חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

שליחה דורך צפור בודד »

וואט א דזאוק. מ'שניידט אויף די בלומען און דער זאל און די תכשיטים און וואו מ'קען נאר נאר דער שדכן אים קומט זיך זיין ריינעם אלף. אויף וואס פונקטלעך? אויף צאמצופארן מוישי ביי 18 און מאשי ביי כמעט 18 וואס האט אים געקאסט זעקס טעלעפאן קאלס און מ'האט זיך געטראפן אנדערטאהאלב מאל איידער מ'האט געבראכן טעלער. פאר דעם ואת האלף און דאס איז משומר און רינגפענסט און מ'קען ביי דעם חלילה קיין פרוטה נישט שניידן. ווי לואי ארמסטראנג וואלט געקענט זינגען, איטס א בהמה'ישע דעי

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב גראדע הנאה געהאט פון די שדכנות געלט חלק, ווי זאגט די וועלט, יעדע מענטש האט משוגעת'ן, וואס מאכט איינעם פאר א משוגענער איז אז אנדערע דארפן ליידן פון זיינע משוגעת'ן,ווילאנג ער פארשטייט אז די שדכן דארף נישט ליידן וועגן זיין טשעלענדש משוגעת שטייט ער גוט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

שליחה דורך צפור בודד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה געהאט פון די שדכנות געלט חלק, ווי זאגט די וועלט, יעדע מענטש האט משוגעת'ן, וואס מאכט איינעם פאר א משוגענער איז אז אנדערע דארפן ליידן פון זיינע משוגעת'ן,ווילאנג ער פארשטייט אז די שדכן דארף נישט ליידן וועגן זיין טשעלענדש משוגעת שטייט ער גוט.
דער תכשיטים געשעפט און שטריימל מאכער יא און דער שדכן נישט? מה נשתנו אלו מאלו? זיי געבן כאטש וואליו און פאכמאנשאפט בשעת ווען דער שדכן גייט אריין אין א פלעיגראונד און קלויבט אויס א פארל צו שפילן טאטע/מאמע.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

צפור בודד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה געהאט פון די שדכנות געלט חלק, ווי זאגט די וועלט, יעדע מענטש האט משוגעת'ן, וואס מאכט איינעם פאר א משוגענער איז אז אנדערע דארפן ליידן פון זיינע משוגעת'ן,ווילאנג ער פארשטייט אז די שדכן דארף נישט ליידן וועגן זיין טשעלענדש משוגעת שטייט ער גוט.
דער תכשיטים געשעפט און שטריימל מאכער יא און דער שדכן נישט? מה נשתנו אלו מאלו? זיי געבן כאטש וואליו און פאכמאנשאפט בשעת ווען דער שדכן גייט אריין אין א פלעיגראונד און קלויבט אויס א פארל צו שפילן טאטע/מאמע.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

וואס איז די פארגלייך? תכשיטים און שטריימלעך איז דא אין געשעפט פאר אלע סארט פרייזן, אז דו נעמסט די ביליגע צאלסטו ביליג, פארוואס זאל איינער זיך פאר'חובות'ן צו קויפן א טייערע רינגל.

אבער א שדכן ארבעט שווער, און אויב מיינסטו אז עס איז אזוי גרינג, האסטו עס נאך נישט מיטגעהאלטן פון דער נאנט. זייער אסאך מאל ארבעט מען שווער, און עס ווערט גארנישט, אזוי ארבעט די סערוויס, מען באצאלט ווען עס געלונגט פאר אלע ארבעט ביז אהער. טויזנט איז די מינימום וואס מען דארף געבן, וראי' לדבר, עס איז דא זייער ווייניג וואס בלייבן לאנג טערם אין שדכנות.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

שליחה דורך צפור בודד »

שרעקלעך שווער. אדרבה זאג דו וויפל שעה, וויפל באצאל פער שעה, סארא קוואליפיקאציעס דארף מען דערצו און וואס זענען די ריזיקירונגען און אווערהעדס. שדכנות געלט איז נישט מער ווי נאך איינס פון אונזערע פארפוילטע מנהגים באזירט אויף אויסניצן און עקספלויטירן עלטערן וואס האבן מורא אז קיינער וועט מיט זיי נישט א שידוך טון. מענטשן זענען נישט ריל עסטעיט און שידוכים זענען נישט דילס וואס מען פליפט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

יא זייער שווער, שעות אויף שעות, וואכן און חדשים, בושות און בזיונות.

צפור בודד האט געשריבן:מענטשן זענען נישט ריל עסטעיט און שידוכים זענען נישט דילס וואס מען פליפט.

וואס זאגסטו דא? מענטשן זענען נישט ריעל עסטעיט, וועגן דעם דארף מען צאלן מער פאר א ריעל עסטעיט בראוקער? שידוכים זענען נישט דילס וואס מען פליפט, וועגן דעם דארף א שדכן באקומען ווייניגער?

איך דארף אבער נישט גיין ווייטער וואו די טרוקענע פאקט, עס איז דא א מאנגל פון שדכנים, עס דא גאר אסאך כולל אינגעלייט וכדומה וואס וואלטן עס געקענט טון (ווייל עס קען הייסן אז מען איז נאך אין כולל/כלי קודש), און דאך זעט מען אז כמעט יעדער וואס רירט עס צו לויפט אוועק דערפון. איך האלט אז איינער וואס האט געלט, איז שיין אויב ער געבט כאטש צוויי טויזנט.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
והאיש משה האט געשריבן:אפי' די וואס רעדן יא פון ליעבע ביי אונז, איז דאך נישט דער פשט אז מ'האט חתונה ווייל מ'האט זיך ליב, נאר ווייל מ'האט חתונה דארף מען זיך ליב האבן ווייל אנדערש האטסו א צושטערטער לעבן, כי אין אדם דר עם נחש בכפיפה אחת.

א שידוך ביינונז איז דאך געבויט אויף אלעס חוץ ליעבע, ווייל וועם האט דען א יוד און ווער רעדט נאך א תורה'דיגע יוד ליעב אחוץ דעם אייבירשטען (און אפאר טאלער אויף די זייט, זאגט מיר איינער ער האט זיך אריינגעלייגט און תאות ממון ווייל דאס איז די איינציגסטע תאוה וואס א היימישער יוד אפי' א עובד מעג זיך אויסגיבן און קיינער וועט אים נישט אראפקוקן...)

אויף וואס איז עס יא געבויט? קינדער און קינדער און נאכאמאל קינדער, וממילא די שידוך בויעט זיך אויף יחוס און ציהען קייטן, אדער געלט אז די קינדער זאלן האבן פון צו לעבן.

יעצט שטעל דיר פאר א מענטש וואלט חתונה געהאט פאר 1000 דאלער (און ווער רעדט נאך טאמער וואלט ער געהאט בירט קאנטראל די ערשטע 6 חדשים), וואלט נישט געווען פאני ווען ער זאגט פאר זיינע עלטערן סארי טאטי טעות(נ)י כ'האב פראבירט... אבער ס'איז נישט פאר מיר וטעות לעולם חוזר.

אבער אז מ'האט אויסגעגיבן פאר די חתונה א פופציגער אידאך אנאנדערע מעשה, טעות איז טאקע לעולם חוזר אבער דא האנדלט זיך פון א טעות און א פופציגער!!! מ'טראכט 2 מאל פאר מ'מאכט בואי בשלום עטרת בעלה, ווי קען איך עס טוהן צו מיינע געטרייע עלטערן, אא"וו מיט נאך טויזנט חשבונות, וואסערע פנים האב איך פאר די גאס גאפלאש"ט א פופציגער? און ווער רעדט נאך אז כלל ישראל האט צושטייער געגיבן, די בליקן פון די עולם דהיינו האטסעך נישט געקענט בעסער נאך פרעגן? בכלל וואס יאגסטיך אזוי? נעם א מומחה אפשר קען מען נאך עפעס טוהען צו ראטעווען (די פופציגער...),

נו פרעג איך ענק קאנען די רבנים אזוי גרינג אנעמען אז א חתונה זאל ווערן ווי א וואך נאכט אדער ברית סעודה? ס'אידאך קיום הדורות ממש! איי מענטשען גייען אונטער? זאגט דאך שוין די חכם מכל אדם דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת! די וועלט גייט נישט אונטער אז מענטשען גייען אונטער, מ'וועט אנפיהלען דעם חלל פון די אונטערגעגאנגענע מענטשן מיט א שפאגל נייע דור... וכן חוזר חלילה...

ס'קאן גאר זיין אז בימי חז"ל וואלט עס געווען א חיוב כדי שלא תהא קלה בעיניו להוציאה...

ביזסט כמעט גערעכט, אבער מען דארף נישט קיין פופציגער דערפאר, ס'גענוג א צוואנציגער
איך האב בר מצוה געמאכט איבער א יאר צוריק, עס האט מיר געקאסט ארום א צענער ! און איך צאל נאך פעימענטס !!!!


פאר דיר איז בעסער אז ס'בלייבט ביי פופציג... סימפעל מאטעמאטיקס:

ביי 10 צאלסטו פעימענט'ס א יאר, ביי 20 וועלען די עסקנים זאגן נו וואסאי'דען וועט דער קאפשטיק שמחהלע ברעכן קאפ אויף א צוואנציגער און צאלען פעימענטס 2 יאר, מ'שטיינס געזאגט מ'קען עס איבערלעבן, ווי וועט אבער זיין די דין אז די חתונה האט אפגעקאסט א קייליכעגר 50ציגער? עלען די עסקנים שרייען געוואלד... הצילו... ראטעוועט... באו מים עד נפש... שמחלהע קאפשיטק דרייט זיך אהן א קאפ אינגאנצען... רחמנים בני רחמנים גיבט צושטייער.. א יונגערמאן ברעכט אינטער... וכו', וועט די חתונה גיין אויף כלל ישראל'ס חשבון, הלמאי כלל ישראל אויף זיי זאלסטו נישט זארגן עס איז שוין דא אן הבטחה פון חז"ל אז אין עניות בציבור קומט אויס קיינער ליידט נישט דערפון.

ב.ד.וו. זאגט מיר א נאנטער א יגיע כפים'ניק, וואס ווען ס'איז געקומען צו די חתונה האט ער (נעבעך...) געדארפט ווערען א נצרך, אז ער איז זיך מחזק אזוי: איך פאר מיר וואלט געמאכט א סעודה קטנה ווי א וואך נאכט אדער ברית סעודה און באגאנגען מיט דאס ביסל וואס ג-ט האט מיר געשאנקען, הלמאי פארוואס מאך איך א טאראראם און ספענד א קייליכעגס 50ציגער, בלויז ווייל "כלל ישראל" האט מחליט געווען אז אזוי זעט אויס א חתונה, נו ז'שע זאל "כלל ישראל" באצאלען, און זאלען דער וואס האבן מחליט געווען באצאלען אויף די באשלוס.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: כפל
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: כפל כפליים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין דער עמי מאגאזאין פון א פאר וואכען צוריק האבען זיי געהאט אן אינטערוויו מיט דער בעל שמחה.
עס איז העכסט אינטרעסאנט צו זען ווי דער שואל חזר'ט נאכאנאנד איבער די זעלבע שאלה פון פארשידענע ריכטונגען. עס זעט אוי ווי ער האט נישט די כלים צו פארשטיין די תשובה.
ער זוכט וועגן וויאזוי דאס איינצוווארצלן אין די ציבור, און דער עקשטיין זאגט איהם צוריק אז מענטשן מוזן זיך נעמן אין די הענט אריין, אז זיי זענען יחידים וואס מאכען החלטות פאר זיך, און די ציבור האט נישט קיין רעכט איהם צו צווינגען צו קויפען אזא סארט רינגעל צו אזעלכע מעבל. אום דער שואל גייט צוריק צום שאלה, פארוואס נישט גיין דורך תקנות, וויאזוי קען מען אויסלערנען דער עולם, או נאך. און דער עקשטיין זאגט אז נישט דא איז עס, נאר א וועג צו מאכען חתונה און טרעפן זאכען פאר די פרייז וואס דו קענסט ערלויבען. ער זאגט אז מ'זאל נישט מאכען קיין אייגענע חשבונות, רעדט מיט דיין קינדער, אפשר פארשטיין זיי טאקע אליינס אז זיי דארפען נישט קיין גרויסע טאראראם, אפשר זענען זיי גרייט אויפצוגעבן וואס דו קלערסט איז אוממעגליך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

פון ר' חיים עקשטיין:
Breaking news! A sponsor that is very devoted to the cause is offering to pay the entire simcha, to a mechuten who is committing to keeping ALL expenses, from l'chaim till after Sheva Brochos, to a predetermined max similar to the wedding challenge! Let me know if you're in! וכל הקודם זכה
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט