ענדליך! אומפושטמענט:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – די סאציאליסטן האבן נעכטן ענדליך ערייכט זייער לעבנס-ווינטש – זיי האבן באוויזן צו אומפיטשן דעם פרעזידענט אויף צוויי לעכרליכע קלאגעס. אויף אויסנוצן זיין פרעזידענטליכער מאכט פאר זיינע פערזענליכע אינטרעסן, און אויף אבסטראקציע פון קאנגרעס. איבעריג צו זאגן אז די לעכערליכע קלאגעס האבן נישט קיין שום האפט, די קלאגעס זענען בלויז פרוכט פון די פאנטאזיע פון ליגענער שיף וואס האט זיך דערווארבן א רעפארטאציע אלס א פאטאלאגישע ליגנער וואס האט נישט זיינס גלייכן. די סאציליסטן וועלכע האבן אזוי געלעכצט צו אומפיטשן דעם פרעזידענט האבן זיך צוגעכאפט צו ליגנער שיף'ס הייסע לאקשאן און מיט גרויס עקסטאז אומפיטשט דעם פרעזידענט.

אין אלגעמיינע אומשטענדן וואלטן ווען די אומפישטמעט ארטיקלן געדארפט ספאנטאן גיין צום סענאט. אבער שקאלפטע פעלאוסי ווייגערט זיך. זי וויל פארזיכערן אז דער סענאט וועט רופן עדות אונטערצולאנען ליגנער שיפ'ס פעלערהאפטיגע אומפיטשט טשולענט. זי ווייסט גאנץ גוט אז די גאנצע אומפישטמענט באשטייט פון א הויפן שיף און פיקציע. די שקאלפטע וויל אצינד בלעקמעילן דעם סענאט און זיי צווינגען נאכצוקומען אירע צופראסקעטע קאפריזן. צו די עקלהאפטיגע ארגאנץ און מאכט-גליסטעניש פון די דאזיגע שקאלפטע איז גאר קיין גרעניץ נישט פארהאן.
די גרויסע שקאלאפטע בעל תפילה וואס דאווענט נאכאנאנד ווארים פארן פרעזידענט, איז נעכטען געקומען צו די אומפישטמענט איינגעהילט אין שווארצן ווי צו א לויה, אנגעבליך אויסצודרוקן איר טרויער אז דער פרעזיעדענט ווערט אומפישט... נישט בלויז די שקאלאפטע נאר אויך איר סאציאליסטישע אויבערהאר פון וועם זי האט דאס קדחת, די לעגענדארער סאציאליסט אלעקסאנדריע אָקאַרעזיאָ-קאָרטעז איז אויך געקומען איינגעהילט אין שווארצן... דאס לצנות פון די צוויי מאלפעס איז ממש געווען דער געשפרעך פונעם טאג.

געלויבט איז דער פון אויבן האט שוין מיטש-מעקאנאל אראפגעשטעלט זיין פוס און קלארגעשטעלט פאר די מאלפעס. אז דער סענאט גייט נישט טאן די שמוציגע ארבייט פון די סאציאליסטן אין קאנגרעס. דאס אז ליגנער שיף מיט זיין קאלעגע טיפוש נאדלער האבן נישט געהאט די צייט צו גיין אין געריכט צו פארזיכערן צייגעניש, איז דאס זייער פארלוסט. דער סענאט האט וויכטיגערס צו טאן ווי צו כאפן מלאכים וואס זאלן אונטערשטיצן די פאנטאזיעס פון ליגנער שיף.

מעקאנאל וועט געבן די זעלבע יושר'דיגע באהאנדלונג פאר די סאציאליסטן ווי זיי האבן געגעבן פארן פרעזידענט. עס איז ממש קאמיש צו זען ווי די סאציאליסטן וויינען אצינד יושר... ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די ליבעראלע מאנגאלן. אז דער פרעזידענט האט שכל זאל ער זיכער מאכן אומפיטש צו ווערן יעדן טאג באזונדער פון דורך די גייסטיש-אומסטאבילע סאציאליסטן, אויב זיי זענען נאכנישט גענוג געלעכטער ביז יעצט, וועט דאס זיין דער ענדגילטיגער געלעכטער...[/justify]
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

"[quote="שבת אחים"]איך האב געזוכט עפעס א ווארט וויאזוי מ׳ספעלט עס אין אידיש.
קומט ארויף די תגובה ווי דער קאך לעפל שימפט אויף שיף און פעלאוסי אז זיי זענען גאר די ליגענערס און קאראפטירט.

דו ביסט די ליגענער!

סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס איז געוועהן אזא גרויסע ליגענער!"

יעדער פאלעטישן איז א ליגענער, די חילוק פון טראמפ און אנדערע איז, טראמפ'ס ליגענטס אפעקטירן אין אלגעמיין קיינעם נישט, וועם שטערט אז ער זאגט אז ער האט געהאט די גרעסטע inauguration? אדער ווען ער זאגט אז ער קען עסן די מערסטע קיען אויף איינמאל?...
משא"כ ווען עס קומט צו אויספירן קאמפיין צוזאגן טוט טראמפ מער פון סיי וועלכע פאלעטישן אין מאדערנע היסטאריע,
So צוזאגן אז טראמפ איז די גרעסטע ליגענער איז בס"ה נאכזאגן CNN Talking points...
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן: "סאיז נאכנישט געוועהן קיין פרעזידענט אין די היסטאריע וואס אזויפיל פון זיינע אייגענע מענטשען זענען געגעאנגען זיצן אדער קרימינאל אנגעקלאגט געווארן."

זייער שיין פון דיין זייט, כאטש דו זעהסט נישט אויס צו זיין קיין טראמפ supporter, אנערקענסטו אויך, אז מען פייניגט דעם פרעזידענט, און אלע וואס שטיצן אים, אין א פרעצעדענטלאזע וועג...
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אתים האט געשריבן: "שיף און פעלאוסי האבן אמאל געהאט א פאלשע University??? זיי האבן אמאל געהייערט ארבייטארער און זיי נישט באצאלט?
זיי האבן גענומען ארבייטארער און זיי נאר געצאלט 5 דאללער א שעה???

זיי האבן ארויסגעלייגט קליינע מענטשען פון ביזנעס?"



שיפ און פעלאוסי האלטן אין איין ארויסלייגן קליינע ביזנעסער פון ביזנעס מיט זייער עקלהאפטיגע רעגולאציעס..
נישטא נאך אזעלכע שלעכטע מענטשן ווי זיי (ווי אלע לינקע) וואס פייניגן אויס די מיטל קלאס פארדינער און גנבנען זייער אפגעהארעוועט געלט כדי צו ווערן ווידער ערוויילט דורך די ארכי רייכע און ארכי ארעמע קלאסן
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן: "יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס...


הערסט א חוצפה ?! די רעפאבליקאנער ווילן שטייפער מאכן די work requirements צו נעמען פוד סטעמפס!!
ס'ארא רשעים זיי זענען!! די וועלט איז מיר אלעס שילדיג! און ניין, איך האלט ביים זיך אנשטרענגען און גיין ארבעטן פאר איך גיי נעמען דיין געלט!!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

שבת אחים האט געשריבן: "יעצט ווילן זיי נאך צונעמען פון אכט הונדערט טוינזט מענטשן זייער פוד סטעמפס... כמיין די official slogan פון די רעפובליקאנער זאלן זיין
״רייכער מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע״. און די חסידים וואס שטיצן אים זענען נאך די מערסטע אנגעוויזן אויף גאווערמענט הילף!
Old-fashioned hypocrisy"



האהא רייכער מאכן די רייכע... ארימער מאכן די ארימע...
ווייל כאילו גיבן פוד סטעמפס פאר ארבעסלאזע מענטשן העלפט איינעם...
די גאנצע משוגעת פון סאבסידייזן ארימקייט דארף זיך אויפהערן, safety nets דארפן באשטיין פון 3 חלקים 1) צו העלפן מענטשן וואס קענען זיך נישט אליינס העלפן (נישט געזונט וכד)
2) זעהן אז מענטשן וואס זענען אויף די מינוט אראפגעפארן פון טרעק זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער וכדומה (soup kitchens etc)
3)צו צושטעלן טרעפ אז מענטשן זאלן קענען ארויפ אויפן לייטער (education פאר דזשאבס וואס ברענגט שיין געלט, נישט די נארישע דעגריעס אין lesbian dance theory...)
Btw די 10% רייכע צאלן אויס איבער 70% פונעם בודזשעט...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

הער ליב צו וויסן:

כ'האף אז די פארמאגסט בלעכענע הויזן. הער שבת אחים זאל זיין געזונט, איז א ווילדער אנטיפאניק וואס אטאקירט יעדער וואס פארשטייט אנדערש ווי אזוי ער וויל. ער שטייט באלד אויף און ס'איז דיר גארנישט נישט צו מקנא זיין...
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

איך בין טאקע ניי דא, אבער מ'וועט זיך א'נייצע גיבן...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיטן רעכטן פוס בשעה טובה ומצלחת...

געדענקט! גארנישט נעמען פערזענליך. מ'קומט אונטער אטאקע ווייזט מען דעם אצבע האמצעי למעלה, און מ'גיבט נישט קיין הכנות.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

:lol: :lol:
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די היפאקריטע שרייט דאך ביז צום הימל.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – נאך פיר לאנגע וואכן האט שקלאפטע פעלאוסי ענדליך זיך געבראכן איר הארטע-גענאק, און געצווינגענרהייט ארויסגעשלעפט די צוויי אפגעוועקעלטע אימפישטמענט ארטיקלן פון איר קעשענע-ביכל, און זי גרייט זיך דאס היינט אפצושיקן צום סענאט, אין די באגלייטונג פון א כאפטע פון אירע אונטערטאנען וועלכע גייען פארשטעלן די אימפישמענט קלאגעס פארן סענאט. זי שיקט אירע גיפטיגסטע שלענג וואס זי פארמאגט נאר אין איר שטייג. קאמיסאר שיף זעלבסט שטייט אין שפיץ פון די דעלעגאציע צום סענאט.

די פרעכע פעלאוסי האט וואכן לאנג פראבירט צו בלעקמעילן דעם סענאט, און צווינגן דער סענאט-פירער מיטש מעקאנאל נאכצוקומען אירע צודרייטע פארלאנגן, אבער מעקאנאל האט איר קלארגעמאכט אז איר קעניגרייך ענדיגט זיך אין די קארידארן פון קאנגרעס, און זי וועט אויף קיין שום פאל נישט דיקטאטירן און מאנאפעלירן דעם סענאט. ער האט זייער דייטליך קלארגעשטעלט אז פון זיין זייט קען זי האלטן די אימפישטמענט ארטיקלן אין איר קעשענע-ביכל ביז צו איר טויט. עס האט פארט גענומען א גאנצע מאנאט פאר פעלאוסי צו קומען צום שכל און אנערקענען אז זי איז בלויז א הונט אן קיין ציין.

וואס האט אייגענטליך פעלאוסי פארלאנגט? איר וועט נישט גלייבן.

וואכן לאנג האבן פעלאוסי'ס אונטערטאנען ליגנער שיף און זיין קאמעראד דער אלטער נאר נאדלער פארשפראכן פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג - אז זיי האבן אומצווייפלבארע באווייזן אז דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגן א אימפישטבארע-מיסברויך און מען מוז פון אים פטור ווערן ווי אמשנעלסטענס. ליגנער שיף איז געזעצן ביי זיך אין זיין נאסע בונקער און געארבייט אויף קעסל און כלים אויפצוקומען מיט זאכליכע באווייזן וועלכע זאלן אונטערשטיצן זיינע פאנטאזיעס, אבער אן קיין ערפאלג. אין רעזולטאט איז פעלאוסי געווען געצווינגן זיך צו באגענוגן בלויז מיט צוויי אויסגעדראשענע אימפישטמענט ארטיקלן, וועלכע רופט ארויס געלעכטער ביי יעדן רעכטדענקיגער באשעפעניש.

די רעפובליקאנער האבן געוואלט ברענגן עדות וועלכע זאלן ריינוואשן דעם פרעזידענט, אבער די צוויי יעוורעיוויקעס נאדלער און שיף האבן דאס פארבאטן.
די רעפובליקאנער האבן פארלאנגט אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט זאלן זיין אנוועזן ביי די פארהערן פון ליגנער שיף אין זיין טינקעלער בונקער, אבער ליגנער שיף האט דאס נישט ערלויבט. דער הענקער שיף האט אפילו פארבאטן פון די רעפובליקאנער צו פרעגען די עדות געוויסע פראגעס וועלכע זענען נישט געווען אין איינקלאנג מיט זיין שווארצע אגענדע. דער גראנדיעזער שוטה נאדלער האט שוין יא ערלויבט פארן פרעזידענט צו שיקן זיינע אדוואקאטן צו אים אין זשאנגל. אבער ס'איז שוין נישט געווען פאר דעם קיין שום נוצן. נעמליך, וואס האבן די אדוואקאטן געזאלט דען טאן, אפפרעגן די דריי לינקע פראפעסארן? שוטה נאדלער האט בלויז געוואלט צייגן אז ער איז עטוואס מער יושר'דיג ווי זיין קאמעראד ליגנער שיף.

ווען ליגנער שיף און שוטה נאדלער האבן ענדליך פארפולקאמט זייער מייסטערווערג, איז שקלאפטע פעלאוסי ארויסגעקומען מיט א מעלדונג, אז זי האט א פעסטע אייזענע אנקלאגע אונטערגעשטיצט מיט אומאפפרעגבארע באווייזן אז דער פרעזידענט איז באגאנגן מיסברויכן פאר וועלכע ער מוז שוין אימפיטשט ווערן, יעדע סקונדע ציילט. די ליבעראלן האבן דאן דורכגעפירט זייער פארטייאישע אימפיטשט רעזעלוציע...

אבער מיטאמאל האט זיך שקלאפטע פעלאוסי אויפגעוועקט פון שלאף און דעקלערט אז ניין! די קלאגעס האבן עכט נישט קיין שום ערשט-האנטיגע באווייזן און אויך נישט קיין דאקאמענטאציע עס אונטערצושטיצן. עס איז בלויז א הויפן שיף-אפפאל. און די פרעכע חצופה האט פארלאנגט אז דער סענאט זאל רופן עדות און שאפן דאקאמענטאציע אונטערשטיצן די פאנטאזיעס פון איר באליבטע שיף. דער פארצעס מוז זיין יושר האבן באבי פעלאוסי געיאמערט... איר הערט ווערטער? זי האט די פרעכהייט צו רעדן פון יושר? פון גערעכטיקייט? געפארפולע טעראריסטן און שרעק-אנווארפענדע מאפיאנערן באקומען מער יושר אין די אמעריקאנער געריכטן ווי די קאראפטירטע ליבעראלן האבן צוגעטיילט פארן אמעריקאנעם פרעזידענט וועם זיי האסן צום טויט. אבער פונעם סענאט פארלאנגט זי גאר יושר... דאס אויבערפלעכליכע היפאקריטיע פון די פארברעכערישע ליבעראלן שרייט דאך ביז צום הימל.

אין אלגעמיינע גריכטליכע פראצעדורן שטעלן די פּראָקוראָרן פאר פארן געריכט אלע באווייזן און עדות, און דער געריכט גיבט ארויס דעם אורטייל. קאנגרעס איז דער פּראָקוראָר און זיי האבן זיך מיעס באמאכט. זיי האבן נישט געטאן זייער ארבייט! און זיי פארלאנגן אצינד אז דער סענאט וואס דינט אלס דער געריכט זאל רעכטשטעלן זייער אומקאפעטענץ. און מיטש מעקאנאל שרייט מיט רעכט, פארוואס עפעס? איך דארף אצינד זיך גיין שלאגן אין געריכט צו שלעפן עדות פאר ענקערע שטירן אפפאל? יעך האלט נישט דערביי! די נידערטרעכטיגע שקלאפטע שרייט אז אויב מעקאנאל קומט נישט נאך אירע קריאזע פארלאנגן מאכט ער בלויז א קאוועראפ....

עס איז ממש אומגלויבליך וואס עס שפילט זיך ווירקליך אפ דא פאר אונזער אויגן. דאס פאלק לעכעצט שוין אז די בעפארשטייענדע וואלן וועט ענדליך ארויסשטויסן די פארהאסטע ליבעראלע היפאקריטן פון קאנגרעס, און זיי שיקן לופטערן צו די ווייטע קאלארפארניע בערג וואו זיי באלאנגען... גענוג איז גענוג...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די אימפישטמענט ספעקטאל אין וואשינגטאן איז אצינד אין די העכסטע שטיפעס. די רעפובליקאנע סענאט, האט נישט ווי דער קאנגרעס, אהערגעשטעלט א העכסט יושר'דיגע פארצעס, זיי האבן געגעבן די געלעגנהייט פאר ליגנער שיף און שוטה נאדלער פארצושטעלן זייער קלאגעס קעגן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. שיף און נאדלער און די אנדערע קאמעדיאנטן נוצן ערליך אויס זייער גאנצע 24 שטונדען צו שיטן נידערטרעכטיגע ליגענטס און פראפעגאנדע אויפן חשבן פונעם פרעזידענט. זיי פיטערן פארן סענאט די פאנטאסטישע אלוזיעס וואס דער מייסטערהאפטיגער טיאטער שפיל שרייבער שיף האט פארגעשריבן אין זיין בונקער. די גוטע נייעס איז אבער - אז דער ספעקטאל פון ליגנער שיף האלט שוין אצינד אין אירע לעצטע פאזעס. די קומענדיגע וואך וועלן די אדוואקטן פונעם פרעזידענט איבערנעמען די לייצעס פונעם פארצעס און אגרעסיוו אפשלאגן די אלע ליגענטס און פאנטאזיעס פון דעם קראנקהאפטיגער משוגענער שיף... און האפענטליך ווען זיך דער ווילדער שדים געיעג שוין ענדיגען דעם קומענדיגער מיטוואך, (ביז צו די נעקסטע).

פון דער אנדערע זייט שטייט דער זעלבסט-האסנדער יעוורעי, דער אידישער סאדיסט וואס האט מיט זיין רשעות פארארבייט טעטיקייטן אז רובושקין זאל ווייטער שמאכטן אין טורמע, און וויינט און פארפירט גיוואלד, מ'מוז האבן עדות...א פארצעס אן קיין עדות איז א קאוועראפ יאמערט דער שוטה... דו בהמה איינער! עס איז זענען פארהאן עדות. די צייגעניש פון די 17 עדות וועלכע האבן עדות געזאגט פאר ליגנער שיף אין זיין בונקער ווערן דאך פארגעשטעלט פארן סענאט געריכט, אלזא וואס האקסטו א טשייניק? דו פערד איינער וואס דו ביזט. און צווייטענס דער פּראָקוראָר דאס איז שיף מיט זיין כאפטע האבן פארענדיגט זייער קלאגע און זיי האבן פראקאלאמירט אז זיי האבן א שטאנדהאפטיגע קלאגע און קיין שום צווייפלנישן, דאן וואס פעלט אויס עדות? וואס גענוי ווייסטו נאכנישט? נאכמער אויב עדות דארף בלויז דער פרעזידענט רופן עדות צו זיין פארטיידונג. וואו אין הימל און ערד קומט דא אריין עדות? וואס גענוי ווילסטו הערן פון באלטאן? דו ווילסט בלויז אז ער זאל זיך עטוואס פאררעדן אזוי אז דער שדים געיעג זאל ווייטער אנגיין ביז אויף שטענדיג. דו אידישער פערד! דו ביזט א שאנדע פארן אידישן פאלק און א שאנדע פאר די גאנצע מענטשהייט...

כ'האב נישט געמיינט צו שרייען...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

האפנליך קומט שוין די דראמא צו אן ענדע.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – א שטורמישע וואך איז אריבער אין וואשינגטאן, דער סענאט איז געקומען צו א פולקאמע שטילשטאנד, אלע געווענדליכע סענאט טעטיקייטן זענען געשטעלט געווארן צו א זייט, ווארום דער סענאט איז געווען געצווינגן אויפצונעמען און אויסצוהערן די שיף-פיקציע אימפישמענט קלאגעס, וואס די סאציאליסטן אין קאנגרעס האבן פאַבריצירט קעגן פרעזידענט טראמפ. דורכאויס די פראצעדורן זענען די סענאטארן נישט ערלויבט אויסצוטוישן ווערטער צווישן זיך, און זיי זענען נישט ערלויבט צו עסן און צו טרינקן, אויסגעשלאסן וואסער, מילך און ציקערלעך. עלעקטעראנישע קאמיוניקאציע געצייג זענען נישט ערלויבט אינעם זאל, די הונדרעט סענאטרן זענען געצווינגן צו זיצן און אוסצוהערן מיט אן ערענסטקייט צו די קלאגעס וואס דער קאנגרעס ברענגט פאר זיי. פאר לאנגע שטונדען זענען די סענאטארן געווען געצווינגן מיט א קענטליכע אומגעדולד, אויסצוהערן דעם מייסטער-דעמאגאג און לעגענדארער ליגנער, אדם שיף פון קאליפארניע. ער האט נאכאנאנד ווידערהאלט זיין זעלבע כארא נאכאמאל און נאכאמאל אזש ס'האט שוין געגריצלט די אויערן...

די גוטע נייעס איז אז דער ליכטיקייט פונעם טונעל זעט זיך שוין ענדליך אויפן האריזאנט, דער טייוול-געיעג פון די סאציאליסטן קעגן די אמעריקאנער באפעלקערונג קומט שוין האפנטליך ענדליך צו אן ענדע, די גסיסה כארכלען פון די סאציאליסטן און זייער פראפעגאנדע מאשין די מידיע - צייגן דייטליך אז זיי גרייטן זיך די וואך איינצונעמען א מעכטיגע נידערלאגע וועלכע וועט זיי האפנטליך פארוואונדערן פאר א לאנגע צייט. אבער אין וואשינגטאן קען מען קיינמאל גארנישט וויסן.

די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט, זשעי סאקאלאו, פּעט סיפּאָלאָנע, מייק פּורפּורא, און פּעם באונדי האבן אן קיין צווייפל געמאכט א פענאָמענאַלע ארבייט. זיי האבן סוקסעספול באוויזן צו צורייבן אויף פיצלעך די פאלטשע און פארפירישע דעפיניציע וואס ליגנער שיף האט פראבירט צו פארקויפן פאר די סענאטארן. און ווי איראניש איז געווען צו אבזערווירן ווי ליגנער שיף און זיינע קאמעראדן האבן נאכאנאד ווידערהאלט - אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט האבן נישט באוויזן אפצווארפן זייער דעפיניציע, ווען אין די ווירקליכקייט האבן די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט געמאכט פון שיף'ס פארגעשריבענעם טיאטער פיקציע אש און פארך. אבער צום מערסט האט ארויסגעשטארצט די קאָנטראָווערסיאַלע פאַרטיידיקונג-ארגומענט פונעם בארימטן אידישן אדוואקאט פראפעסאר אַלען דערשאָוויטץ, אט איז וואס ער האט ארגומענטירט אויף די קלאגע אז דער פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין מאכט פאר זיינע אייגענע אינטערסן:

עס איז פארהאן דריי אורזאכן וואס מען קען ארגומענטירן פארוואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן דאס געלט פאר אוקריינע פאר א קורצע וויילע:

• זיכער צו מאכן אז דער אוקריינישער פרעזידענט וואלאדמיר זעלענסקי וועט זיך צוהאלטן צו זיין צוזאג צו באקעמפן קאראפציע.
• צו לייגן דרוק אויף אנדערע אייראפעישע לענדער אז זיי זאלן זיך מער צושטעלן מיט מאטריאליסטישע און מיליטערישע הילף פאר אוקריינע.
• צו צווינגן אוקריינע אויסצופארשן זיין פאליטישער אפאנענט ביידן, וואס איז איינגעטינקן איבער די נאז אין די קאראפציע פון אוקריינע.

דער מיינונג פון א גרויס מערהייט פונעם פאלק איז אלע דריי אינאיינעם. דער פרעזידענט ארגומענטירט אז בלויז די ערשטע צוויי. די סאציאליסטן זאגן אז אויסשליסליך בלויז דאס לעצטע.

דערשאָוויטץ ארגומענטירט: לאמיר שוין זאגן אז בלויז דאס לעצטע, איז וואס? יעדער פאליטיקער האלט אז פארן וואוילזיין פונעם לאנד איז ער דאס מערסט-געאייגענטער מאן צו זיצן אויף זיין אמט. דערפאר אפילו דער פרעזידענט וואלט ווען אפגעהאלטן דאס געלט פאר אוקריינע בלויז זיי צו צווינגן אויסצופארשן זיין פאליטישער אפאנענט, איז דאס נישט געווען צוליב פינאציאלע אדער אומלעגאלע אינטערסן, נאר אויף צו פארזיכערן זיין ווידערוויילונג וואס איז לויט אים דאס וואוילזיין פונעם לאנד. דערפאר הייסט דאס נישט אז דער פרעזידענט האט אויסגענוצט זיין מאכט פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.
פראפעסאר דערשאָוויטץ האט געברענגט א פאסיגער צושטעל פון פרעזידענט לינקלאן. אין די סאמע ברען פונעם ציווילער-קריג – האט פרעזידענט לינקלאן אהיים געשיקט זעלנער פון פראנט, אז זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו קענען שטימען אין זייער שטאטן פאר די רעפובליקאנע פארטיי, וואס איז אייגענטליך געווען זיין פארטיי.

דער דאזיגער זאכליכער ארגומענט פון פראפעסאר דערשאָוויטץ האט געמאכט די סאציאליסטן טאנצן ווי משוגענע הונט וועלכע האבן איינגעשלינגען א הויפן משוגענע שוועמליך. ווי זייער שטייגער אלעמאל האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף א מאסיווע פרעכע קאמפיין קעגן דער ליבעראלן דערשאָוויטץ. זיי האבן בייזוויליג פארדרייט זיינע ווערטער, ווי ער וואלט ווען געהאט געזאגט אז דער פרעזידענט קען באגיין א פארברעך ווי לאנג מ'קען ארגומענטירן אז ער טיט דאס פאר די אינטערסן פונעם פאלק. א זאך וואס דערשאָוויטץ האט קיינמאמל אין לעבן נישט געזאגט. נעמליך, אין די שיף און נאדלער וועלטל פארמאגט דאס רעאליטעט נישט קיין שום ארט, זיי לעבן זיך אין זייער אייגענעם פייגל וועלט, וויפול מ'זאל זיי נאר אויפווייזן אז זיי לעבן אין א טרוים וועלן זיי זיך נישט דערוועקן.

די געטרייע אונטערטאן פון די געוועזענע לאפע טאנצערין אָקרזיאָ-קאָרטעז, באבי פאלאוסי - האט זיך אויך געלאזט די וואך הערן, זי האט דעקלערט אין א פרעסע קאנפערענץ - אז די אדוואקט שיינען פון די אדוואקטן פונעם פרעזידענט דארפן אויפגעלעזט ווערן, ווארום זיי האבן מיט פרעכהייט זיך דערוואגט אפצושלאגן די פאלטשע דעפיניציע און די גראנדיעזע ליגנטס פון אירע צוויי אינטערטאנען, ליגנער שיף און זיין קאמעראד שוטה נאדלער... זיי האבן בייזוויליג אויסגעריסן די גאנצע קאנסטעטוציע האט באבי געיאמערט מיט טרערן פאר די פרעסע.

זינט איר אימפישמענט איז די באבע נעבאך געשלאגן געווארן מיט אזא סארט קאנסטאטוציע דעראַנגמאַנט סינדראָום. זי זעט אלעס וואס זי וויל טאן אין די קאנסטעטוציע.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז דער באשולדיגטער וועלכע איז דער פרעזידענט טאר זיך נישט פארטיידיגן קעגן איר אגרעסיע. ווען זי רופט זיינע נאנטסטע מיניסטארן אויף א קרייץ פארהער ביי שיף אין בונקער, אזוי דער אנקוויזעטאר זאל קענען ארויסקוועטשן פון זיי עפעס א מיסברויך וואס דער פרעזידענט איז באגאנגן, ווארום זיי ברויכן דאך אים צו אימפיטשען, מוזן זיי אלע ענטפערן, צום באפעל, און זאפארט ערשיינען ווי רינדער צו די שחיטה, זיי האבן נישט די רעכט צו גיין אין געריכט זיך צו פארטיידיגן, זיי האבן נישט די רעכט מיטצוברענגן זייער אדוואקאטן, גארנישט! זיי מוזן גענצליך אויספאלגן אירע באפעלען בלינדערהייט.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז בלויז זי איז אויסגעקליבן געווארן פון ג-ט זעלבסט צו געבן די אנווייזונגען פארן סענאט ווי אזוי דער געריכט זאל פינקציאנירן.
זי האט געזען אין די קאנסטאטוציע אז דער פרעזידענט איז נישט ערלויבט זיך צו פארטיידיגן נישט נאר בלויז ביי ליגנער שיף אין בונקער נאר אפילו נישט אינעם סענאט. פארן זינד פון פארטיידיגן דעם פרעזידענט דארפן זיינע אדוואקאטן פארלירן זייער רעכט צו פראקטערצירן געזעץ.
זי זעט אין די קאנסטעטוציע אז בלויז זי איז באפולמאכט איינצוטיילן וועם דער פרעזידענט קען רופן אלס עדות אין זיין פארטיידונג און וועם נישט.
דאס אלעס זעט זי קלאר אין די הייליגע קאנסטעטוציע.

די דאזיגע דאָמינאַנטע פרוי איז גענצליך נישט ביי די קלארע געדאנקן, איר נידערטרעכטיגע פרעכע ארגאנץ איז ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. זי איז דאס גרעסטע שאנדע פארן אמעריקאנער פאלק. האפנטליך וועט מען פון איר פטור ווערן ווי אמשנעלסטן.[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פיניש! דער פרעזידענט איז ריינגעוואשן געווארן דורך 52 סענאטארן אויף די קלאגעס פון אויסנוצן זיין מאכט פאר אייגענע אינטערעסן, און דורך 53 סענאטראן אויף די גלאגע פון אבסטורקטירן קאנגרעס.

און מארגן הייבט זיך אן די נעקסטע אימפישטמענט, אם ירצה פלאוסי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאך לעפל, דו שרייבסט דאך אזוי געשליפן, א מחי' צו ליינען..

אפשר באשרייבסטו די סטעיט אף די יוניאן דרשה פונעם פרעזידענט, און בעיקר ווי באבי פעלאוסי האט זיך צעלאזט צום סוף און צעריסן
די פאפירן, כאטש איך קען שוין די מעשה, אבער איך וויל הערן ווי אזוי דו פארציילסט עס....
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

ענדליך! ווינדיקעישען:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאך זיכער האט געשריבן:העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?

CNN: Nancy Pelosi ripping Donald Trump's speech may not have been planned, but it was effective.
https://www.cnn.com/2020/02/05/media/na ... index.html
וירח ה' את ריח הניחוח
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?

CNN: Nancy Pelosi ripping Donald Trump's speech may not have been planned, but it was effective.
https://www.cnn.com/2020/02/05/media/na ... index.html

https://twitter.com/Breaking911/status/ ... 9512710144
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

חמלה גדולה האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:העי איך בין נישט אפדעיטעד, וועלכע פאפירן האט פעלאוסי צוריסן?

CNN: Nancy Pelosi ripping Donald Trump's speech may not have been planned, but it was effective.
https://www.cnn.com/2020/02/05/media/na ... index.html

https://twitter.com/Breaking911/status/ ... 9512710144
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

לאפע טאנצערין אָקרזיאָ-קאָרטעז,


וואס מיינט דאס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

Lap dance
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]שמעקעדיג וויל הערן א געשיכטע, פיין אט איז וואס עס איז זיך פארלאפן.

וואשינגטאן, איז נאך אלס אונטערן איינפלוס פון די צוויי מאכטפולע געשענענישן וועלכע זענען זיך פארלאפן אין די לעצטע אכט און פערציג שטונדן. ערשט דער סטעיט אוו די יוניאן און צווייט דאס ריינוואשן פונעם פרעזידענט. עס איז געווען אן העכסט ערהאבן בילד צו זען - ווי דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מארשירט אריין אין זאל, ארום גענומען מיט זיינע העכסטע מיניסטארן און מיליטערישע גענעראלן, אפצוגעבן פאר די פארשטייער פון ביידע הייזער אין קאנגרעס דער רעפרעזאנטעטיוו הויז און דער סענאט, זיין יערליכער באריכט איבער זיינע גלארייכע אויפטוען פונעם פארגאנגענעם יאר און ווי אויך זיין וויזיע אויפן צוקנופט.

אין אלגעמיין איז די סטעיט אוו די יוניאן איינע פון די שענסטע מאַניפעסטאציעס אין וואשינגטאן. דאס פארטייאיש פארפעסטע אטמוספערע ווערט צייטווייליג געלייגט אין א זייט, און א גייסט פון האַרמאָנישע צוזאמנארבייט פאר די וואוילזיין פון די באפעלקערונג נעמט ארום וואשינגטאן. זאגאר דאס יאר האט זיך דאס ווייט נישט געשפירט, דאס צוטיילטקייט און אפשיי צווישן די פאליטישע פארטייען איז געווען אויף די העכסטע שטיפעס. נעמליך, אמעריקע אין געשטאנען בלויז 24 שטונדען שטונדן איידער דעם אורטייל אינעם סענאט וואס וועט ענווענטועל דעצידירן דאס צוקנופט פונעם פרעזידענט. די געמיטער זענען געווען שרעקליך אנגעצויגן.

ווען דער פרעזידענט איז ערשינען אויפן מייעסטעטישען פאדיום - איז ער אויפגענומען געווארן דורך די ענטוזיאזטישע אנוועזענדע מיט הילכיגע אַפּלאָדיסמענטן, צווישנרופן: נאך פיר יאר! נאך פיר יאר! האבן געדינערט פון די באלקאנען, די געמיטער ביי די רעפובליקאנער איז געווען גאר דערהויבן, זיי האבן זיך געשפירט שטאלץ און דערהויבן מיט א פרעזידענט וואס באשטייערט אזויפול פאר די סוקסעס פון די פאראייניגטע שטאטן. דאקעגן ביי די סאציאליסטן האט זיך דער זויערקייט און ביטערניש אנגעזען אויף מער ווי א מייל. די סאציאליסטישע מאמעס און באבעס אין שפיץ פון די באבע איבער אלע באבעס, באבי פעלאוסי - זענען אלע געווען געקליידעט אין ווייסן, געוויס אפצוצייכענען די פעמעניסטישע באוועגונג.

פעלאוסי האט ווי די טראדיציע פארגעשטעלט דעם פרעזידענט, און דאן האט זיך דער פרעזידענט אויסגעדרייט און איבערגעגעבן די טראנסקריפטן פון זיין רעדע פארן וויצע פרעזידענט און פאר ספיקער פעלאוסי. פעלאוסי האט אין א פרואוו צו שפילן פאליטיק אויסגעשטרעקט איר האנט צום פרעזידענט אים צו באגריסן, אבער דער פרעזידענט האט טאטאל איגנאאירט איר צארטע האנד וועלכע איז אין רעזולטאט געבליבן הענגן אין די לופטן. עס איז נישט דייטליך צו עס איז געווען א בייזוויליגער אקט, אדער אז דער פרעזידענט האט פשוט נישט באמערקט איר צארטע הענט. אין יעדנספאל האט דאס פעלאוסי גענומען העכסט-פערזענליך. און דאס קעסל האט זיך גענומען זידן ווי אויפן פריפעטשיק... דער פרעזידענט איז מייסטערהאפטיג איבערגעגאנגן אלעס וואס ער האט אלס געטאן פארן לאנד, די גוטע עקאנאמיע, די גינסטיגע האנדלס אפפמאכן, טורמע רעפאָרם, געשניטע רעגולאציעס און שטייערן, און נאך.
שפעטער אין זיין רעדע איז דער פרעזידענט אריבערגעגאנגן אויסצולויבן דעם לעגענדארען קאנסערוואטיווער ראדיא קאמאנטירער ראש לימבא (לרפ''ש). מיסטער לימבא איז דאן אנוועזען געווען אין זאל, און ווי שאקירט איז לימבא געווארן ווען דער פרעזידענט האט אים דארט אויפן ארט צוגעטיילט די העכסטע פרעזידענטליכער אויסצייכונג וואס א ציווילער מענטש קען זיך נאר דערווארבן. דאס האט דער פרעזידענט געטאן אלס אנערקענונג פאר זיינע פולע לייסטונגן פאר אמעריקע, הויפזעכליך פאר זיין אויסגעצייכענטע ארבייט אויפצודעקן די ריכטיגע שלייער פון די ליבעראלן און די סאציאליסטן... און דאס איז שוין געווען פאר פעלאוסי צופול איבערצוטראגן...

וויצע פרעזידענט מייק פענס פארציילט: אז דורכאויס די גאנצע צייט וואס דער פרעזידענט האט גערעדט, האט פעלאוסי נישט אויפגעהערט זיך אונטערצומורמלען שעלטערייען און העצערייען ווי א ריכטיגע וואנזיגע אלטע באבע. אייגענטליך האט דאס גאנצע לאנד צוגעזען ווי אזוי זי זיצט אונטערן פרעזידענט ווי א סוטה אנגעגאסענע מכשפה. זי האט אויף קיין רגע נישט אויפגעהערט צו מאכן מאדנע גרימאסן און נארישע פאקסן. זאגאר דאן האט עס דערגרייכט צום העכסטן קלימאקס. זי האט שטילערהייט אנהויבן צו רייסן די טראנסקריפטן. זי האט דאס געטאן אין בעפארברייטונג צו איר פלאנירטע נקמה אקציע קעגן פרעזידענט פארן אנגעבליך לאזן איר צארטע הענטלע הענגן אין די לופטן...

ווי נאר דער פרעזידענט האט פארענדיגט זיין העכסט-געלונגע רעדע, האבן די מאסן אויסגעבראכן מיט מעכטיגע אַפּלאָדיסמענטן! און דער פרעזידענט האט אנגעהויבן מאכן זיין וועג אראפ פונעם פאדיום. די גערעגטע באבע האט דאן אין א פראווו צו געווינען מאמענטום א כאפ געטאן די טראנסקריפטן מיט כעס און עס צופליקט אויף פיצליך צו די אויגן פון די פארוואונדערטע צושויער וועלכע האבן נישט געוויסט צו זיי זאלן וויינען אדער לאכן אדער ביידע באנאזאם.

די אמת'ע פעלאוסי קומט ביסלעכווייז ארויס אלס מער און מער. איר מאכטגייציגקייט טרייבט איר נעבאך צו משוגעת. ווען די דעמאקראטן האבן שכל מאכן זיי זיכער אז זי זאל רעזיגנירן פון אמט אמשנעלסטן און ארויפזעצן אויף איר בענקל א באזעצענער מעסיגער פארזעצער, נישט אזא שלעכטע, פארביסענע, דאָמינאַנטע ווי פעלאוסי. אזוי אז די צוויי רעגירונג אינסטאטוציעס די לעגעסלאטיוו און די עקזעקטיוו זאלן קענען ארבייטן האנד ביי האנד. ווארום מיט פעלאוסי אויפן בענקל איז וואשינגטאן אין גרידלאק...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט