טאמבל סאס האט געשריבן:איך מיין אז מיט אלעמען האסטו אויסגעלאזט צוויי וויכטיגע נקודות.
1) אז אפשר איז דאס אלעס א סימן אז ס'איז אויך נישטא גענוג קונים. טו מאטש פראדוקט ענד טו ליטל דימענד.
2) וואס דו האסט יא אנגעכאפט אבער נישט גענוג אויסגעשמועסט, איז אז ס'איז דא נישט נאר אן איבערפלוס פון זינגערס אבער אויך אן איבערפלוס פון זינגערס אהנע טאלאנט, פאר וועמען מענטשן פיהלן נישט קיין חיוב צו ספענד די געלט וואס זיי פארלאנגען/עקספעקטן.
איך האב שוין געגעסן אין אן א שיעור רעסטוראנטן און געקוקט מאוויס אין טעאטער, געקויפט סערוויסעס אדער געהייערט ארבעטערס וואס כ'האב נישט באקומען מיין געלט'ס ווערט פונקט אויף וואס כ'האב זיך געהאט גערעכנט, טו בעד פאר מי... ווייל דו ביזט נישט צופרידן פון די ארבעט דזשאסטיפייט נישט נעמען אומזינסט. קיינער איז נישט דיין קנעכט רייט, ביזט געווארן אפגענארט? סארי אזוי גייט לייף קענסט גארנישט טוהן מער ווי שעלטן, נעקסטע מאל וועסטו נעמען שריט זיך צו באווארענען, וועסט מאכן מער ריסורטש דעס זאל זיך נישט איבערשפילן מיט וועלכע רעכט גייסטו יעצט גיין און פאנגען די נעקסטע קאאלינג גיי וואס דו טרעפסט און אים צווינגען צו טוהן די ארבעט פאר פרי? יא כ'ווייס ס'איז נישט די זעלבע זאך, ווייל דא ביזטו אין קאנטראל באט ווייל דו האסט די לעוורעדזש עס צו נעמען פאר פרי מיינט נאך נישט אז ס'איז ריכטיג. ס'איז אזא געלעכטער אז ענטערטעינמענט איז די איינציגסטע פלאץ ווי א מענטש וועט נוצן אזא אומלאגישע תירוץ... חיוב? א חיוב איז צו זיין א מאראליש געשטימטע מענטש.
מענטשן ספענדן שווערע געלטער פאר עקסידענטן וואס זיי האבן נישט געפלאנט, א דעוועלאפער צאלט אוועק שווערע אלפים אין פראעיקטן וואס זיי האבן נישט געוויסט פון פאראויס, ראודבלאקס קומען אונטער, סוער פראבלעמען פלאמינג קאמפליקאציעס, שימל, קיינער גנב'ט נישט פון האום דיפאו פארן גיין אווערבאדזשעט, אזוי גייט די וועלט. די זינגער אליין ווארפן אוועק געלטער אין גארבעדזש אויף ארענדזשמענטס און ניגונים וואס מ'האט למעשה נישט גענוצט, ס'דארף זיין פערפעקט, כ'זעה נישט זיי זאלן קומען פון דיר מאנען דעם שאדן...
און איך עגרי מיט די פאקט אז ס'איז דא מער סופליי ווי די דימענד, און קלוגער ווי וויינען און פארפירן אויף קאפיען און פארפירן אויף די אויפשטייג פון סטרימינג סערוויסעס איז מיטגיין דערמיט, ווייל דעמאלטס טוט מען מער אויף אזוי ווי דו זאגסט, אז ס'איז אויף ספאטיפיי הערט עס א מענטש, איך צאל פאר האָלא חודש'ליך און אז עפעס איז דארט וועל איך עס פריער קוקן ווי גיין צאלן אדער נעמען עפעס וואס איז אפשר פון א העכערע קאליבער, פארוואס? ווייל פאר די עפפ צאל איך איז זעלבסט פארשטענדליך אז כ'זאל עס נוצן אפטער.
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האבן שוין נישט געקויפט כמעט קיין היימישע סידי פאר צען יאר, נישט אז איך הער זיי נישט, אבער איך נוץ א ספוטיפיי אקאונט און דעי וואס זענען נישט דארט, טוה איך זיי נישט קיין טובה און איך הער זיי נישט. דו ווייסט ווען מיין רעספעקט צו היימישע סידיס איז געפאלן? די ערשטע מאל וואס כ'האב געקויפט א סידי, געדענק איך שוין נישט צו ס'איז געווען א ליפא אדער א בערי וועבער, און כ'האב געהערט א ניגון וואס איך קען שוין...
זיי מוחל קום אריין מיט א לינק צום ארגינעלן ניגון מ'זאל וויסן אויף וואס דו באציסט דיך, און אפילו אזוי קען מען נאכנישט קנס'נען א מענטש פארן נוצן ליידער א ניגון וואס דו הערסט אויף ספאטיפיי פון א צווייטן... זייט ווען ביזטו וועד הצניעות אויף אידישע מוזיק? ווייל ווען נישט דעס איז די קעיס וואלסטו עס מן הסתם יא געקויפט אמת? תירוצים... האט ער געוואלט דו זאלסט הערן זיין ווערסיע וויאזוי ער לייגט עס אראפ איז וואס? די איינציגסטע טענה קען זיין אז מ'שרייבט נישט קיין קרעדיט צום ארגינעלן זינגער/קאמפאוזער, דען עגעין 2 אומרעכטן מאכן נישט איינס גערעכט הייסט עס אויב דו וואלסט עס יא געגנב'ט טוסטו זיך אפרעכענען מיט אים פארן דיך אויסנארן כ'הער...
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס זאג איך כמעט, ווייל ווען מיילעך קאהן'ס סידי איז ארויסגעקומען, אפילו ווען כ'האב עס געקריגן פון א חבר בחינם, בין איך געגאנגען עס קויפן און רעקאמענדירט צו אנדערע וואס כ'האב געוואוסט זיי וועלן עס קויפן, ווייל א קונה געווענליך אפרישיעיט טאלענט און ארגינאליטעט...
אה! מיילעך זעהסטו ער האט שכל ער לעבט נישט אין דינייעל ווי אסאך עלטערע און פארמאכטע קעפ אין אונזער אידישע וועלט, און ער האט געוויסט איין זאך, אז מענטשן ווילן מיך הערן וועלן זיי מיך לאזן וויסן, און ער האט טאקע יוטילייזט די אינטערנעט! געמאכט א גאו פאנד מי, פארברענגט אפשר צען מינוט צו שרייבן א דיסקריפציע און אויסגעצאלט דעם אלבום! קען זיין ער האט געלייגט פון טאש עפעס אויך באט די פוינט איז ער האט זיך נישט אנגעלייגט אויפן ציבור און געברעטשעט ווי אנדערע טוען, ער האט געטוהן פעולות זיך צו קאווערן מיט דעם פוינט עגרי איך, אני הקטן האט אויך מנדב געווען א פופציגער און ווען די אלבום איז ארויס האב איך עס געהערט אומזינסט ווייל כ'האב געפילט ווי א חלק דערפון. דאס הייסט געטוהן צו די זאך, ער גייט זיך נישט יעצט אנחובות'ן די יארן נאר זאלן מיינע פענס זיך לאזן הערן, ס'איז דא מיליאנע מענטשן וואס מאכן א לעבן פון דעם אויף די אלע סייטס ווי מענטשן רעיזן געלט אזוי ווי קיקסטארטער, פעטריאן, אינדיגאגא, וכדומה, אבער דאס אלעס פארענטפערט נאכנישט וויאזוי ס'איז morally justified צו נעמען אן באצאלן.
טאמבל סאס האט געשריבן:אן אינדוסטריע הויבט זיך נישט אן מיט'ן פראדעצורן א פראדוקט און ארויסגיין זוכן א קונה (עפעס וואס ארטיסט טוען אסאך) עס הויבט זיך אן מיט א דימענד און א פראדוקט וואס קומט צופרידנשטעלן דער דימענד. און ארטיסטס ווי דער פראדוקט זעלבסט ווערן אויך אויסגעבוירן פון דער דימענד (נישט אזוי ווי דו דעסקרייבסד אז היינט איז א צייט ווי אלע בחורים קענען זיך שפילן און יעדע טאטע פארשטייט אז א קינד זאל קענען שפילן - מי יתן והיה כל העם שפילערס...) אנדערש, וועלן די שוואכערע קוואליטעט זיך במילא ארויס-ווארצלען, נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט און זענען שוין הייזעריג געווארן פון שרייען. ספעציעל אויב זענען זיי אזעלכע וואס האבן אליינס אנגעהויבן זייערע קאריערע בגניבה, דורך גנב'נען שטיקלעך טענער און מוזיק, רעכטס און לינקס, פון אידישע ווי נישט אידישע מקורות...
אקעי דיין לעצטע שורה איז שטותים והבלים און כ'האב נישט קיין מושג וואס דעס דארף מיינען
לגבי בחורים וואס קענען שפילן דו האסט נישט פארשטאנען מיין פוינט, א מענטש מיט טאלאנט וויל עס ארויסגעבן, טאלאנט קומט פון א געפיל אין הארץ מילא ווען דו האסט טאלאנט איז נישט שייך צו קומען מיט אלע לאגישע ביזנעס חשבונות, אה דו פארלירסט געלט טוה עס נישט, פארקערט דעס מאכט עס נאך ערגער! קוק פון אן ארטיסט'ס פערספעקטיוו ס'איז הארצלאז אים צו זאגן אזא זאך, און כ'האלט מיך גראדע פאר א ראציאנאלע פערזאן, אבער דאס איז ווי זאגן א מעלער אז ער זאל פארגעסן פון זיין חלום פון פארקויפן זיין פענטינג וואס ער האט אריינגעארבעט און זיך געפלאגט דערויף ווייל מענטשן אפרישיעטן שוין נישט קיין ארט ווי אמאל... העלא? דעס איז שטערבליך אומסענסיטיוו ער איז אן ארטיסט ער האט עפעס זיך געקליבן צו האבן א טאלאנט פון זינגען? ער איז געבוירן דערמיט! און אינוועסטירט דערין זיין לעבן, און אסאך מאל שווערע געלטער זיך צו טרענירן און אויסשארפן, קומסטו און דו געסט אים אזא מאך א סך הכל פון די ביטערע מציאות? ער ווייסט דאס אויך...
איי דאנט קעיר ווער ס'איז, צו ס'איז א זיידע פון אייניקלעך, צו ס'איז א כתה ו' אינגל, צו ער איז א כאניאק אדער א משומד, צו פיט ער די מאלד אדער נישט, אן ארטיסט איז אן ארטיסט! צו ער זינגט מיט א פארמאכטע רעקל אין וויליאמסבורג אדער אין באר, ווייל דו האסט נישט באשטעטיגט אויב ער איז קוואליפייט צו שרייען הוי שימו לב שימו לב מאכט אים נאכנישט אויס טאלאנט, און זאל ער האבן די ערגסטע שטימע אין היסטאריע דו ביזט מחייב צו צאלן אלס מאראל, קיינער צווינגט נישט באט נישטא אזא זאך צו פירן חשבונות וועם ס'פארדינט זיך יא און וועם נישט