מאה שערים אויף די פאליס. נאר ווען זיי שפריצן אריין א ביסל פון די שטינקעדיגע מים המאררים זענען זיי רשעים...! איך וואלט מיט געשפריצט א פאר קעצלעך און מייז אויך...!
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 5:50 am
דורך שבת אחים
אבי מ׳שלאגט זיך נישט צווישן אידן...
ס׳גייט לכאורה ביז אפאר יאהר זיין א ערנסטע בירגער קריג אין ישראל צווישן די פרומע און פרייע. לאמיר האפן אז נישט. אבער ס׳קוקט אויס אזוי. ס׳ווערט נענטער יעדן טאג.
א מוראדיגע מדינה דאס!
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 11:06 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דו טראכטסט אז ס'איז נישט דא קיין נארמאלע מענטשן אויף ביידע זייטן וועלכע וויללן לעבן בשלום מיט די אנדערע גרופס. ב"ה אז די פראצענט פון משוגעים סיי ביי די פרומע און סיי ביי די פרייע איז נאר גאר קליין. ווייל רובא דרובא פון די מענטשן וועלכע האלטן זיך צו א ביסל אן עקסטרעמע אידעאלאגיע וויללן אויך נישט לעבן א לעבן פון טעגליכע שלעגערייען און מהפיכות. צוברעכן טרעפיק לייטס און אנצינדן גארביטש קאנטעינערס. די זעלבע ביי די חילונים. ס'זענען דא א קליינע פראצענט משוגעים און ליידיגייערס וועלכע זוכן זיך צו שלאגן...!
נאר ווען דער גאב"ד הייסט די בהמות ארויסגיין אום שבת מוחה זיין איבער א פארקינג לאט וואס די עיריה האט צוגעשטעלט פאר די פרייע און רוסישע גויים וועלכע גייען שאפינג אום שב"ק. כדי זיי זאללן נישט אראפקומען צו די אידישע געגנט און דארט פארקן זייערע קארס. דאס אי שוין א חידוש...! וואס ווילל ער דערגרייכן אז די רוסישע גויים זאללן גיין אויפהערן מחלל שבת צו זיין...?!
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 3:14 pm
דורך היסטאריקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די ענין פון בארעדן די פאליציי. זיי זענען פרייע אידען, וואס הארעווען נישט אין אביי ורבא. אוודאי פיהרען זיי זיך אזוי אויף.
אבער מיר ווייסען דאך וואס מיינט תיקון המדות, וואס מיינט הכנעה צום אמת, וואס מיינט זיך פיהרען אידישלעך, אוודאי רעדט מען פון אונזערע! עס איז לייכט צו געבן מוסר אינדערויסען, אבער דער אמת איז מ׳דארף זיך אלינס מוסר׳ן.
כוחי ועוצם ידי איז נישט די אידישע דרך! מ׳שלאגט זיך נישט מיט כח! ידים ידי עשו, נישט יעקב! ווען א מענטש, זאגאר א אידישע מענטש, ווערט פארוואונדעט, איז עס אונזער דאגה, זי איז דאך עצמינו ובשרינו. אז זי היט נישט קיין מצוות טויג נישט. און עפעס וואלט געדארפט געטון ווערן דערוועגן (טאמער מ׳האט אן אויסגעהאלטענעם וועג), אבער דאס נעמט נישט צו אז איהר קערפער דארף נישט געשלאגען ווערן. און אונז רחמנים בני רחמנים, וואס לערנען ב"ק און ווייסען וואס מיינט חבלות, וואס לערנען ארחות צדיקים און ווייסען וואס מיינט איידעלקייט, דארפען זיין די ערשטע דאס אנערצוקענען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
what happened in ponevizsh a few years ago when they where fighting?
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 4:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט, וואס איז געשען? דאס ווארפען לעבענ'ס און שטענדערס איז א געפערליכע מעשה, און יעדער רעכטדענקיגער מענטש האט עס פארדאמט. נאר א שאד אז נאר די צד שכנגד האט גערעדט הויך, און נישט די צד פאר וועמן מ'האט געווארפען. איך געדענק דענאלס ווי א סאטארער חבר מיינער האט מיר געזאגט מיט ווייטאג, "לערן זיך פון אונז, דאס שטעלט זיך נישט אפ".
נאר יעצט מיט די נייע עץ פארטיי, האט מען געטראפען א גרופע מענטשן וואס בארעכטיגען אזעלכע מעשיות. אין אוצה"ח אין אישי האט מיר איינער פון די חברה געזאגט אז 'נע, עס איז גארנישט, סתם קינדערישקייט. די פראבלעם פון צביון עולם התורה איז אסאך גרעסער'. איך האב אים געענטפערט אז טאמער לאזונגען זענען וויכטיגער ווי מענטשן, האט מען א פראבלעם.
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 6:46 pm
דורך אונטער חכם
אגרות צפון האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:זיי האבן עס געזען, געהערט, אדער געליינט אויף ק"ש?
געזען, עס האט געהאלטן אין איין פליען זאכן, און די באטל איז געווען איינס פון זיי.
די חברה ווייסן נישט וואס ק"ש איז, זיי האבן מיר עס פארציילט מסיח לפי תומו.
די חלק אז עס איז געפלויגן א באטל גלייב איך, איך גלייב נאר נישט אז מען האט איר נאך נאכדעם געשלאגן.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 7:51 pm
דורך איסר האטלקי
איך גלייב אז זי איז געשטארבן, אבער נישט אויפן פלאץ נאר דרייסיג יאר שפעטער.
מ'גלייבט דא זאכן אין די מאסן...
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 8:22 pm
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:אבי מ׳שלאגט זיך נישט צווישן אידן...
ס׳גייט לכאורה ביז אפאר יאהר זיין א ערנסטע בירגער קריג אין ישראל צווישן די פרומע און פרייע. לאמיר האפן אז נישט. אבער ס׳קוקט אויס אזוי. ס׳ווערט נענטער יעדן טאג.
א מוראדיגע מדינה דאס!
עס וועט פריער זיין א בירגער קריג אין אמעריקא, צווישען דיינע חברה, און די רעכטע חברה.
Re: א באטל אין קאפ אריין, מאה רשעים!
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 12:43 am
דורך אונטער חכם
איסר האטלקי האט געשריבן:איך גלייב אז זי איז געשטארבן, אבער נישט אויפן פלאץ נאר דרייסיג יאר שפעטער.
מ'גלייבט דא זאכן אין די מאסן...
עס איז מעשים בכל יום אז עס פליען כל מיני זאכן, סאו אפילו אויב יעצט איז עס נישט אמת , גלייב איך אז עס קען זיין אמת.
דירעקט שלאגן פאליציאנטן האב איך נאכנישט געהערט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 11:54 am
דורך אישתישבי
עס איז געוועהן א ווידיא צוויי טעג צוריק ווי מען ווארפט זאכען אויף א פרוי פאליציאנטקע אין קאפ שטייענדיג לעבען א באס.
זי זעהט נישט אויס ווי זי איז אראפגעפאלען.
אבער, דאס אז מען פירט זיך אויף אזוי, צו ווארפען זאכען אויף אנדערע מענטשען ברענגט א מדת אכזריות אויף אונזערע אידען, ווי עס שטייט אין אור החיים הקדוש אויף דער פסוק ונתן לך רחמים. קודם ווארפט מען טאקע אויף דער פרייע שיקסע נאצי פאליציאנט, אבער דערנאך ווארפט מען אויף דער אייגינע מענטשען אין בית המדרש, און דערנאך אין שטוב. מען ווערט א נידריגע שלעגער.
און פארשטייט זיך אז עס אן עוולה בפני עצמה צו ווארפען אויף סיי וועלכע מענטש, אבער אפילו לדבריהם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 1:00 pm
דורך קאך_לעפל
וואס איז די עוולה? ווען איר טרעף דיך צו ערשטען מאל, זיי זיכער אז דו כאפסט באלד א באטל אין קאפ....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:56 am
דורך yerushalmi
this is the only language the police understand in israel
נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:17 am
דורך berlbalaguleh
ירושלמי: (קוגל). איך האב געהערט אויף א קליפ וואו די פאליציי איז ארויסגעקומען צו פארטרייבן די..."מוחים"...ביי א קריעגעריי צווישן די טשאלמערס/בית שמש לאבוסעס און זשוליקעס און די ארכעאלאגן, ווי דער סארדזשענט שרייט פאר זיינע פאליציאנטן ..."בעדינות"... אז זיי זאללן אומגיין מיט איידלקייט...! אבער וואס זאלל די פאליציי טון ווען די בית שמש'ער אויסגעפאשעטע ליידיגגייערס הייבן אן צו בריקען און שטויסן און ווארפן זאכן אויף די פאליציי...?!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
yerushalmi האט געשריבן:this is the only language the police understand in israel
סארא תירוץ איז דאס?! פארשטיין זיי יא, פארשטיין זיי נישט, אידען פיהרען זיך אזוי נישט אויף!
און מ'זעט דא די שמוץ פון קנאות, אז מ'רעדט פון זיך אפטיילען פון די פרייע ציונים, און דערווייל איז די אידיאל, די טאון געבער גאר דער פרייער פאליציי!! וואס זיי מעגן טון, מעגן מיר טון!! און דאס הייסט אפגעזונדערט פון די גאס? פאר דעם נעמט מען נישט קיין געלט אויף נישט מושפע צו ווערן?! דאס איז די גרעסטע השפעה שייך, מ'נעמט דירעקט זייער ווירדען און מ'פיהרט זיך דערמיט!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 10, 2019 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:yerushalmi האט געשריבן:this is the only language the police understand in israel
סארא תירוץ איז דאס?! פארשטיין זיי יא, פארשטיין זיי נישט, אידען פיהרען זיך אזוי נישט אויף!
און מ'זעט דא די שמוץ פון קנאות, אז מ'רעדט פון זיך אפטיילען פון די פרייע ציונים, און דערווייל איז די אידיאל, די טאון געבער גאר דער פרייער פאליציי!! וואס זיי מעגן טון, מעגן מיר טון!! און דאס הייסט אפגעזונדערט פון די גאס? פאר דעם נעמט מען נישט קיין געלט אויף נישט מושפע צו ווערן?! דאס איז די גרעסטע השפעה שייך, מ'נעמט דירעקט זייער ווירדען און מ'פיהרט זיך דערמיט!
ממש אזוי איז די סיטואציע, און מ'קען שוין מיינען ווער די וואס ווארפן זענען, ווען זיי האבן ווען א שאנס לויפן זיי אונז אנטקעגן מיט פעטש...
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:11 pm
דורך yerushalmi
berlbalaguleh האט געשריבן:ירושלמי: (קוגל). איך האב געהערט אויף א קליפ וואו די פאליציי איז ארויסגעקומען צו פארטרייבן די..."מוחים"...ביי א קריעגעריי צווישן די טשאלמערס/בית שמש לאבוסעס און זשוליקעס און די ארכעאלאגן, ווי דער סארדזשענט שרייט פאר זיינע פאליציאנטן ..."בעדינות"... אז זיי זאללן אומגיין מיט איידלקייט...! אבער וואס זאלל די פאליציי טון ווען די בית שמש'ער אויסגעפאשעטע ליידיגגייערס הייבן אן צו בריקען און שטויסן און ווארפן זאכן אויף די פאליציי...?!
סליחה איך האב געזעהן געניג הפגנות אין ירושלים ווי אזוי די רשעים גייען זיך אים אויף די מוחים עס מאכט ניטאמאל קיין סענס זיי צו פארטיידיגען וויפול מאל פליט א באטל אויף זיי? הע? אין ביי זיי אויסצוהאקען ציינער סיי פון בחורים אין סיי פון ווייסע בערד איז א טעגליכע ערשיינונג אפי' אן איין באטל פליז דריי נישט קיין קאפ
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:02 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איינער בלאקט דיין גאס בלויז ווייל ער האט נישט וואס צו טון שיסטו אים אויך אויס די צאן.