בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:09 am
דורך שבת אחים
היסטאריקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:היסטאריקער

1)כהאב שוין אפאר מאל געשריבן יעדע עובדה וואס איך האב דא געברענגט פון די אהבת ישראל האט א גוטע מקור! כמעט אלעס שטייט אין ספר ״קדוש ישראל״ פון הרה״ח ר׳ נתן אלי׳ ראטה ז״ל די ספר האט הרה״ק ר׳ יודאלע האראוויץ מדזיקוב א אייניקל פון די אהבת ישראל איבערגעקוקט פאר א לאנגע צייט און יעדער ווארט דארט האט א מקור מוסמך... ווי אויך האט עס ר׳ מאטעלע איבערגעקוקט און יעדער איינציגסטער זאך וואס איז נישט געוועהן זיכער הונדערט פראצענט האט מען פון דארט ארויסגענומען. אזש ביז ר׳ נתן אלי׳ האט געזאגט פאר ר׳ מאטעלע אז באלד בלייב איך אן קיין ספר....

2)איך גלייב טאקע נישט די ברך משה האט איבערגעלאזט קיין אכצן שלימים סתם אזוי. נאר סאיז א דבר ידוע אז ער איז אלע יאהרן געוועהן א ביזנעסמאן און מסתם האט ער איבערגעלאזט א שיינע ירושה. אויב איינער וועט מיר יעצט קומען זאגן ערשט האנטיג אז סאיז נישט אמת בין איך גרייט צו טוישן מיין מיינוג. דערווייל לייקענט עס אבער קיינער נישט.

די רעשט פון דיין תגובה האב איך נאכנישט געליינט מסתם איז די סיפא מלא חכמה פונקט ווי די רישא...

איך זע עס איז נישט שייך זיך מתווכח זייל מיט דיר ווייל ווער עס זאגט אנדערש פון דיר מאכסטו אוועק, אבער וול דיר איינמאל ענטפערן
דאס וואס די זאגסט אז ר' יודעלע האט געזאגט אז קדוש ישראל איז אמת האט אליין נישט קיין מקור, נאר פון דיר און די ביסט נישט באגלייבט לגבי וויניץ
דער ברך משה האט אלס סיגעטער רב פרובירט צו מאכן ביזנעס בצנעה כדי נישט צו דארפן צוקומען צו מענטשן (ער איז געווען דער איינציגסטער רב וואס פלעגט נישט מאכן קיין מלוה מלכה פאר זיך) אבער קיינמאל נישט מצליח געווען צו סאך

ווען איך זאג דיר ערשטהאנטיג וועטו מיר גלייבן?

ס׳שטייט אין די הקדמה פון די ספר אז ר׳ יודלע און ר׳ מאטעלע האבן עס איבערגעקוקט און מגיה געוועהן. סאיז א באוואוסטע זאך.

אין די שמועסן פון ר׳ מאטעלע זאגט ער אליינס אז ער האט אלעס איבערגעקוקט און יעדע זאך נאכגעגאנגען. און יעדע זאך וואס האט נישט געהאט קיין גוטע מקור האט מען ארויסגענומען.

איך האב דאכצעך קיינמאל נישט געשריבן אז דער ברך משה האט געהאט ח״י שלמים. כהאב נישט קיין אהנונג וויפל געלט ער האט געהאט. כ׳ווייס נישט וואס דו האסט זיך פארטשעפעט אז איך גלייב דאס. איך גלייב אז ער האט געהאט א שיינע פאר דאללער ווען ער איז נפטר געווארן. אבער ס׳קען זייער מעגליך זיין אז ער האט נאר געהאט 5 מיליאן. אלעס איז מעגליך. איך האב נישט געציילט זיין געלט. ר׳ מאטעלע האט נישט איבערגעלאזט קיין גרויסע געלט. ער האט בכלל נישט געהאט קיין סאך געלט. סאיז סתם גערעדאכץ פון די גאס, דאס ווייס איך פון זייער נאנטע מקורות. אז דו וועסט מיר זאגן ווער דו ביסט און פון וואו דו נעמסט עס מילא. אבער דערווייל זאגסטו נישט פון וואו דו נעמסט עס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:12 am
דורך שבת אחים
צפור בודד האט געשריבן:איז דער בריוו אן איבערזעצונג אויף אידיש? אז דאס איז דער אריגינעלער בריוו פארוואס האט ער געשריבן אויף אידיש? ר' ח"מ האט נישט געקענט שרייבן לה"ק, ר' מאטעלע האט נישט געקענט לייענען אדער ביידע?

דאס איז די אריגינעלער בריוו-ווארט ביי ווארט נאכגעשריבן וואס ר׳ חיים מאירל שרייבט. פארוואס אידיש נישט לשה״ק? ווייס איך נישט. אין מכתבי קודש אמרי חיים איז דא בריווען סיי אין אידיש און סיי אין לשה״ק. פונקטליך ווען ער האט גענוצט אידיש און ווען לשה״ק ווייס איך נישט.

פארוואס זאל ער נישט שרייבן אין אידיש? וואס איז די קשיא? אונז רעדן דאך אידיש? די הייליגע שפראך? כמיין די דייטשע שפראך...

ער שרייבט מ׳זאל מאכן בן גוריון ״א קאצן מוזיק״ וויאזוי שרייבט מען דאס אין לשה״ק??? :lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:34 am
דורך שבת אחים
רעדענדיג פון מקורות פון מעשיות.

מיין טאטע האט אלץ בחור שפאצירט מיט ר׳ מאטעלע און מיין טאטע האט פארציילט פאר ר׳ מאטעלע אז ווען ר׳ מוישלע איז געבוירן האט די אהבת ישראל געזאגט ״ער וועט זיין א זיס קינד אן קיין צוקער״ און למעשה איז ר׳ מוישעלע די איינציגסטע פון אלע וויזניצער רבי׳ס וואס האבן נישט געליטן פון קיין צוקער. אלע האגערס האבן שטארק געליטן אויף צוקער, די פריערדיגע סערעטער רבי וכו׳ אלע!

ר׳ מאטעלע האט זיך געגעבן אזא דריי אויס צו מיין טאטע און געפרעגט מיין טאטע “ווער האט דיר דאס דערציילט?” האט ער געזאגט אז אלץ קינד אין שיכון ויז׳ניץ האט די מלמד אין חדר אזוי פארציילט.

כמעט דריי יאהר שפעטער מיין טאטע איז שוין געוועהן חתונה געהאט איז ער אריין צו ר׳ מאטלע מיט קוויטל. זאגט אים ר׳ מאטעלע סקומט זיך דיר א יישר כח, האסט מיר פארציילט א מעשה פונעם זיידן וואס כהאב קיינמאל נישט געהערט, כהאב מיך נאכגעפרעגט און סאיז אמת. מיין טאטע האט בכלל נישט געכאפט פון וואס ער רעדט. האט ר׳ מאטעלע געזאגט האסט מיר פארציילט אז די זיידע האט געזאגט ווען די ברודער איז געבוירן ער וועט זיין א זיס קינד אן צוקער.

למעשה שטימט נישט אינגאנצן די מעשה? איז ער דען געוועהן זיס? :lol: אפשר אלץ קינד נישט ווען איך האב אים געקענט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 11:04 am
דורך שבת אחים
פאר ר׳ מאטעלע איז געבוירן איז די אהבת ישראל געפארן קיין קארלסבאד. ר׳ חיים מאירל מיט די רביצין זענען אריינגעקומען זיך געזעגענען האט די אהבת ישראל געזאגט ווען די קינד וועט געבוירן ווערן זאלסטו אים געבן די נאמען מרדכי נאך ר׳ מאטעלע טשערנאבילער. האט זיך די רביצין אנגערופן “הלואי זאל ער אויפוואקסן צוזיין נאר האלב אזוי גרויס ווי ר׳ מאטעלע טשערנאבילער!” האט זיך דער אהבת ישראל אנגערופן “און וואס שטערט אייך אז ער וועט זיין א גאנצע ר׳ מאטעלע טשערנאבילער?”

למעשה זינט ר׳ מאטעלע טשערנאבילער איז דאכצעך נישט געוועהן קיין איין רבי וואס האט איבערגעלאזט אכט זוהן רביס.

די אמרי ברוך (די אהבת ישראל׳ס טאטע) האט איבערגעלאזט ניין זוהן אפאר פון זיי רביס נישט אלע.

ווען ר׳ מאטעלע איז געוועהן ביי הרה״ק ר׳ אהרן מבעלזא זצ״ל האט אים ר׳ אהרלע געפרעגט נאך וועמען ער הייסט? האט ער געזאגט נאך ר׳ מאטעלע טשערנאבילער. האט ער זיך אנגערופן ״א פלא, אזוי ענדליך״ (עפעס אזוי- פונקטליך די לשון ווייס איך נישט).

אקעי, מהאט שוין גערעדט חסידות היינט. יעצט מיין איך אז מ׳קען שוין גיין ארבעטן אדער עפעס אויפטוהן פאר אידישקייט...

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 10:06 pm
דורך שבת אחים
גאר א אינטערסאנטע, היסטארישע ווידעא קליפ פון די הייליגער אמרי חיים מיט זיין זוהן ר׳ מוישלע און זיין איידעם ר׳ נפתלי חיים אדלער ז״ל אין שווייץ אין 1962.

די אנפאנג איז נישט אזוי קלאר. אבער צום סוף די לעצטע מינוט איז גאנץ קלאר. קוקטס וואס פארא הייליגע צורה דער מענטש האט געהאט!

מ׳זעהט דארט הנגיד החסיד ר׳ מאיר שלום ראזענבערג ז״ל דער וואס האט מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ״ד אין שיכון וויזניץ.
ווען ר׳ חיים מאירל האט אפגעקויפט שיכון וויזניץ אין בני ברק איז נישט געוועהן קיין געלט דעמאלטס. זיי האבן זיך זייער געמוטשעט. ר׳ חיים מאירל איז געפארן קיין אמעריקע און דא איז אויך נישט געוועהן קיין געלט. ווען ער איז צוריקגעפארן איז געקומען ר׳ מאיר שלום, א וויזניצער פון אינדערהיים א אייניקל פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר ראזענבערג. ר׳ מאיר שלום האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט אנגעטראגן צוגעבן אסאך געלט אז מ׳זאל קענען ווייטער בויען די שיכון. ר׳ חיים מאירל האט אים זייער מכיר טובה געוועהן א גאנץ לעבן. ער פלעגט אים אויך קויפן יערליך חתן תורה און פלעגט ארויפגיין צו אים אין שטוב פאר די קידוש.

מ׳זעהט אויך אויף די קליפ די באוואוסטע גבאי. ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל ב״ב- ב״פ. מחבר ספר ״ימים מקדם״ פאטער פון הרה״ח ר׳ מרדכי חנא רעזעמאוויטש פון ב״פ מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.

מרן רבוה”ק ה’אמרי חיים’ וה’ישועות משה’ זי”ע בקיץ תשכ”ב בסט. מוריץ שווייץ. נראים: כ”ק אדמו”ר ה’זכר חיים’ מווישווא, חדב”נ הגה”צ מחוסט זצ”ל והרבנית שנישאו אז בשווייץ, הגה”צ מוהרנ”ח אדלר חדב”נ, הגה”צ משטראסבורג זצ”ל, הגה”צ ראש הישיבה שליט”א (בילדותו), הנה”ח מאיר שלום רוזנברג, ר’ ראובן אהרונוביץ ראש העיר ב”ב, המשב”ק רי”ד רזמוביץ, ר’ הערשיל גליצקי ז”ל מלוגאנו, ר’ שמואל מאיער ז”ל מוומסב”ג

https://yiddishevinkel.com/archives/75244

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 10:50 pm
דורך שבת אחים
ר׳ ברוך בן ר׳ שלמה ניימאן ז״ל האט אסאך ווידעא רעקארדינגס פון ר׳ חיים מאירל דא אין אמעריקע ווי למשל תשליך אין וויליאמסבורג און נאך אסאך אנדערע. ער האט עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן נאר ער האט געלאזט מפעם מ׳זאל קומען צו אים אינדערהיים עס זעהן.

הנגיד ר׳ יחזקאל אביגדור איינהארן נ״י מאנסי. בן הרה״ח ר׳ זיידא איינהארן מוויליאמסבורג ז״ל האט אלץ בחור געטוהן א שטיקל, ער האט אריינגעלייגט אין די אמרי חיים׳ס שטיעל א טעפרעקארדער, און אויך אינדערהיים אין די chandelier האט ער אריינגעלייגט א ווייער און אפגעכאפט אויף טעיפ הונדערטער פריוואטע שמועסן, טישן וכו׳ וכו׳ קיינער האט נישט געוואוסט דערוועגן. נאר מהאט איינמאל געכאפט די ווייער. און די גבאים האבן גלייך גערופן א מיטינג זיי האבן מורא געהאט אז די ״מס הכנסה״ הערט זיך אינטער און האבן חושד געוועהן אז די איזרעאלי גאווערמענט ווילן וויסן וויפל געלט ס׳קומט אריין דארט וועגן שטייערן...

צוואנציג דרייסיג יאהר שפעטער האט ר׳ יחזקאל אביגדור׳ס זוהן. זיין בן יחיד געברענגט טעיפס אין די וויזניצער ישיבה אין מאנסי ווי ר׳ חיים מאירל פירט די סדר נאכט, ראש השנה דאווענען אין אמעריקע. די טעיפס זענען זייער קלאר און איז זינט דאן פארשפרייט געווארן איבעראל. די אנדערע הונדרעטער טעיפס איז קיינמאל נישט מפרסם געווארן און ליגט נאך אלץ ביי אים. ס׳דארף צוזיין העכסט אינטערסאנט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:03 am
דורך מפיל קינד
די גבאים האבן מסתמא מורא געהאט אז גאווערמענט וויל נאכקוקן די די הכנסות וואס קומען אריין פון די פאלשע שמועות איבער די מיליאנען...

Re: האט ר׳ חיים מאיר׳ל מוויזניץ איבערגעלאזט מיליאנען ירושה?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:41 am
דורך צפור בודד
שבת אחים האט געשריבן:גאר א אינטערסאנטע, היסטארישע ווידעא קליפ פון די הייליגער אמרי חיים מיט זיין זוהן ר׳ מוישלע און זיין איידעם ר׳ נפתלי חיים אדלער ז״ל אין שווייץ אין 1962.

די אנפאנג איז נישט אזוי קלאר. אבער צום סוף די לעצטע מינוט איז גאנץ קלאר. קוקטס וואס פארא הייליגע צורה דער מענטש האט געהאט!

מ׳זעהט דארט הנגיד החסיד ר׳ מאיר שלום ראזענבערג ז״ל דער וואס האט מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ״ד אין שיכון וויזניץ.
ווען ר׳ חיים מאירל האט אפגעקויפט שיכון וויזניץ אין בני ברק איז נישט געוועהן קיין געלט דעמאלטס. זיי האבן זיך זייער געמוטשעט. ר׳ חיים מאירל איז געפארן קיין אמעריקע און דא איז אויך נישט געוועהן קיין געלט. ווען ער איז צוריקגעפארן איז געקומען ר׳ מאיר שלום, א וויזניצער פון אינדערהיים א אייניקל פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר ראזענבערג. ר׳ מאיר שלום האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט אנגעטראגן צוגעבן אסאך געלט אז מ׳זאל קענען ווייטער בויען די שיכון. ר׳ חיים מאירל האט אים זייער מכיר טובה געוועהן א גאנץ לעבן. ער פלעגט אים אויך קויפן יערליך חתן תורה און פלעגט ארויפגיין צו אים אין שטוב פאר די קידוש.

מ׳זעהט אויך אויף די קליפ די באוואוסטע גבאי. ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל ב״ב- ב״פ. מחבר ספר ״ימים מקדם״ פאטער פון הרה״ח ר׳ מרדכי חנא רעזעמאוויטש פון ב״פ מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.

מרן רבוה”ק ה’אמרי חיים’ וה’ישועות משה’ זי”ע בקיץ תשכ”ב בסט. מוריץ שווייץ. נראים: כ”ק אדמו”ר ה’זכר חיים’ מווישווא, חדב”נ הגה”צ מחוסט זצ”ל והרבנית שנישאו אז בשווייץ, הגה”צ מוהרנ”ח אדלר חדב”נ, הגה”צ משטראסבורג זצ”ל, הגה”צ ראש הישיבה שליט”א (בילדותו), הנה”ח מאיר שלום רוזנברג, ר’ ראובן אהרונוביץ ראש העיר ב”ב, המשב”ק רי”ד רזמוביץ, ר’ הערשיל גליצקי ז”ל מלוגאנו, ר’ שמואל מאיער ז”ל מוומסב”ג

https://yiddishevinkel.com/archives/75244
זיי האבן ארויסגעשניטן די פרויען. ביי שאולזאהן קען מען זען דער גאנצער.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 7:25 am
דורך שבת אחים
מפיל קינד האט געשריבן:די גבאים האבן מסתמא מורא געהאט אז גאווערמענט וויל נאכקוקן די די הכנסות וואס קומען אריין פון די פאלשע שמועות איבער די מיליאנען...

וואס מיליאנען? ביליאנען מיט א בית! אין 1960 אין שיכון ויזניץ איז געוועהן אזויפיל עשורים אזש אז סאיז געוועהן צוויי מענטשען וואס האבן פארמאגט א אויטא/קאר...
[סאיז א ליגענט נאר איינער און יענער איז ר׳ יענקל גלויבער פון מאנסי טאטע, פון גלויבערס דזשולערי. פעטער פון די G&G קלאדינג]

און נישט נאר סאיז אריינגעקומען ביליאנען דארט נאר די גאנצע רייכטום פון ר׳ מאטעלע און ר׳ משהלע קומט נאך פון יענע צייטן...

ר׳ חיים מאירל איז געוועהן א מענטש וואס האט ליעב געהאט אוועקצולייגן געלט אין שווייץ. טריליאנען האט מען דארט אוועגעפאקט! אלע האגערס עד היום הזה לעבן נאכאלץ פון יענע גוטע צייטן...

ער האט נאר גענומען געלט פון מענטשן און גארנישט צוריק געגעבן פאר קיינעם... ממש גארנישט...

פאר ווער ס׳גלייבט נישט זאל ביטע פרעגן די תולדות אברהם יצחק רבי מיט טשערנאוויצער רבי, און די פאליטשאנער רב.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 7:49 am
דורך שבת אחים
און בכלל נאך די צווייטע וועלט קריג זענען די אידן געוועהן זייער רייך... מ׳האט זיי טאקע צוגענומען אלעס און און אויסגעהארגעט זייערע משפחות אבער איין זאך האבן די דייטשען געמאכט זיכער אז די אידן האבן געלט...

און גלייך ווען זיי זענען אנגעקומען קיין אר״י איז יעדער פלוצים נאך רייכער געווארן ווייל אין מדנ״י אין די פופציגער און זעכציגער יאהרן איז געוועהן עפעס א מוראדיגע שפע...

ר׳ חיים מאירל נישט נאר ער האט נישט געהאלפן די אידן זיך באזעצען אין אר״י ער האט נאך בארויבט יעדעמס געלט פונקט ווי משה רבינו מיט קורח... מיינסט קורח איז נישט געוועהן גערעכט? משה רבינו האט געגענבט געלט פון די אידן...

נישטא ווער ס׳זאל לאכן...

אז סאיז שוין יא געוועהן אמאל א אמתע מענטש קומען די ליטפאקס מיט די פארביסנע סאטמורים און דרייען ביצים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 10:50 am
דורך אישתישבי
יישר כח רב שבת, איר האט אונז באמת אויפגעקלערט אין די גדלות פין אלע וויזניצער רבי'ס, זיי זענען געוועהן די גרעסטע מענטשן וואס אידענטום האט אמאהל פארמאגט, אנגעהויבן פין אהבת ישראל, וואס אויף אים האבן אלע מעיד געוועהן אז ער איז דער זאך, דענאך ר' חיים מאיר'ל, וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט מיט זיין כח הנגינה און חכמה, און ר' מאטעלע זי"ע וואס זיין גאונות און פקחות האבן ממש געשטעלט מאנסי פאר א ער ואם בישראל, און זיין זוהן פין וויליאמסבורג, ער איז דאך דער אמת'ער ממשיך פין דער גאלדענער קייט.

כולנו בעד וויזניץ, וויזניץ איז דער וועג צו גיין, וועט פלאקערען ווי א קויל עד ביאת הגואל, אונז ווערען מיר אלע וויזניצער חסידים סניף מאנסי אגף וויליאמסבורג נצר סטאטען איילאנד.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:48 pm
דורך שבת אחים
ל ע ב ע ד י ג ! :lol:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 12:51 pm
דורך שבת אחים
קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:46 pm
דורך הדסים
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..

נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 3:53 pm
דורך אישתישבי
זעהסטו שוין, ליבאוויטשער איז זיכער גרעסער געוועהן, ווייל ער לעבט נאך און דער גאנצער וועלט איז ליבאוויטשער חסידים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 12:57 am
דורך שבת אחים
הדסים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..

נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?

די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:00 am
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:זעהסטו שוין, ליבאוויטשער איז זיכער גרעסער געוועהן, ווייל ער לעבט נאך און דער גאנצער וועלט איז ליבאוויטשער חסידים.

ווען ר׳ מאטעלע איז קראנק געוועהן האב איך אמאל באגעגענט א חבדסקר משחיסט. פרעגט ער מיר וועלכע חסיד ביסטו? זאג איך אים וויזניץ-מאנסי. זאגט ער כהאב געהערט ער איז זייער קראנק לעצטענס, זיי נישט באזארגט אונזער רבי איז אויך קראנק געוועהן און למעשה האט ער זיך ארויסגעדרייט פון די גאנצע מעשה, ער לעבט און לאכט...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:01 am
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..

נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?

די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...

שבת, זאג עס נישט הויעך. ווייל יענער האט מער מצליח געווען פון אלע...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 1:12 am
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..

נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?

די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...

שבת, זאג עס נישט הויעך. ווייל יענער האט מער מצליח געווען פון אלע...

אמת! נישט געוועהן נאך א מענטש אויף דער וועלט אין די היסטאריע וואס האט געהאט אזויפיל נאכפאלגער!!! נישט געוועהן! עד היום שווערע ביליאנען.

לדעתי איז ווייל ער האט די ערשטע געזאגט, פארוואס דארפן מיר זיך ארומקריגן איינער מיטן צווייטן? מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן...

זייטס מיר נישט חושד אין זיין קיין קריסט. זייער גאנצע רעליגע איז איין שטיק בלאף און שקר און היפאקראסיע, זיי זענען געוועהן די גרעסטע רוצחים אין די היסטאריע, זייער רעליגע וואס זיי קלעימען איז געבויט אויף לאוו איז עכט באשמירט מיט בלוט...

לאוו? אדער אינקוויזיציע! פארברענען מענטשען אין די גאסן וואס האבן נאר געטראכט א טראפ אנדערש ווי זיי. די קאטולישע קירכע האט קאלאבארירט מיט די נאציס און ניטאמאל פארדאמט די הריגות פון מיליאנען קינדער... לאוו? מיין מאמע לאוו...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 5:45 am
דורך אישתישבי
לדעתי איז ווייל ער האט די ערשטע געזאגט, פארוואס דארפן מיר זיך ארומקריגן איינער מיטן צווייטן? מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן...

הלל האט עס שוין געזאגט.

און געטוהן? האט ער די זעלבע ווי די רבי'ס, זיך געחבר'ט מיט די טעקס קאלעקטערס און דאס גלייכן, און געהאט חסידים גראבע אינגן, און געמאכט א איבערקערעניש, און פארקויפט דער זעלבע פין וואס עס שטייט, און זיך אהער געשטעלט אלץ איינער מיט א נייע שיטה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 8:46 am
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:
לדעתי איז ווייל ער האט די ערשטע געזאגט, פארוואס דארפן מיר זיך ארומקריגן איינער מיטן צווייטן? מען דארף זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן...

הלל האט עס שוין געזאגט.

און געטוהן? האט ער די זעלבע ווי די רבי'ס, זיך געחבר'ט מיט די טעקס קאלעקטערס און דאס גלייכן, און געהאט חסידים גראבע אינגן, און געמאכט א איבערקערעניש, און פארקויפט דער זעלבע פין וואס עס שטייט, און זיך אהער געשטעלט אלץ איינער מיט א נייע שיטה.

איה״נ, הלל איז געוועהן א גרויסע מענטש איך בין א גרויסע חסיד פון הלל. און פון די The Golden Rule.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 1:55 am
דורך שבת אחים
זייער א אינטערסאנטע. היסטארישע קליפ פון אפאר צאמגעשטעלטע ווידעא׳ס און בילדער פונעם הייליגען אמרי חיים זצ״ל.

אפאר קליפס איז אויף די עלטער ווי מ׳שלעפט אים מיט א בענקל אין שיכון וויזניץ.

מערקט די אלטע מצה שטריימלעך.

די audio און די ווידעא איז נישט פון די זעלבע צייט.

הערליכע ארבעט.

זעהט די הייליגע לעכטיגע צורה פון ר׳ חיים מאירל אזא הדרת פנים.

לכבוד יומא דהילולא של הרה"ק בעל ה'אמרי חיים' מויז'ניץ זי"ע הערב ט' ניסן אנו מגישים וידאו מיוחד ונדיר ובו תיאורים מיוחדים מעבודתו בקודש.

https://www.jdn.co.il/breakingnews/1305121/