בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:40 pm
דורך זר זהב
ניין! ער איז שוין א שטיק צייט נישט ביי שירה.
ער זינגט ביי ידידים קווייער. (אדער אפשר איז ער גאר געווארן א
פרילענסער)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:44 pm
דורך אךשמח
ווערט געזוכט איינער וואס זאל שטעלן א צעטל פארן חשובן ראש ישיבה וואס איז א טייערער איד אבער רעדט לאנגווייליג, אומאינטערעסאנט און שלעפט מיר איין.
אה, ער רעדט שנעל אריינצוכאפן אלעס וואס ער האט זיך אנגעגרייט די לעצטע פאר יאר.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:46 pm
דורך זר זהב
דו מיינסט ר' מלכיאל?
-----------
אינטערעסאנט ער רעדט אין אידיש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:48 pm
דורך real jew
Is the place full to capacity? The live photos look half empty
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
די עולם דא ארום מיר איז אזוי דערהויבען אז מ'קען זיך נישט פארשטעלן.
מ'טאנצט ווי אין הימעל אריין
שווער צו באשרייבען.......
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:10 pm
דורך זר זהב
זיי פרייען זיך מיט זייערע ברודער'ס שמחה... הא?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:15 pm
דורך לאדיך אפ
די ספרדישע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די טאנצן. זיי האבן געזונגען עוד אבינו חי און הקב"ה אנחנו אוהבים אותך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:15 pm
דורך אךשמח
דער בעסטער, געשמאקסטער אראטאר ביים אידישן ציבור גייט יעצט רעדן.
האלט אייך געשפאנט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:16 pm
דורך sefish
ר' ישכר ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:23 pm
דורך לאדיך אפ
יא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:40 pm
דורך לאדיך אפ
מוזיק זינגט ימים על ימי מלך פאר ר' יצחק שיינר. וואט די העק?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:43 pm
דורך אךשמח
א עלטערע ראש ישיבה.
וואס פארשטייסטו נישט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:47 pm
דורך אךשמח
ער האט צוריקגעלייגט זיינע אנגעגרייטע פאפירן ווייל ער וויל רעדן גראד פון הארץ ארויס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:50 pm
דורך אךשמח
ער געט א גאר שטארקע הסכמה פאר הרב פרענד און מען זעט זיינע הרגשים איבער דעם מענטש וואס ער זאגט אז ער געדענקט נישט צו האבן געהערט אזא איינעם.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:50 pm
דורך זר זהב
ווער רעדט יעצט ביטע?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
הרב שיינער רעדט שוין צי לאנג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:55 pm
דורך זר זהב
און ווער האט פריער גערעדט? (וועם אך שמח האט אנגערופן "אראטאר")
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:58 pm
דורך אךשמח
ראשעקאל האט געשריבן:הרב שיינער רעדט שוין צי לאנג
אבער ער רעדט פיין.
ווארט נאר אויף הרב לאו.
דעם אראטאר האב איך געמיינט הרב פרענד וואס איז א בארימטער רעדנער פון באלטימאר.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:01 pm
דורך smart
איך ווייס נישט ווי דער עולם האט אזויפיעל כח צו קלאפען!!! יעדע פאר מינוט זייער הענט ווערט נישט צובראכען???
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:28 pm
דורך אךשמח
הרב יעקב הלל, א מקובל פון ישראל, רעדט יעצט, איידער ער איז מתחיל דעם דרייצנטן מחזור פון דף היומי.
מען איז נאך אינטערעסירט אין אפדעיטס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:33 pm
דורך זר זהב
יא פליז!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:33 pm
דורך אשכנ
איך בין נאך אינטריסירט. א גרויסע ייש"כ פאר די טרחה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:38 pm
דורך אךשמח
הרב לאו רעדט יעצט אין ענגליש מיט א שטארקען איראעלי אקצענט, געמישט מיט עטליכע אידישע ווערטער.
ער רעדט שטארק און גוט. געשמאק צו הערן.